איין זאך: אמונה!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

איין זאך: אמונה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

אן עקסידענט,
געשען, אייערנעכטן,
מ'הייבט די הענט,
די מצב א שלעכטן.

איינער אוועק,
אנדערע, פארוואונדערט שווער,
א פחד, א שרעק,
איך קען שוין נישט מער.

שבת החודש,
ביים רבי'ן וויילן,
מוצאי שבת קודש,
אין שפיטאל זיך היילן.

ביים רבי'ן שליט"א,
קדושה איינזאפן,
אמונה פשוטה,
אין די לופט טאפן.

אמונה אין השם,
דאס מיר דארפן,
אפילו אין א קלעם,
מיט יסורים מ'טוט זיך ווארפן.

אמונה, אז אלעס,
טוט די בורא,
מ'פרעגט נישט שאלות,
מ'גלייבט מיט אמונה טהורה.

מיר פארשטייען-נישט,
גארנישט,
פארוואס אן איבערדרייעניש,
פרעגן מ'טאר-נישט.

מיר זענען שטום,
מיר גלייבן אז ס'גוט,
די קל מלא רחמים,
ווייסט וואס ער טוט.

דאס וויל-יעצט,
די אייבישטער,
זיי שטיל-יעצט,
אפי' ביסט א צומישטער.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: איין זאך: אמונה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער גוט!

הראנו ד' חסדיך, אבער ביז דאן איז דאס דער מיטל.
אוועטאר
אבליגה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2023 7:51 pm

Re: איין זאך: אמונה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבליגה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
"אלע זענען גאר חשוב"
(כ"ק אדמו'ר מלעלוב ב"פ שליט"א)
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: איין זאך: אמונה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נאר אמונה נאר אמונה. זייער שיין, זייער אידיש.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: איין זאך: אמונה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

א לשון וואס ווערט געברענגט אין מאור ושמש בענין אמונה (רמזי יום א' של סוכות): "ושמעתי מהרב הקדוש האבדק"ק נשחיז זצוק"ל, שעל ידי האמונה יוכל האדם להחיות מתים, ולהפוך כסף לזהב ולשנות כל דרבי הטבע וכו'".
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”