טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

מיר האמיר אים פארלוירן!

קוקט אויס אז לכאורה האט פארגעסן פון אונז.
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב שטארק הנאה פון די לייקס וואס דער עולם שענקט נאך היינט אויף די לעצטע פארזעצונג, עס איז א סימן אז מען ליינט מיך ב"ה, און געבט אפעטיט פאראויסצוגיין אי"ה

געווענליך בין איך שטארק פארנומען אנהייב וואך, אבער אויב וועט זיך מאכן א פענסטערל, וועט מען זיך מצמצם זיין צו שענקן א קאפיטל בל"נ
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 12:22 pm
איך האב שטארק הנאה פון די לייקס וואס דער עולם שענקט נאך היינט אויף די לעצטע פארזעצונג, עס איז א סימן אז מען ליינט מיך ב"ה, און געבט אפעטיט פאראויסצוגיין אי"ה

געווענליך בין איך שטארק פארנומען אנהייב וואך, אבער אויב וועט זיך מאכן א פענסטערל, וועט מען זיך מצמצם זיין צו שענקן א קאפיטל בל"נ
יישר כח, מיר קוקן ארויס דערויף.
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

קוק מיר ארויס.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

א"י נקנית ביסורים,

אידן ווארטן ארויס אויף די קאפיטל...
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 12:11 pm
א"י נקנית ביסורים,

אידן ווארטן ארויס אויף די קאפיטל...
דאן וועט ה' אייר זיין א פאסיגער טאג עס ארויפצולייגן... דזשאסט קידדינג.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 12:11 pm
א"י נקנית ביסורים,

אידן ווארטן ארויס אויף די קאפיטל...
דו האסט רוח הקודש? אקוראט דאס איז דער נאמען פונעם קאפיטל!

אבער נעכטן בין איך געווען צו פארנומען דאס אפצושרייבן, און איך גלייב נישט אז היינט וועט זיין רואיגער - אבער איך האב דאס אינזין
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 12:33 pm
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 12:11 pm
א"י נקנית ביסורים,

אידן ווארטן ארויס אויף די קאפיטל...
דו האסט רוח הקודש? אקוראט דאס איז דער נאמען פונעם קאפיטל!
פארוואס רוח הקודש? דער עולם פילט דאס דא אויף די ביינער...

הכנה דרבה יעצט אין חדר שאול יצחק אויף די לינקע זייט, שיעור הכנה און דערנאך ניגוני התעוררות (אן קיין גיטאר).
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יעצט בין איך צו פארמאטערט אנצוהייבן שרייבן דעם ארטיקל, איך האף זייער שטארק דאס אריינצושטופן ערגעץ מארגן - יום שנכפל בו כי טוב לסדר ויקרא. ואתכם הסליחה.
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

אויב דאס איז די קעפל פון די קאפיטל האב איך עטוואס מורא אויף דעם אינהאלט....
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"א (קראקא!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל כ"ב - ארץ ישראל נקנית ביסורין

אנקומענדיג צום געיט פון וואו מיר וועלן אי"ה אפפליען קיין ארץ ישראל, האבן מיר זיך דערזען ארומגענומען פון אלע זייטן מיט געוועזענע אידן, תינוקות שנשבו וואס זייערע עלטערן און אור עלטערן האבן גאנץ זיכער געהערט צום ערליכן אידנטום, אבער זיי אליין האבן נישט קיין שום קשר מיט אידישקייט, אויסער וואס די שפראך זייערע פארמאגט אין זיך אסאך ווערטער וואס מיר געפינען אין לשון הקודש. מיין קאפ האט אנגעהויבן שווינדלען פון דעם עצם פאקט אז די אלע טאטואירטע מיט בלורית'ן זענען בעצם אפשטאמיג פונעם זעלבן סעקטע ווי אונז חרדי'שע אידעלעך, נאר דער לאנגער גלות האט אונז פונאנדערגעשיידט און ביטערליך צעטיילט לשתי מחנות און מער.

א בליק אויף די סקרינס אין די הייך האט געצייגט אז דער פליגער אפפלי צייט איז אפגעשטופט געווארן מיט כאטש א שעה, דאס מיינט אז אנשטאט ארויספארן האלב נאך צוועלף פארטאגס און אנקומען ארום פינף אזייגער אין ארץ ישראל, וועלן מיר נישט ארויספארן בעפאר האלב צווייע און ערשט אנקומען נאך זעקס אזייגער. ווען די רעדע איז פון א פרייטאג, מאכט יעדע שעה אויס א געוואלד, בפרט אז מען וויל נאך אנקומען קיין מירון און זיך עטוואס מסדר זיין, אבער אויסער קלאצן אויף די סקרין און האפן אז עס זאל זיך נישט נאכמער פארשפעטיגן דער פליגער, איז נישטא וואס צו טון אין דעם נושא.

איך האב שוין געהאט געענדיגט מיינע שיעורים אויפ'ן טאג, האב איך אויסגענוצט די צייט צו אנרופן אהיים און שמועסן רואיג מיט די קינדער וועלכע האבן געהאלטן אינמיטן נאכטמאלן, דאן האט זיך געשטעלט א פרומע מנין מעריב מיט רוב חרדים און מיר האבן מיטגעדאוונט, ווען מיין באגלייטער שטייט פון פארנט און דאוונט פאר, נאר ביי ספירה ציילן האט ער מכבד געווען דעם ארץ ישראל'דיגן רב'ל צו פארזאגן. יענער איז דארט געווען מיט זיין זוהן און שנור און אפשר נאך א טאכטער אויך, ווי געשריבן זענען זיי געפארן צום ראפשיצער ציון זייענדיג אפשטאמיגע פונעם הייליגן הויף. דער זוהן איז אן איידעם ביי א גאר באקאנטע גרעסערע קרייז אין א"י, און מיר האבן געכאפט א שטיקל שמועס מיט אים איבער זיין עלטער שווער - דער אדמו"ר פון יענע קרייז, הערנדיג אינערליכע זאכן וואס דרויסנדיגע האלטן נישט געווענליך מיט.

ביים פריערדיגן עטוואס שוואכערן מנין האבן געדאוונט די ספרד'ישע כולל יונגעלייט וועם מיר האבן געטראפן אין ליזענסק, און דער איין קוריאזער וועלכער האט אונז צוזאמגעבענטשט דארט אויפ'ן פעלד, האט יעצט געדאוונט מיט א הויך קול און איבערגעזאגט ווערטער און מדקדק געווען ווי א סערטיפייד או.סי.די. (ווי מיר האבן שוין געשריבן אין קאפיטל י"ח), הייבנדיג די ברעמען פון אלע ארומיגע, בפרט די אפגעפרעמדעטע וועלכע האבן זיך מסתמא איינגערעדט אז זו תורה וזו סחורה, כאילו דער איז א ביישפיל פון אלע רעליגיעזע אידן.

ווי ריכטיגע חסידים האבן מיר זיך אוועקגעריקט פונעם איבערגעפולטן געיט וואו עס האבן געווארט אלע רייזנדע פון אונזער פליגער, און מיר האבן אקופירט די ליידיגע דערנעבנדיגע געיט, וואס איז געווען אפגעטיילט פון די אריגינעלע מיט א דורכזיכטיגע גלאזערנע וואנט, וואס האט אונז ערלויבט צו דאווענען אין אן עטוואס שטילערן אטמאספערע אבער מיר האבן נאכאלץ געקענט זען די גאנצע צייט וואס דארט טוט זיך, און באמערקן ווען מען הייבט אן ארויפלאזן אויפ'ן פליגער. אויך די ליידיגע געיט האט אבער געהאט גרויסע טעלעוויזיע סקרינס אין צענטער וועלכע האבן נאכאנאנד געצייגט אנאנסן פאר די פוילישע לאט לופטליניע, איבער און איבער עד אשר יצא מאפינו. די צייט איז געקראכן, און מיר האבן שוין געהאלטן נאכ'ן גיין הכנות, זיך וואשן די הענט, דאווענען, היטן די באגאזש אז דער קאלעגע זאל קענען גיין הכנות, רעדן קיין ניו יארק, לאזן דעם זוהן אהיימרעדן, ריטשארדזשן דעם טעלעפאון אביסל, און מען האט נאכאלץ נישט אויסגערופן אז מען לאזט שוין ארויף אויפ'ן פליגער.

ענדליך ענדליך עפנט זיך דער טיר און א שורה הייבט זיך אן שלענגלען, אבער אנדערש ווי געווענליך ווען מען גייט אריין אין אזא קארידאר וואס פירט גלייך צום פליגער, איז מען דא בלויז אראפ שטיגן צו די גאס, וואו מען האט צושפאצירט צו א לאנגע טראלי-באס מיט עטליכע וואגאנען, וואס וועט אונז עווענטועל צופירן צום פליגער וואס שטייט פארקירט ערגעץ אינמיטן לופטפעלד. כדרכי האב איך זיך געאיילט ארויסצוגיין פונעם געיט, נאך דאן מיינענדיג אז מען גייט תיכף אויפ'ן פליגער ארויף, בעת מיין באגלייטער האט אייביג די וועלטס צייט און ער לאזט יעדן גיין פאראויס און נעמט זיך זיין צייט מיט די גרעסטע מאס געדולד. איך קום אראפ צום באס מיט מיין זוהן, מיר שטייגן ארויף אויף איינע פון די וואגאנען, דער באס ווערט פילער און פילער, און איך קען שוין קוים ווארטן אז עס זאל זיך נעמען רירן פון ארט. איך האב נישט גע'חלומ'ט אז א לופט געזעלשאפט קען זיך אזוי געמיין באפאסן מיט קליענטן, אבער מען האט געלאזט דעם באס שטיין אויפ'ן זעלבן ארט ארום א האלבע שעה צייט, ווען יעדע מינוט שטייגט איין נאך א פאסאזשיר און נאך א פאסאזשיר, און מיר ווערן מער און מער צונויפגעדרוקט. אין די ענדע זענען מיר געשטאנען ווי די סארדינען, א שטייגער ווי אויף די איבערגעפולטע ניו יארק סיטי סאבוועי באנען אין די פארנומענע שטונדן פון טאג.

אויב דאס איז נישט גענוג געווען, איז צו מיין שווער מזל באשערט געווען צו שטיין סמוך ונראה צו אן אנגעטריקענער פאלאק, וועלכער שטאמט גאנץ זיכער פון אידן ווי קענבאר אויף זיין נאז און שפראך, און יענער האט געהאט מיט זיך מער ווי איין באגלייטערין, און זיך געפירט ווי א הולטיי אין אונזער געגנווארט, זיך נישט רעכנענדיג קיין כי הוא זה מיט זיינע ארומיגע. ביי איין פאל האט ער זוכה געווען צו כאפן א שטופ פון א פרומער גורער יונגערמאן וועלכער איז געשטאנען מיט'ן רוקן אויסגעדרייט צו אים און געלערנט אין קאפיס פון בלעטער גמרא, מיט זיין צענערלינג טאכטער שטייענדיג נעבן אים, געווען איז דאס ווען דער הולטיי - וואס אין קריג וואלט ער זיכער געווען א קאפא לויט זיינע מאניארן - האט זיך עטוואס מער צעפירט די הענט און זיך ממש אריינגעשטופט אין דעם יונגערמאן. דער לעצטער האט זיך גוט אויפגערעגט און אים געשטעלט אין פלאץ, בוכשטעבליך. שטיי איך דארט מיט מיין זוהן און איך ווייס נישט וואס צו טון... אויסער איבער'חזר'ן 'נו, נו, וואס דויערט עס דא אזוי לאנג', האבן מיר בלויז געקענט קלאצן אויפ'ן דאך אדער איינער אויפ'ן אנדערן, ווייל איבעראל ארום אונז איז געווען נסיונות.

עס האט מיך דערמאנט די באקאנטע מעשה פון רבי מענדעלע וויטעפסקער, וועלכער האט אפגערייזט קיין ארץ ישראל און זיך אפגעזעגנט פון זיין יצר הרע ביים בארטן פון אייראפע, נאר אנצוקומען קיין ארץ ישראל און דארט טרעפן א פרישן יצר הרע... און דער פרישער האט אים געזאגט אז ער האט זיך טאקע אפגעזעגנט פונעם חוץ לארץ'דיגן, אבער דא אין ארץ ישראל דרייט זיך דער עכטער... אזוי גייט עס, דארט וואו עס דא מער קדושה, פארלייגט זיך די טומאה מער - ווי באקאנט פון הייליגן אור החיים אנהייב פ' חקת.

איך בין געווען אזוי צעטרענצעלט פון דעם דאזיגן מיטמאכעניש, און אזוי אויך פון שפעטערדיגע אזעלכע חזיונות שוין אינערהאלב ארץ ישראל, אז איך האב די גאנצע צייט געטראכט 'אם כן למה זה אנכי', לוינט זיך דען די גאנצע נסיעה למקומות הקדושים אויב מען איז אויסגעשטעלט צו זאכן וואס מען האט נישט א גאנץ יאר זייענדיג אין די אייגענע ד' אמות. ערשט ווען דער שבת קודש איז צוגעפאלן און איך האב געעפנט א אידיש ספר, האב איך געפינען א קלארע מעלדונג פון הימל איבער דעם ענין, און דאס האט מיך שטארק בארואיגט, און מיר געמאכט באשליסן אז איך וועל זיך צוכאפן צו אט דעם ספר הקדוש און דאס נעמען אלס מיין קומענדיגע חסיד'יש ספר, און דאס איז טאקע דער ספר באר מים חיים וואס איך לערן יעצט טעגליך מיט גרויס הנאה.

דער שטיקל תורה וואס איך האב באמערקט גלייך ביים אויפמישן דעם ספר צו פרשת אמור (כאטש אין ארץ ישראל איז שוין געגאנגען בהר), איז אויפ'ן פסוק "לא יטמא בעל בעמיו להחלו", איך וועל נישט אראפברענגען דעם גאנצן שטיקל, אבער אויב איר קענט לייגן א האנט דערויף און דאס אפלערנען, וועט איר גאנץ זיכער אויך הנאה האבן. ער רעדט דארט איבער עטליכע סארטן אהבה, און אז ווי טיף א מענטש איז געזינקען אין די נישט ריכטיגע סארט, צייגט דאס וואספארא פאטענציעל ער האט ווען ביים זיך הייבן און נוצן די כוחות אויף קדושה. עיין שם באורך במתק לשונו הזך. הכלל, איך האב פון דעם ארויסגענומען א שטארקע חיזוק, וואס האט מיר שטארק אויסגעפעלט באותה שעה.

צוריק צו דעם אנגעשטויסענעם באס וואו מיר שטייען שרעקליך לאנגווייליג אזש ביז'ן פלאצן, ענדליך ענדליך איז געקומען די ריכטיגע מינוט ווען יעדער איינציגער פון די פאסאזשירן האט זיך אריינגעקוועטשט דערין און די רעדער האבן זיך גענומען רירן פון ארט. מען איז געפארן א קורצע מהלך און זיך אפגעשטעלט פארנט פון א פליגער מיט אפענע טירן, און יעדער האט זיך געדארפט אויסקלייבן ארויפצוגיין דורך איינע פון די טרעפן-טרעקלעך וואס פירן צו די צוויי טירן פונעם פליגער.

איך בין שוין געווען פארמאטערט ביז גאר, און געהאפט צו דורכשלאפן די גאנצע רייזע, האב איך זיך געפריידט נישט צו זיצן ביי א פענסטער וואו איך וועל האבן א דראנג צו ארויסקוקן און באטראכטן די מיטל-מזרח פאנאראמעס וואס מען גייט שפעטער פארבייפליען. א בליק אויף מיין באגלייטער האט געצייגט ווי ער פירט עפעס געשפרעכן מיט די פלי באאמטע, איך בין שוין געווארן נייגעריג וואס אזאנס דארט גייט פאר, ביז איך האב געזען ווי איינער ברענגט אים פשוט א גרעסערע פאסיק זיך איינצוגארטלען...

די צעלאזטע חברה האבן אויך אויפ'ן פליגער נישט איינגערוט, און זיצנדיג עטליכע זיצן פארנט פון אונז האב איך געדארפט מיטהאלטן זייערע צינישע געלעכטערס און בילדער כאפעריי איינער פון אנדערן, אבער ב"ה די רייזע זעלבסט איז אדורך בשלום, נאכדעם וואס מיינע אויגן לעפלען האבן זיך אונטערגעגעבן און פארשלאסן אויף גאר א לאנגע וויילע.

ביים אויפשטיין האט שוין געטאגט אינדרויסן און איך האב גענומען דעם פלעשל וואסער וואס איך האב זיך געקויפט אין קראקאווער לופטפעלד און באגאסן דערמיט די שפיץ פינגער אלס א זכר פאר נעגל וואסער, אבער דאן האב איך זוכה געווען צו א גאנצע מוסר שמועס פון א נערווירנדער שכן, שטארק מעגליך א ליטוואק, וועלכער האט בלויז געוואלט מעורר זיין אז דאס איז נישט גענוג און אויב אזוי פארוואס טו איך דאס. גיי ערקלער אים אז איך גיי זיך אי"ה גאר בקרוב אפוואשן די גאנצע הענט, אבער כדי צו קענען שטעלן א טריט און אראפגיין פון פליגער, איז מיר בייגעפאלן צו באנעצן די שפיץ פינגער, אין צוגאב צו אפרייבן די הענט. אבער דאס איז נישט געווען זיין איינציגע דאגה, דער נודניק האט אויך געוואלט וויסן ווער איך בין און פארוואס איך קום יעצט קיין ארץ ישראל, און הערנדיג אז דאס איז מיין ערשטע מאל דאהי, האט ער געפרעגט פארוואס איך מאך נישט קיין "שהחיינו". איך האב אים פרובירט מסביר צו זיין אז אין מיין קרייז איז דאס אינגאנצן נישט קיין רבותא, און אדרבה, קוים וואס איך האב זיך ערלויבט צו קומען אהער, אבער דאס איז שוין געווען צו טיפע תורה פאר אים און מיר האבן זיך אפגעזעגנט לחיים ולשלום.

מיר זענען אפגעשטיגן פון פליגער, און אט אט רעכט מען זיך צו טרעטן על אדמת הקודש. מיין זוהן האט נאר געוואלט וויסן וואו עס איז דער פלאץ וואו מען פאלט אראפ אויף דער ערד און מען קושט די הייליגע לאנד. שפעטער ווען מיר זענען געשטאנען אין פארקינג לאט נעבן א שטיק רויע ערד, האב איך פארגעשלאגן אז דא איז ווארשיינליך די ריכטיגע ארט דאס צו טון, זייענדיג באדעקט מיט זאמד און נישט שיין געפלאסטערטע מארבל אומפארטירט פון ווייסעך-וואו. למעשה איז ער דאכט זיך געבליבן ביים וועלן...
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

געשמאק ווי געשמאק קען נאר זיין ;l;p- ;l;p-
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

זייער אינטערעסאנט דיין באשרייבונג
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

א געשמאק צו לעזען, אזא כח אריין צו שלפען די ליינער ווי גלייך איך בין יעצט אויפן וועג קיין א”י, יישר כח!

ווי ס’קוקט אויס גייט די ארץ ישראל קאפיטלן נקנה ווערן ביסורים, יעדע שטיק צייט נאך א קליינער טריט
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

הערליך הערליך!!

יעצט גיימיר זיך נישט לאזן ווארטן אזוי לאנג!

א פרישע קאפיטאל פליז...

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

הערליך און געשמאק!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

דער מנהל לייגט דאס אראפ מיט אזא געשמאק אז מ'פילט זיך ווי מ'גייט אריבער די נסיעה צוזאם,

אבער היות די קאפיטל האט זיך פאר דער מנהל נישט געשפירט די בעסטע,
פיהלן אונז דאס מיט....
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

יישר כח מנהל!

ביי די קרייז ווי די געהערסט איז א רבותא זיך אראפצווארפן און קישען די ערד פון ארץ ישראל ?
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

קודם א לייק, נאכער העמער ליינען.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

צעטרענצלט איט איז....

יישר כח!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אזוי ווי איין לייק איז ווייט פון גענוג, לייקן מיר אלע ארומיגע הכנה תגובות פון דעם מנהל אויך.

יעדע פאראגראף באזונדער אן עקסטערע שיינע אינטרעסאנטע תוכנ'דיגע תגובה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דייווער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:04 pm
יישר כח מנהל!

ביי די קרייז ווי די געהערסט איז א רבותא זיך אראפצווארפן און קישען די ערד פון ארץ ישראל ?
איך ווייס נישט. האמת אגיד, איך בין געפארן ווי א נאאיווער פארשוין, נישט אדורכגעבליקט קיין ספרים אדער ביכער דערוועגן, סתם זיך אויפגעהויבן און געפארן. איך קען דיר נישט זאגן צי דער מנחת אלעזר אדער דער בעל ויואל משה האט געקושט די ערד, וויבאלד איך ווייס דאס נישט...

מיין זוהן איז אבער א לעבעדיגער טיפ, און ער האט אלעס געמוזט פרובירן און טון, און ווי איר וועט זיך טאקע איבערצייגן שפעטער אינעם טאגבוך, איז ער פיל מער ארומגעלאפן אין א"י גופא ווי מיר.

אגב, אויב זאל זיך מיר מאכן נאך א פענסטערל צווישן יעצט און פסח - א מילתא דלא שכיחא כלל וכלל - וועל איך אי"ה אויסנוצן די געלעגנהייט (איך קען שוין שרייבן די נאמען פון די קומענדיגע קאפיטל, אנע ערקלערונג אבער... עס גייט אי"ה הייסן "פאראנויע"), אבער אויב נישט, און חול המועד פיר איך זיך שוין אלע יארן נישט צו שרייבן עפעס ברבים, וועט די פארזעצונג ערשיינען נאך פסח, און איך האב א שטארקע האפענונג צו קענען פארטיגן דעם גאנצן טאגבוך צום יארטאג פון די נסיעה. זאגט אלע אמן.
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

זייער הנאה צו ליינען!!!


א זייטיגע שאלה, א טאג בוך שרייבט מען נישט יענעם טאג, ווי עס פאסירט?

ארויף מיט אלע דרעפטס זויפארט..😉😉
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:33 am
דייווער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:04 pm
יישר כח מנהל!

ביי די קרייז ווי די געהערסט איז א רבותא זיך אראפצווארפן און קישען די ערד פון ארץ ישראל ?
איך ווייס נישט. האמת אגיד, איך בין געפארן ווי א נאאיווער פארשוין, נישט אדורכגעבליקט קיין ספרים אדער ביכער דערוועגן, סתם זיך אויפגעהויבן און געפארן. איך קען דיר נישט זאגן צי דער מנחת אלעזר אדער דער בעל ויואל משה האט געקושט די ערד, וויבאלד איך ווייס דאס נישט...

מיין זוהן איז אבער א לעבעדיגער טיפ, און ער האט אלעס געמוזט פרובירן און טון, און ווי איר וועט זיך טאקע איבערצייגן שפעטער אינעם טאגבוך, איז ער פיל מער ארומגעלאפן אין א"י גופא ווי מיר.

אגב, אויב זאל זיך מיר מאכן נאך א פענסטערל צווישן יעצט און פסח - א מילתא דלא שכיחא כלל וכלל - וועל איך אי"ה אויסנוצן די געלעגנהייט (איך קען שוין שרייבן די נאמען פון די קומענדיגע קאפיטל, אנע ערקלערונג אבער... עס גייט אי"ה הייסן "פאראנויע"), אבער אויב נישט, און חול המועד פיר איך זיך שוין אלע יארן נישט צו שרייבן עפעס ברבים, וועט די פארזעצונג ערשיינען נאך פסח, און איך האב א שטארקע האפענונג צו קענען פארטיגן דעם גאנצן טאגבוך צום יארטאג פון די נסיעה. זאגט אלע אמן.
דיסלייק פאר די לעצטע פאראגראף……
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ב (א"י נקנית ביסורין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:33 am
דייווער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:04 pm
יישר כח מנהל!

ביי די קרייז ווי די געהערסט איז א רבותא זיך אראפצווארפן און קישען די ערד פון ארץ ישראל ?
איך ווייס נישט. האמת אגיד, איך בין געפארן ווי א נאאיווער פארשוין, נישט אדורכגעבליקט קיין ספרים אדער ביכער דערוועגן, סתם זיך אויפגעהויבן און געפארן. איך קען דיר נישט זאגן צי דער מנחת אלעזר אדער דער בעל ויואל משה האט געקושט די ערד, וויבאלד איך ווייס דאס נישט...

מיין זוהן איז אבער א לעבעדיגער טיפ, און ער האט אלעס געמוזט פרובירן און טון, און ווי איר וועט זיך טאקע איבערצייגן שפעטער אינעם טאגבוך, איז ער פיל מער ארומגעלאפן אין א"י גופא ווי מיר.

אגב, אויב זאל זיך מיר מאכן נאך א פענסטערל צווישן יעצט און פסח - א מילתא דלא שכיחא כלל וכלל - וועל איך אי"ה אויסנוצן די געלעגנהייט (איך קען שוין שרייבן די נאמען פון די קומענדיגע קאפיטל, אנע ערקלערונג אבער... עס גייט אי"ה הייסן "פאראנויע"), אבער אויב נישט, און חול המועד פיר איך זיך שוין אלע יארן נישט צו שרייבן עפעס ברבים, וועט די פארזעצונג ערשיינען נאך פסח, און איך האב א שטארקע האפענונג צו קענען פארטיגן דעם גאנצן טאגבוך צום יארטאג פון די נסיעה. זאגט אלע אמן.
אמן!

אין מסעות ירושלים ווערט נישט געברענגט אז הרה״ק המנחת אלעזר זאל קישען די עפר הארץ.
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”