פארק'ן ביי דרייוועי

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מקוה נייעס

פארק'ן ביי דרייוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה נייעס »

עס איז נישט קיין סוד אז צו טרעפן א נארמאלע פארקונג ספאט אין ב"פ וומס"ב און אפילו פלעטבוש איז א מכות מדינה.

עס האט מיך איינער מעורר געווען אז דאס וואס אסאך מענטשן האבן אין די לעצטיגע יארן געבויט הייזער און ביי די ערשטע שטאק האבן זיי געמאכט א פלאץ צו פארק'ן זייער קאר, אז דאס איז נישט קיין לעגאלע דרייוועי, און זיי האבן נישט קיין שום רעכט נישט צו לאזן דארט פארק'ן.

קען איינער באשטעטיגן אז דאס איז אמת
אוועטאר
מר. מצליח
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2009 12:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. מצליח »

עס האט נישט קיין כלל
ווייל מען דארף עס קעגיסטרירן ביי די שטאטישע טאטעס

ממילא איז דא וואס איז יא לעגאל אין מאנכע זענען טאקע נישט לעגאל
מקוה נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה נייעס »

איז דא ערגעץ וואו מ'קען אויסגעפינען וועלכע זענען נישט לעגאל
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מען קען נישט אויסגעפינען אן-ליין, מען דארף גיין צו דער DOB פון יענע בארא און נאכקוקען אויף די פלענ'ס.
אבער עס וועט אייך גארנישט העלפען, בעי רידזש האט זיך וועגען דעם שוין איבערגעדרייט אפאר יאר צוריק וועגען דעם.
ווייל אז א פאליציי גייט אדורך, און זעט אייך געפארקט ביי א דרייוועי ער חקר'ט נישט ער גיט א טיקעט (נאך איינס צום קוואטע), טאמער דער יעניגער וויל אייך מסדר זיין רופט ער טאו-טראק קאמפאני, יענע איז אויך נישט מחוייב צו פרעגן קיין קשיות, עס איז דא א טיקעט, ער מעג טאון און טראגן צום פאונד, יעצט גייט'ס און פיקטס עס אויף און באצאלט די פי פון די טאו קאמפאני און די פאונד.
יעצט גיי אראפ אין בילדינג דעפט. און טרעף די פייל, און גיי פייט דעם טיקעט, מען וועט עס דעסמיסען, די פאונד קאמפאני און די טאו טראק קאמפאני געלט, הצלחה צוריק צובאקומען, איר קענט, אבער צייט און ליגעל פיס וועט עס קאסטען
איר ווילט אפטוהן דעם שכן, איר רופט דער בילדינג דעפט. ער באקומט א טיקעט פון 2500 מאקסומום וואס ער דארף קיינמאל נישט באצאלן ביז ער וויל פארקויפן דאס הויז, וויל ער דווקא יא איר זאלט נישט קענען פייטן אייערע טיקעטס גיט ער אויס אפאר דאלאר, און ער מאכט עס ליגעל, אבער באמת אויב זיכט ער אייך נישט אפצוטוהן איז א שאד די געלט (80% דרייוועיס אין אסאך געגענטער זענען נישט ליגעל), אויסער דעם קען ער אייך סייווי אפטוהן אויף טערקיש דורך רופן פאליציי אייך ערלעדיגען א טיקעט, און רופען א טאו טראק קאמפאני עיי' לעיל.
פארשטייט זיך דאס איז געזאגט געווארן אויב ביידע זענען גויים אויב איינער איז א איד, איז שוין דא א שו"ע, מסירה איז אין חו"מ, איך האב נישט קיין ידין ידין, מען הערט געווענליך נישט אויס איין צד אן דעם צווייטן, מען קען עפענען אויף דער הלכתא אן אשכול אין ידיעות התורה.
איר זענט ברוגז, וועלקאם טאא ניו יארק....
למה זה תשאל לשמי...
מקוה נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה נייעס »

הפלא ופלא

איז יושר טאקע געשטארבן.

פארוואס קען א פאליציי געבן א טיקעט, אפשר איז דאס דער בעה"ב, אפשר האט דער בעה"ב געגעבן רשות פאר איינעם...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דוכט זיך א פאליציי גיבט נישט קיין טיקעט ביי א דרייוועי נאר אויב מען רופט אים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אבער אפי' צו פייטן דעם טיקעט דארף מען זיין דער בעה"ב, דהיינו אויב איינער האט א גאסט, אין א פאליציי פארט אדורך, און ער איז אין די גיסטע, און ער קלאפט אריין די לייסענס אין זיין קאמפיוטער, און די אדרעס איז נישט דער אדרעס פון דעם הויז (אדער דער בעה"ב אליין און עס איז רעגיסטרירט ביי די ארבעט) עי' קאוד 98 איז עס א ווייעלעישאן, ויש מחלוקת בין הדזאזשעס צו מען דארפן עס דיסמיסען.
וואס שוועמעל זאגט איז ריכטיג, אבער נישט ווייל דער געזעצט זאגט אזוי, נאר בלומבערג איז נאך נישט איינגעפאלן נאך א פלאץ צו מאכן געלט.
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

פארקן ביי יענעמס דרייוועי איז א פארצווייגטע נושא, סיי לגבי געזעץ, און סיי הלכה למעשה, סיי מצד דער בעה"ב און סיי מצד דער דרייווער, וואס מ'קען און מ'דארף קוקען אויף ביידע זייטן פון די מטבע.

געזעצלעך זענט איר גערעכט אז אויב איז דאס נישט א לעגאלע דרייוועי מעגט איר דאס בלאקן, און אויב איר באקומט א טיקעט און איר זענט באמת אין די גוסטע קענט איר דאס פייטן. אבער מצד שני, אויב וואוינט דארט א איד וואלט איך עס נישט געראטן דאס צו טוהן, יענער האט געצאלט און צאלט נאך אלס שווערע פעימענטס פאר די באנק פאר זיין הויז, ער האט געקויפט דעם גאנצן לאט. אמת, די געזעץ הייסט אים איינגעבן און צאלן שטייער דערויף און מעגט דארט פארקן, אבער, זאגט נאר ר' איד, זענט איר טאקע 1000% אויסגעהאלטן מיט אייערע חשבונות, אז איר זענט שוין מסדר דעם חבר? זענט איר דער שופטים ושוטרים פאר מאיר מיכאל בלומבערג'ן? עס איז יענעמס, און ס'איז נישט קיין יושר צו בלאקירן.

מצד המעשה שטעלט איר אויך איין, סיי איר ווייסט דאך למעשה נישט צו דאס איז לאגאל אדער נישט, אויב איז דער בעל הדרייוועי א שטיקל תקיף, בפרט אויב ער וואוינט נאך נעבן א חתונה זאל ווי יעדע נאכט פון שמחה-סעזאן איז זיין דרייוועי געבלאקט פון מענטשען וואס לויפן נאר אריין פאר א מינוט געבן מזל טוב פאר די מחותן, און אים קאסט עס יעדע נאכט 15-20 מינוט ביז דער אייגנטומער טרעפט דעם מחותן, וואונטשט אים, ווארט אין די רייע צו טאנצען מיט אים, איז טועם פון די קאלטס און ווארימס, וכו' וכו', קען ער אייך אפטוהן אויף כל מיני אופנים, סיי מיטן רופן פאליציי אדער טאו טראק ווי אויבן דערמאנט, סיי מיט אנדערע ווילדע זאכן (ווי ארויסנעמן די לופט פון די רעדער, אנספרעיען די פענסטער, אראפנעמען דיינע פלעיטס וכו' וכו'), יעצט גיי שטעל דיר אופן קאפ, קודם פאררעכט די פראבלעמען, ווייז אויף פאר די פאליציי אז דער בעה"ב האט עס געטוהן (איר האט דעך נישט געזען), און גיי זיך נאך אויב ס'איז לעגאל...

פון די דריטע זייט האב איך מיטגעהאלטן א מעשה ווי א חבר מיינער איז געווען ביי א שמחה אין שטאט, ווען ער איז אהיימגעפארן איז שוין געווען זפעט אינמיטן נאכט, ער האט זיך געוואלט אפשטעלן קויפן עפעס אין גראסערי, ער האט געזען א ליידיגע דרייוועי 1:30 ביינאכט, האט ער זיך אריינגעשטעלט (מן הסתם איז עס הפקר...), אינצווישן איז דער בעל הבית אויך אנגעקומען פון א שמחה, ווייסט נישט ווער דאס איז און ווי לאנג ער פלאנט צו שטיין דארט, מאכט נישט קיין מעשות, שטעלט זיך פארנט פונעם דרייוועי, און גייט אריין צו זיך אין שטוב. קומט דער דרייוער ארויס פון געשעפט אין וויל אהיים פארן קיין מאנסי, אבער די וועג איז בלאקירט...

פון די פערטע זייט איז געווען אין בארא פארק איינער וואס האט געהאט צופיל פראבלעמען מיט זיין שכן רע, ווען קיין עצה האט נישט געהאלפן האט ער איינגעגעבן אז די דרייוועי איז נישט לעגאל, דער שכן האט געברויכט צאלן שטייער אויף די אלע יארן וואס ער האט נישט באצאלט!

ווער איז גערעכט? ביידע נישט! אבער להנאתכם, ביטע בלאקט נישט מיין דרייוועי!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
מקוה נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה נייעס »

ווען ביידע וואלטן געווען גערעכט וואלט שוין משיח לאנג דא געווען.

עס איז מיר איינגעפאלן אן עצה אויב מ'פארקט ביי א היימישע איד פאר. א פאר מינוט קען מען לייגן א צעטל ביים פענסטער מיט דיין סעל נאמבער, אז אויב דער בעה"ב קומט אן זאל ער דיך קענען רופן.

זאג נאר משיח, אויף אזא אופן וואלסט דו מיך געלאזט בלאקן דיין דרייוועי?

אויב יא שוק מיר אין אישית דיין אדרעסס, עס קען מיך גוט צוניץ קומען
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מקו' נייעס, גוט געזאגט.

איך האב שוין כמה פעמים געפארקט ביי דרייוועיס מיט א צעטל אויפן פענסטער מיך צו רופן, רוב האבן גערופן און איך בין גלייך געלאפן רוקן מיין קאר. איין מאל איז געווען וואס יענער האט געשאלטן אויף ענגליש :P אין בארא פארק..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

משיח, איך אביסל מחולק מיט אייך,
ווען איינער צאלט נישט פאר א דרייוועי האט ער נישט די "זכות" דערפאר, און ס'קומט נישט דא אריין צו איך בין יא 100% אויסגעהאלטן געזעצליך צו נישט, נישט וועגן דעם וועל איך דארט (אויב איך וועל..) פארקן כדי צו לערנען יענעם די געזעץ אדער אים אנצולערנען פארן פארנאכלעסיגן ס'געזעץ.. נאר פשוט, ווייל וואס איז די בלוט פון זיין קאר רויטער פון מיינס? אונז האמיר ביידע די זעלבע זכות אויף דעם ספעיס ווי לאנג ער קויפט נישט אפ דעם זכות אויף דעם ספעיס פון די בעלי בתים דערפון (די שטאט)
דאס וואס ער האט א פרייוואט הויז גיבט אים נישט אוטאמאטיש די זכות פאר א דרייוועי! איך בין גארנישט שולדיג אז איך קען מיך נישט ערלויבן א פריוואט ווילא און כ'וואוין אין אן אפארטמענט געביידע.. אויב צאלט ער דערפאר האט ער אלע רעכטן דערויף!
און די ריכטיגע עצה איז טאקע צו שרייבן נאטיס מיט די פאון # כמובן.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

והוא פלאי האט געשריבן:
וואס שוועמעל זאגט איז ריכטיג, אבער נישט ווייל דער געזעצט זאגט אזוי, נאר בלומבערג איז נאך נישט איינגעפאלן נאך א פלאץ צו מאכן געלט.


עס איז נישט שיין פון אייך אטאקירן בלומבערג ירום הודו אומזיסט. ממש נישט שיין. מען קען טרעפן גענוג געלעגענהייטן אים אריינצוזאגן דעם פסוק, אבער דא איז ער לגמרי נישט שולדיג. איר ווייסט פארוואס? גאנץ פשוט. פון זיין זייט וואלט ער געקענט באשטיין איר זאלט אלע דרייוון א ..בייק! פערטיג, געלעזט דעם פראבלעם!

איר מיינט אז ער איז טאקע אזא שלעכטער וואס וויל טיילן טיקעט'ס פאר אלע קארן אין שטאט? נעה, הויבט זיך נישט אן! ער וויל פשוט מוטיגן דעם עולם זיך ארויפצוזעצן אויפ'ן בייק...

צום זאך האט געשריבן: נישט וועגן דעם וועל איך דארט (אויב איך וועל..) פארקן כדי צו לערנען יענעם די געזעץ אדער אים אנצולערנען פארן פארנאכלעסיגן ס'געזעץ.. נאר פשוט, ווייל וואס איז די בלוט פון זיין קאר רויטער פון מיינס?


:lol: ;l;p-
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

ר' יודעלע, האסט עס גוט ארויסגעברענגט, האסט עס געשריבן מיט "בלוט"...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32542
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יודל, איך דיסעגרי שטארק מיט דיין לעצטע סטעיטמענט, "פון זיין זייט זאל זיך יעדער ארויפזעצן אויף א בייק".. און אויב וויל איך נישט א בייק, מעג ער שוין רודף'ן? איך וויל אז יעדער זאל אנטוהן א קוטשמע, און אויב נישט, וועל איך זיי דערגיין די יארן.. סטע'געזעהן אזאונס?!!

ווען מ'רעדט פון פארקינג טיקעט'ס, און מ'וויל טרייבן א וויץ אויף איינעם'ס חשבון, איז מעיאר בלומבערג דער פאסיגער פערזאן אויף וועם עס אנצולייגן, דער טיילט טיקעט'ס אין די מאסן.. ער איז ארויס פון יעדע גרעניץ..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:יודל, איך דיסעגרי שטארק מיט דיין לעצטע סטעיטמענט...

ווען מ'רעדט פון פארקינג טיקעט'ס, און מ'וויל טרייבן א וויץ אויף איינעם'ס חשבון, איז מעיאר בלומבערג דער פאסיגער פערזאן אויף וועם עס אנצולייגן, דער טיילט טיקעט'ס אין די מאסן.. ער איז ארויס פון יעדע גרעניץ..


איך טוה זייער שעצן דיינע אהבת ישראל געפילן מר. מאכער. טראץ דעם וואס דו ביזט באוואפנט מיט לעמפלעך און לע-לו'ס און דעריבער שטייסטו זעלבסט נישט אויס קיין געפאר פון בלומבערג'ס טיקעט'ס, דאך נעמסטו זיך אן פאר דיינע דערדריקטע ברודער און שפירסט זייער ווייטאג און פיין.

אגב: ווילסטו טאקע אז יעדער אין קרעטשמע זאל אנטוהן א קוטשמע? ..כ'מיין, אפשר קען מען פארהאנדלען דערוועגן... נאכנישט יעצט, מערצעשעם ווינטער צייט.. אזוי אין א חודש צוויי עלמער זיין אין טאטש. איא?!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

יודל, זעט אויס ביסט א גרינער דא, מר. מאכער וואוינט אין אפסטעיט, דעריבער וואלט ער סייוי נישט באקומען קיין טיקעט -אפילו אן זיינע בליצערס.

אויב דו קוקסט גוט אויף זיין בילד וועסטו זעהן אינעם הונטערגרונט אפסטעיט הייזער. (אין אפסטעיט איז געווענליך קעלטער, דעריבער וויל ער אז יעדער זאל אנטון א קוטשמע)

אבער רב מאכער קומט זיך סייווי א שכויעך פארן זיך אננעמען פאר זיינע דאונטסטעיט ברודער.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32542
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יודל, ביי דיר האבעך געלאכט, אבער גרויזי, ביי דיר האבעך אויסגעשאסן.. כאפט'ס פון די גרינע...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מקוה נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה נייעס »

צום זאך האט געשריבן:משיח, איך אביסל מחולק מיט אייך,
ווען איינער צאלט נישט פאר א דרייוועי האט ער נישט די "זכות" דערפאר, און ס'קומט נישט דא אריין צו איך בין יא 100% אויסגעהאלטן געזעצליך צו נישט, נישט וועגן דעם וועל איך דארט (אויב איך וועל..) פארקן כדי צו לערנען יענעם די געזעץ אדער אים אנצולערנען פארן פארנאכלעסיגן ס'געזעץ.. נאר פשוט, ווייל וואס איז די בלוט פון זיין קאר רויטער פון מיינס? אונז האמיר ביידע די זעלבע זכות אויף דעם ספעיס ווי לאנג ער קויפט נישט אפ דעם זכות אויף דעם ספעיס פון די בעלי בתים דערפון (די שטאט)


דו רעדסט צום זאך, ווייל אזוי ווי מ'מעג פארקן אין פראנט פון דיין הויז, די זעלבע זאל מען קענען פארשטעלן דיין דרייוועי אויב ס'איז נישט א לעגאלע דרייוועי, עס איז דאך די שטאטס פראפערטי, אבער אזוי ווי יושר איז געשטארבן, און מעיאר בלומבערג דארף געלד צו בויען נייע האויזונג פראדשעקס (ווער געדענקט נאך זיין 01 קאמפיין, ווי מ'זעט זיין פרצוף און פון אונטער אים איז דא ריזיגע 30 שטאקידיגע בנינים, וואס זאלן האבן געדארפט מסדר זיין די האוזינג פראבלעם אין ניו יארק סיטי) דארפן די פאליציי נישט קוקן אויב די דרייוועי איז לעגאל, און מיך מזכה זיין מיט א מתנת יד.

אראפ מיט בלומבערג דער אלטע בחור
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער אלטער אידישער בחור מייק בלומבערג, וועט זעהט אויס אויך רעגירן אזוי לאנג,
וואו דער פריער'דיגער אלטער אידישער בחור עד קאטשקע.
ועמך כולם צדיקים
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: פארק'ן ביי דרייוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

ווען מ'בלאקירט א דרייוועי אין פלעטבוש
אטעטשמענטס
-5799607667252113260_121.jpg
-5799607667252113260_121.jpg (329.67 KiB) געזען 904 מאל
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: פארק'ן ביי דרייוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 1:51 am
ווען מ'בלאקירט א דרייוועי אין פלעטבוש
ער איז זיכער נישט קיין סאטמערער
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: פארק'ן ביי דרייוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 1:51 am
ווען מ'בלאקירט א דרייוועי אין פלעטבוש
ביג דיעל, ער פארט א פאר פיס און אלעס פאלט אויף די גאס וואס דער בעל הדרייוו-וועי עטעס נאך דארפן אויפקלינען!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: פארק'ן ביי דרייוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

יידישע קהילות האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:50 pm
כמים שאין להם סוף האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 1:51 am
ווען מ'בלאקירט א דרייוועי אין פלעטבוש
ביג דיעל, ער פארט א פאר פיס און אלעס פאלט אויף די גאס וואס דער בעל הדרייוו-וועי עטעס נאך דארפן אויפקלינען!
אבער דער דרייוער איז אויך נישט קיין סאטמערער
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: פארק'ן ביי דרייוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:52 pm
יידישע קהילות האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:50 pm
כמים שאין להם סוף האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 1:51 am
ווען מ'בלאקירט א דרייוועי אין פלעטבוש
ביג דיעל, ער פארט א פאר פיס און אלעס פאלט אויף די גאס וואס דער בעל הדרייוו-וועי עטעס נאך דארפן אויפקלינען!
אבער דער דרייוער איז אויך נישט קיין סאטמערער
גוט...
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”