שניי מלכים

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס״ד


בילד


מלאכים אין טליתים
שפרינגען אין רינגען
א תחיית המתים
טאנץ, זיי זינגען

גייסטן פון וואטע
קווענקלען און שוועבן
פון פלאנעטן ווייטע
שלום זיך גיבן

ווי קינדער געקליידט
אין העמדער ווייסע
בליטשקען מיט פרייד
די אויגן נאסע

חול המועד אין
שטעטל איז היינט
אויך די זון
געקליידט עלעגאנט

די וואלקענעס טראגן
אויף פוכיגע רעדער
א פולע וואגן
צופלויגענע פעדער

די ווינט ארקעסטרירט
צום פרייליכן טאקט
קעניגליך מארשירט
און שטיוול קנאקט

מונדירן פרישע
פון קעניגליכע ווערד
אויף ריטערישע
פעסטע, ווייסע פערד

ווי קאדעטן מושטירטע
געמאסטענע טריט
קנעפ באצירטע
מיטן פעדערנע הוט

געגלאנצט מיט פראכט
די גאס א נאסע
פלאטערן לייכט
פענער ווייסע

פארן גאסט ווער
גרייט מען די מלוכה
צי הייסט אפשר ער
מנוחה?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

הה״ד
שניי מלכים, משמשים לכתר אחד.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

וואוו.

איך ווער יעדע מאל עקסטער איבערגענומען פון די משוגע גוטע טאלאנט וואס דו האסט אין דיינע הענט! קע"ה

לאוו איט!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

וווואאאאףףףףף!

וואס איין שניי קען אנמאכן! יישר כח! ווי ניד מאר!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

יוש…! דאס איז א פראכט.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

wow!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אההה... די רואיגקייט ווען ס'שנייט... אזוי גוט ארויסגעברענגט.
אוועטאר
משה יוסל
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 7:25 am

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יוסל »

👍🏻👍🏻👍🏻👍🏼👍🏽
קוק עס אן אזוי ווי ס'איז: איך הייס משה יוסל
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גראד ווען איך האב געזען דעם קעפל האב איך געוואוסט אז דאס איז ענדע.

הערליך שיין, און פארט גאר געשמאק אינעם געזעצטן ריטם.

אה, און אויך דער בילד איז עפעס ספעציעל שיין און מאכט טראכטן פון… יא, מנוחה. (גראדע גאר שטארק הנאה געהאט פונעם לעצטן פאראגראף.)

ש'כח ענדע.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

זאפטיגע שורות,

פיינע קעפל!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:25 am
הערליך שיין, און פארט גאר געשמאק אינעם געזעצטן ריטם. אה, און אויך דער בילד איז עפעס ספעציעל שיין און מאכט טראכטן פון… יא, מנוחה. (גראדע גאר שטארק הנאה געהאט פונעם לעצטן פאראגראף.)
ס׳גוט צו ליינען א תגובה וואו מען זעהט אז איינער פארשטייט, און קאמענטירט אויף די תוכן.

ש׳כח היסטאריש.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

געבליבן שטיין
ביי איטליכע שורות
פרובירט דערגיין
דער זעלטן זמירות
וואס איז דער מיין
ווידער כ'פרוביר עס
פלוצלינג א שיין!
אַה' ס'דאס קרירות...
ענדע ס'שיין
כ'קאמענטיר עס.
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גרויס בריטאניע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:15 pm
געבליבן שטיין
ביי איטליכע שורות
פרובירט דערגיין
דער זעלטן זמירות
וואס איז דער מיין
ווידער כ'פרוביר עס
פלוצלינג א שיין!
אַה' ס'דאס קרירות...
ענדע ס'שיין
כ'קאמענטיר עס.
;l;p- זיס.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

אזוי שיין!!!!!!

כ'בין אפיציעל דזשעלוס, פון וואו נעמסטו דיין אומאויפהערבארער פלוס פון געדאנקען און ווערטער?

ווען איך האב ווען עני פאוער, וואלט איך אויסגעמעקט דיין אשכול, און גענומען פאר מיר דעם שטיקל.

יעדע ליין, איז נאך א דימענסיע, נאך א פלאץ אין די בריאה ווי ס'שפילט זיך אויס, נאך א וועג וויאזוי עס קומט ארויס אויף די וועלט, און די פילע ביישפילן, פון טאטאלע אבסטראקטע מעטאפארס, צו פשוטע קעניגליכע מציאות'ן.
וואו!

דו ביסט דאך אזוי מין גוט.
ממש אומגלויבליך.

אין מיין הארץ גייט פאר א קנאה-פעסט אויפן העכסטן לעוועל.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: שניי מלכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

טינט האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 1:29 pm
אזוי שיין!!!!!!

כ'בין אפיציעל דזשעלוס, פון וואו נעמסטו דיין אומאויפהערבארער פלוס פון געדאנקען און ווערטער?

ווען איך האב ווען עני פאוער, וואלט איך אויסגעמעקט דיין אשכול, און גענומען פאר מיר דעם שטיקל.

יעדע ליין, איז נאך א דימענסיע, נאך א פלאץ אין די בריאה ווי ס'שפילט זיך אויס, נאך א וועג וויאזוי עס קומט ארויס אויף די וועלט, און די פילע ביישפילן, פון טאטאלע אבסטראקטע מעטאפארס, צו פשוטע קעניגליכע מציאות'ן.
וואו!

דו ביסט דאך אזוי מין גוט.
ממש אומגלויבליך.

אין מיין הארץ גייט פאר א קנאה-פעסט אויפן העכסטן לעוועל.
גוט ארויסגעברענגט, כ'האב אויך הנאה געהאט פון די פילע מעטאפארן אויף איין זאך, און נאך אזוי גוט אראפגעלייגט.

אבער ביטע, דיין טאלאנט קען קיינער אוועקמאכן, אויב עפעס בין איך מקנא ענק שני מלכים.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”