עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

עס איז דא אויף קול מבשר א שיינע אינטערוויאו מיט ר' ירמי' ובנו מושי וועגן דעם CD
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

געזעהן אז ר' ירמיה האט געהאט א שמועס אין די שטיבל אויסגאבע, עפעס חידושים?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

חאטצקל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 5:42 pm
עס איז דא אויף קול מבשר א שיינע אינטערוויאו מיט ר' ירמי' ובנו מושי וועגן דעם CD
לינק פליז.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

דזיקוב'ער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 8:23 pm

נאכנישט אויפן געוועב.
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

חאטצקל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 8:58 pm
דזיקוב'ער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 8:23 pm
חאטצקל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 5:42 pm
עס איז דא אויף קול מבשר א שיינע אינטערוויאו מיט ר' ירמי' ובנו מושי וועגן דעם CD
לינק פליז.
נאכנישט אויפן געוועב.
וועלכע קנעפל אויפן טעלעפאון?
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

דזיקוב'ער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 9:04 pm
חאטצקל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 8:58 pm
דזיקוב'ער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 8:23 pm
חאטצקל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 5:42 pm
עס איז דא אויף קול מבשר א שיינע אינטערוויאו מיט ר' ירמי' ובנו מושי וועגן דעם CD
לינק פליז.
נאכנישט אויפן געוועב.
וועלכע קנעפל אויפן טעלעפאון?
8 0
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

אודך געמעקט מיין קריטי אופן סי-די

הערליך געדאנקן הוציא לאור מביתו ולא מבית אבא

דאס פארענטפערט פארוואס ער האט נישט מציין געווען קיין מקורות צו די ניגונים.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

פאר די אלע וואס טענה'ן אז זיי קענען די ניגון אנדערש. עיין בהקדמה לסידי הנפלא מליץ יושר בארדיטשוב. כמה הרפתקאות זענען אריבער אויף די ניגונים. און זענען געווארן אנדערש געזינגן אין יעדער מקום.

דארף מען נאר פרעגן ר' ירמי' צו ער האט אלעס אזוי געהערט אדער מען האט צוגעלייגט כחל ושרק.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מען דארף נישט פרעגן... עפי"ר זענען די שינוים זיינע אדער זיין טאטענס, יש גם וואס ער האט נאך געהערט אזוי פון די לעצטע ראוואדאווער רב אבער בדר"כ נישט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 8:19 am
מען דארף נישט פרעגן... עפי"ר זענען די שינוים זיינע אדער זיין טאטענס, יש גם וואס ער האט נאך געהערט אזוי פון די לעצטע ראוואדאווער רב אבער בדר"כ נישט
Bingo
איז זאל ער דאס אויך שרייבן
קיין שום פראבלעם מיט זיינע צוגעלייגטע פעלער אדער שינוים אבער סזאל נישט פארצייכנט ווערן ניגוני ראפשיץ ועוד.
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

נאכדעם ווערט עס נאך א מקור מוסמך (קיינמאל) אז אזוי גייט די ניגון, ווייל ער שרייבט דאך קלאר מבית אבא איז דאס א דור קודם און ח'ו מזאל דאס פארהאלטן פון אים.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ר' ירמיה איז א מתנה פארן דור! ער געט ארויס די אלטע ניגונים וואס זענען מונח בקרן זוית און קיינער קוקט נישט אויף זיי, זאגסטו עס קען זיין בעסער? פיין, דערווייל איז ער דער איינציגסטער, בבחינת בעגגערס קענט בי פיקי... די זענען עפי"ר ריינע ראפשיצע און ראזוואדאווער ניגונים, א קנייטש ארויף א קנייטש אראפ, לאז געמאכט.

---
האקט ווייטער (אין קאפ), ניין ער זאגט נישט! די וואס קענען די ניגונים נאר פון איהם וואלטן דאך עס נישט געקענט פון ערגעץ אנדערש איז עס הכל רווח, און די וואס קענען עס יא אריגינאל זיי קענען דאך עס, איז וואס איז? עפעס אנדערש באדערט דיר זעהט אויס, נישט קלאר וואס
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 8:50 am

מיר באדערט גארנישט עפעס אנדערש אויף ר' ירמי
איך האב זייער ליב זיין ארבעט
אבער דא האלט איך ער האט אבי גדברט א סי-די לשם "בית אבא" נאכדעצו וואס ער לייגט נייע פעלער און איז דאס נישט מציין בכלל .
און צוויי יאר ארום וועט מען חוקר זיין אויף עתיקין די מקורות און מיט א טרעילאר מיינונגען און זיך אויסלאזן מיט "תיקון טעות" , הבהרה, ועוד
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

ווען דאס זאל נישט זיין ר. ירמי נאר א צווייטער ארויסגעבן א סי-די מיטן נאמען ניגוני ראפשיץ מיט אלע הוספת און שוניום וואלט איר יענעם צוריסן פארן אפנויגען פונעם ארגינעלען ניגון ..
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קילער אביסל.

ר' ירמי' זינגט פשוט ניגוני בית אבא, וואס דאס גייט אין אלגעמיין לבית ראזוואדאוו ראפשיץ למעלה בקודש, ער פרובירט אונז נישט צו זאגן אז דער ראפשיצער רב האט עס גענוי אזוי געזינגען.

אגב, יעדע משפחה פארמאגט אזעלכע אוצרות, אמאליגע ניגונים פון ערליכע אידן וואס גייען שוין אזוי אריבער עטליכע דורות, קען זיין אז ביי זיי זעלבסט האט עס קיין ספעציעלע באדייט, אבער אז זיי וועלן עס אפזינגען אביסל מיט א שטיקל געהעריגע צורה וועלן אנדערע אידן הנאה האבן דערפון און ס'וועט פארבלייבן אן אוצר פאר די קומענדיגע דורות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 9:18 am
קילער אביסל.

ר' ירמי' זינגט פשוט ניגוני בית אבא, וואס דאס גייט אין אלגעמיין לבית ראזוואדאוו ראפשיץ למעלה בקודש, ער פרובירט אונז נישט צו זאגן אז דער ראפשיצער רב האט עס גענוי אזוי געזינגען.

אגב, יעדע משפחה פארמאגט אזעלכע אוצרות, אמאליגע ניגונים פון ערליכע אידן וואס גייען שוין אזוי אריבער עטליכע דורות, קען זיין אז ביי זיי זעלבסט האט עס קיין ספעציעלע באדייט, אבער אז זיי וועלן עס אפזינגען אביסל מיט א שטיקל געהעריגע צורה וועלן אנדערע אידן הנאה האבן דערפון און ס'וועט פארבלייבן אן אוצר פאר די קומענדיגע דורות.
וואויל געזאגט,
איז אויב ויייסן מיר שוין קלאר אז ער איז מוסף משלו (נישט דווקא א קוועטש וואס דאס קען אויך טוישן א ניגון) אבער גאנצע פעלער
איז ביי מיר די גאנצע "מבית אבא" צובלאזן אום די סמכה איז אויס .
קאפוט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איר זיינט געווען ביי זיין פאטער און זיידע אן שטוב אז איר זיינט שוין זיכער וועמנס די הוספות ושינוים זענען?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יא וואס
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 8:58 am

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא וואס »

וואס איז פשט אז די שטימע זיינע איז אזוי פריש איז מיר א פלא ממש. אבער מיט אלע מעלות פון ר' ירמי' וועט מיר זיין א שטארקע חידוש אויב די אלבום וועט מצליח זיין
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 882
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 8:50 am
ר' ירמיה איז א מתנה פארן דור! ער געט ארויס די אלטע ניגונים וואס זענען מונח בקרן זוית און קיינער קוקט נישט אויף זיי, זאגסטו עס קען זיין בעסער? פיין, דערווייל איז ער דער איינציגסטער, בבחינת בעגגערס קענט בי פיקי... די זענען עפי"ר ריינע ראפשיצע און ראזוואדאווער ניגונים, א קנייטש ארויף א קנייטש אראפ, לאז געמאכט.

---
האקט ווייטער (אין קאפ), ניין ער זאגט נישט! די וואס קענען די ניגונים נאר פון איהם וואלטן דאך עס נישט געקענט פון ערגעץ אנדערש איז עס הכל רווח, און די וואס קענען עס יא אריגינאל זיי קענען דאך עס, איז וואס איז? עפעס אנדערש באדערט דיר זעהט אויס, נישט קלאר וואס
שטארק מחולק. ער מעג נעמען ניגונים און ארויפלייגן נייע פעלער. אבער אלץ נארמאלקייט דארף ער שרייבן אז דאס איז א הוספה משלו.

ווי האט דער חתם סופר געבעטן די תלמידים, לייגט נישט אייערע חידושים אויף מיין נאמען. מיינע חידושים אויף ענקער נאמען, אקעי, אבער פארקערט נישט.

דאס נעמען ניגונים וואס די גאנצע וועלט קען און צולייגן כאדם העושה בתוך שלו דארף א הסבר.
גמרא ניגון
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:06 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גמרא ניגון »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 1:19 pm
א הערליכע פארצייטישע ארבעט געמאכט ב"ה,
יישר כח ר' ירמיה!
כה יתן וכה יוסיף השי"ת איר זאלט ווייטער באשיינען די וועלט מיט די אמאליגע הייליגע ניגונים ארויסגעגעבן מיטן פארצייטישן טעם!

א ספעציעלע געוואלדיגע קורת רוח זענען די פילע חידושים וואס זענען חידושים אפילו פאר די בקיאים אין ניגונים.

- די גרעסטע חידוש איז מיר דער דריטער פאל פונעם ראפשיצן קדש ורחץ ניגון, קיינמאל עס נישט געהערט בעפאר, עס געט צו א געוואלדיגע שלימות פארן ניגון.
- די צווייטע פאל פונעם ראפשיצן פייט ניגון (פסח מצרים, אויכט באקאנט אלץ שלום עליכם צאנז) איז אויכט א חידוש, בין איך נייגעריג אויב עס איז במקור אדער ווי איז עס צוגעקומען.
- דעם הייליגן ראפשיצער רב'ס טל זינגט ער הפלא'דיג אראפ! אויפן גענויעם ראזוואדאווען טעמפא, פיל בעסער ווי די דזשיקובע אלבום, זינגט ארויס יעדן תנועה בדיוק נפלא
- אבא בחיל איז דאך די סאמע בעסטע וואס מיר האבן נאר געקענט ווארטן פאר.. די ריינע ראזוואדאווער ניגונים המונחין בקרן זויות וואס ר' ירמיה געט ארויס מיט אזא טעם, א מחיה!
- איבער די שיר השירים זאל מען ענדערש נישט רעדן... צווישן די פילע נוסחאות אין דעם ניגון איז דער נוסח די שוואכסטער...
- בין איך נייגעריג די מקור פון דעם ניגון וואס ער זינגט אויף רוב זמירות, אדיר במלוכה, אחד מי יודע, חד גדיא. ווייסט איינער?
א חידוש וואס איך האב אויפגעכאפט, די קדש ורחץ ניגון קומט פון די באקאנטע ניגון חי ה'!
און די פאל וואס דו מיינסט אז עס איז צוגעלייגט איז די הויעכע פאל!...
אייזיג
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:05 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזיג »

גמרא ניגון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 3:09 pm

אדער פארקערט.
די באקאנטע ותמיד נספר תהילותך ענדלט אויך צו חי ד'
תכנת שבת
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 am

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכנת שבת »

געקויפט און פיין הנאה געהאט!

אז מ'רעדט שוין פון ניגונים וואס האב ענליכקייטן, האביך באמערקט אז די שיר השירים הייבט זיך אן ענליך צו די באקאנטע הארציגע חופה ניגון פון באבוב. (איך מיין פון ר' עזריאל מנדלבוים)
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אייזיג האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 3:36 pm
גמרא ניגון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 3:09 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 1:19 pm
א הערליכע פארצייטישע ארבעט געמאכט ב"ה,
יישר כח ר' ירמיה!
כה יתן וכה יוסיף השי"ת איר זאלט ווייטער באשיינען די וועלט מיט די אמאליגע הייליגע ניגונים ארויסגעגעבן מיטן פארצייטישן טעם!

א ספעציעלע געוואלדיגע קורת רוח זענען די פילע חידושים וואס זענען חידושים אפילו פאר די בקיאים אין ניגונים.

- די גרעסטע חידוש איז מיר דער דריטער פאל פונעם ראפשיצן קדש ורחץ ניגון, קיינמאל עס נישט געהערט בעפאר, עס געט צו א געוואלדיגע שלימות פארן ניגון.
- די צווייטע פאל פונעם ראפשיצן פייט ניגון (פסח מצרים, אויכט באקאנט אלץ שלום עליכם צאנז) איז אויכט א חידוש, בין איך נייגעריג אויב עס איז במקור אדער ווי איז עס צוגעקומען.
- דעם הייליגן ראפשיצער רב'ס טל זינגט ער הפלא'דיג אראפ! אויפן גענויעם ראזוואדאווען טעמפא, פיל בעסער ווי די דזשיקובע אלבום, זינגט ארויס יעדן תנועה בדיוק נפלא
- אבא בחיל איז דאך די סאמע בעסטע וואס מיר האבן נאר געקענט ווארטן פאר.. די ריינע ראזוואדאווער ניגונים המונחין בקרן זויות וואס ר' ירמיה געט ארויס מיט אזא טעם, א מחיה!
- איבער די שיר השירים זאל מען ענדערש נישט רעדן... צווישן די פילע נוסחאות אין דעם ניגון איז דער נוסח די שוואכסטער...
- בין איך נייגעריג די מקור פון דעם ניגון וואס ער זינגט אויף רוב זמירות, אדיר במלוכה, אחד מי יודע, חד גדיא. ווייסט איינער?
א חידוש וואס איך האב אויפגעכאפט, די קדש ורחץ ניגון קומט פון די באקאנטע ניגון חי ה'!
און די פאל וואס דו מיינסט אז עס איז צוגעלייגט איז די הויעכע פאל!...
אדער פארקערט.
ווענדט זיך ווי אלט דער ניגון איז, דער חי ה' האט דער ייטב לב זי"ע געהערט פון א פאסטוך
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מקורות הניגונים אלבום עתיקא קדישא 6 פסח:

1. הללו את ה', ניגון שמחה; [כ'קען איהם נישט, עס שמעקט היינטיג]

2. קדש ורחץ; ראפשיץ.
דער ניגון ווערט געזינגען בכל חצרות צאצאי הרה"ק מראפשיץ זי"ע אויף קדש ורחץ און נאך שטיקלעך פון די הגדה.

3. הא לחמא עניא; נוסח.

4. הלל; נוסח.

5. הללו 2, ניגון שמחה; ראזוואדאוו.
ווערט געזינגען אין סטוטשין אויף שהשלום שלו, ר' יאשע ליפשיץ ע"ה זינגט עס אויף מעין עולם הבא און זאגט אז מען האט עס געזינגען אויף מעה"ב שבת הגדול.

6. זכר למקדש כהלל; נוסח

7. שיר השירים; ראזוואדאוו.
דער הייליגער שיר השירים ניגון האט מחבר געווען הרה"ק ר' משה מראזוואדאוו זי"ע, דער ניגון איז באקאנט מיט פארשידענע נוסחאות און דער נוסח איז כנראה געווען וויאזוי די לעצטע ראזוואדאווע רב ר' נפתלי זי"ע האט עס געזינגען.

8. אז רוב ניסים; נוסח ראפשיץ.

9. כי לו נאה, והמשך הזמירות;
כמדומה אז מען זינגט ענליך צו דעם אין באבוב, ומקורו לא ידוע לי.

10. אחד מי יודע; בר יוחאי דזשיקוב.
דער ניגון האט מחבר געווען הרה"ק ר' אליעזר'ל דזשיקובער זי"ע ויש המייחסים אותו להרבי ר' הירש מרימנוב זי"ע.

11. חד גדיא; די זעלבע ווי כי לו נאה (9).

12. אבא בחיל; ראזוואדאוו.
א הייליגע ניגון געגועים מחצר הרה"ק מראזוואדאוו זי"ע, יש מייחסים (ר' דוד פערקאוויטש) הניגון אל הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זי"ע.

13. טל, נוסח וניגון; הרה"ק מראפשיץ זי"ע.
דער ניגון טל האט מחבר געווען הרה"ק מראפשיץ זי"ע, ומושר בכל חצרות צאצאיו, י"א אז דאס איז איינע פון די ניגונים וואס דער ראפשיצער רב זי"ע האט מצווה געווען בניו ונכדיו נישט צו משנה זיין נאר שטענדיג בלויז זינגען דעם ניגון.

14. פסח מצרים; ראפשיץ.
אויכט באקאנט אין דער וועלט אלץ שלום עליכם ביים הייליגן צאנזע רב זי"ע.
דער ניגון שטאמט נאך פון הייליגן ראפשיצע רב זי"ע, נישטא קיין קלארע ידיעה אויב ער האט עס מחבר געווען.
דער ניגון ווערט געזינגען אלע ימים טובים אויף די פיוטים פון מערבית.
די צווייטע פאל דא איז נישט קלאר פון ווי עס שטאמט און וועמנס הוספה דאס איז.

15. חסל סידור פסח; ניגון קדש ורחץ ראפשיץ (2).

מקורות הניגונים אלבום עתיקא קדישא 6 פסח.pdf
(36.55 KiB) געווארן דאונלאודעד 158 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

אחד מי יודע מיט שלשה עשר מי יודע זענען צוויי אנדערע ניגונים
און זינג נישט די ווערטער דערויף נאר לאזט אויס מיט א געשריי.
אויך וויזוי ווערט דאס געזינגען אןיף בר יוחי וואלט געווען שיין צוהערן.

חסל סידור - זך שוכן - לשנה הבאה די חלקים הערט זיך פון אנ אנדערע ניגון (כקען די ניגון קען נישט אנמערקען די מקור )

פסח מצרים- צוויי נייע פעלער
הללו את השם -ניגון שמחה - שיין כמו שהוא בלי מקור
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”