ממוצע האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 9:32 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 1:24 am
גרשון האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 11:59 pm
ס'איז דא צווי נקודות דא: @שטומפיג רעגט זיך אז געוויסע פאר'גוי'אישטע ממחנינו מאלן אראפ אונזער לעבנסשטייגער אין אן אומריכטיגן ליכט. @פאלאסיידס ווייטאגט אז אמאל זענען מיר געווען באשיידן, זיך געלעבט אונזער אייגן לעבן און קיינער האט נישט געקוקט אויף אונז, און היינט זענען מיר אין מויל פון דער פרעסע און סאושעל מידיע.
די ערשטע טענה איז זייער פארשטענדליך. ס'איז עפעס וואס באדערט. מצד שני, מ'קען נישט פאררעכטן די וועלט, און זיכער נישט מענטשן וואס פייפן אויף יעדן. זאלן די חברה זיך טון וואס זיי טוען, און מיר וועלן זיך ווייטער אנגיין מיט אונזער לעבנסשטייגער ווי אונזערע עלטערן האבן אונז געלערנט. אויב ס'איז נישט קיין העצע און הוצאת שם רע, וואס דארף עס מיר אנגיין? ווייל ס'איז שקר? נו, מיר לעבן אין אן עולם השקר. איך קוק נישט יוטוב, און איך דארף נישט וויסן וועלכע ווידעאס פון די וויליאמסבורגער גאסן מ'קען דארט זען.
די צווייטע טענה איז אפשר אויך ריכטיג, אבער ווענדט זיך ווען. אוודאי איז למה תתראו די מידה וואס אונזער זיידע יעקב האט אונז געלערנט. אידן זוכן צו זיין באשיידן און מיר דארפן נישט קיין פרסום אין דער אמעריקאנער טעלעוויזיע. סתם פלוידערן אויף סאציאלער מידיע פאר דער אלגעמיינער גאס איז נישט געוואונטשן. מיר ווייסן אליין אונזער חשיבות, און מיר זוכן בכלל נישט אז דער גוי זאל עס אנערקענען; אויב ער לאזט אונז במנוחה טון דאס אונזעריגע זענען מיר פולקאם צופרידן.
אבער ווען ס'טוט זיך א העצעריי קעגן אונז, בפרט ווען די וואס דרייען אן די העצע זענען מענטשן וואס האסן אונז און ווילן אפווישן די האסידים פון דער מאפע, דארפן מיר זיך באשיצן. שרייבן ארטיקלען און ווידעאס ארויסצוברענגען אז מיר זענען פרידליכע, סוקסעספולע מענטשן מיט א גוטער ערציאונג פאר אונזערע קינדער האט פיל מער בענעפיט ווי שאדן. די געזעצגעבער וועלן אלעמאל זיין אויף דער זייט פונעם דעת הקהל, און דאס געריכט פסק'נט לויט די פארשריפטן פון די געזעץ הייזער. יעדער זשורנאליסט אדער בלאגער וואס קען ווערן איבערצייגט אינעם שקר פון דער העצע קעגן אונז איז א געווינס.
דא קענען מיר נישט אריינשטעקן דעם קאפ אין זאמד ווי א בת היענה. ס'טייטשט, יענער זאל פארקויפן כזבים וואס באדראען מיין עקזיסטענץ, און איך זאל אים לאזן איבערצייגן יעדן אז דאס איז אמת? איך זאג נישט יעצט אז יעדער זאל זיך נעמען שיסן קאמענטארן איבעראל. ס'דארף זיין געוואויגן בפלס החכמה און געשריבן מיט סטראטעגיע. איך רעד אין אלגעמיין.
לענ"ד לולא דמסתפינא העטעך ווען געזאגט אז ווען אונזערע מויל מאכער זאלן ווען נישט מויל-מאכן און נישט פארלאנגען קיין פארדאמונג יעדע שני וחמישי וואלט די ניט זיך נישט גענומען איבער אונז...
ווען אונז וואוט מיר ווייטער אריין אונזערע פארטרעטער, אבער שטעלן זיך נישט פאר די בילדער, און זעמיר צופרידן מיט אלעם אונטערן טיש, העט אלסדינג בעסער געוועזן
נאר היות יעדן טאג דארף די מעיאר, גאווערנער, טעד קרוז, און וער נישט זיין ביזי אונז פארטיידיגן, קומען זיי אראפרייסן
סארי פארן שרייבן קורץ
א גוטע נאכט
איט דאסענט מעיק סענס טו מי...
די אלע ארטיקלען איז די דירעקטע השפעה פון די אפטריניגע מבתוכינו וואס ווילן דאס! צופעליג זענען די שרייבער אידן? ניין. ווען איך ווייס קלאר ווער דער גורם איז, דארף איך נישט גיין זוכן גורמים אונטערן טיש.
איך מיין אז איט איז מעיק סענס...
די אלע ארטיקלען - וואס קומען פון דירעקטע השפעה פון די אפטריניגע מבתוכינו - וואלטן נישט בכלל ערשינען ווען נישט ס'איז דא דא אנדערע זאכן וואס טרייבן. דער אלגעמיינע ציווילע גוי וואלט קיינמאל נישט געזוכט אונז אונטערצוברענגען, און די גרויסע צייטונגען וואלטן זיך קיינמאל נישט צוטוהן געמאכט פון אונז, ווען נישט אונזער ארויסשטארן אונזער איינפלוס און כוח (און - שששש... אויך אונזער ברייטע זיך אנלאנען אויף רעגירונג שטיצע).
דאס וואס זיי טוען צו אונז איז אומדערהערט און איז עפעס וואס זיי טוען נישט און וואלטן קיינמאל נישט געטון צו קיין שום אנדערע גרופע.
---
און עס איז אויך קלאר אז ס'איז נישט נאר דאס. עס איז איז אויך זייער אלגעמיינע געדאנקענגאנג וואס טרייבט זיי צו מתקן זיין ביי אונז תיקונים לויט זייערע ליבעראלע אנשויאונגען, אז אונז זאלן אויך זיך פירן מיט די קולטור פון ס'רובא דרובא אמעריקאנער, אונז זאלן אויך זיין אופען מיינדעט און פריי, און נישט זיין אזוי קאנצעטרירט און מצומצם אין אונזער לייפסטייל און קולטור.
לויט דעם האט דער פותח האשכול היבש רעכט, ווייל די אלע וואס מאכן די ווידיאו'ס און ברענגען אריין דעם גוי צו אונז, זענען נישט דא צו ווייזן אונזער עכטע לייפסטייל פון א עכטע 'ריליגיעזע' שטאנדפונקט, נאר זיי זענען דא צו ווייזן די אלע דעטאלן פון אונזער לעבן וועלעכע שטימען יא מיט דעם גוי'ס אנשויאונגען, כאילו צו ווייזן פאר'ן גוי אז עכט זענען אונז יא זייער לאוולי און ספיריטואל און אופען מיינדעט און דעלישעס..
עס איז נישט קיין פראבלעם בעצם, עס איז אמת אז מיר זענען לאוולי און מיר זענען דעלישעס און ספיריטואל (עכ"פ, אזוי דארף צו זיין), אבער עס איז דאך פארהאן נאך א גאנצע חלק וואס מען לאזט אויס, און אז מען לאזט עס אויס זאגט עס אוטומאטיש אויס דעם אמת איבער די סוב-קאנטשעס כוונה פון דעם ווידיאו מאכער, אז ער איז קאמפלעקסד מיט ווי אזוי די גוים קוקן אן אידישקייט, ממילא פרובירן זיי איר צו פארשיינען און באצירן און באשמירן לויט די מושגים וואס הייסט שיין און גוט ביי דעם גוי.