שלאפן אינמיטן טאג/בלייבט פארשלאפן
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
שלאפן אינמיטן טאג/בלייבט פארשלאפן
לעצטנס קומט מיר אויס משום איזה סיבה צו שלאפן ווייניג ביינאכט, און איך בין עס משלים בייטאג.
די מעשה איז אבער אז ווען איך שלאף א צוויי שעה בייטאג, שטיי איך אויף נישט וויסנדיג צו איך בין אויף די לבנה צו אויף מארס, מען בלייבט מיט אזא סארט פארשלאפנקייט.
איך האב שוין געהערט פון נאך מענטשן זיך אפרעדן אויף דעים, אנדערע שפירן דאס אויף די ביינער שבת נאכמיטאג נאך די שלאף, אפשר האט איינער עפעס אן עצה אדער געדאנק
די מעשה איז אבער אז ווען איך שלאף א צוויי שעה בייטאג, שטיי איך אויף נישט וויסנדיג צו איך בין אויף די לבנה צו אויף מארס, מען בלייבט מיט אזא סארט פארשלאפנקייט.
איך האב שוין געהערט פון נאך מענטשן זיך אפרעדן אויף דעים, אנדערע שפירן דאס אויף די ביינער שבת נאכמיטאג נאך די שלאף, אפשר האט איינער עפעס אן עצה אדער געדאנק
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
-
- שר מאה
- תגובות: 200
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:18 am
- לאקאציע: אויפן צווייטן שטאק
מחותן האט געשריבן:ווייל דו שלאפסט צו סאך, א דרימעל בייטאג טאר נישט נעמען מער ווי 15 מינוט שארף, צען סקונדעס נישט מער.
א קורצע 15 מינוט דרימעל איז די בעסטע עצה, בעסער ווי אפוואשען די פנים, קאווע, אדער יאגע.
יעדע מענטש איז אנדערשט, ס'דא מענטשען וואס נאך 15 מינוט אויפשטיין וועט זיך די גאנצע וועלט דרייען און ספיננען, ס'דא מענטשען וואס דאס פרישט זיי אויף, סאך מאל ווענט זיך עס וויפיל מ'איז געשלאפען ביינאכט, ס'ווענט זיך אויך אין די סייז פון די מענטש ווי פארשטענדליך
לעצט פארראכטן דורך קלוגער אום פרייטאג מאי 27, 2016 11:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר העשר
- תגובות: 45
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2023 1:35 pm
- לאקאציע: ווענדט זיך ווען
Re:
גא"מ.
א דרימל אינמיטן טאג, דענאך אפוואשן די פנים מיט קאלט וואסער, טרינקען קאלט וואסער, אפאר מינוט שפעטער א ווארעמע קאווע וועט דיר מאכן פאר א נייע מענטש! די צווייטע העלפט טאג וועט זיין פראדאקטיוו אין א גוטע גיסטע, די שלום בית, התגברות היצר, לימוד התורה, די ארבעט, מאכן א גוטע החלטה, אלעס וועט שיינען, וועסט הנאה האבן פון אלעס (און אפילו עס וועט זיך מאכן טשאלענדזשעס וועסטו עס באהאנדלען זייער גרינג) און דאס איז רעקאמאנדירט אפילו פאר איינער וואס האט געשלאפן געהעריג ביינאכט, ווייל א קאר קען נישט פארן 16 שעה און א צי אן אנפילן מיט געז, איך רעקאמאנדיר עס אפילו פאר א פארנומענע מענטש, ווייל אין די ענד וועט זיך עס אויסצאלן ווען ער וועט נאכדעהם ערלעדיגן זיינע פליכטן אין האלב פון די צייט, וויבאלד די קאפ ארבעט מיט.
א גאלדענע קו, אפילו ער איז גאלד, איז ער נאכאלץ א קו