עקט [act] טעראפי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

עס קומט צו שמייכלען ווען מדע נעמט זיך רעדן דת און קיינער כאפט אפי' נישט און זיי זענען נאך ערענסט בשעת מעשה
איבער די פאלעסי פון נישט ארייננעמען דעם אייבערשטן אינעם בילד ,למשל טאקע ווען ס'קומט צו טעראפי רעדן זיי דאך
בעצם דברי חסידות וכו'

איך גיי אריבער צו א צווייטע נקודא אביסל וואס איז נוגע דא אביסל

עס גייט פאר א מורדיגע טעות וואס גאר אינטעלעקלואלע אפי' מאכן און דאס איז אז מדע איז די איינציגסטע קוואל פאר
אבדזשעקטיווע אינפא ,אבער און פאקט איז דאס פשוט א גלאטע שקר וויבאלד מדע איז נאר איינס פון אסאך וועגן צו
באקומען איפא ,מ'קען נישט מאכן כאולי עס עקזעסטירט נאר די טעלעסקאפ און איגנארירן היסטאריע און מסורה וכו' ,
זיי קומען מיר אויס ווי איינער וואס האט זיך געלערנט א וועג פון אויסגעפינען זאכן און ער קלעבט נאר צו די מהלך און
די צייט וואס עס זענען דא נאך אסאך קוועלער פאר אינפא ,זיי מאכן כאולי עס עקזעסטירט נישט קיין מסורה וכו' .

און פאקט לעבט קיינער נישט מיט מדע ווען ס'קומט צו ריעל לייף כידוע !
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

זייער ריכטיגע ווערטער. אפשר קענסטו שרייבן מער וועגן דעם?
קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

איז אזוי : איך מיין אז די פאלגענדע מעשה קען גוט ארויסברענגען די נקודא וואס כ'האב פריער געזאגט ,
ווען דער רוסישע אסטרענאט האט צוריק געלאנדעט אויף דער ערד האט ער געזאט דארט פאר די מידיע
די ווערטער אונז זענען ארימגעפארן איבעראל און מיר האבן נישט געטראפן כביכול , [דאס איז
פארשטייט זיך געוועהן צו שטיפן דעם מוטער רוסלאנד באן] האט א צווייטער געזאגט אז איך בין א
ווייעלעניסט און איך האב צונימען מיין ווייעלין און נישט געטראפן קיין מוזיק דארט
, די מעשה קוקט
אויס זייער סארקאסטיש אבער און פאקט שפיגעלט עס אפ די מציאות וואס גייט היינט פאר ,די וועלט רעדט
זיך ממש איין אז א זאך וואס איז נישט סייענטיפיק אויפגעוויזן געווארן האט נישט קיין פלאץ ,יעצט די פאקט
איז אז ווען ס'קומט נישט צו דת האלט קיינער נישט אזוי כמעט למשל אהבה און שנאה און מסורה און מאראל
וכו' זענען זאכן וואס האבן מיט סייענס גארנישט צו טוען און דער עולם דינט האלט דאס פאר די שטערקסטע
מקור פון מציאות.

נישט אז איך האלט אז עס איז נישטא קיין סייענטיפישע באווייז וואס טראגט צו דת ניין נישט דאס מיין איך
נאר איך מיין צו זאגן אז מדע איז נישט די איינציגסטע קוואל פאר אינפא .

און בכלל קען מדע נישט אריינרעדן אין דת וויבאלד :
סייענס זאגט אונז די וואס און דת זאגט
אונז פארוואס
יעצט למשל אויב מדע זאגט אז מ'זעט אז די ים סוף איז אדורך א געוויסע
איבערדרייעניש בערך די צייט וואס כלל ישראל גיבט אן קריאות ים סוף וועט דאס זיין א אמתע סטעיטמענט
וויבאלד די פאקט איז אז עס איז טאקע אריבער אזא זאך אבער די פארוואס דאס האט שוין נישט מיט דיין
פעלד דאס איז שוין א אנדרע דיפארטמענט די האסט נישט די כלים מיר צו מסבר זיין די פארוואס, אדער
ווען סייענס זאגט אונז ויאזוי עס ווערט א רעגנבויגן בלייבט דאס ווייטער אמת ווייל מיר האבן קיינמאל געזאגט
פארקערט מיר רעדן פשוט פון א אנדערע עספעקט דהיינו מיר זאגן פארוואס דאס איז אזוי איינגעשטעלט און די בריאה .

יעצט לגבי די עצם ענין צו סייענס איז אלעס וואס איז דא מיין איך אז די פאלגענדע משל וועט אייך קענען
מסבר זיין פארוואס נישט ג:עוועהן א גרויסע הוגי דעות נישט לאנג צוריק האט ער געלאזט הערן א געוואלדיגע
נקודה : ער הייבט אן מיט א קשי ווי פאלגענד , ווי מיר וויסן אלע אז עס געפינען זיך משיגעים אויף די וועלט ,
לכאורה איז שווער וואס מאכט אז דער זאל ווערן אנגעריפן א מעשיגענער , געווענלעך האבן די משיגעים
פונקטלעכע הסברים אויף זייערע שיטות און קיינער קען עס אפי' נישט אפפרעגן , לאמיר נעמען א משל :
איינער טענה'ט ''איך בין משיח'' , יעדער האלט אז ער איז משיגע און ער טענה'ט אז אט טאקע דאס
ווייזט אס ער איז משיח וויבאלד אזוי דארף דאך בעצם זיין וכו' יעצט עס איז זייער גרינג זיך פארצושטעלן
אז קיינער זאל אים נישט קענען אפפרעגן , ווערט דאך יעצט אבער שווער אז לכאורה טענה'ט ער א זאך
פונקט ווי א נארמאלע מענשט וויבאלד ער רעדט זאכן וואס שטימען לגמרי נו לאמיטר הערן שלאג די פאר א מהלך??

די תירץ איז פשוט אז דער רעדט מיט א שכל המושלם אבער זיין גאנצע הסבר איז נישט שובע שכל
דהיינו ער גיבט צו א קליינקעפיגע הסבר אויף די זאך ווי אין די משל , כאולי משיח איז טאקע גארנישט
מער ווי איינער וואס פארקויפט גארנישט נאר שרייט צו יעדעם אז עטץ זענץ רשעים און גלייבט נישט אין מיר ,
די הסברים זיינע זענען בתכלית השלימות אבער די גאנצע זאך זיינע איז נישט פאר אונז עס שטעלט זיך נישט גוט אויפן הארץ

יעצט לאמיר ארויסזאמען און קימען צו אונז : מיר שטעלן זיך אויף א שפיץ בארג און מיר קיקן זיך ארים ,
ביליאנען שטערנס פינקלען צו אונז , מיר זענען ארימגענימען מיט הערליגע געוויקסן און בלימען ,
און חיות דרייען זיך פון אלע סארטן מיט פילפארביגע ציענדע קאלירן , מיר זענען ארימגענימען מיט טיפע
טיפע לויטערע געפילען א שטייגער ווי צדק יושר אהבה כבוד מינינג רעליגיע וכו' , אונזער מח וואס איז נישט
גרעסער ווי א האלבע עפל שיסט כסדר נאקלעארע חידישים און דערמיט קענען מיר דרייען א וועלט , יעצט דער
מאטריאליסט קומט און שרייט אז אלעס איז מקרה און אז אלעס איז אילודזשנס , דיין מח שיסט ארויס זאכן
פונקט ווי דיין דיידזשעסטיוו סיסטעם שיסט ארויס צואה ,די ביסט גארנישט מער ווי אפאר מאליקיוס און דיינע
אלע הרגישים זענען פשוט אילודזשנס וכו' , יעצט איז אזוי ,עס קען זיין אז
איך וועל אים קיינמאל קענען אפפרעגן אבער ער איז לדעת כולם אזויווי די משיח שקר , און ווען ער וועט דיך
צוריקטענה'ן אז די סיבה פארוואס די האלטסט אזוי איז נאר וויבאלד די לעבסט אין אילודזשנס איז ער יעצט
אין די מצב פון ווען די משיח שקר טענה'ט אז דאס איז טאקע משיח ''קיינער גייט נישט גלייבן אין אים ''.

יעצט בעצם ברויך מען נישט צוקימען צו דעי זאכן מ'קען פשו נעמען דעם סייענטיסט און אים אראפמאלן א
גרויסע ריזיגע סירקעל און אים בעטן אנצוצייכענען בערך וויפיל ער האלט אז ער פארשטייט שוין די בריאה
יעצט די תירץ פון א אנעסט סייענטיסט וועט זיין 10 % וויבאלד 90 % מאטריאל זענען אינדיטעקטעבל וכ' נו
אויב אזוי שוואג שטיל רעד נישט נעם נישט קיין שטעלע און בלייב ביי די ברייט באקאנטע אינסטינק וואס
יעדער גראדער מענטש האט אייביג געהאט און די וועלט האט נאכנישט מצליח געוועהן דאס ארויסצוטרייבן
פון די מענטשהייט נישט קיין חילוק ווי שטארק כפירה איז געוועהן פארשרייט , מענטשן זענען נישט אזוי משיגע
ווי זיי מאכן עס , ווען מ'האט אויפגעוויזן פאר די מענטשהייט אז די וועלט איז רינדיג האבן זיי דאס זייער שיין אנגענימען,
די זאך קען פשוט די מענטשליכע נאטור נישט אננעמען נישט קיין חילוק ווי ווייט מ'וועט פארדרייען א קאפ
דאס איז די מענטשנ'ס מהות פשוט .

שפתים יושק
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

קליגער פון קליג האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:29 pm


שפתים יושק
שפתים יושק איז ריכטיג!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

זייער זייער שטארק @קלוגער!

אבער, האטס עס געשריבן אינעם נישט ריכטיגן אשכול. עס באלאנגט אין די מאדערנע אשכול..

-----

ענדליך איז שוין דא עמיצער וועלעכע איז מיט מיר אין מיין אבסעלוטע גלויבונג אין די עכט'קייט פון די אינסטינקטיווע געפילן פון א בן אדם - ווען קיינער האט נישט געוואלט מיט-שטיין מיט מיר אין די מאדערנע אשכול..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

נשמת השכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 10:24 pm
זייער זייער שטארק @קלוגער!

אבער, האטס עס געשריבן אינעם נישט ריכטיגן אשכול. עס באלאנגט אין די מאדערנע אשכול..

-----

ענדליך איז שוין דא עמיצער וועלעכע איז מיט מיר אין מיין אבסעלוטע גלויבונג אין די עכט'קייט פון די אינסטינקטיווע געפילן פון א בן אדם - ווען קיינער האט נישט געוואלט מיט-שטיין מיט מיר אין די מאדערנע אשכול..
די מהלך שלאגן אפי גאר מאדערענע פאר א שטייגער ווי וויליעם דזשעימס [איינער פון די טאטעס פון מאדערענע פיסכילאגיע] און אויך א גרויסער בעל מח,
און החכם ברוט ווי אויך אלווין פלענטיג גאר גרויסע קאנטעמפערעטי פילאזאף ווי אויך וויקטור פרענקל וכו' , דזשעימס האט ארויסגעגעבן א בוך ''רעליגיעזע
עקספיריענס''וועלכע רעדט ממש דעי זאכן , ער פירט דארט אויס אז דת איז די אינסטינק פון די מענטשהייט און דאס איז די איינציגסטע זאך וואס קען העלפן
מענטשן , ווי אויך וויקטור פרענקל אין זיין בוך ווייזט ער אויף אז נאר די וואס קאנעקטן צו זייער נאטירליכע דת וועלן דורכמאכן שווערעקייטן וכו' און אלווין
פלענטיגע איז מער געפאוקעסט אויף דעם אז די בורדן אף פראפ איז אויף די עטאיסט ווייל דת איז די דיפאלט פאזיציע און עס איז ביים מענטש פונקט אזא
פאקט ווי די פאקט אז פיזישע זאכן עקזעסטירן ארים אונז ווי ער דיפיינט עס דארט באריכות , און לדעתי מיז אזוי זיין וויבאלד אויב נישט קען דאך א מענטש
טענה'ן אז ער האט נישט געקענט זיין א מאמין אין אזא צודרייטע וועלט ,אבער אזויווי דאס איז א שטערקערע זאך ווי א מושכל ראשון קענסטו שוין גארניט
טענה'ן נאר אז די האסט געוואלט טוען אומווערדיגע זאכן
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

נקודה למחשבה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 7:15 pm
קליגער פון קליג האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:29 pm


שפתים יושק
שפתים יושק איז ריכטיג!
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מעין המתגבר האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 1:18 pm
פארשטיין אלע געפילן וואס געפונען זיך אין אונז אויפ'ן יסודות'דיגסטן אופן, זע דא.;l;p-
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג מארטש 24, 2023 1:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

געזעהן א גוט ווארט : דער רוס זאגט אז ''אין מיין לאנד קען מען צימבלען דארווין אבער מ'קען נישט צימבלען די גאווערמענט
און דער מערב וועלט איינואונער זאגט ''ביי אונז קען מען צימבלען די גאווערמענט אבער נישט דארוועניזם'' !!!!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קליגער פון קליג האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 1:36 pm
ס'איז שוין גארנישט אזא ווערטל.....

דער מצב איז ביטער.....
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

קליגער פון קליג האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 1:36 pm
געזעהן א גוט ווארט : דער רוס זאגט אז ''אין מיין לאנד קען מען צימבלען דארווין אבער מ'קען נישט צימבלען די גאווערמענט
און דער מערב וועלט איינואונער זאגט ''ביי אונז קען מען צימבלען די גאווערמענט אבער נישט דארוועניזם'' !!!!
און עוד מעט - און גארווערמענט און דארוועניזם גייען אינאיינעם.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

נשמת השכל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 3:36 pm
קליגער פון קליג האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 1:36 pm
געזעהן א גוט ווארט : דער רוס זאגט אז ''אין מיין לאנד קען מען צימבלען דארווין אבער מ'קען נישט צימבלען די גאווערמענט
און דער מערב וועלט איינואונער זאגט ''ביי אונז קען מען צימבלען די גאווערמענט אבער נישט דארוועניזם'' !!!!
און עוד מעט - און גארווערמענט און דארוועניזם גייען אינאיינעם.
ביטע זיי מרחב
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: עקט [act] טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

@קליגער פון קליג

האסט אונז דא איבערגעלאזט מיט די ערשטע חלק פון עקט, מיר ווארטן פאר די אנדערע חלק (וועליוז, קאמיטמינט)
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”