ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יעצט מיטן פרישן אפדעיט, און מיטן סדר דא אויף די וועלט, וויל איך אויפמערקן א נקודה וואס ווערט לעצטנס פארזען מער או מער.

די קעפעלך פון די אשכולות.

* * *

א קעפל דארף צו זיין זייער א מופשטדיגע זאך, נישט קיין דעה, נישט איינזייטיג, און רוב מאל נישט קיין שאלה.
פארשטייט זיך אז סווענדט זיך צו איך שרייב א פאום א נייעס אדער א אשכול פאר דעבאטעס.
ווען מען שרייבט א פאום דארף די קעפל זיין קריעיטיוו און צומאל אפילו אומפארשטענדליך, כידוע לחובבי הארט.
ווען מען שרייבט א קרעטשמע ארטיקל, על פי רוב וויל נישט דער שרייבער דו זאלסט כאפן דעם פאנטש ליין ביים אנהייבן ליינען וועט ער אויפקומען מיט א קעפל וואס דערציילט אבער פארציילט נישט.

אבער ביי נייעס אפדעיטס דעבאטעס אנקעטעס וכדו׳ וואס א גרויס חלק פון די אשכולות דאהי זענען געווידמעט פארדעם, דארף דער קעפל זיין זייער פשוט און קלאר.

א אשכול וואס באשרייבט למשל דעם רמב״ם, קומט נישט אז דער קעפל זאל זיין:
  • ווער איז געווען דער רמב״ם?
  • די גדלות פונעם רמב״ם
  • אינטערסאנטע פאקטן איבערן רמב״ם
נאר
רמב״ם - רבינו משה בן מימון.
אויסער אויב איינער גייט דורכשמועסן נאר זייטיגע אינטערסאנטע זאכן ארום דעם רמב״ם, דעמאלטס איז טאקע ריכטיג ״אינטערסאנטע פאקטן ארום דעם רמב״ם״, און דיקא נישט סתם רמב״ם.

א נייעס איבער א שלום אפמאך צווישן אמעריקע און רוסלאנד, קען די קעפל נישט זיין:
  • די בארבארישע רוסן מאכן שלום מיט די פרידליכע אמעריקע.
  • צודרייטע באשלוס פונעם פרעזידענט צו מאכן שלום מיטן רוס.
  • א חורבן קומט אויף די וועלט מיטן נייעם שלום אפמאך
  • פרידנס צייטן מיט די שלום צווישן אמריקע און רוסלאנד
דו קענסט נישט נעמען קיין צד און לייגן דיין דעה אלץ א פאקט, בפרט ווען דו ווייסט אז אנדערע האלטן נישט אזוי. שפעטער אין אשכול קענסטו שרייבן וואס דו ווילסט, אבער א קעפל דארף זיין אבדזשעקטיוו.
אפילו פאר א דעבאטע אשכול דארף דער קעפל זיין אויפריכטיג און נישט זאגן קיין צד אינעם דעבאטע.

א שאלה אין א קעפל איז על פי רוב זייער אומקלאר. אבער ווי יעדע זאך סאיז נישט קיין כלל אייביג.
ווען איינער וויל אויסשמועסן פארוואס מעגן יא אדער נישט בחורים דרייוון
  • פארוואס טארן בחורים נישט דרייוון?
  • מעגן בחורים האבן לייסנס?
  • בכלל נישט קיין פראבלעם אז בחורים דרייוון!
אזא קעפל מיינט אז דער כותב פארציילט אז ער האלט אז בחורים מעגן דרייוון. דער קעפל דארף צו זיין אויסגעליידיגט פון דעות.
אדער ביי די צווייטע דוגמא, דער שרייבער קומט שוין אריין אינמיטן די מעשה אז בחורים מעגן נישט דרייוון און ער קומט אריין פרעגן הלמאי. ער דארף אנהייבן פון אנהייב.

שרייבן דעם קעפל ״בחורים דרייוון״ איז אויך נישט די נושא. ווייל די משמעות איז אז ער גייט דא ברענגען נייעס אז בחורים דרייוון.
לכאורה די ריכטיגסטע וואלט געווען: ״דרייוון אלץ בחור״

אפילו אינעם באריכט אדער אראפלייגן די שאלה דארף מען ערשט אנהייבן מיט א כללותדיגן בליק און אראפ לייגן דעם בילד און די נושא, און נאר נאכדעם נעמען א צד.

קיצער די פוינט איז אז זייער אסאך קעפעלעך זענען אומציענד און אומקלאר ווען משרייבט דאס מיט א נגיעה אדער נישט קלאר וואס מויל.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

זייער זייער קלאר ארויס געברענגט!

ס'איז עפעס וואס דארף א גרויסן תיקון, ספעציעל אין דעת הקהל ווי כמעט אלע אשכולות ענדיגען זיך אדער מיט צוויי "??" אדער מיט דריי "!!!"

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

יאפ, א ריכטיגע נקודה.
אבער פארט נאר די שפיץ פונעם אייזבארג.

א שרייבער וויל אריינציען דעם עולם אין זיין אשכול, און דער וועג דערצו איז געווענליך, א שרייענדע/פארפירערישע קעפל.

בקיצור, האסט אנגעכאפט א וויכטיגע נקודה, אבער עס איז דא צו מאריך זיין אין דעם גאר פיל.
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

באקומען אין אישי
און וואס איז מיטן קעפל פון דעם אשכול זעלבסט...?

דאס אז אזוי איז די 'ריכטיגע וועג' איז דאך נאר (דיין)[א] מיינונג...
:lol:

כהער זאגסט א נקודה, באט אויפן קעפל ביסטו נישט גערעכט, ווייל איך שרייב נישט אז איך ווייס דער ריכטיגער וועג, נאר דער אשכול וועט זיין א פלאץ צו אויסשמועסן דעם ריכטיגן וועג.
וואס יא איך וואלט אפשר געדארפט אנהייבן די ערשטע תגובה אלץ אריינפיר און נאר אין די צווייטע תגובה געבן מיין דעה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איל משולש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:26 pm
יאפ, א ריכטיגע נקודה.
אבער פארט נאר די שפיץ פונעם אייזבארג.

א שרייבער וויל אריינציען דעם עולם אין זיין אשכול, און דער וועג דערצו איז געווענליך, א שרייענדע/פארפירערישע קעפל.

בקיצור, האסט אנגעכאפט א וויכטיגע נקודה, אבער עס איז דא צו מאריך זיין אין דעם גאר פיל.
נו אדרבה קום אריין קלאר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

זייער קלאר.

די קעפל ווי די שרייבער, "איינס" און א גוטס!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

איך פערזענליך האלט יא פון פארפירערישע קעפלעך.

א שטייגער ווי מיין עדיטאריעל פאר די וואלן מיטן קעפל 'שטימען פאר האקול?' די קוועסטשן מארק האט אריין געשלעפט פילע ליינער בלי ספק. הגם דורכאויסן גאנצן ארטיקל האב איך קיינמאל קלאר ארויסגעשריבן וואס איך האלט, איז עס אבער געווען זייער בולט צווישן די שורות.

אבער די נקודה אז מען דארף טראכטן צוויי מאל פארן לייגן דעם קעפל איז קלאר.
איך טויש אויך גאנץ אפט ארום קעפלעך פון מיינע אשכולות אויב ציעט עס נישט גענוג וויוס.
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך מיין איינס דו זאלסט שרייבן אלע קעפלעך פון די אשכולות... נישט יעדער האט אזא טיפע הבנה ווי דער.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

איך האלט למשל אז די קעפל פון דעי אשכול וואלט געדארפט זיין 'קעפל פון א אשכול'. מיט'ן שרייבן 'די ריכטיגע וועג פון שרייבן' האסטו גענומען א צד אינעם קעפל...
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

כאיל ועוד, א שרייבער וויל אריינציען דעם עולם אין זיין אשכול, אפשר חוץ נייעס אשכולות.

ווילאנג עס איז זיס און עס ברענגט למעשה גוט ארויס דעם אינהאלט איז עס נישט שלעכט

ווי שרייבט נאר איינער; "אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!"...
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

קעפל פאר קעפלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

יש הנאה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:19 pm

;l;p-
אין נייעס און אין יעזורו איז קלאר אז דער קעפל זאל נישט זיין פארפירעריש.

און :lol: פאר די לעצטע ליין...
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יש הנאה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:19 pm
כאיל ועוד, א שרייבער וויל אריינציען דעם עולם אין זיין אשכול, אפשר חוץ נייעס אשכולות.

ווילאנג עס איז זיס און עס ברענגט למעשה גוט ארויס דעם אינהאלט איז עס נישט שלעכט

ווי שרייבט נאר איינער; "אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!"...
איך האב אבער געשריבן אין קפעל די אדער דער.

איך מיין נישט צו זאגן אז מדארף אינגאנצן אויסלאזן ציענדע ווערעטער און קריעיטיוויטי. בעיקר מיין איך די וואס זענען טאקע אן קיין שום קריעיטיוויטי אדער כווייס וואס נאר פשוט אומריכטיג.
נעם א דוגמא א אשכול וואס רעדט איבער אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת…
דער כותב האט געעפנט דעם אשכול בעיקר צו געוואר ווערן וואס ער קען זיך פארבעסערן. וואלט אבער געווען נישט צום זאך ווען די קעפל איז ״וואס קען איך פארבעסערן ביי מיר אין אפיס?״
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:15 pm
איך האלט למשל אז די קעפל פון דעי אשכול וואלט געדארפט זיין 'קעפל פון א אשכול'. מיט'ן שרייבן 'די ריכטיגע וועג פון שרייבן' האסטו גענומען א צד אינעם קעפל...
געב א קוק צוריק עטליכע תגובות וואס איך האב געשריבן איבער דעם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

איינס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:37 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:15 pm
איך האלט למשל אז די קעפל פון דעי אשכול וואלט געדארפט זיין 'קעפל פון א אשכול'. מיט'ן שרייבן 'די ריכטיגע וועג פון שרייבן' האסטו גענומען א צד אינעם קעפל...
געב א קוק צוריק עטליכע תגובות וואס איך האב געשריבן איבער דעם
גערעכט. נישט באמערקט.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

איינס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:35 pm

איך האב אבער געשריבן אין קפעל די אדער דער.

איך מיין נישט צו זאגן אז מדארף אינגאנצן אויסלאזן ציענדע ווערעטער און קריעיטיוויטי. בעיקר מיין איך די וואס זענען טאקע אן קיין שום קריעיטיוויטי אדער כווייס וואס נאר פשוט אומריכטיג.
נעם א דוגמא א אשכול וואס רעדט איבער אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת…
דער כותב האט געעפנט דעם אשכול בעיקר צו געוואר ווערן וואס ער קען זיך פארבעסערן. וואלט אבער געווען נישט צום זאך ווען די קעפל איז ״וואס קען איך פארבעסערן ביי מיר אין אפיס?״
א קעפל 'וואס קען איך פארבעסערן ביי מיר אין אפיס?' קוקט מער אויס ווי אן ארטיקל וואס זאגט וואס מען קען פארבעסערן.
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך קוק למשל די אשכולות יעצט.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=60840
דער קעפל איז רבותי לאזט זיך נישט באגנבענען
סאיז טאקע שרעקעדיג און ציענד. אבער וועלנדיג בעיקר מאכן א אווערנעס אויף א פוינט האט ער פארלוירן זיין ציל מיטן נישט צו שרייבן אין קעפל ״ רבותי לאזט זיך נישט באגנבענען פארזיכערט אייער נעטווארק״ וכדו׳

זיינע סאו קאלד קאסטומערס וועלן נישט אריינקומען אין דעם אשכול אזוי סאך ווי ווען ער שרייבט דאס ארויס.

א אנדער אשכול אנגעטראפן אין אקטיווע מיטן נאמען פורים קאסטיומס.
די נארישע וועג וואלט געווען צו שרייבן אין קעפל ״וואס זאל איך מיר פארשטעלן דעם פורים?״
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איל משולש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:44 pm
איינס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:35 pm

איך האב אבער געשריבן אין קפעל די אדער דער.

איך מיין נישט צו זאגן אז מדארף אינגאנצן אויסלאזן ציענדע ווערעטער און קריעיטיוויטי. בעיקר מיין איך די וואס זענען טאקע אן קיין שום קריעיטיוויטי אדער כווייס וואס נאר פשוט אומריכטיג.
נעם א דוגמא א אשכול וואס רעדט איבער אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת…
דער כותב האט געעפנט דעם אשכול בעיקר צו געוואר ווערן וואס ער קען זיך פארבעסערן. וואלט אבער געווען נישט צום זאך ווען די קעפל איז ״וואס קען איך פארבעסערן ביי מיר אין אפיס?״
א קעפל 'וואס קען איך פארבעסערן ביי מיר אין אפיס?' קוקט מער אויס ווי אן ארטיקל וואס זאגט וואס מען קען פארבעסערן.
גערעכט, מיין שטופ צו עפענען דעם אשכול איז געווען אז איך זאל באקומען אינפא וואס זיך צו פארבעסערן. אבער דער תוכן האשכול (פארן ליינער) איז נישט דאס, נאר דער תוכן איז אינפא וויאזוי מסעט אויף א אפיס פון א ביז ת

און סאיז דא אשכולות וואס וואלטן געהאט דעם תוכן און טראגן א קעפל ״וויאזוי בויעט מען א אפיס פון א ביז ת״
איך מיין די חילוק איז זייער קלאר.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

איינס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:48 pm
איך קוק למשל די אשכולות יעצט.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=60840
דער קעפל איז רבותי לאזט זיך נישט באגנבענען
סאיז טאקע שרעקעדיג און ציענד. אבער וועלנדיג בעיקר מאכן א אווערנעס אויף א פוינט האט ער פארלוירן זיין ציל מיטן נישט צו שרייבן אין קעפל ״ רבותי לאזט זיך נישט באגנבענען פארזיכערט אייער נעטווארק״ וכדו׳

זיינע סאו קאלד קאסטומערס וועלן נישט אריינקומען אין דעם אשכול אזוי סאך ווי ווען ער שרייבט דאס ארויס.

א אנדער אשכול אנגעטראפן אין אקטיווע מיטן נאמען פורים קאסטיומס.
די נארישע וועג וואלט געווען צו שרייבן אין קעפל ״וואס זאל איך מיר פארשטעלן דעם פורים?״
אט אזוי. די ביידע זענען ריכטיגע משלים.
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איינס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:51 pm
איל משולש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:44 pm
איינס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 11:35 pm

איך האב אבער געשריבן אין קפעל די אדער דער.

איך מיין נישט צו זאגן אז מדארף אינגאנצן אויסלאזן ציענדע ווערעטער און קריעיטיוויטי. בעיקר מיין איך די וואס זענען טאקע אן קיין שום קריעיטיוויטי אדער כווייס וואס נאר פשוט אומריכטיג.
נעם א דוגמא א אשכול וואס רעדט איבער אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת…
דער כותב האט געעפנט דעם אשכול בעיקר צו געוואר ווערן וואס ער קען זיך פארבעסערן. וואלט אבער געווען נישט צום זאך ווען די קעפל איז ״וואס קען איך פארבעסערן ביי מיר אין אפיס?״
א קעפל 'וואס קען איך פארבעסערן ביי מיר אין אפיס?' קוקט מער אויס ווי אן ארטיקל וואס זאגט וואס מען קען פארבעסערן.
גערעכט, מיין שטופ צו עפענען דעם אשכול איז געווען אז איך זאל באקומען אינפא וואס זיך צו פארבעסערן. אבער דער תוכן האשכול (פארן ליינער) איז נישט דאס, נאר דער תוכן איז אינפא וויאזוי מסעט אויף א אפיס פון א ביז ת

און סאיז דא אשכולות וואס וואלטן געהאט דעם תוכן און טראגן א קעפל ״וויאזוי בויעט מען א אפיס פון א ביז ת״
איך מיין די חילוק איז זייער קלאר.
די בעסטע וואלט געווען "איך וויל אויפסעטן בעסער מיין אפיס, וואס קען איך טון?", אדער "טיפס צו אויפסעטן אן אפיס".
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

דאס איז קלאר אז שרייבן א קעפל איז אן עקסטערע חוש, מען דארף האבן סיי מארקעטינג סקילס, און סיי האבן די פאסיגע לשונות, און קענען צאמנעמען א זאך אין איין ווארט.
און אפשר טאקע זאל מען מאכן א באזונדערע טיעם, וואס זאל פאררעכטן די קעפלעך, און מען זאל זיך קענען פארבינדן מיט זיי אין אישי ויאזוי צו קריעטן די קעפלעך ריכטיג.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אדער קען מען שמועסן ארום דעם, און דורך דעם קלארער ווערן…

איך זע אויפן לייק היבש אפאר חברה וואס האבן א יד ורגל אין שפראך אויסלייג, יעלו ויבואו און אריינקומען מיט קלארערע הגדות.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

האב איך יעצט געטראכט, אין דעת הקהל פארום איז זיכער אז דו ביסט גערעכט.
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”