רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ציון הק'
אטעטשמענטס
PIC_0222.jpg
PIC_0222.jpg (542.81 KiB) געזען 1128 מאל
IMG_5910.jpg
IMG_5910.jpg (698.02 KiB) געזען 1128 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לעילא ולעילא האט געשריבן:? די מנהג איז נישט צי זאגן תחנון און הייליגע יארצייט

ביי אונז (בעלזא) איז די מנהג אז מ'זאגט נישט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
א גוטן יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן יונה »

די אריה"ק האט געהאט א איידעם ר' שמעון תאומים?
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1994
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

קבר הקדוש פון רבי יוסף מערבי תלמיד האר"י הקדוש אין תוניסיה
אטעטשמענטס
20220130_011035.jpg
20220130_011035.jpg (285.17 KiB) געזען 995 מאל
20220130_011430.jpg
20220130_011430.jpg (150.55 KiB) געזען 995 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הספרייה הלאומית חשפה עדות חדשה מיד ראשונה על חייו של האר"י בארץ ישראל ובמצרים, ועל כך שהתכתב עם בני דורו. שנים לאחר שפורסמו מכתבים ומסמכים שהיו שמורים בגניזת קהיר, נחשף כעת מכתב קרוע וחלקי שנשלח לאר"י הקדוש בתקופה שבה חי במצרים במאה ה־16.

להבדיל מתחום העיסוק שמיוחס לאר"י בעולמות הקבלה, המכתב מתייחס לענייני העולם הזה. הכותב, אדם בשם דוד, כותב לאר"י כדי לגייס את הרב לתמוך בשד"ר (שלוחא דרבנן), אשר נשלח מצפת לגייס כספים ליהודי ארץ ישראל מקהילות ישראל בתפוצות. אף שהאר"י היה ידוע בחייו הפשוטים ואולי אפילו סגפניים, הוא היה דמות משמעותית שיהודים פנו אליה גם בנושאים כלכליים וארציים.

בילד
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

ארויף צום יארצייט
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:" עלית למרום שבית שבי לקחת מתנות באדם".

זאגט מען פון צדיקים קומארנער אין זוהר חי
"שבי" איז ר"ת:

ר' שמעון בר יוחאי
ר' שלמה בן יצחק (רש"י)
ר' ישראל בן שרה (בעש"ט)
ר' יצחק בן שלמה (אריז"ל)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אחד מעיר האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:" עלית למרום שבית שבי לקחת מתנות באדם".

זאגט מען פון צדיקים קומארנער אין זוהר חי
"שבי" איז ר"ת:

ר' שמעון בר יוחאי
ר' שלמה בן יצחק (רש"י)
ר' ישראל בן שרה (בעש"ט)
ר' יצחק בן שלמה (אריז"ל)

ר׳ שלמה בן יוטא, די הייליגע קארלינער
אני הוא הנער, נער המדבר
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4553
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

ר' ישראל בן שלום (הרה"ק מרוזין)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

א חסיד האט געשריבן:ר' ישראל בן שלום (הרה"ק מרוזין)

וויאזוי האב איך געקענט פארגעסן?!

א ריזיגע שכח פאר דיינע טעגליכע יארצייטן, קיינער דארט באדאנקט זיך נישט.. דאס איז פון מיינע סאמע ערשטע צו לעזן טעגליך
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע: אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

הרה"ק ר' אלעזר סגי נהור מליזענסק'ס רעבעצין איז געוועהן א אייניקל פונעם אר"י הק' דורך די מאמע פון איר זיידע הרה"ק ר' נתן יחזקאל פון קאזניץ
אז די קענסט נישט די יחוס פון דיין רבי איז גארנישט געשעהן, אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
(מפי ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד - משגיח בישיבת חכמי לובלין)
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

מארגן זונטאג נאכט ה' מנ"א איז די יארצייט פונעם הייליגען אר"י הקדוש זיעועכ"י

עס איז דא א פחד פון א אויסדרוק וואס די הייליגער קאמרנער זצ"ל שרייבט אין ספר שלחן הטהור (הלכות שבת סימן ר"ס אות ז) אז כל דבריו פונעם הייליגען אר"י הקדש "אפילו דבר קטן הוא מה ששמע לא מפי מלאך ולא מפי שרף אלא מפי הקב"ה בעצמו"....
קדושתו מי ישיגנה?!??....
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: מוצ"ש יולי 22, 2023 11:40 pm
מארגן זונטאג נאכט ה' מנ"א איז די יארצייט פונעם הייליגען אר"י הקדוש זיעועכ"י
די יארצייט איז יעצט, מזעמיר שוין כעת און ה' מנ"א
זי"ע ועכי"א
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

חסד השם האט געשריבן: מוצ"ש יולי 22, 2023 11:49 pm
ידען בקורות הדורות האט געשריבן: מוצ"ש יולי 22, 2023 11:40 pm
מארגן זונטאג נאכט ה' מנ"א איז די יארצייט פונעם הייליגען אר"י הקדוש זיעועכ"י
די יארצייט איז יעצט, מזעמיר שוין כעת און ה' מנ"א
זי"ע ועכי"א

גערעכט זי"ע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים טובים ולשלו' זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: מוצ"ש יולי 22, 2023 11:47 pm
עס איז דא א פחד פון א אויסדרוק וואס די הייליגער קאמרנער זצ"ל שרייבט אין ספר שלחן הטהור (הלכות שבת סימן ר"ס אות ז) אז כל דבריו פונעם הייליגען אר"י הקדש "אפילו דבר קטן הוא מה ששמע לא מפי מלאך ולא מפי שרף אלא מפי הקב"ה בעצמו"....
קדושתו מי ישיגנה?!??....
א פחד נורא,
ועי’ עוד אין די מכתב געדרוקט און זוהר חי,
אז די אר”י הק’ בשעת מעשה איז געווען טויזענטער מאל מער ווי די כהן גדול אין קדשי קדשים יום כיפור!!
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
מושכל ראשון
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:55 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושכל ראשון »

ס’איז ידוע ווי עטליכע פון די פריעדיגע פלעגן רופן די אר"י הק’ מיטן נאמען "אר"י ז"ל החי"
זי"ע
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

רבי אלעזר סגי נהור מליז'ענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

יחוס חוקר האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 9:56 pm
הרה"ק ר' אלעזר סגי נהור מליזענסק'ס רעבעצין איז געוועהן א אייניקל פונעם אר"י הק' דורך די מאמע פון איר זיידע הרה"ק ר' נתן יחזקאל פון קאזניץ
ווי אזוי? ווייסטו סדר היחוס פונקטלעך?
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

וואס איז די ר״ת פון אר״י?
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

לב בשר האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:24 am
וואס איז די ר״ת פון אר״י?
אדוננו רבי יצחק
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

לב בשר האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:24 am
וואס איז די ר״ת פון אר״י?
געזען ברענגען אז די ר"ת איז ה'אלוקי רבי יצחק
אדער ה'אשכנזי רבי יצחק
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבינו המקובל האלקי רבי יצחק ב"ר שלמה זי"ע, הנקרא האריז"ל, אדער אר"י הקדוש

ער איז געבוירן אין ירושלים, בשנת רצ"ד,

צו זיין טאטע הרה"ק רבי שלמה לוריא זי"ע

די עלטערן פון דעם אר"י הקדוש זענען געווען גאר ערליכע, דער טאטע איז געווען א צדיק און די מאמע א צדקת, געלט האט זיי נישט געפעלט, זיי האבן געהאט כל טוב וטוב, איין זאך וואס זיי האבן נישט געהאט איז געווען קינדער, זיי זענען שוין געווען אויף דער עלטער אבער ליידער נאך נישט זוכה געווען צו קיין זש"ק,

די עלטערן זענען געווען גאר שטארק פארביטערט, זיי האבן געטיילט אסאך צדקה און געטון גאר אסאך חסד, און ביידע האבן שטענדיג מתפלל געווען צום גרויסן באשעפער אז ער זאל זיי בענטשן מיט א קינד,

איין נאכט האט דער טאטע געהאט א חלום, עס האט זיך צו אים באוויזן א גט-ליכע מאן און זאגט אים, איך בין אליהו הנביא, וויסן זאלסטו אז ענקער תפלה איז אנגענומען געווארן ביים באשעפער, און א יאר ארום וועט דיין אידענע האבן א בן זכר וואס וועט באלייכטן די וועלט מיט זיין קדושה און תורה און זיין חכמה, און ווען עס וועט קומען די ברית זאלסטו קיינעם נישט לאזן מאכן דעם ברית, ביז די וועסט זען מיין געשטאלט וואס די זעסט יעצט,

כך הוה א יאר שפעטער בשנת רצ"ד איז צו זיי געבוירן געווארן א בן זכר, און ווען עס איז געקומען די אכטע טאג האט די טאטע פארבעטן אלע נכבדים און חשובע לייט פון ירושלים צום ברית, סנדק איז געווען דער טאטע, אבער ער האט געהאלטן און איין אפלייגן דעם ברית און זיך כסדר ארום געקוקט אויב ער זעהט דעם צורה וואס ער האט געזען אין חלום,

פלוצלונג האט ער געזען דעם צורה וואס ער האט געזען אין חלום, און אליהו הנביא האט געזאגט פארן טאטן, זעץ דיך אויפן שטול מיטן קינד אין די האנט, און דאן האט זיך אליהו הנביא זיך געזעצט אויפן שויס פונעם טאטן און איבער גענומען דעם קינד און געהאלטן דעם קינד ביים ברית, קיינער דארט האט נישט געזען אליהו הנביא, און געהאלטן אז דער טאטע האט געהאלטן דעם קינד ביים ברית, און מען האט דעם קינד לויט די אנווייזונגען פון אליהו הנביא ז"ל א נאמען געגעבן יצחק,

און נאכן ברית האט אליהו הנביא אן געזאגט פאר דעם פאטער, נעם דאס קינד אין דיינע הענט, דו זאלסט געדענקן ווי אים צו שעצן, ווייל ער וועט זיין א גרויסער און הייליגער לעכטיקייט פאר די גאנצע וועלט,

ער איז געווען איש קדוש ונורא מאוד, בקי בתורת הנגלה והנסתר, בעל רוח הקודש נורא מאוד, ער האט מחדש געווען דעם לימוד חכמת הקבלה, און שמות הקדושים, געווען געשעצט ביי אלע גדולים און קבלים בדורו,

גאנץ יונגערהייט האט מען שוין געזען דאס גדלות התורה און דאס גרויס חכמה און קדושה פון דעם קינד, ער איז איבער געשטיגען אלע קינדער פון זיין יוגענט און אפילו עלטערע פון אים, ער האט נישט געקענט צו לאנג לערנען ביי איין רבין וויבאלד ער האט גאר שנעל תופס געווען תורה אויף א גאר הויכע מדרגה,

ביי די ניין יאר אלט איז דער אר"י הקדוש שוין געווען א בקי בכל ש"ס ופוסקים, און די גרעסטע גאונים אין ירושלים האבן באוואונדערט דעם טיפן שכל הישר וואס דער קינד האט געהאט, און גאר אסאך גדולים בדורו אין ירושלים האבן פארברענגט מיט דעם קינד אין לערנען כאילו ער איז שוין א ערוואקסענע מענטש,

ווי באוויסט איז דער טאטע געווען א גרויסער עושר און פאר דעם קינד האט גארנישט געפעלט, און ער איז געזעצן און געלערנט ממש יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה און קדושה,

אבער נאך זייענדיג א קינד בעפאר די בר מצוה האט דער טאטע פארלוירן זיין רייכטום, און דער טאטע איז געווארן א עני ואביון אז עס איז נישט געווען וואס צו עסן, און פון גרויס צער און עגמת נפש איז דער טאטע פלוצלונג נסתלק געווארן ווען דער הייליג קינד איז נאר געווען 10 יאר אלט,

דאן איז די מאמע געבליבן א יונגע אלמנה אן קיין פרנסה, אידן אין ירושלים וואס האבן געוויסט דאס גדלות פון דעם קינד האבן געוואלט אויס האלטן דעם אלמנה מיט איר הייליג קינד, אבער די מאמע האט בשום אופן נישט געוואלט נהנה זיין פון צדקה,

נאך א שטיק צייט ווען די מאמע האט געזען אז דאס ארעמקייט שטערט דעם יונגן גאון פון לערנען, האט די מאמע געגעבן א עצה פארן זוהן צו פאר קיין מצרים, וואס דארט געפינט זיך א ברידער פון די מאמע א גביר רבי מרדכי פארנסיס זי"ע, און ער איז מסכים דיך צו אויס האלטן כדי די זאלסט קענען ווייטער לערנען אים געשטערט,

דער קינד האט מסכים געווען און ער איז אפגעפארן קיין מצרים צום פעטער, און דער רב פון ירושלים האט דעם קינד געגעבן א בריוו בדרך כתב המלצה אז זיי זאלן וויסן וואסערע גאון עס קומט צו זיי, און דער רב האט אים געגעבן א ברכה אז ער זאל שטייגן במעלות התורה ויראת שמים, און אויך האט ער געבענטשט אז ער זאל האבן אריכת ימים, און ביי דעם לעצטן ברכה האט דער קינד זייער געוויינט ווייל ער האט שוין דאן מרגיש געווען אז דאס וועט נישט מקיים ווערן,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דער פעטער האט דעם קינד אריינגענומען צו זיך אין שטוב מיט א געוואלדיגע פריינטליכקייט, און אים געגעבן א שטוב ווי ער זאל וואוינען, און באלד אריבער געטראגן דעם קינד צום ראש ישיבה דארט אין שטאט הגה"ק רבי בצלאל אשכנזי בעל שיטה מקובצת זי"ע, און אים געגעבן דעם בריוו פון ירושלים,

אזוי ווי דער ראש ישיבה האט געליינט דעם בריוו האט ער זיך אויפגעשטעלט פארן קינד, און אנגעהויבן רעדן מיט דעם קינד אין לערנען, און דער ראש ישיבה איז ממש נשתומם געווארן פון דעם גאונות און קדושה פון דעם קינד, און געזאגט פארן פעטער, וויסן זאלסטו אז וואס עס שטייט אין דעם בריוו איז נישט אפילו האלב פון דאס גדלות פון דעם קינד, און די זאלסט וויסן אז דאס קינד איז א גט-ליכע ליכט וואס די וועלט האט א זכי' אז ער איז אראפ געקומען אויף די וועלט, און די האסט א זכי' אז אזא קינד וואוינט ביי דיר אין שטוב,

דער גאון האט עוסק געווען אין תורה מיט א געוואלדיגע התמדה און געוואקסן גאר הויעך סיי אין תורת הנגלה און אויך אין תורת הנסתר, גרויסע גאונים אין שטאט האבן מיט דעם יונגן גאון עוסק געווען אין גאר שווערע סיגיות התורה און זענען ממש ארויס פון התפעלות פון דעם גדלות פון דעם גאון,

שפעטער האט די מאמע זייער געבענקט נאכן קינד, האט דער פעטער געבעטן אז די מאמע זאל אויך קומען קיין מצרים, איז די מאמע אויך געקומען קיין מצרים און געוואוינט מיט איר געהויבענע זוהן, און געשעפט נחת דקדושה פון איר הייליג קינד,

ביי די פופצען יאר האט די פעטער מציע געווען אז ער וויל נעמען דעם בחור רבי יצחק אלס א איידעם פאר זיין טאכטער וואס איז געווען א גאר געראטן מיידל, און די מאמע מיטן בחור האבן מסכים געווען דערצו, און מען האט געפייערט דעם חתונה מיט השתתפות פון די גאונים און גדולים דארט אין שטאט,

פאר די קומענדיגע פאר יאר נאך די חתונה האט דער יונגער גאון זיך אריינגעלייגט אין תורת הנגלה מיט א געוואלדיגע התמדה און ממש געווען אויסגעטון פון די וועלט, דאן האבן גרויסע מקובלים פון אלע עקן פון די וועלט געשיקט גאר שווערע שאלות בתורת הנסתר צו אים און צוביסלעך איז זיין נאמען נספרסם געווארן אלס דער גרעסטער אין חכמת הקבלה און תורת הנסתר, ווען מען פלעגט דערמאנען זיין נאמען איז דאס געווען מיט א יראת ה' און מיט גרויס פחד צוליב זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה,

ער איז דאן געוואקסן אין תורת הקבלה העכער אלע גרויסע בעלי מקובלים, און הייליגע מקובלים האבן געזאגט אז עס איז נישט געווען נישט בעפאר און נישט נאכדעם איינער וואס איז געווען אויף דעם דרגה אין קבלה, ער האט דאן געלערנט גאר אסאך מיט אליהו הנביא ז"ל און דאן האט ער זוכה געווען צו רוח הקודש, און עוסק געווען אין מעשה מרכבה, און ער האט זוכה געווען צו לערנען תורה אין דעם היכל התנאים והאמוראים, און אויך איז מקובל אז ער איז געווען אין היכל משיח,

נאך זעקס יאר האט אים אליהו הנביא מגלה געווען מן השמים אז ער זאל ארויף גיין קיין ארץ ישראל ווייל אזוי איז נגזר געווארן אונעם היכל הקודש פון רשב"י, ווייל עס איז דא א חלק פון תורת הקבלה וואס ער קען נישט משיג זיין דא אין מצרים און נאר אין ארץ ישראל קען ער דאס משיג זיין, און אויך ווייל ער ברויך איבערגעבן די הייליגע תרות הקבלה פאר זיין תלמיד רבי חיים ויטאל זי"ע, וואס מען האט אים מגלה געווען אז רבי חיים ויטאל זי"ע איז אין פריערדיגען גלגול געווען דער רבי פון דעם אר"י הקדוש און דערפאר דארף ער אים מכיר טובה זיין,

בשנת ש"ל איז דער אר"י הקדוש זי"ע אנגעקומען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין שטאט צפת עיר המקובלים, און דאן האט ער אנגעהויבן מגלה זיין דעם הייליגען תורת הקבלה פאר די תלמידים און גדולים בעיר צפת, וואס בזכותו פון אר"י הקדוש זי"ע אני חיים און ער האט ארויפ געברענגט דעם לימוד הקבלה צו א דרגה וואס איז ביז דאן נישט געווען אויף די וועלט,

ער איז געווען א תלמיד פון הגה"ק רבי דוד בן זמרא בעל הרדב"ז זי"ע,

ער האט געהאט תלמידים גאונים צדיקים וקדושים בעלי מקובלים,
הגה"ק רבי חיים ויטאל זי"ע,
הגה"ק רבי אליהו די וידאש זי"ע,
הגה"ק רבי יונתן סאגיס זי"ע,
הגה"ק רבי יוסף טובול זי"ע,
הגה"ק רבי יצחק הכהן אשכנזי זי"ע,
הגה"ק רבי משה אלשיך הקדוש זי"ע,
הגה"ק רבי שלמה אלקבץ זי"ע,
הגה"ק רבי שמואל די אוזידא זי"ע,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

עס איז מקובל אז דער אר"י הקדוש איז געווען א תלמיד מובהק בתורת הקבלה פון הגה"ק רבי משה קורדובירו הרמ"ק זי"ע, וואס מען דערציילט אז בשנת ש"ל ווען זיין רבי דער רמ"ק איז נסתלק געווארן, און די תלמידים האבן געפרעגט ווער עס זאל זיין דער ממלא מקום, האט דער הייליגער רמ"ק געזאגט, אז בשעת זיין לוי' ווער עס וועט זעהן א עמוד האש אויפן מיטה דער זאל זיין דער ממלא מקום, און כך הוה דער איינציגסטער וואס האט דאס געזען איז געווען זיין תלמיד דער אר"י הקדוש, און ער איז טאקע געווארן דער ממלא מקום,

אויך איז ער דארט געווען גאר נאנט מיט הגה"ק מרן הבית יוסף זי"ע, און זיי האבן אסאך קבלה געלערנט צוזאמען, אויך מיט הגה"ק רבי שלמה אלקבץ בעל לכה דודי זי"ע, און אויך מיטן גרויסן גאון און מקובל הגה"ק בעל המבי"ט זי"ע,

ווי באוויסט איז הגה"ק המקובל האלוקי רבי חיים ויטאל זי"ע געווען דעם תלמיד מובהק פון זיין רבי דער אר"י הקדוש זי"ע, רבי חיים האט אפגעשריבן רוב כתבי האר"י און אויך גאר אסאך פון די תורת הקבלה פון זיין הייליגען רבין, אויך איז באקאנט גאר אסאך גרויסע ענינים וואס דער רבי מיטן תלמיד האבן זיך אפגעגעבן אין די קורצע צייט פון נאר צוויי יאר ביזן פטירה פון דעם אר"י הקודש זי"ע, ובתוכם איז באקאנט אז דער אר"י הקדוש איז ארום געגאנגען מיטן תלמיד און מגלה געווען מקום קברי תנאים אמוראים און נביאים, וואס אסאך פון די קברים זענען פארלוירען געווארן מיט די צייט און מיטן כח רוח הקודש האט דער אר"י הקדוש מגלה געווען די הייליגע קברים,

אויך שרייבט דער תלמיד הגה"ק רבי חיים ויטאל זי"ע אין זיין ספר עץ חיים, אז דער אר"י הקדוש זי"ע איז געווען א ניצוץ פון משה רבינו ע"ה, אונעם ספר הכוונות שטייט אז ער האט געהאט א ניצוץ פונעם תנא אלקי רבי עקיבא ע"ה, אונעם ספר ויקהל משה שטייט אז ער האט געהאט א ניצוץ פון די נשמה פון בצלאל בן אורי בן חור ע"ה,

און ווי עס איז מקובל אז אונעם חבריא קדושה אין שטאט צפת איז געווען דער אר"י הקדוש זי"ע, "הרבי", הבית יוסף זי"ע, "הרב", האלשיך הקדוש זי"ע, "הדרשן", רבי אלעזר אזכרי זי"ע, "השמש",

נאכן פטירה פון דעם אר"י הקדוש זי"ע איז ארויס געקומען אסאך סידורים מיטן ניסוח האר"י, און אויך אסאך ספרים אויפן דרך פון דעם אר"י הקדוש אויף חכמת הקבלה און זוהר הקדוש,
אויך איז דא דריי שירים וואס זענען מקובל אז דאס האט דער אר"י הקדוש מחבר געווען, "אזמר בשבחין ליל שבת קודש, אסדר לסעודתא שבת צופרי, בני היכלא שלש סעודות,"

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

הגה"ק המקובל רבי משה לוריא זי"ע
בתו הצדקת מרת עכסה ע"ה, אשת הגה"ק רבי שלמה סאגיס זי"ע,
בתו הצדקת וואס האט חתונה געהאט מיטן זוהן פון הגה"ק רבי יוסף קארו הבית יוסף זי"ע,
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”