טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

דורכגעמאכט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2023 2:43 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורכגעמאכט »

נשמת השכל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 01, 2023 4:26 pm
דורכגעמאכט האט געשריבן:
און אויב ח"ו נישט - וועל איך מוזן בלייבן אויף די פארשטינקענע 'פילן צו קענען זיין א רואיגע בעל חי'
גענאגעלט די פראבלעם פון מעדיקעישאן.
ריכטיג!
און אויב איך נעם נישט מעדיקעישן, בין 'איך' גענאגעלט און מיין משפחה גע'האמערט!!

איך האב א ידיד א אויסגעצויגענע נשמה, א עילו נשגב, ער וואוינט אליין אין א בעיסמענט, שמוציג און שטינקעדיג, שלאפט בייטאג און אויף ביינאכט צו צומישן די ufo's, זיצט אין ס'קיסע שעות ארוכות פאר א סגולה קעגן עצירות, די איבערגעבליבענע סארדינס-אין-אויל שווימט אין די אייער-נעכטיגע קאפי ארום זיין בעט-בענקל-טיש-ספרים שאנק, ער דרייט זיך ארום מיט די ווייסע מכנסיים התחתון און לערנט קבלה, פארטרייבט דיבוקים, מחי' מתים, חולם חלומות און וואס נישט...
איינמאל אין א וואנארעבעל מינוט און נישט האבנדיג וואס צו פארלירן האב איך זיך אויסגערעדט וועגן מיינע אבסעסיעס האט ער מיר אפגערעדט פון מעדיקעישן ווייל עס פארדאבט, אבער ער האט מיר גע'עצה'עט צו טרינקען אביסל אלקאהאל ווען איך בין אנגעצויגן............ :x :x
בתוך הדברים האב איך מיר מתחצף געווען און אים געפרעגט צו ער האט אמאל געטראכט צו נעמען מעדיקעישן, זאגט ער מיר: "איך טאר נישט נעמען. אויב איך נעם, פארליר איך אלע מיינע מדריגות" :shock:
כ'האב אים שיעור אראפגעווארפן אלע מדריגות...
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דורכגעמאכט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:21 pm
נשמת השכל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 01, 2023 4:26 pm
דורכגעמאכט האט געשריבן:
און אויב ח"ו נישט - וועל איך מוזן בלייבן אויף די פארשטינקענע 'פילן צו קענען זיין א רואיגע בעל חי'
גענאגעלט די פראבלעם פון מעדיקעישאן.
ריכטיג!

און אויב איך נעם נישט מעדיקעישן, בין 'איך' גענאגעלט און מיין משפחה גע'האמערט!!

איך האב א ידיד א אויסגעצויגענע נשמה, א עילו נשגב, ער וואוינט אליין אין א בעיסמענט, שמוציג און שטינקעדיג, שלאפט בייטאג און אויף ביינאכט צו צומישן די ufo's, זיצט אין ס'קיסע שעות ארוכות פאר א סגולה קעגן עצירות, די איבערגעבליבענע סארדינס-אין-אויל שווימט אין די אייער-נעכטיגע קאפי ארום זיין בעט-בענקל-טיש-ספרים שאנק, ער דרייט זיך ארום מיט די ווייסע מכנסיים התחתון און לערנט קבלה, פארטרייבט דיבוקים, מחי' מתים, חולם חלומות און וואס נישט...

איינמאל אין א וואנארעבעל מינוט און נישט האבנדיג וואס צו פארלירן האב איך זיך אויסגערעדט וועגן מיינע אבסעסיעס האט ער מיר אפגערעדט פון מעדיקעישן ווייל עס פארדאבט, אבער ער האט מיר גע'עצה'עט צו טרינקען אביסל אלקאהאל ווען איך בין אנגעצויגן............ :x :x

בתוך הדברים האב איך מיר מתחצף געווען און אים געפרעגט צו ער האט אמאל געטראכט צו נעמען מעדיקעישן, זאגט ער מיר: "איך טאר נישט נעמען. אויב איך נעם, פארליר איך אלע מיינע מדריגות" :shock:

כ'האב אים שיעור אראפגעווארפן אלע מדריגות...
איך מוז אייך זאגן, איר זענט אן אייזערנער שרייבער מיט א געבראטענער סענס אוו הומאר אין אייער פעדער!

:lol: :lol:
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

געוואלדיג, דאס איז זיכער אז אויב מ'ארבעט אויף זיך איז דאס בעסטע וואס ס'קען נאר זיין. און דאס על כל פנים יעדער זיכער מודה לכאורה. די דיסקוסיעס פאנגען זיך אן נאכדעם צי טעראפי צי מעידקעישאן, וועלכע טעראפי, וועלכע מעדיקעישאן?

לויט ר' שרגא פליישמאן'ס מהלך, לאזט זיך הערן אז דאס עצם גיין צו טעראפי און נעמען מעדיקעישאן איז א בחינה פון אויפגעבן יכולת, און דאס אליין איז א חלק פון דער ישועה. איך פארשטיי אז ס'לאזט זיך אסאך גרינגער הערן אז די טעראפי און מעדיקעישאן אליין דארפן העלפן, אבער די קושיא איז פארוואס ס'העלפט נישט פאר יעדן די זעלבע?

וואס האלט דער עולם? צי איז עס שכל'דיג?
דורכגעמאכט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2023 2:43 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורכגעמאכט »

האלא דו... קום אהער, כ'אנישט וואס צו טון. ווילסט שמועסן מיט מיך?? קענסט באשטיין צו זיין מיין חבר פאר אביסל??? יא?! עכט?!... אקעעעי קום זיצן דא נעבן מיך... אזוי... רוק דיך אביסל צוריק, די רבי לאזט נישט זיצן אזוי נאנט... סא וואס טוט זיך...............

כ'האב אמאל געשמועסט מיט א משפחה מיט-גלידער (צובראכענע), און פאר סאם ריזען האט אריינגעפאפט די נושא אז ערב פסח/פסח איז געווען אנגעצויגן די מצב הבריאות ביים רבי'ן זאגט מיר יענער מיט א פלאכן פנים "ס'נישט געווען עפעס ספעציעל. ס'איז אייביג געווען אנגעצויגן נאר דעמאלטס איז עס ארויסגעקומען".... איך פארשטיי. מענטשן זענען קיוט...

האב איך מיך דערמאנט:
איין יאר אלץ קינד ערב יום כיפור, כ'מיין ערב בדיקת חמץ, בין איך געפארן מיט די קאר אויפפיקן עפעס א טייערע דאקומענט און מען האט עס געלייגט נעבן מיר אין די בעק, נאכן פארקן איז מיין טאטע געקומען צו מיין טיר עס עפענען און נעמען דעם בריליאנט, און צו מיין יאמי מזל ווען ער האט געפענט די טיר איז די פעפער ארויסגעפאלן פון קאר און זיך אריינגע'טובל'ט אין די פאדל ביי די זייט..... (אהא! ממש ווי ביי די פלעי).
פרעג בעסער נישט. די אויגן... די נאז... די קולות... "דו שוטה איינער, האסט נישט געקענט וואטשען וואס דו טוסט, דו ווייסט ווי לאנג איך ווארט שוין אויף דעם, משוג'ענער"
יענע כל נדרי ביינאכט איז שוין נישט געווען א טאטע מיט א קינד, נאר עס איז געווען אן עדאלט וואס בלאזט און א קינד וואס איז אונטערגעשלאגענע איינגעמאכטס!
די קומענדיגע צופרי האב איך מורא געהאט אהיימצוגיין נאכן דאווענען צו שריפת חמץ נישט וויסענדיג צו עס איז שוין דיני רפיא, האב איך איידעלערהייט גע'קאלט פון שול פרעגן צו די פעיפער האט זיך שוין אויסגעטריקענט "יא צדיק, אלעס איז מסודר, ס'איז גארנישט געשען"..........
עס איז שוין איינמאל געשען, און עס האלט נאך אינמיטען די פראסעס ביז די 120 בעזר השם!

וויאזוי האט נאר יענער געזאגט: "ס'נישט געווען עפעס ספעציעל. ס'איז אייביג געווען אנגעצויגן נאר דעמאלטס איז עס ארויסגעקומען"
איך מיין אויך אזוי.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

וואס ברענגט מען דא ארויס?
בראזיל
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2022 2:57 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראזיל »

יעצט געליינט איך האב נישט קיין ווערטער,עס איז מיר געווען א גרויסע חיזוק......
יש"כ פארן שעירן
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

דורכגעמאכט האט געשריבן:
ביסט אויסערגעווענליך געשמאק אויסנאמליך זיס איך האב שטארק הנאה געהאט פון אייערע תגובות דא נא סיז נישט שיין צי הנאה האבן פון יענעמס צרות
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

דורכגעמאכט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 4:05 pm

נ.ב. פאר "עני'יאן" וואס דארף העלפ אין "עני" טעראפי נושא, עס דרייט זיך אין אלע טעראפי אשכולות א טייערע ניק מלא עקספיריענס און פאקטן וואס די גרעסטע חברה האבן אים שוין מודה געווען אויף אלעס וואס ער האלט, אויב דו האסט סיי וועלעכע פראבלעם, זעץ אים אריין א אישי און ער וועט דיר אקעגן קומען מיט די סעלושען רייט אוועי בבחינת יאן-סייז-פיטס-אל.
מאך נאר זיכער אז דו גייסט מיט הכנעה און קשיבת הלב ווייל אויב עס וועט נישט ארבעטן מיינט אז דו האסט עס נישט געטון ריכטיג.
(גראב גערעדט: יא! אפילו איך בין ב"ה א געהאלפענער, און איך האב נישט קיין שמץ אפיקורסת אין די טעכניק וואס איך ניץ, באדערט מיר נאך אלץ אויב דו וועלידעדטס נישט מיך נישט מיט די מהלך וואס איך ארבעט נאך די יסורים וואס איך בין שוין דורכגעגאנגען)
וואס האלטסטו זיך צוריק פון שרייבן קלאר ווער דאס איז ? געב ארויס זאל דער עולם הנאה האבן
דורכגעמאכט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2023 2:43 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורכגעמאכט »

ברוך שטייט ביים געז רענדזש און קוקט עס אן מיט אזא מיואש'דיגע בליק ווי צו זאגן "אהא, דו גייסט זיין מיין טריגער פאר די קומענדיגע שעות"... זיין הארץ פאלט איין פאר ווייטאג און שרעק פאר דאס קומענדיגע און ווי פארגעשריבן פון א סקריפט קומט אריין א מחשבה 'אפשר איז די געז אנגעצינדען?' ברוך שטייט פאר'ספיקות'ט, ער 'זעהט און פארשטייט' אז די געז איז אויסגעלאשן אבער 'ער פילט' ווי ער איז נישט זיכער מיט דעם און ער דארף בארואיגן די פילינג... אבער ברוך איז שוין א "דורכגעמאכט"ער און ער פארשטייט אז נאכן עס טאטשן און פילן אז עס איז צוגעמאכט גייט ער זיך טאקע בארואיגן פון די פילינג אבער עס גייט גלייך צוריקומען און נאך שטערקער פון פריער, סא עס איז בכלל נישט קיין גרינגע פסק...
זאל איך עס טאטשען און מאכן זיכער אדער זיך נישט וויסענדיג מאכן??? ביזדערווייל ווערט די ספק און שווערע פילינג נאר שטארקער און מער שווערער צו פארדייען און ברוך הייבט אן צו שווינדלען און אן צופיל טראכטן גייט ער צו, ער געט א דריי אינגאנצן צו אףף, באהאאאא... א שטיין אראפ פון הארץ...
אבער פארוואס בין איך נאכנישט זיכער? איך האב ערשט יעצט געטאטשט די הענטל?? וואס גייט פאר מיט מיר???
ברוך שטעלט אן 2 לאגישע קעלבערנע אויגן אויף די געז און די יסורים הייבן אן צו באבלען... "איך זע דאך אז עס איז פארמאכט, פארוואס קען איך נישט פילן אז עס איז פארמאכט??? פארוואס פיל איך אזוי עקל'דיג אינעווייניג???"
אזוי נעמט ער זיך דרייען די געז איינמאל און נאכאמאל ווען מיט יעדע דריי ווערט ער מער פארלוירן "פארוואס פיל איך נאך אלץ נישט בסדר... פארוואס פילט נישט מיינע פילינגס די זעלבע וואס איך זעה?? איך בין נארמאל צו וואס???" ער פילט ווי ער גייט אראפ פון זינען...
ברוך פילט ווי ארויסצוגיין פונעם פלאנטער מוז ער טון עפעס דראסטיש... ער ווייסט אז ער גייט יעצט אריין אין א לייבן גרוב אבער די אינערליכע נישט-פארשטענדליכע דראנג צו זיין זיכער לאזט אים נישט עקטן נארמאל און ער טוט דאס וואנזיניגע אקט פון געבן א שטילע שריי "פארמאכט"...
די מנוחת הנפש וואס ברוך האט געפילט אין יענע מינוט קען נאר פארשטיין א אנדערע אומשטענדען ביי ברכו מוצאי יום כיפור. אין זיינע אויגן האבן געשווימען 2 טרערעלעך פון שמחה, זיך אויפווייזענדיג אז איך קען יא פילן זיכער, בסדר, און נארמאל רואיג...
ברוך דרייט זיך אויס און זיינע אויגן פאלן צום פענסטער, ער געט א טרייסל ווען ער זעהט ווי צווישן די לעצטע ווינדאו שעיד און די פענסטער איז א טראפעלע אפען 'און אפשר האט איינער געזען וויאזוי איך רעדט צו מיר אליין'...
"אבער קיינער שטייט נישט ביים פענסטער, און אפילו אויב יא האט מען דיר נישט געהערט" "יא, אבער מען האט געקענט זעהן וויאזוי מיין מויל שאקעלט זיך"...
ברוך כאפט זיך אן אין די קאונטער קוים וואס ער שטייט נאך גראד, ער כאפט יעצט ווי ער האט אריינגעבלאנדזשעט אבער ער ווייסט נעבעך אויך אז ער האט נישט קיין וועג ארויס...
2 שעה האט ער זיך געראנגעלט ביים פענסטער, אויפגעמאכט די שעידס, צוגעמאכט די שעידס, געזאגט "פארמאכט" שטיל, געזאגט "פארמאכט" הויעך, איבערגעטראכט אין זיין קאפ די גאנצע מעשה וואס איז געשען, עס געזאגט, עס געזאגט בשעת ער ווערט נישט געשטערט פון קיין נויז, אינמיטען איז ער יא געווארן געשטערט, האט ער עס געדארפט איבערטראכן נאך 3 מאל...
נאך 2 שעה שוין זייענדיג פארפלאטנטערט אין צענדליגער אבסעסיעס און 100 קאמפאלסיווס איז ברוך אריינגעפאלן אין בעט פארמאטערטערהייט מיט בכיות נוראות, פארשעמט און צוקלאפט, נישט פארשטייענדיג אפילו וואס גייט פאר מיט אים??....

שטאטעלעך...
קודם כל, אויב איז דא אזויפיל משוגעים פארוואס טאנצן זיי נישט אין די גאסן לכה דודי???
און נאכדעם כל, אויב זעט ברוך אז נאכגעבן די משוגעת מאכט נאר ערגער, פארוואס לאזט ער זיל פונעם טייוול???

אלץ א 'נארמאלער' יונגערמאן מיט א וויידל פון אבסעסיעס האב איך די לעצטערע צייט אסאך אוועקגעגעבן מיך צו פארשטיין און צו פארשטיין די אנדערע יודן פארכאפט אין נעץ און איך וויל מיך אביסל אויסקישקענען און פרובירן צו מאכן סדר (אויף ענקער חשבון…)
מענטשן קענען באהאלטן זייער אבסעסיעס פאר 10 20 יאר און לענגער וואס אפילו מ'כאפט שוין יא אז עפעס איז נישט בסדר, זעהט מען סך הכל אז נאכן פארשפארן די קאר וואקט ער ארום 3 מאל, און אויב איז ער נאך פיפיגער און ער מאכט זיך ווי ער רעדט אויפן טעלעפאן האט ער אויסגעשפילט גאנץ כעלעם און קיינער כאפט נישט. אין אנדערע ווערטער אפילו א געליטענער איז טיף פארכאפט אין נעץ האט ער זייער אסאך מאל די אביליטי צו שפילן 'פלעין אנגעצויגן' וכו'. (נאכדערצו אין א קאמיונעטי, ווי דער באטראפענער ווייזט אז ער קען זייער שנעל פארלירן זיין סיט אין סיסייעטי...)
איך למשל, קען באמערקן מיט די זייט פון מיין אויג ווען איינער איז ביזי מיט די 'שטותים'... און ווען איך באמערק עס שפרינג איך פון גרימצארן… איך קען עס פשוט נישט צוקוקן ווי יענער שפילט אויס מיינע משוגעתן ברבים און איך שעם מיך פאר מיר מער ווי פאר יענעם.... @טעראפיע, איך בין נייגעריג אויב עס איז ביי אלע/אסאך געליטענע וואס באמערקן עס שנעלער.

שורש
די שורש פון די מחלה איז אז מען פרובירט צו פטור ווערן פון נישט-זיכערע פילינגס אין לעבן מיט די ציל צו זיין אינגאנצן פארזיכערט!
יעדער, סיי געליטענע און נישט געליטענע וויסן און פארשטייען די פילינג פון זיכערקייט. מיין קאר איז אין דרייוועי, איך זיץ מיך אין אפיס און איך טייפ, מיין ווייב איז סעיף אינדערהיים, די זון שיינט, אלעס פארט רואיג, און עס איז א געשמאק פילינג... איי?? אפשר האט זיך איינער איינגעבראכן און אטאקירט מיין ווייב?!?! איי?? אפשר גייט זיך פלאר פון די אפיס עפענען?!??!
פארשטייט אבער יעדער איינער אז "דריי נישט קיין קאפ און זיי נישט משוגע און ווי לאנג די באקומסט נישט דעם דיזעסטער טעלעפאן קאל אז עפעס איז טאקע געשען לעב און לאז לעבן" און ביי די פעלער וואס דער באטראפענער איז טאקע נישט אפעקטירט וועט ער אויך לאכן פון די מאדנע מחשבות ווייל ער 'פילט' נאך אלץ סעיף. אבער, אבער... אוי אוי אוי אבער אויב עס זשומט אריין א מחשבה וואס מאכט אים 'פילן' נישט זיכער, און עס האט בכלללללל נישט צוטון אויב די מחשבה מאכט סענס אדער נישט, ווערט ער אינגאנצן פארלוירן, יוש... ווי איז די יאמי דעלישעס סעיפטי 'פילינג'??? פארוואס 'פיל' איך אזא נישט געשמאקע אומקאנטראל??? דעמאלטס ווארט ער נישט אויף די דיזעסטער טעלעפאן קאל, נאר ער וויל זיך גלייך 'פילן' פארזיכערט... און ער הייבט אן פרובירן מיט 'לאגיק' טוישן זיין 'פילינג', כאילו די זיכערקייט ליגט אראפציר אביסל און מען דארף עס דזשאסט אויפפיקן... נעבעך.
סא, לאמיר זאגן אז קומט אים אריין א מחשבה 'איך וויל שעדיגן מיין ווייב', ער ווערט גלייך צוטעמולט און דערשראקן פון די פילינג און באוואפנט מיט 'לאגיק' גייט ער יעצט אטקירן דעם 'פילינג' און ער גייט צוריק באקומען די זיכערע 'געפיל'... "איך ווייס אז איך וויל 'נישט' שעדיגן מיין ווייב. יא, זיכער זיכער זיכער! דעמאלטס פארוואס איז מיר אריינגעקומען אזא פאני מחשבה??? אפשר האב איך א באהאלטענע פלאן איר צו שעדיגן??? אבער פארוואס זאל איך עס טון? איך שעץ איר אזוי שטארק. יעדער ווייסט אז איך וואלט קיינמאל נישט געטשעפעט א פליג....." עד כאן הקפה א'...
און אזוי טאנצט מען הקפות ווען אויף יעדע לאגישע סברה זיך צו בארואיגן באכעט אריין א און-אויב זאוועראכע וואס צוברעכט די געביידע!!

איך קען נישט ברעכן אזוי לאנג... איך דארף אטעמען. ביי.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דורכגעמאכט האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 12:09 am

איטס סאו סעד!

כ'וועל דיר אבער דאך מוזן געבן דיין פארדינטע קאמפלימענט אז דו שרייבסט ווי א פרא! גאר פליסיג, קלאר, לאגיש, און זאכליך. א פארגעניגן!
אוועטאר
כרכא דכולא ביה
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:00 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרכא דכולא ביה »

WOW! וויאזוי קען מען מיטמאכן אזעלכע פיינפולע יסורים און נאך שרייבן אזוי הומאריסטיש?!...
און וואס ס'האט מיך די מערסטע באנומען איז, אז מ'זעהט אז דו ביסט א מענטש מיט א קאפ אויפ'ן פלייצע, און דו ביסט שארף קלאר מיט דיינע געפילן, אלזא הייליגע באשעפער איז פשט אז מ'קען זיין די מיושב'דיגסטע מענטש, קלוג און באזעסן, און ליידן אויף די זאכן, יויש איך ציטער פאר מיין לעבן,,,,
אז דו האלסט אז סבאלאנגט נישט דא שרייב מיר עס אין אישי!
מיט א נער שרייבט מען נישט אונטער אפילו די עשרת הדברות...
אוועטאר
משה יצחקי
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

כרכא דכולא ביה האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 12:32 am

טאקע מיט די הומאר..קען מען עס אדורך שוויצן..
יגעתי ולא מצאתי אל תאמין..(ברחניות העיקר אינו התוצאה..העיקר הוא היגיעה)
גוטע לופט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 26, 2022 12:34 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע לופט »

wow! זייער שיין און קלאר באשריבן די פרשה איז אזוי ווייטאגליך
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע: ניו יארק

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

קודם געב דיר א קלאפ אין ריקן אין מיין נאמען, דיין שפראך איז מורה'דיג. דיין האממער האט דיר געהאלטן ביים דעת.

סאיז בכלל נישט גרינג וואס די לייגסט דא אראפ. אין איך קוק זייער ארויף דיר פארן דא זיין פאר דיר אליין, אין דיין בני בית פארן אויסווארטן אויף דעם דיימאנט סזאל זיך אויסשלייפן, איך ווייס נישט צי זי איז דיר מוחל, איך האף אז זי עפרישיעיט דיין סענס אוו הוממער.

דער אויבישטער זאל זיין מיט דיר. אין יא עקספויזשער איז עולה על כולם. נאר נישט אייביג איז מען גרייט פאר עקספוישזער. ספרייט מיר צי הערן אז די האלטסט שוין דארט.

די וויכטיגסטע איז טאקע קודם צי וויסן וויאזוי זיך צי ערלויבן צי שפירן די עמוישענס.

פארסט גוט. (ליין, שרייב נאך)
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע: ניו יארק

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

בניהו האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 01, 2023 11:49 pm
אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן:
דורכגעמאכט האט געשריבן:
אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן:
יעדער ווערט אזוי צומישט דא, און די אלע טערעפי גלייבערס ווערן בארואיגט אז אההה, כאגעוויסט אז טערעפי העלפט יא!

די איינציגע זאך וואס העלפט איז א קלוגער מענטש מיט א טאלאנט ארויסצוהאבן א מענטשנס נפש. מען קען אפשר לערנען גוטע עצות, אבער מען קען נישט קויפן קיין סכל. דערפאר זענען די לייסענסט טערעפיסטן גארנישט ווערד. עס איז נישט ווי פלעין א הארץ דאקטער וואס דארף קענען די אלע זאכן פון קאליטש און ער פארשטייט שוין צו הערצער, נאר ס'איז א פארשטאנד צו נפש וואס נאר איינער מיט עכטע פארשטאנד צו א מענטשנס נשמה-נפש, קען העלפן. דערפאר זענען דא אזויפיל טעראפיסטן וואס שעדיגן, און דא דארט די קלוגע און גוטע אידן וואס האבן באמת ארויס די נפש, און פון זיי קומט די ישועה.

יעצט צו הרב דורך געמאכט. דאנקט דעם אייבישטן אז איר האלט דא. אזויפיל אנדערע מאכן אסאך מער מיט ביז זיי קומען אן צום סוף. איר האט אבער איין טעות. די מעדיקעישן איז נישט קיין זאך וואס איז געמאכט צו בלייבן דעראף. געדענקט, אייער פראבלעם איז אין נפש, און די פילן זענען אויפן גוף! יא, מען דארף אסאך מאל צוקומען צו זיי פאר א שטיק צייט, אבער ווען מען לערנט זיך אויס צו לעבן ראוג מיטן נפש, דארף מען צילן אראפצוגיין פון דעם. האב נישט מורא, די וועסט קענען! ווי עס שיינט האסטו א גוטע טערעפיסט, און וועסט נאך איין טאג זיין א מענטש מיט א שטארקע געזינטע נפש.

הצלחה פאר יעדן.
איר זאגט דברים של טעם און מיין ציל איז צו האבן א געזונטע נפש, און א גרויסן דאנק פאר די חיזוק!
מיין מעסעדזש פאר כלל ישראל:
איך האב געגעסן גענוג כריין ביז יעצט און איך וויל נישט עסן נאך :x :x :x ! איך וועל ענדערש בלייבן לעבן מיט מעדיקעישן א גאנץ לעבן, ווי לעבן א גאנץ לעבן אן קיין לעבן. איך האף צו ווערן אינגאנצן געזונט און קענען אראפגיין דערפון, און אויב ח"ו נישט וועל איך מוזן בלייבן אויף די פארשטינקענע פילן צו קענען זיין א רואיגע בעל חי... היו לא תהי'.
א סייד פוינט וואס איז מעגליך נישט גערעכט; אבער איך פיל אזוי ביי מיר. אויב איך האב יארן לאנג געהאט פיזישע ענקזייעטי ווייל מיין נפש איז נישט געווען געזונט, איז אפילו ווען מיין נפש איז בעסער איז מיין גוף נאך אנגעצויגן פיזיש. די עצה איז לכאורה צו רעדן צו זיך ווי צו א קליין קינד (דאס קינד אין מיך...) "דו ביסט א פיינע מענטש, ביסט דורכגעגאנגען אסאך און ביסט געווארן אנגעצויגן, יעצט ביסטו שוין מסודר און דו מעגסט שוין ווערן רואיג וכו'".
דאס איז וואס איך זאג. די יא קענען אנגיין אן מעדיקעישן, אויב די וועסט וועלן. די נפש דארף קענען אנגיין אן די הילף פון מעדיקעישן עווענטשעלי.

(אגב איך דיסעגרי מיט די עצה צו רעדן צו זיך ווי צו א קליין קינד. די ווייסט אויך אז זיך אליינס באראיגן העלפט אויף פינקליך פינף מינוט. די עצה איז רעדן צו זיך ווי א גרויסע אדאלט און זיך זאגן:
איך בין א פיינע מענטש. די אייבירשטער האט מיר געגעבן מיינע נסיונות אין מיין יוגנט. אלעס קומט פון אים. אלעס מיינט אלעס! אויך מיין ענעקזייעטי, מיין אנגעצויגנקייט, אויף די סיבה פארוואס איך בין אנגעצויגן, מיין אלע כריין געעסעכטס! אלעס קומט פון דיר באשעפער. ווייל ער איז די ''איינציגע'' כח אויף דער וועלט! ער איז אויך די איינציגע וואס קען מיך אויסהיילן. קיינער קען נישט אויסער דו! נישט מיין טערעפיסט, פילן, און אויך נישט איך אליינס! נאר נאר נאר דו!

זאג דיך עס איבער דריי מאל.

יעצט פיל ווי די קענסט טאקע גארנישט.

יעצט זיי מתפלל צום איינציגסטן כח אויף דער וועלט.

יעצט וועט קומען א מין ראוגקייט וואס די האסט נאכנישט געפילט!

מאני בעק געראנטירט אז 'דאס העלפט'.)
מי לנו גדול פון הגה״צ ר׳ יעקב מאיר שעכטער שליט״א וואס האט שוין כמה פעמים גערעדט און געשריבן איבער די וויכטיגקייט פון נעמען מעדיצין און די חורבן ווען מען האלט זיך צוריק אויב רופאים זאגן אז מען דארף עס.

אויב איז ד״א איינער וואס אטעמט אמונה איעדע רגע איז עס ער.
ר' מרדכי זילבער שליט"א אדמו"ר מסטעטשין א הייליגער איד, לעבט נאר פארן אייבישטער. איז אויך זייער פאר מעדיקעשאן ווען עס פעלט זיך אויס. ער האט זיך שוין געלאזט הערן ברבים וועגן דעם.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דורכגעמאכט האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 12:09 am
די שורש פון די מחלה איז אז מען פרובירט צו פטור ווערן פון נישט-זיכערע פילינגס אין לעבן מיט די ציל צו זיין אינגאנצן פארזיכערט!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
משה יצחקי
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכענ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

בנוגע מעדיקעשאן..מה כל הרעש ביי רוב מעדיקעשאנ׳ס זענען די side-effects כמעט גארנישט..

און אודאי איז עס נישט קיין לכתחילה (אזוי ווי יעדע מעדיקעשאן) אבער ס׳דא אמאל וואס אן אנדערע עצה איז פשוט נישט דא, סוי וואס ווילסטו? ער זאל אויסגיין פון יסורים?

אבער איין זאך..ס׳לוינט זיך צו צאלן מער געלט און גיין צו א גרויסע מומחה..ווייל אויב נעמט מען די ראנג מעדיקעשאן, דעמאלטס קען זיין צרות..

און א ווארט צו הרב @דורכגעמאכט..כ׳בין ממש שפראכלאז, הן פון די תוכן..ס׳איז אנריעל אז די ביסט אזוי קאנעקטעט מיט דיינע פילינגס..און הן פון דיין הומאר און קריעיטיוועטי איר זענט דאך ממש א גאון אין שרייבעריי..כה לחי!!
יגעתי ולא מצאתי אל תאמין..(ברחניות העיקר אינו התוצאה..העיקר הוא היגיעה)
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכענ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 9:39 am
בנוגע מעדיקעשאן.. מה כל הרעש, ביי רוב מעדיקעשאנ׳ס זענען די side-effects כמעט גארנישט..
:lol:
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

וואס לאכסטו? וואס איז אזוי פאני?
א דאקטאר האט מיר אמאל זיך אויסגעדרוקט, אז די עסנווארג וואס מיר חסידישע אידעלעך עסן האט פיל מער סייד עפעקטס פאר'ן גוף ווי די קליינע פילעכלעך.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דורכגעמאכט האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 12:09 am
ברוך שטייט ביים געז רענדזש און קוקט עס אן מיט אזא מיואש'דיגע בליק ווי צו זאגן "אהא, דו גייסט זיין מיין טריגער פאר די קומענדיגע שעות"...

יוש... ווי איז די יאמי דעלישעס סעיפטי 'פילינג'???
דו ביסט א יאמי דעלישעס ניק און דו שרייבסט יאמי דעלישעס.
איך פיל זייער שלעכט פאר דיר און וואונטש דיר א גרינגע רעקאווערי און א יאמי דעלישעס לעבן.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 11:35 am
וואס לאכסטו? וואס איז אזוי פאני?

א דאקטאר האט מיר אמאל זיך אויסגעדרוקט, אז די עסנווארג וואס מיר חסידישע אידעלעך עסן האט פיל מער סייד עפעקטס פאר'ן גוף ווי די קליינע פילעכלעך.
אה, דו רעדסט פון פיזישע סייד אפעקט'ס, קען זיין.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
משה יצחקי
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכענ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

גראז האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 10:59 am
משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 9:39 am
בנוגע מעדיקעשאן.. מה כל הרעש, ביי רוב מעדיקעשאנ׳ס זענען די side-effects כמעט גארנישט..
:lol:
שיקן אן emoji אן קיין הסברים, קאסט מיר טאקע א שמייכל..
יגעתי ולא מצאתי אל תאמין..(ברחניות העיקר אינו התוצאה..העיקר הוא היגיעה)
דורכגעמאכט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2023 2:43 am

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורכגעמאכט »

יישר כח יודן פאר די חיזוק. און ווי הרב כרכא האט ארויסגעברענגט אז פון היינט און ווייטער ווייסטו מער נישט מיט וועם מען קען זיך משדך זיין :oops:

איך וויל מסיים זיין די נעכטיגע אויסברוך…
אויב איך האב געפערליך ליב סושי, אזאש אז ווען איך טראכט יעצט דערפון עפענט זיך מיר די דריזען און איך קען זיך יעצט פארשטעלן צוקייען די דזשעלידיגע רייז מיט די שטייפע עלעקטעריק טעיפ, געקאכטע סעלמאן פיש און ווייכע אוואקאדא… ווער רעדט נאך מיט די שארפע ספייסי מעיא… אה! מעין עולם הבא. אלע מיינע געפילן צושפילן זיך מיר פון בענקשאפט!
איז יעצט, די דאקטער טענה'עט עפעס וועגן קאלעסטעראל, דיקייט פון די בלוט, צוקער… איך ווייס נישט פונקטליך וואס אבער אזויפיל ווייס איך אז די תאוות זענען א פארגאנגענהייט און איך טאר מיך נישט צופירן די מויל. סא, זייט איך האב די לאגיק אז איך טאר נישט, האב איך מער נישט ליב קיין סושי?? אין קאפ אריין! ווען איך וואק דורך די סושי, דארף איך במזיד אוועקוקן אז די גומען זאלן מיר נישט ארויספאלן… ווייל מיט לאגיק טוישט מען נישט קיין פילינגס
ביי ליידענדע ארבעט עס אויף ביידע וועגן, די עקלדיגע פילינגס קען קומען (קען קומען?? קומט!!!) אן שום לאגישע הסבירים און מען קען עס נישט אוועקנעמען מיט קיין שום לאגישע הסבירים!!! גארניקס העלפט נישט… די איינציגסטע עצה איז זיך אויסצולערנען לעבן מיט די ספיקות און מאנסטערישע פילינגס וואס דאס איז א ביטערע ארבעט און געשעט נישט אזוי שנעל, און אויך געווענליך ווען מען קומט צו די הכרה איז מען שוין געווענדליך א געשענדעטע טשיקן…

פאר מיין קומענדיגע אטאקע טראכט איך צו שרייבן די ביאלאגישע און אנדערע סיבות וואס ברענגט די אנשיקעניש, אבער היות איך דארף זיין אין א בעסערע גוסטע צו פארנעמען די צווישנרופן וואס גייט זיך מאכן על פי דרך האתון, וועל איך מיך קודם אביסל אנשפארן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דורכגעמאכט האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 3:28 pm
ווייל מיט לאגיק טוישט מען נישט קיין פילינגס
עס זענען דא קלארע באווייזן אז איינס פון די שטאפלען צו טוישן די פילינגס איז יא מיט לאגיק, אבער ביסט גערעכט אז עס פעלן זיך אויס נאך שטאפלען. און אויך אז מ'דארף זיך שוין יעצט שטעלן צו דער ארבעט, און נישט ווארטן ביז מ'ווערט שוין אן אויסגעפליקטע טשיקן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: טעראפי?! טעראפיסטן?! מיין מיטמאכענ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 2:05 pm
גראז האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 10:59 am
משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 9:39 am
בנוגע מעדיקעשאן.. מה כל הרעש, ביי רוב מעדיקעשאנ׳ס זענען די side-effects כמעט גארנישט..
דאס ווענדט זיך פאר וועמען.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”