סיסטעם פון נעמען באצאלט, האנדלן מיט קאסטמער׳ס און און אלעס ארום גראפיק דעזיין

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מייזעלס
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 8:41 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייזעלס »

גראדע איז דא א מהלך פון בעטן אויף די שעה למשל 150 פער שעה
בעיקר דיזיינערס פאר טייפאגרעפי און לעיאוט
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

מייזעלס האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 3:42 pm
גראדע איז דא א מהלך פון בעטן אויף די שעה למשל 150 פער שעה
בעיקר דיזיינערס פאר טייפאגרעפי און לעיאוט
בעטן פער שעה פאר א קריעטיוו סערוויס איז די גרעסטע שטראף וואס די קענסט געבן פארן דעזיינער!!
ווייל פאר אן עקספריענסט דעזיינער נעמט זאכן האלב די צייט ווי פאר א בעגינער.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

חלקי האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 18, 2023 11:17 pm
מייזעלס האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 3:42 pm
גראדע איז דא א מהלך פון בעטן אויף די שעה למשל 150 פער שעה
בעיקר דיזיינערס פאר טייפאגרעפי און לעיאוט
בעטן פער שעה פאר א קריעטיוו סערוויס איז די גרעסטע שטראף וואס די קענסט געבן פארן דעזיינער!!
ווייל פאר אן עקספריענסט דעזיינער נעמט זאכן האלב די צייט ווי פאר א בעגינער.
און טאקע דערפאר בעט ער דאפלט פער שעה פאר זיין ארבעט. ניין?
זעצל גראצאוויטש
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

איינס האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:31 pm
סאיז דא א בעיסיק וויזוי סארבעט.
א עד כך וכך, אויב נעמסטו עטליכע אין א סעט וועט דאס געוונליך זיין ביליגער.
א בראשור כך וכך פער פעידזש.
א לאגא כך וכך, בדרך כלל ועט מען געבן עטליכע אפציעס, און פיינעלייזן און ציפיצן איינס.
וכן הלאה, ווי עני אנדער מארקעט
וואס טוט מען אויב די דיזיינער האלט אז די קאמפיין וועט האבן א בעסערע צורה מיט פיר עדס און די קאסטומער האלט דריי און ער וויל דאך נישט צאלן מער?

ווישי וואסער האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:27 pm
כתר מלוכה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 12:55 pm
למעשה האט ער געפרעגט וואס איז די בעסטע וועג ווי אזוי צו נעמען די געלט
אין מיין עקספעריענס איז גיט צו טשארדזן ברייט אין זיכער מאכן צו נעמען א דיפאסיט,

געווענטליך די וואס זיכן ביליג זענען די וואס אביאזן די מערסטע די סיסטעם, זיי האלטן אייביג אז טוישן פאנט קאלאר פיקטשער איז ממש א קלייניקייט, נאכן בעטן 10 זאכן קומען זיי צוריק צו א' אינעם בעסטן פאל אדער בעקן זיי ארויס, אין מען ווערט געוואר אז אינעם זעלבן צייט האבן זיי באשטעלט ביי נאך איינעם וואס איז אריינגעקומען 10 טאלער ביליגער

אין דאס מיין פריינד איז פארוואס א none refundable deposit איז א מאסט, אין מיטן זיין אביסל טייער קומען זיי נישט אן אין פטור אן עסק
איך עגרי הונדערט פראצענט! זייער גוט ארויס געברענגט די מצב.
זעצל גראצאוויטש
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

שלאגמעך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:34 pm
טאטעטריא האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:07 pm
לעקיש האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:28 am
אלופי אדום האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:48 pm
יעדע גרעפיקער האט זיך זיינע פרייזן און אוב בעטן א איינגאבע עכ"פ פון א נייע קאסטומער

טוענדיג אין די ליין וויל איך דיר געבן א טיפ,
נאכן באשליסן וועלכע גרעפיקער די ווילסט ניצן, זאג אים קלאר ארויס וואס דו האסט אין קאפ וויאזוי די ווילסט דיין מארקעטינג (עד/בראשור וכו') זאל אויסקוקן, די מערסטע וואס שייך.
מכאן ואילך לאז אים אליינס טוהן וויאזוי זיין קאפ פירט אים. און נישט איינטיילן טוה אזוי און אזוי.

א גרעפיקער/מארקעטער האט אנדערע ברילן ווען ס'קומט צו זיין ליין, און אויב די קאסטומער האלט אז ער פארשטייט בעסער וועט זיך עס בדרך כלל אנזעהן אויף די רעזולטאטן פון די עדס, ודוק.
די רעזולטאטן זעען זיך אן סיי ווייל מ׳פארפאטשעקט... און אויך ביי די קומענדיגע עד וועט די מארקעטער זיך אסאך שווערער ברענגען צו מאכן עפעס גוטס, ווייל ער וועט א גאנצע צייט טראכטן וואס דו ווילסט און עס וועט נישט לאזן אויפקומען מיט די ריכטיגע ארבעט... די קאפ ארבעט פשוט נישט...

כ׳גלייב אז אנדערע וועלן באלד טענה׳נען אז די דעזיינער׳ס ווילן פשוט האבן א גרינגערע ארבעט... ווילן זיי אז מ׳זאל נישט דרייען א קאפ. גיי זאג זיי.
💯

סאיז אזא משוגעת פון משוגע מאכן א גרעפיקער זיכער צו מאכן אז ער נוצט אויס די גרעפיקערס מאקסימום צייט און כח....

די פראבלעם איז מיט די מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי פארשטייען צו גרעפיקס...
האסט שוין אמאל געזען איינער וואס פארשטייט נישט צו גרעפיקס? איך נישט.
כלל ישראל איז געבענטשט מיט פארשטייערס
נו נו. גיי אריין אין די ליין פון גראפיקס וועסטו זעהן...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זעצל גראצאוויטש האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 2:31 am
איינס האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:31 pm
סאיז דא א בעיסיק וויזוי סארבעט.
א עד כך וכך, אויב נעמסטו עטליכע אין א סעט וועט דאס געוונליך זיין ביליגער.
א בראשור כך וכך פער פעידזש.
א לאגא כך וכך, בדרך כלל ועט מען געבן עטליכע אפציעס, און פיינעלייזן און ציפיצן איינס.
וכן הלאה, ווי עני אנדער מארקעט
וואס טוט מען אויב די דיזיינער האלט אז די קאמפיין וועט האבן א בעסערע צורה מיט פיר עדס און די קאסטומער האלט דריי און ער וויל דאך נישט צאלן מער?
נישט אנדערש ווי עני אנדער מארקעט, משמועסט זיך אויס און מקומט זיך אויס.
אויב יענער וויל נישט דיין פראדוקט, מיינט דאס אדער אז ער דארף עס נישט, אדער אז דו ביסט נישט קיין גוטער סעילסמאן…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

Don’t get me started
ס׳זענען דא וואס זענען שוין געווארן אזוי וויי געטאן, אז מ׳מאכט זיך הינדרעט גדרים מיט קליינע ווערטער ווי א טורמס ענד קאנדישאנס וואס א לויער האט געשריבן אז מ׳קען דרייען די ווערטער וויאזוי מ׳וויל, און מיט אזא עטיטוט סערווירט מען דעם נעקסטן קליענט וואס האט נישט קיין אנונג אז אויף אים גייט מען זיך יעצט אויסגעבן אלע פראסטעישאן פון ביז אהער און מ׳גייט גיין בחומר הדין. אפילו דער פרישע קליענט האט בכלל נישט בדעה צו משוגע מאכן, ער געבט א קארטל. אבער - ווי די שטייגער איז אין די ליין, מאכט זיך א מיספארשטענדעניש צוליב דעם איינע סיבה, אז מ׳ערווארט אז די קליענט זאל האבן רוח הקודש, און מ׳שפרינגט ארויף אויף אים דיפענסיוו מיט א גאן. דערוואג זיך צו פרעגן איין פראגע מער, און מ׳דערמאנט דיר אז דער קאנטראקט האט א לויער געשריבן פאר 15 אלפים און זיי זענען גערעכט.

די סארט מענטשן טרעפן זיך זייער שנעל ארויס פון ביזנעס.

און אנדערע ווערטער, טריטן נייע קאסטומערס מיט עדיטוט ווייל מ׳וויל זיך פראטעקטן. וועל איך ענדערש פארלירן דארט געלט און זעך אן עצה געבן.
קיינער טאר נישט ווערן עבּיוזד אלץ א קאנסומער.

ס׳איז די ארבייט פינעם סערוויס פראוויידער צו מאכן זיכער אז זיין קליענט פארשטייט וויאזוי די סארט אינדוסטרי ארבייט. און פארשטיין וואס די קליענט וויל. וויאזוי מ׳קען אים העלפן מיט זיינע ניד׳ס.
אויב זעהסטו א גרינער וואס קומט די ערשטע מאל בעטן סערוויס, זיי דו די מומחה און זאג איז אז ער דארף האבן א קרעש קארס / קאנסעלטעישאן וויאזוי די סערוויס ארבייט. קענסט בעטן געלט פאר די צייט. אדער קענסטו עס געבן בחינם.

ס׳איז די אחריות פינעם סערוויס פראוויידער צו קענען אידענטיפיצירן ווען איינער איז סתם א סקרו דרייווער וואס וויל אלעס בחינם. אויב קענסטו עס נישט באמערקן, דאן ביסטו נישט אין ביזנעס. עס פעלט דיר דער עיקר שליסל צו פארשטיין ווער ס׳איז דיינע קאנסומערס.

איינער וואס פיל אליינס מאכן גראפיקס, נאר ער האט נישט קיין פאטאשאפ און דערפאר רופט ער אן א גראפיקער, איז דא מהלך פאר אים אויך.

איך פלעג מאכן קיבארד פראגרעמס פאר שפילערס. געוויסע האבן געזאגט אלף פשוט ווייל זיי האבן נישט געוואוסט וויאזוי מען איז זיך מסביר בית.. מיט אזא איינער בין איך געזיצן צוזאמען ס׳גאנצע צייט און געבעטן אויף די שעה! ס׳האט זייער פיין געארבייט.
מיט גראפיקס אויב וויל מען, קען מען טאן ס׳זעלבע. די רגע יענער זיצט מיט דיר און באשליסט אז דו פארשטייסט אים נישט, זיכט ער א צווייטן. מ׳טאר נישט ארבייטן אן יענעם. און צומאל קען מען מאכן שיין געלט דערפון. ס׳איז א נערוון שפיל און נישט יעדער איז געמאכט דערפאר.

ארט איז א וועלט וואס דער ארטיסט זעהט. אסאך מאל זעהן זיי זאכן און מאכן זאכן וואס די אלגעמיינע גאס פארשטייט נישט און וועט נישט אויפטוהן גארנישט. דער ארטיסט שפירט זיך פארשעמט און דער קליענט שפירט ווי מ׳האט אים נישט דעליווערט.
אן ארטיסט מוז זיך קענען אריינשטעלן אינעם אלגעמיינעם וועלטס שיך. קענסט נישט מאכן עפעס וואס זאל דיר ברענגען הנאה אז יעדע אנדערע גרעפיקער גייט שפרינגען דערפון. דארפסט עס מאכן אז דער קאסטומער זאל שפרינגען. יענעמס עד/געלט איז נישט דיין קאנוועס צו מאלן און זיך גרויסן.

די זעלבע גייט אן מיט וועבסייט קאפירייט, דעזיין, און קאודינג.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 12:21 pm
קענסט נישט מאכן עפעס וואס זאל דיר ברענגען הנאה אז יעדע אנדערע גרעפיקער גייט שפרינגען דערפון. דארפסט עס מאכן אז דער קאסטומער זאל שפרינגען. יענעמס עד/געלט איז נישט דיין קאנוועס צו מאלן און זיך גרויסן.

איר האט געשריבן גאנץ גיטע נקודות, אבער אין די שורה איז דא א פונדאמענטל מיסטעיק.

א גוטע עד איז נישט אז אנדערע גרעפיקערס זאלן שפרינגען.
אבער אויך נישט אז די קאסטומער זאל שפרינגען.

א גוטע עד איז אז די "רעזולטאטן" זאלן שפרינגען. כ'מיין צו זאגן, דער קאסטומער זאל שפרינגען פון די אינקאם, נישט פון די עד אליינס.

אז דער קאסטומער שפרינגט פון די עד אליינס מיינט גארנישט אויף די רעזולטאטן, קען זיין ער האט ליב א קאטשקע אין וואסער און ער שפרינגט ווען מ'לייגט דעם בילד אויף די עד, אבער וואס האט ער דערפון אויב עס טוט נישט די עיקר אויף וואס ער צאלט - ברענגען "אינקאם"?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
מייזעלס
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 8:41 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייזעלס »

קוואל וואסער האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 12:38 pm

דערמאנסט מיר פון איינעם וואס זיין ביזנעס איז נישט געגאנגען אזוי גוט האט ער געבלעימט שטייטצעך דעם מארקעטער (איינע פון די טאפ אוף די מארקעט)
נאך א שטיק צייט האט ער געטוישט צו אן אנדערע מארקעטינג קאמפעני, און דארטן האט ער אויך געשאלטן...
איז ער ווידעראמאל געגאנגן צו א צווייטן...
דער האלט שוין היינט ביים 4'טן מארקעטינג קאמפעני.

אוודאי דארף א עד ברענגן רעזולטאטן אבער קענסט נישט בלעימען דעם מארקעטער/גרעפיקער אויב זאכן גייען נישט וויאזוי האסט גע'חלומט.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

אוודאי, דאס איז די עיקר, די פראדוקט דארף זיין גוט.

אז דו האסט א חלום פון פארקויפן העמדער אן קיין קנעפלעך, און עס גייט נישט, קענסטו האבן די בעסטע מארקעטינג פירמע, דיזיינער, און עדס, און ס'וועט נישט גיין.

אבער א גוטער מארקעטער וועט געווענליך כאפן פארדעם צי דער פראדוקט האט א מהלך צו גיין אדער איז עס נאר א בייזער חלום. הגם מקען האבן סורפרייזעס אויך, אויף ביידע וועגן.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

קוואל וואסער האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 12:38 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 12:21 pm
קענסט נישט מאכן עפעס וואס זאל דיר ברענגען הנאה אז יעדע אנדערע גרעפיקער גייט שפרינגען דערפון. דארפסט עס מאכן אז דער קאסטומער זאל שפרינגען. יענעמס עד/געלט איז נישט דיין קאנוועס צו מאלן און זיך גרויסן.

די זעלבע גייט אן מיט וועבסייט קאפירייט, דעזיין, און קאודינג.
איר האט געשריבן גאנץ גיטע נקודות, אבער אין די שורה איז דא א פונדאמענטל מיסטעיק.

א גוטע עד איז נישט אז אנדערע גרעפיקערס זאלן שפרינגען.
אבער אויך נישט אז די קאסטומער זאל שפרינגען.

א גוטע עד איז אז די "רעזולטאטן" זאלן שפרינגען. כ'מיין צו זאגן, דער קאסטומער זאל שפרינגען פון די אינקאם, נישט פון די עד אליינס.

אז דער קאסטומער שפרינגט פון די עד אליינס מיינט גארנישט אויף די רעזולטאטן, קען זיין ער האט ליב א קאטשקע אין וואסער און ער שפרינגט ווען מ'לייגט דעם בילד אויף די עד, אבער וואס האט ער דערפון אויב עס טוט נישט די עיקר אויף וואס ער צאלט - ברענגען "אינקאם"?
דאס איז די מיסטעיק.
מאך העפי דיין קאסטאמער. אויב האלסטאו אז ער גייט קאפ אין וואנט, דאן קלער אים אויף. ס'נעמט צייט? בעט געלט. ער וויל נאך אלץ נישט? מאך אים העפי. ער באצאלט, נישט זיינע קאנסומערס
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

ראנג, ער קען זיין העפי ביז גאר און נישט לייזן קיין פעני אין זיין הויפט סיזאן. קלער אים אויף? ער איז א וואנט פון ציגל, וויל נישט הערן קיין ווארט, וויל נישט קיין וויכוחים און נישט ספענדן געלט אויף וויכוחים. וואט דען?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

א געשמאקע אשכול דאס... כ׳מיין מ׳דארף אפדעיטן די קעפל...

לגבי די שאלה פון נעמען א % אויף קרעדיט קארד, איך בין זייער דערקעגן, מאך משוגע א צווייטן... ס׳באדערט מיר ווען כ׳גיי אריין אין א געשעפט און ווער געבעטן פאר נאך א קוואדער פאר קרעדיט קארד אינטער די מינימום, אדער א % אויפן סכום. לייג עס אריין אינעם פרייז און דריי נישט די קאסטאמער א קאפ.

ס׳איז זייער גרינג זיך צו רעגן אויף די קאסטמער׳ס, דאס איז נישט די וועג אנצוקומען, ר׳ יואל קליין איז גערעכט אז נישט יעדע קאסטמער ווייסט פינקטליך וויאזוי די ליין גייט און ער איז בארעכטיגט נישט צו וויסן. אבער א קאסטמער מעג אויך וויסן אז ׳לטובתו׳ און ׳לטובת זיין פראדוקט/סערוויס/געשעפט׳ איז אז ער זאל נעמען א דעזיינער/מארקעטער וואס ער האלט אז זיינע זאכן זענען גוט און אפעקטיוו, (ער קען זיך נאכפרעגן ביי אנדערע קליענטן), און דערנאך פראבירן צו טראסטן אז פאר אים האט ער אויך געמאכט א געלונגענע ארבעט. ס׳וועט פשוט אויסזען בעסער און זיין מער אפעקטיוו בדרך כלל.

דו קענסט האבן איין מענשט וואס דו טראסט זיין פארשטאנד און דו געסט אים איבערצוקוקן דיינע זאכן און דו נעמסט זיינע הארות, אבער לויפן צו האלב שטאט פאר מיינונגען וועט דיר גארנישט ברענגען (אבער פארן מארקעטער וועט עס שוין איינמאל ברענגען... קאפ וויי...)
לעצט פארראכטן דורך לעקיש אום זונטאג מארטש 19, 2023 5:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

shimon7323 האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 18, 2023 11:26 pm
חלקי האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 18, 2023 11:17 pm
מייזעלס האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 3:42 pm
גראדע איז דא א מהלך פון בעטן אויף די שעה למשל 150 פער שעה
בעיקר דיזיינערס פאר טייפאגרעפי און לעיאוט
בעטן פער שעה פאר א קריעטיוו סערוויס איז די גרעסטע שטראף וואס די קענסט געבן פארן דעזיינער!!
ווייל פאר אן עקספריענסט דעזיינער נעמט זאכן האלב די צייט ווי פאר א בעגינער.
און טאקע דערפאר בעט ער דאפלט פער שעה פאר זיין ארבעט. ניין?
ניין, ווייל ווען ער ווערט מער ווערד: דארף ער מאכן פיר מאל אויפן שעה. קודם 300 ווייל ער יאגט אן מער, אבער אויך נאכמער ווייל זיינע זאכן זענען שוין אסאך א העכערע לעוול.
אויך, קען אמאל א דעזיינער מאכן אין אפאר מינוט, א העכסט געלונגענע עד, לאגא וכו׳ וואס דו ווערד דערפון איז גאר אסאך. און אמאל מוטשעט מען זיך מיט א נארישע ביזנעס קארד וכו׳ אסאך לענגער, אבער ס׳קומט נאכאלץ נישט צו בעטן א 50ער פארן עד און 800 פארן ביזנעס קארד.
ס׳דא אמאל וואס ס׳איז יא גוט צו ניצן די מהלך (לדוגמא ביי טוישונגען וואס איז נישט נכלל אינעם דזאב אבער מ׳קען עס נישט ממש רופן א נייע ארבעט, ווי ס׳שווער צו בעטן אויפן ארבעט, אבער ס׳גייט דאך גיין אויפן חשבון פון אנדערע ארבעט און ס׳קומט נישט פארן קאסטמער בחינם) אבער נישט טעגליך. קיינער פארדינט נישט ווען ס׳נעמט לאנג... דו שענסטע זאכן קענען ווערן געמאכט ערב שבת אין די האלבע שעה פאר חצות...
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ווען איך האב געמאכט מיין פעידש לעיאוט פאר איינט פון די איך האב ליב סעריע, בינעך געגאנגען פרויבירן א פראפעשאנעל. יענער האט מיר געזאגט בזה הלשון;
קוק, אזא דשאב נעמט צו מאכן בערך כך וכך. איך בין זייער עקספיריענס און איך מאך עס ממש פערטל די צייט ווייל איך קען זייער גוט די מלאכה, און איך לאז נישט אויס קיין שום דיטעיל, און די גייסט עס האבן ביז עטליכע שעה, וועגן דעם דארף איך נישט פארלירן געלט. מיין עקספערטיז און די סערוויס וואס איך טוה איז ווערט 1200, ס׳איז בערך 400 טייערער ווי אנדערע בעטן.

ער האט מיר געוויזן עטליכע אנדערע פראיעקטן וואס ער האט געמאכט און האלט אינמיטן מאכן. און כ׳האב איפ באצאלט די 1200 אן קיין מוק. כ׳בין ב״ה געווען זייער צופריעדן. די קאפוויי אליין פון נישט דארפן בעטן צו ענדיגן מיסטעיקס דא און דארט האט זיך אלעס געלוינט.
אוועטאר
מייזעלס
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 8:41 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייזעלס »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 6:26 pm
ווען איך האב געמאכט מיין פעידש לעיאוט פאר איינט פון די איך האב ליב סעריע, בינעך געגאנגען פרויבירן א פראפעשאנעל. יענער האט מיר געזאגט בזה הלשון;
קוק, אזא דשאב נעמט צו מאכן בערך כך וכך. איך בין זייער עקספיריענס און איך מאך עס ממש פערטל די צייט ווייל איך קען זייער גוט די מלאכה, און איך לאז נישט אויס קיין שום דיטעיל, און די גייסט עס האבן ביז עטליכע שעה, וועגן דעם דארף איך נישט פארלירן געלט. מיין עקספערטיז און די סערוויס וואס איך טוה איז ווערט 1200, ס׳איז בערך 400 טייערער ווי אנדערע בעטן.

ער האט מיר געוויזן עטליכע אנדערע פראיעקטן וואס ער האט געמאכט און האלט אינמיטן מאכן. און כ׳האב איפ באצאלט די 1200 אן קיין מוק. כ׳בין ב״ה געווען זייער צופריעדן. די קאפוויי אליין פון נישט דארפן בעטן צו ענדיגן מיסטעיקס דא און דארט האט זיך אלעס געלוינט.
דאס אליינס פון זאגן א "פונקטליכע" פרייז פארן אנהייבן ארבעטן, ווייזט שוין אויף עקספיריענס און פראפעשנסי

וויפיל דעזיינערס מוטשענען זיך פשוט מיטן זאגן א עסטימעיט פאר א פראיעקט (כ'רעד ניש פון א עד/פאוסטער וואס געוועניך האט יעדער א סעט פרייז) וואס מען האט נישט קיין אנונג ווילאנג עס גייט נעמען
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

דאס נעמט צייט צן בויען. אבער זייכער נישט אויפן חשבון פינעם קאנסומער
אוועטאר
ווישי וואסער
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 29, 2023 5:45 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישי וואסער »

לעקיש האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 5:42 pm
א געשמאקע אשכול דאס... כ׳מיין מ׳דארף אפדעיטן די קעפל...

לגבי די שאלה פון נעמען א % אויף קרעדיט קארד, איך בין זייער דערקעגן, מאך משוגע א צווייטן... ס׳באדערט מיר ווען כ׳גיי אריין אין א געשעפט און ווער געבעטן פאר נאך א קוואדער פאר קרעדיט קארד אינטער די מינימום, אדער א % אויפן סכום. לייג עס אריין אינעם פרייז און דריי נישט די קאסטאמער א קאפ.

ס׳איז זייער גרינג זיך צו רעגן אויף די קאסטמער׳ס, דאס איז נישט די וועג אנצוקומען, ר׳ יואל קליין איז גערעכט אז נישט יעדע קאסטמער ווייסט פינקטליך וויאזוי די ליין גייט און ער איז בארעכטיגט נישט צו וויסן. אבער א קאסטמער מעג אויך וויסן אז ׳לטובתו׳ און ׳לטובת זיין פראדוקט/סערוויס/געשעפט׳ איז אז ער זאל נעמען א דעזיינער/מארקעטער וואס ער האלט אז זיינע זאכן זענען גוט און אפעקטיוו, (ער קען זיך נאכפרעגן ביי אנדערע קליענטן), און דערנאך פראבירן צו טראסטן אז פאר אים האט ער אויך געמאכט א געלונגענע ארבעט. ס׳וועט פשוט אויסזען בעסער און זיין מער אפעקטיוו בדרך כלל.

דו קענסט האבן איין מענשט וואס דו טראסט זיין פארשטאנד און דו געסט אים איבערצוקוקן דיינע זאכן און דו נעמסט זיינע הארות, אבער לויפן צו האלב שטאט פאר מיינונגען וועט דיר גארנישט ברענגען (אבער פארן מארקעטער וועט עס שוין איינמאל ברענגען... קאפ וויי...)
בעצם ביסטו גערעכט עס מאכט נערוועז

אבער ווען עס קומט אן צו הויכע נומערן מאכט עס זייער אסאך אויס, מזעט טאקע סאך מער ביי קאמפאניס וואס האבן גרעסערע טרענזעקשנס אז זיי בעטן % אין די קאסטומערס פארשטייען
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

ווישי וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 11:27 pm

ראנג, ראנג, ראנג. (נאכמאל: לדעתי...)
בעט א פערצענט מער אויף די אייטעם, און לאז אפ די קאסטמער.
(חוץ אין איינצעלע אינדוסטריס ווי מ'מוז קאמפיטן אויף פרייזן. מארקעטינג איז אבער נישט אזוי!)

ס'דא מענשטן וואס זענען ביזי 'פארלירן געלט' דאס קאסט מיר א %, מ'לייגט משוגע'נע טירמס און קאנדישענס אויף עדס ווייל אפשר וועל איך פארלירן א $5 אויף דריי אויסשפילער'ס.
מ'דארף זיין ביזי 'מאכן געלט', וויפל ווילסטו מאכן? רעכן אויס וואס ס'וועט דיר קאסטן די פערצענטן, רעכן אויס וויפל דו וועסט פארלירן פון די דריי מאדנע קאסטמער'ס, און לייג עס אריין אין קאלקעלעשין ווען דו מאכסט פרייזן.

לעקיש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:18 pm

גוטע געדאנק,

די מציאות איז אבער אז ווען איינער גייט אריין אין א גרויסע מארקעטינג קאמפיין קומען די נומערס זייער שנעל אן צו פופציק k אין מער, און די cc % איז מער פון טויזנט דאלאר, סתם צולייגן נאך א פופצן מאות ווייל אפשר גייט מען טשארדזן א cc, איך אלס א קאסטומער וואלט אפרישיעטעד צו באקומען די אפשין צו באצאלן מיט א טשעק און שפארן די 15 מאות
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

ווישי וואסער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:44 pm

גוטע געדאנק,

די מציאות איז אבער אז ווען איינער גייט אריין אין א גרויסע מארקעטינג קאמפיין קומען די נומערס זייער שנעל אן צו פופציק k אין מער, און די cc % איז מער פון טויזנט דאלאר, סתם צולייגן נאך א פופצן מאות ווייל אפשר גייט מען טשארדזן א cc, איך אלס א קאסטומער וואלט אפרישיעטעד צו באקומען די אפשין צו באצאלן מיט א טשעק און שפארן די 15 מאות
זאגסט דאך נאך א בעסערע געדאנק.

אנשטאט די פרייזן זאלן זיין איין זאך און אויב באצאלט מען מיט א קרעדיט קארטל בעהט מען צו א פראצענט. זאל מען מאכן פארקערט, די רעגולער פרייז איז איין זאך אבער אויב ווערט עס באצאלט אויף א וועג וואסט וועט נישט קאסטן פארן גראפיקער מער געלט אדער קאפוויי באקומט מען א דיסקאונט.

געווין געווין סיטואציע
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

לעקיש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:18 pm
ווישי וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 11:27 pm
לעקיש האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 5:42 pm
א געשמאקע אשכול דאס... כ׳מיין מ׳דארף אפדעיטן די קעפל...

לגבי די שאלה פון נעמען א % אויף קרעדיט קארד, איך בין זייער דערקעגן, מאך משוגע א צווייטן... ס׳באדערט מיר ווען כ׳גיי אריין אין א געשעפט און ווער געבעטן פאר נאך א קוואדער פאר קרעדיט קארד אינטער די מינימום, אדער א % אויפן סכום. לייג עס אריין אינעם פרייז און דריי נישט די קאסטאמער א קאפ.

ס׳איז זייער גרינג זיך צו רעגן אויף די קאסטמער׳ס, דאס איז נישט די וועג אנצוקומען, ר׳ יואל קליין איז גערעכט אז נישט יעדע קאסטמער ווייסט פינקטליך וויאזוי די ליין גייט און ער איז בארעכטיגט נישט צו וויסן. אבער א קאסטמער מעג אויך וויסן אז ׳לטובתו׳ און ׳לטובת זיין פראדוקט/סערוויס/געשעפט׳ איז אז ער זאל נעמען א דעזיינער/מארקעטער וואס ער האלט אז זיינע זאכן זענען גוט און אפעקטיוו, (ער קען זיך נאכפרעגן ביי אנדערע קליענטן), און דערנאך פראבירן צו טראסטן אז פאר אים האט ער אויך געמאכט א געלונגענע ארבעט. ס׳וועט פשוט אויסזען בעסער און זיין מער אפעקטיוו בדרך כלל.

דו קענסט האבן איין מענשט וואס דו טראסט זיין פארשטאנד און דו געסט אים איבערצוקוקן דיינע זאכן און דו נעמסט זיינע הארות, אבער לויפן צו האלב שטאט פאר מיינונגען וועט דיר גארנישט ברענגען (אבער פארן מארקעטער וועט עס שוין איינמאל ברענגען... קאפ וויי...)
בעצם ביסטו גערעכט עס מאכט נערוועז

אבער ווען עס קומט אן צו הויכע נומערן מאכט עס זייער אסאך אויס, מזעט טאקע סאך מער ביי קאמפאניס וואס האבן גרעסערע טרענזעקשנס אז זיי בעטן % אין די קאסטומערס פארשטייען
ראנג, ראנג, ראנג. (נאכמאל: לדעתי...)
בעט א פערצענט מער אויף די אייטעם, און לאז אפ די קאסטמער.
(חוץ אין איינצעלע אינדוסטריס ווי מ'מוז קאמפיטן אויף פרייזן. מארקעטינג איז אבער נישט אזוי!)

ס'דא מענשטן וואס זענען ביזי 'פארלירן געלט' דאס קאסט מיר א %, מ'לייגט משוגע'נע טירמס און קאנדישענס אויף עדס ווייל אפשר וועל איך פארלירן א $5 אויף דריי אויסשפילער'ס.
מ'דארף זיין ביזי 'מאכן געלט', וויפל ווילסטו מאכן? רעכן אויס וואס ס'וועט דיר קאסטן די פערצענטן, רעכן אויס וויפל דו וועסט פארלירן פון די דריי מאדנע קאסטמער'ס, און לייג עס אריין אין קאלקעלעשין ווען דו מאכסט פרייזן.
;l;p-
איך וואלט געזאגט אז איינער וואס פארשטייט דאס נישט איז אין די ראנג ליין! צו מארקעטינג פארשייט ער נישט.

דא קען מען זעהן די אנדערע זייט, וואס די קאסטומער זאגט...
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

ווישי וואסער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:44 pm
לעקיש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:18 pm
ווישי וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 11:27 pm
לעקיש האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 5:42 pm
א געשמאקע אשכול דאס... כ׳מיין מ׳דארף אפדעיטן די קעפל...

לגבי די שאלה פון נעמען א % אויף קרעדיט קארד, איך בין זייער דערקעגן, מאך משוגע א צווייטן... ס׳באדערט מיר ווען כ׳גיי אריין אין א געשעפט און ווער געבעטן פאר נאך א קוואדער פאר קרעדיט קארד אינטער די מינימום, אדער א % אויפן סכום. לייג עס אריין אינעם פרייז און דריי נישט די קאסטאמער א קאפ.

ס׳איז זייער גרינג זיך צו רעגן אויף די קאסטמער׳ס, דאס איז נישט די וועג אנצוקומען, ר׳ יואל קליין איז גערעכט אז נישט יעדע קאסטמער ווייסט פינקטליך וויאזוי די ליין גייט און ער איז בארעכטיגט נישט צו וויסן. אבער א קאסטמער מעג אויך וויסן אז ׳לטובתו׳ און ׳לטובת זיין פראדוקט/סערוויס/געשעפט׳ איז אז ער זאל נעמען א דעזיינער/מארקעטער וואס ער האלט אז זיינע זאכן זענען גוט און אפעקטיוו, (ער קען זיך נאכפרעגן ביי אנדערע קליענטן), און דערנאך פראבירן צו טראסטן אז פאר אים האט ער אויך געמאכט א געלונגענע ארבעט. ס׳וועט פשוט אויסזען בעסער און זיין מער אפעקטיוו בדרך כלל.

דו קענסט האבן איין מענשט וואס דו טראסט זיין פארשטאנד און דו געסט אים איבערצוקוקן דיינע זאכן און דו נעמסט זיינע הארות, אבער לויפן צו האלב שטאט פאר מיינונגען וועט דיר גארנישט ברענגען (אבער פארן מארקעטער וועט עס שוין איינמאל ברענגען... קאפ וויי...)
בעצם ביסטו גערעכט עס מאכט נערוועז

אבער ווען עס קומט אן צו הויכע נומערן מאכט עס זייער אסאך אויס, מזעט טאקע סאך מער ביי קאמפאניס וואס האבן גרעסערע טרענזעקשנס אז זיי בעטן % אין די קאסטומערס פארשטייען
ראנג, ראנג, ראנג. (נאכמאל: לדעתי...)
בעט א פערצענט מער אויף די אייטעם, און לאז אפ די קאסטמער.
(חוץ אין איינצעלע אינדוסטריס ווי מ'מוז קאמפיטן אויף פרייזן. מארקעטינג איז אבער נישט אזוי!)

ס'דא מענשטן וואס זענען ביזי 'פארלירן געלט' דאס קאסט מיר א %, מ'לייגט משוגע'נע טירמס און קאנדישענס אויף עדס ווייל אפשר וועל איך פארלירן א $5 אויף דריי אויסשפילער'ס.
מ'דארף זיין ביזי 'מאכן געלט', וויפל ווילסטו מאכן? רעכן אויס וואס ס'וועט דיר קאסטן די פערצענטן, רעכן אויס וויפל דו וועסט פארלירן פון די דריי מאדנע קאסטמער'ס, און לייג עס אריין אין קאלקעלעשין ווען דו מאכסט פרייזן.
גוטע געדאנק,

די מציאות איז אבער אז ווען איינער גייט אריין אין א גרויסע מארקעטינג קאמפיין קומען די נומערס זייער שנעל אן צו פופציק k אין מער, און די cc % איז מער פון טויזנט דאלאר, סתם צולייגן נאך א פופצן מאות ווייל אפשר גייט מען טשארדזן א cc, איך אלס א קאסטומער וואלט אפרישיעטעד צו באקומען די אפשין צו באצאלן מיט א טשעק און שפארן די 15 מאות
דו ווייסט אז טויזנטע סטארס נעמען נישט קיין % אדער קיין מינומים? וואס טוען זיי טראכסטו?...
די זאך פון גרעסערע געלטער איז אביסל אפגעפרעגט אין די ליין, ווייל ס׳מיינט געווענטליך פשוט: גרעסערע פראפיט. די טענה פון גרעסערע געלטער איז גוט לדוגמא ביי א האלץ קאמפעני וואס לייגט צו א קליינע מארקאפ, און ווי גרעסער די ארדער, אלס קלענער די מארקאפ, דאן וויל ער נישט פארלירן נאך %3 אויף 50 אלפים. כ׳קען עס הערן.
(חוץ אויב א חלק ניכור פון די ביל איז פאר די פלעסינגס פון די עדס, וואס אויף דעם איז די מארקאפ/קיק-בעק גאר קליין)
אוועטאר
לעקיש
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 11:28 am

Re: סיסטעם ווי אזוי דו ווערסט באצאלט אויף גרעפיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקיש »

שטיגליץ האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:49 pm
ווישי וואסער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:44 pm

גוטע געדאנק,

די מציאות איז אבער אז ווען איינער גייט אריין אין א גרויסע מארקעטינג קאמפיין קומען די נומערס זייער שנעל אן צו פופציק k אין מער, און די cc % איז מער פון טויזנט דאלאר, סתם צולייגן נאך א פופצן מאות ווייל אפשר גייט מען טשארדזן א cc, איך אלס א קאסטומער וואלט אפרישיעטעד צו באקומען די אפשין צו באצאלן מיט א טשעק און שפארן די 15 מאות
זאגסט דאך נאך א בעסערע געדאנק.

אנשטאט די פרייזן זאלן זיין איין זאך און אויב באצאלט מען מיט א קרעדיט קארטל בעהט מען צו א פראצענט. זאל מען מאכן פארקערט, די רעגולער פרייז איז איין זאך אבער אויב ווערט עס באצאלט אויף א וועג וואסט וועט נישט קאסטן פארן גראפיקער מער געלט אדער קאפוויי באקומט מען א דיסקאונט.

געווין געווין סיטואציע
יש דברים בגו, אבער אפי׳ דאס לוינט נישט מיט יעדע קאסטמער. אסאך האבן ליב צו שפירן ווי זאכן פארן פראפעשענעל. ער וויל זיך נישט עסן אויב ער האט נישט די קעש יעצט אז ער וואלט געקענט שפארן געלט.
חוץ א מעשה (דאס גייט עכט צוריק צום קעפל אויך) ווען מ׳נעמט קרעדיט קארדס קען מען זיך גרינגער שטעלן צו האבן די קארד אן פייל, נעמען גלייך א דעפאזיט, נעמען די גאנצע לדגומא נאך 30 טעג נאכן בילן אויב די ביל איז נאכנישט באצאלט אויף אן אנדערע וועג. א-ניש גייט עס בערך אזוי: כ׳גיי בעטן באלד מיין סעקרעטערי אז מארגן אינדערפרי זאל מען גלייך מאכן די טשעק, מ׳גייט עס שיקן אין פאסט תיכף נאך שבת... אוי פארגעסן, בעט מיר אנהייב חודש, די צענטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”