@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אמעריקאנער אמבאסאדע אין בעלגיע האט ארויסגעלייגט א ווארענונג פאר אמעריקאנער בירגער איבער א מעגליכע באן טעראר אטאקע אין בריסל.

IMG_20230308_131125_177.jpg
IMG_20230308_131125_177.jpg (98.17 KiB) געזען 13760 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א ניו יארק טיימס באריכט גיבט אן אז א פרא אוקריינישע גרופע איז געשטאנען אונטער די סאבאטאזש אויף די נארד סטריעם פייפליינס.

לויט די באריכט האט די גרופע דורכגעפירט די אטאקע אויף די אייגענע האנט, און פרעזידענט זאלענסקי אדער אנדערע רעגירונגס באאמטע האבן נישט געוואוסט דערפון.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

4 מענטשן זענען אומגעקומען נאך וואס צוויי קליינע פליגער האבן זיך צוזאמגעקראכט אין די לופטן העכער א לעיק אין פלארידע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די FBI האט געעפענט אן אויספארשונג איבער אן ערנסטע העקעריי אין די 'די. סי. העלט לינק' אינשורענס פירמע, אין וועלכע עס איז מעגליך אויפגעדעקט געווארן די פערזענליכע אינפארמאציע פון הונדערטער קאנגרעס מיטגלידער און קעפיטאל ארבעטער.

IMG_20230308_172539_963.jpg
IMG_20230308_172539_963.jpg (142.71 KiB) געזען 13003 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א CNN באריכט גיבט אן אז אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי האט איינגעלאדענט קאנגרעס ספיקער קעווין מעקקארטי צו קומען באזוכן אוקריינע, אבער מעקקארטי האט עס אפגעזאגט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סענאט האט אין א 81-14 אפשטימונג באשטעטיגט א רעפובליקאנער ביל וועלכע וועט אפשאפן פרישע קאנטערווערסיאלע לויזע געזעצן איבער קרימינאלן וואס די וואשינגטאן די סי סיטי קאונסיל האט איינגעפירט.

די ביל וועלכע איז שוין דורך אין קאנגרעס, גייט יעצט צום פרעזידענט, וועלכע האט אין אן איבערראשענדע שריט געמאלדן פארגאנגענע וואך אז ער וועט דאס אונטערשרייבן און נישט וועטאאירן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקקאנעל איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן אומפאלן ביי א פריוואטע נאכטמאל אין א האטעל אין וואשינגטאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסלאנד האט דורכגעפירט א פרישע מאסיווע מיסיל אטאקע אויף מערערע צילן אין אוקריינע, שיסענדיג 81 מיסילס, אריינגערעכנט זייערע פארגעשריטענע קינזעל הייפערסאניק מיסילס.

ווייניגסטנס 8 זענען אומגעקומען און קריטישע אינפראסטרוקטור איז געשעדיגט געווארן פון די מיסיל אטאקע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר לואיד אויסטין האט היינט אפגעשטאט א באזוך אין מדינת ישראל וואו ער האט זיך געטראפן מיט'ן ארטיגן פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו.

ביי א פרעסע קאנפערענץ האט אויסטין געזאגט אז אמעריקע וועט נישט ערלויבן איראן צו האבן נוקלעארע וואפן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ברוקלין דיסטריקט אטוירני עריק גאנזאלעז האט געמאלדן אז א 67 יעריגער מאן פון קווינס איז אנגעקלאגט געווארן אויף די טראגישע היט-ענד-ראן עקסידענט אין וויליאמסבורג עטליכע מאנאטן צוריק, פון וועלכע א היימישע פרוי איז רח"ל אומגעקומען.

IMG_20230309_131936_279.jpg
IMG_20230309_131936_279.jpg (197.09 KiB) געזען 9592 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א טעראר אטאקע איז פארגעקומען אין תל אביב, אין וועלכע 3 זענען פארוואונדעט געווארן, איינער פון זיי אין א קריטישע צושטאנד. דער טעראריסט איז דערשאסן געווארן צום טויט דורך זיכערהייט קרעפטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין פרישע דאקומענטן אויפגעדעקט אין געריכט אלס טייל פון די $1.6 ביליאן דעפעמעישאן אנקלאגע פון דאמיניאן קעגן פאקס נייעס, איז פובליצירט געווארן א רייע טעקסט מעסעדזשעס וואס טאקער קארלסאן האט געשיקט יאנואר 4 2021, צוויי טעג בעפאר די יאנואר 6 אומרוען.

צווישן אנדערע רייסט קארלסאן שטארק אראפ טראמפ פארן נישט גיין צו ביידענ'ס איינשווערונג צערעמאניע, רייסט אראפ טראמפ אדוואקאט סידני פאועל, און זאגט אז ער האַסט שטארק טראמפ, און זאגט אז ער קען נישט ווארטן איהם צו קענען איגנארירן מערסטנס נעכט אויף זיין שאו.

קארלסאן ווערט שטארק אראפגעריסן דערפאר דורך די לינקע צוליב וואס אויף זיין שאו האט ער גאר שטארק געשטיצט און אויסגעלויבט טראמפ, שטופענדיג אן אגענדע וואס ער אליינס האט נישט געהאלטן.

IMG_20230309_142932_425.jpg
IMG_20230309_142932_425.jpg (121.34 KiB) געזען 9219 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווייניגסטנס 7 מענטשן זענען אומגעקומען און נאך עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי אין א קירכע אין האמבורג, דייטשלאנד.

פאליציי גלייבט אז דער שיסער איז צווישן די טויטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פאליטיקא באריכט גיבט אן אז די פענטאגאן באצאלט פאר פארשונגען אויף בעלי חיים צו זעהן אויב די מיסטעריעזע "האוואנע סינדראם" וועלכע האט באטראפן הונדערטער אויסלענדישע אמעריקאנער רעגירונגס איינגעשטעלטע אין די לעצטערע יארן, קומט צוליבן זיין אויסגעשטעלט צו 'ראדיא פריקווענסי וועיווס'.

די באריכט קומט נאך וואס די דירעקטאר אוו נעשאנעל אינטעלידזשענס האט ארויסגעשטעלט א באריכט פארגאנגענע וואך אין וועלכע זיי זאגן אז ווי עס שיינט קומט דאס נישט פון א וואפן פון א פרעמדע לאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די מאנהעטן דיסטריקט אטורני'ס אפיס האט איינגעמאלדן פאר טראמפ אדוואקאטן אז אויב טראמפ וויל קען ער קומען אויפטרעטן בעפאר א מאנהעטן גרענד דזשורי אין פארבינדונג מיט איינע פון די אויספארשונגען איבער אים. דאס איז א צייכן אז קרימינאלע אנקלאגעס זענען מעגליך נאנט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 11:56 pm
קאנגרעס האט 419-0 דורכגעפירט די ביל וועלכע פארלאנגט פון די דירעקטאר אוו נעשאנעל אינטעלידזשענס צו דיקלאסיפיצירן אלע אינפארמאציע אנבאלאנגט די אפשטאם פון קאוויד. די ביל גייט יעצט צום פרעזידענט פאר אן אונטערשריפט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין א היסטארישע שריט האט די FDIC - די פעדעראלע באנק רעגולאטורן געמאלדן אז זיי נעמען איבער "סיליקאן וואלי באנק", די 16'טע גרעסטע באנק אין אמעריקע, און וועלן צוריקצאלן פאר מענטשן וואס האלטן דארט פארזיכערטע דעפאזיטס, דאס מיינט ביז $250,000.

אין קורצן:

אין רעזולטאט פון די הויכע פעדעראלע אינטערעסט ראטעס איז די ווערד פון געוויסע סעקיוריטיס וואס די באנק האט געקויפט שטארק געפאלן, און זיי האבן פארלוירן $1.8 ביליאן ביים פארקויפן. דעם מיטוואך האבן זיי געמאלדן א שעיר פארקויף פרובירנדיג אויפצוקומען מיט פרישע $2.25 ביליאן צו קענען אנגיין.

דאס האט געכאפט אינוועסטירער אין שאק, ווייל זיי האבן געמיינט אז די באנק האט גענוג געלט, און וועלן נישט דארפן פארקויפן די סעקיוריטיס. אין רעזולטאט האט די סטאק פון די באנק, וועלכע סערווירט מערסטנס פרישע טעק פירמעס, געטראסקעט מיט 60% דעם דאנערשטאג, און נאך 60% היינט פרייטאג אינדערפרי, אין פרי-מארקעט טרעידינג.

די באנק האט אנגעהויבן באטראכטן צו ווערן אויספארקויפט, אבער צוליב וואס מענטשן האבן אנגעהויבן לויפן ארויסנעמען זייערע געלטער פון די באנק, איז נישט מעגליך געווען צו באקומען א ריכטיגע שאצונג איבער וויפיל די באנק איז ווערד, פארלירנדיג איבער 80 ביליאן דאלער אין ווערד אין אונטער 24 שטונדן.

דאס האט געפירט צו אן אומפארמיידבארע צוזאמפאל פון די באנק און געצווינגען די פעדעראלע רעגולאטורן זיך אריינצומישן און איבערנעמען די באנק פירערשאפט.

דאס איז די גרעסטע באנק צוזאמפאל זינט 2008 ווען די פעדעראלע רעגירונג האט איבערגענומען די וואשינגטאן מיוטשעל באנק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

איראן און סאודיע אראביע האבן געמאלדן אז זיי וועלן צוריקשטעלן דיפלאמאטישע באציאונגען און צוריק עפענען זייערע אמבאסאדעס נאך 7 יאר, נאך אן אפמאך וואס איז אויסגעארבעט געווארן דורך כינע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 1:07 pm
אילאן מאסק אויף טוויטער רופט צו באפרייען דער "קיו ענאן שאמאן" נאך וואס עס איז ערשינען פרישע ווידעא אין וועלכע ער ליינט פאר טראמפ'ס טוויט צו זיין פרידליך, און בעהט די פראטעסטירער צו אהיימגיין.

IMG_20230311_194920_967.jpg
IMG_20230311_194920_967.jpg (81.31 KiB) געזען 4809 מאל
IMG_20230311_194921_388.jpg
IMG_20230311_194921_388.jpg (147.08 KiB) געזען 4809 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דראמאטישע ווידעא צייגט וויאזוי 2 גנבים פירן דורך א רויבעריי אויף א קאר פארענט פון די סאטמארע בית המדרש אויף ראדני אין וויליאמסבורג, ווען איינער איז נאכגעגאנגען דעם קאר אייגענטומער אריין אין בית המדרש, אין די צייט וואס דער צווייטער האט זיך איינגעבראכן אין די קאר און גערויבט צירונג אין ווערד פון $22,000.

ווידעא
ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס ביי א פריוואטע אווענט האט גאר שארף אראפגעריסן טראמפ איבער די יאנואר 6 אומרוען, זאגענדיג אז "היסטאריע וועט האלטן טראמפ פאראנטווארטליך".
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 12:33 pm
טרעזשורי סעקרעטאר יעלען זאגט אז די פעדעראלע רעגירונג וועט נישט אויסלייזן סיליקאן וואלי באנק, אזוי ווי די 'בעילאוטס' וואס די רעגירונג האט געטון אין 2008, אבער די רעגירונג ארבעט צו העלפן מענטשן וועלכע האבן געהאלטן געלט אין די באנק.

באזונדער גיבט א בלומבערג באריכט אן אז די FDIC האלט אינמיטן פרובירן צו פארקויפן די באנק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

צפון קארעא זאגט אז זיי האבן באוויזן ארויסצושיסן 2 סטראטעגישע קרוז מיסילס פון א סובמארין, וועלכע זענען געפלויגן א ווייטקייט פון 1500 קילאמעטער און דערגרייכט אין ציל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין א געמיינזאמע פרעסע ריליעס מעלדן די טרעזשורי דעפארטמענט, די פעדעראלע רעזערוו, און די FDIC, אז פעדעראלע רעגולאטורן האבן אפגעשלאסן און איבערגענומען סיגניטשור באנק, נאכן זעהן אן "ענליכע סיסטעמאטיש ריזיקע".

מענטשן וואס האבן געהאלטן געלט אין די צוויי בענק וועלן צוריק באקומען אלע זייערע געלטער מארגן, מאנטאג. די וואס האבן געהאט סטאקס זענען נישט פארזיכערט און וועלן נישט געדעקט ווערן.

אין די זעלבע צייט פארזיכערן זיי אז די איבריגע חלק פון די בענקינג סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן איז אויף א שטארקע פונדאמענט. די רעגירונג וועט נישט ארויסבעילן די צוויי בענק.

IMG_20230312_183213_055.jpg
IMG_20230312_183213_055.jpg (317.61 KiB) געזען 2680 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:17 am
א וואל סטריט זשורנאל באריכט גיבט אן אז כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג פלאנט צו אפהאלטן א געשפרעך מיט אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי צום ערשטן מאל זינט די קריג, און וועט אפרייזן קיין מאסקאווע זיך צו טרעפן מיט פוטין אזוי פרי ווי קומענדיגע וואך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”