אדווערטייזמענט: די ונתנו רעוואלוציע

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: די ונתנו רעוואלוציע

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

א ביהיינד-די-סיענס אינפארמאטיווע שמועס מיט די גרינדער פון די אויפגעכאפטע נייע "ונתנו" צדקה פלאטפארמע על טהרת הקודש
~~~~~~~~~~~~~


ונתנו, א ווארט וואס יעדער קען, יעדער נוצט, יעדער ווייסט, ווער קען דען נישט דעם אלט באקאנטן שפריכווארט "ונתנו גייט אהין און צוריק"?! אבער דאסמאל האט דער ונתנו צובאקומען א נייע באדייט, יעצט איז "ונתנו" נישט בלויז א ווארט, נאר א רעוואלוציע, א שפאגל נייע דורכברוך אין די וועלט פון צדקה קאמפיינס.

רעוואלוציע, דורכברוך, היסטאריש, די אלע דראמאטישע ווערטער זענען שוין אויך אויסגעדראשן, און זענען היינט עובר לסוחר ביי יעדע פארשטופטע מלוה מלכה, נייע ספר, אדער פרישע מאכל...די גראנדיעזע ווערטער האבן שוין פארלוירן זייער גראנדיעזקייט, קיינער ווערט שוין נישט באנומען ווען מ'זעהט שרייענדע קעפלעך "א דורכברוך"!

וואס זאל מען אבער טון אז דא רעדט זיך פון א פאקטישע "רעוואלוציע" במלוא מובן המלה, יעצט מיינט מען עס טאקע ערנסט... דא פאסט זיך יא אריין די סארט שפראך... טאקע דערפאר האבן מיר באשלאסן אפצוהאלטן אן אפענער שמועס מיט די גרינדער פונעם נייעם פלאטפארמע, זיך איבערצייגן פון וואס מ'רעדט, במה הכתוב מדבר.

"ונתנו" האט געשאפן א נייע צוגאנג צו צדקה קאמפיינס, נישט קיין חילוק קליינע צי גרויסע, זיי האבן געענדערט די אויסקוק, די מהלך, און ועל כולם וועט מען פון היינט און ווייטער קענען געבן צדקה ערליך, כשר און אויסגעהאלטן.

לאמיר אייך נישט האלטן געשפאנט אזוי לאנג, נאר גלייך אריינדייוון אינעם אינטערוויו:

אייוועלט: א גוט יאר, אונזער ערשטע פראגע באשטייט פון דריי ווערטער: "וואס-איז-ונתנו?"


ונתנו: קודם ייש"כ פארן געבן די מייק זיך אויסצושמועסן מיטן עולם.

יעצט צום שאלה, כ'האף אז דו פארשטייסט אז די איינפאכע דריי-ווערטער'דיגע שאלה האט א לענגערע ענטפער. צום ערשט העמיר געבן די קורצע ווערסיע דערפון, בהמשך השמועס וועט שוין ממילא ארויסקומען די איבריגע דעטאלן...

אויב קען מען מסכם זיין אין איין ווארט: מיר ערזעצן די ביז היינטיגע 'אנליין קאמפיינס', מיט אן אויסגעהאלטענע און גלייכצייטיג פארגעשריטענע אופן פון דורכפירן סוקספעלע קאמפיינס, אלעס על טהרת הקודש אן קיין שום געברויך פון אנליין צוטריט, נאר אלעס איז אויסדריקלעך דורך פאון און טעקסט!

דאס איז אונזער פלאטפארמע אויפן שפיץ גאפל.

אייוועלט: זייער קלאר. האסט דערמאנט פריער עפעס "על טהרת הקודש", מ'האט שוין געהערט פון מוסדות על טהרת הקודש, אבער ווי קומט דאס אריין ביי א צדקה פלאטפארמע?

ונתנו: דא האסטו אייגענטליך אנגערירט די הויפט מטרה פון ונתנו!

אין די לעצטערע יארן איז זייער פארשפרייט געווארן די "קראוד פאנדינג" מהלך צו פאנדרעיזן פאר מוסדות, ארגאניזאציעס, און אפילו פאר יחידים. יעדער בר בי רב ווייסט וויאזוי ס'ארבעט די פארלאפענע עטליכע יאר, אז דער וואס וויל אויפטרייבן א גרויסע סכום פאר סיי וועלכע צוועק, שפאנט איין א חברה עסקנים וואס ווערן גערופן "רעיזערס", יעדער פון זיי נעמט זיך אונטער א פערזענליכע גאול, און לאזט זיך ארויס אויפן יאגד אנצוקלאפן אויף די טירן פון אלע זיינע באקאנטע און נאנטע אים צו העלפן דערגרייכן זיין ציל.

די מהלך האט שוין במשך געציילטע יאר, אריינגעברענגט שווערע צענדליגע מיליאנען כפשוטו פאר מוסדות, אויף א פיל גרינגערע וועג ווי אמאל.

דא קומט אבער אריין די פראבלעם, די סארט קאמפיינס זענען בעיקר "אנליין קאמפיינס" ווי מ'רופט עס, און דאס האט טאקע גורם געווען די מעכטיגע סוקסעס, ווייל מ'האט געקענט מיטהאלטן 'לייוו' ווי די נומבערס פון די קאסע פארט ארויף מיט יעדע פרישע נדבה, און אויך קען מען מיטהאלטן ווער און וויפיל האט געגעבן, מ'קען צושרייבן אפאר ווערטער לכבודו פונעם רעיזער. בקיצור, אלע דערמאנטע פאקטארן ברענגן א רייץ און טרייבקראפט אנצוגיין ביז מ'קומט אן צום גאול.

אייוועלט: נו, וואס איז די פראבלעם, ס'דאך א געוואלדיגע אויפטוה אין די וועלט פון צדקה וחסד אז מ'קען מאכן סאך מער און סאך שנעלער, נישט אזוי?

ונתנו: אוודאי אזוי, ס'איז א בריליאנטע איינפאל, אבער די פראבלעם איז אז ס'האט געמאכט אז מענטשן וואס האבן סתם אזוי נישט קיין שייכות מיטן אינטערנעט זאלן ווערן אומוועלנדיג אריינגעשלעפט דערין, און זיצן דערויף לאנגע שעות במשך די קאמפיין טאג מיטצוהאלטן יעדע דיטעיל מהחל ועד כלה.

די רבנים וגדולים זענען געווען זייער באזארגט דערפון, און פילע פון זיי האבן געהייסן אויפהערן צו נוצן דעם מהלך פאר זייער מוסד.

זעענדיג די גרויסע צורך זענען מיר אריינגעשפרינגן צו גרינדן א סיסטעם וואס זאל דינען פאר "אָפליין קאמפּיינס", אן קיין שום צוטריט צו טעכנאלאגיע. בלויז דורך פאון און טעקסט, און א מיניאמאלע וועב-פּעידזש.

אייוועלט: הייסט עס אז ס'האט נישט די אלע פונקציעס וואס די אנליין קאמפיין האט, אויב אזוי פארלירט עס דאך די גאנצע געשמאק. מאי אהני לי' בתקנתי'?

ונתנו: טאקע דאס איז די דורכברוך! ס'נישט סתם א טרוקענע סיסטעם פון דאנעיטן דורכן טעלעפאון אדער דורך א טעקסט מעסעדזש, נאר ס'ברענגט מיט אלע אינטערעסאנטע איינצלהייטן פון א געהעריגע קאמפיין, אבער נישט אנליין.

אייוועלט: ילמדנו רבינו איך יתקיימו שניהם, ממה נפשך אז ס'נישט אנליין ווי קענסטו האבן די זעלבע בענעפיטן?

ונתנו: יעצט קומט מען אן צו שולחן עורך! דא שטעקט אונזער מאסיווע חידוש!

מ'האט אינוועסטירט חדשים פון צייט געלט און כח, און געזעצן מיט די גרעסטע מומחים אויפצוקומען מיט א סאפיסטיקירטע פלאטפארמע, וואס ברענגט מיט די זעלבע באקוועמליכקייטן ווי אן אנליין קאמפיין, נישט קיין טראפ ווייניגער.

סיי די פאון סיסטעם און סיי די טעקסט אפציע, זענען צוגעשטעלט אז מ'קען אלעס מיטהאלטן די גאנצע צייט.

אייוועלט: פיר מיך אדורך די פראצעדור פון אוועקשטעלן אזא קאמפיין, וויאזוי ארבעט עס?

ונתנו: גענוי ווי די ביז היינטיגע קאמפיינס, באקומט יעדע ריעזער א טיעם איידי נומבער מיט וואס ער וועט אידענטיפיצירט ווערן די גאנצע צייט. יעצט, ווען איינער וויל דאנעיטן קען ער אריינרופן די פאון סיסטעם, דארט הערט ער קלארע אנווייזונגען וויאזוי אריינצולייגן זיין פּעימענט אינפארמאציע.

אויך קען מען דארט מיטהאלטן "לייוו" כסדר וויפיל יעדער רעיזער האט שוין געמאכט, פון וויפיל דאוענערס, און פארשטייט זיך ווי די גאנצע קאמפיין האלט בכלליות.

אייוועלט: אזא פאון סיסטעם איז דאך שוין דא בנמצא דורך אנדערע קאמפאניס. וואס ברענגט ונתנו מער צום טיש?

ונתנו: קודם, די פאון סיסטעם אליינס איז פיל מער אויפגעסעט אויף א עפעקטיווע וועג, מיט אסאך מער אויסוואלן, און אינטערעסאנטע פונקציעס וואס איז נישטא ביי יעדן.

אבער בעיקר איז טאקע אונזער טעקסט סיסטעם, וואס איז א מורא'דיגע אויפטוה וואס איז נישטא אינעם היימישן מארקעט. ווען דו שיקסט א מעסעדזש צום הויפט נומבער, באקומסטו אויטאמאטיש א ריפּליי צו קענען אריינלייגן די טיעם איידי פאר וועמען דו ווילסט מנדב זיין, איינמאל דו באשטימסט צו געבן, וועסטו באקומען א פאון קאל צו קענען אריינלייגן דיין פעימענט.

אייוועלט: אנטשולדיגט פארן אריינהאקן, פארוואס קען איך נישט ענטערן מיין פעימענט גלייך דורך טעקסט?

ונתנו: זייער גוט געפרעגט. מתחלה איז געווען די פלאן אז מ'זאל עס קענען טון אויף טעקסט, אבער די קארטל קאמפאניס האבן קלארגעשטעלט אלס די זיכערהייט פון די נדבנים איז נישט ראטזאם צו לייגן האקעלע אינפארמאציע אויף טעקסט, נאר גלייך דאס אריינקלאפן אינעם פאון סיסטעם אויף די מערסטע זיכערע מהלך.

צוריק צום טעקסט סיסטעם, אויף טעקסט קענסטו פונקטליך נאכפאלגן די קאמפיין אויף טריט און שריט, ווען אימער דו טעקסט אריין, באקומסטו אן אפדעיט וויפיל מ'האט שוין געשאפן, וויפיל דאונערס, ווער איז די העכסטע סכום, און אזוי ווייטער יעדע דעטאל.

אייוועלט: מה הדין אויב וויל איך וויסן ווער האט געגעבן די העכסטע אמאונט, קען איך אויך?

ונתנו: זיכער! סיי וואס אימער דו ביסט נייגעריג צו וויסן, סיי וועלכע מינוט פונעם קאמפיין, פון סיי וועלכע רעיזער, באקומסטו א פולע באריכט מיט בלויז איין טעקסט!

אייוועלט: למשל אויב וויל איך זעהן ווער זענען די פרישסטע דאונעישענס צו א געוויסע רעיזער?

ונתנו: ווי געשמועסט, שיק א טעקסט צום מעין נומבער און אונטער א ספּליט סעקונד האסטו די אינפאו!

אייוועלט: אנטשולדיגט פארן משוגע מאכן מיט אזויפיל קלאץ-קושיות, אבער כ'בין פשוט אימפּרעסד פון די סיסטעם, אז כ'וויל וויסן פונקטליך יעדע פרט. לעטס סעי, כ'וויל וויסן די פינף גרעסטע רעיזערס, אדער די צען גרעסטע סכומים פאר א טיעם, איז דאס אויך אינקלודעד?

ונתנו: לאמיר זיין קליפ און קלאר, און מאכן חוזר חזרה, די טעקסט אפציע האט יעדע מעגליכקייט ווי א געהעריגע 'אנליין קאמפיין וועבסייט', הכל בכל מכל קענסטו מיטהאלטן 'לייוו' מיטן דרוק פון א קנעפל!

אייוועלט: וואס טוט זיך מיטן רעיזער, וואס קען ער מיטהאלטן?

ונתנו: אנגעהויבן פון וויפיל זיין קאסע איז, ווער האט געגעבן, וויפיל דאונערס האבן שוין געגעבן לכבודו, און ספעציעל קען ער אפילו באקומען א פערזענליכע מעסעדזש פונעם דאונער מיט צוגעשריבענע ווערטער אין זיין עהרע.

אייוועלט: ס'הערט זיך טאקע ווי א באמבאסטישע חידוש בעולם הקאמפיינס!

אויב איך מעג אבער פרעגן, האסט צוגעלייגט א דריטע אפציע "מינימאלע וועב פעידזש" מ'האט דאך געשמועסט אז ס'האט נישט קיין שייכות צו אנליין בכלל?


ונתנו: ריכטיג. די וועב פעידזש איז בלויז אהערגעשטעלט פאר אידן וואס האבן ממילא אינטערנעט עקסעס צלויב זייער פרנסה, און ווילן קענען דארט אפגעבן זיער נדבה. ווען זיי קליקן אריין, קומט ארויף א פשוטע "פעימענט פעידזש" אזוי ווי סקומט ביי סיי וועלכע קאמפאני ווען דו ווילסט באצאלן אויפן קאמפיוטער.

עס האט נישט קיין שום זייטיגע פיטשערס, קענסט נישט זעהן דארט קיין שום אפּדעיט, ווי נדבות, גאולס, דאונערס וכו'.

אייוועלט: ממש נאר א פעימענט פעידזש און גארנישט מער?

ונתנו: כ'וועל דיר דערציילן אן אינטערעסאנטע זאך, אז ס'האט זיך גערעדט אז מ'זאל אפשר דארט אויפן הויפט פעידזש לייגן כאטש עפעס א קורצע קליפ וואס ברענגט ארויס די ציל פונעם קאמפיין אזויווי אלע אנליין קאמפיינס שטעלן ארויס געווענליך, אבער די פילטער קאמפאניס האבן דאס בשום אופן נישט געוואלט באשטעטיגן! ניטאמאל אן אריינפיר צום קאמפיין איז דא דארט. איר הערט וואס דא טוט זיך?!

אייוועלט: אז מ'רעדט שוין פילטער קאמפאניס, ווער געט טאקע די חותם אויף דעם סיסטעם אז ס'איז כשר וישר?

ונתנו: די צוויי אנערקענטע פילטערינג ארגאניזאציעס, טע"ג און גדר, האבן ביידע מאשר געווען אונזער פלאטפארמע אז ס'איז אויסגעהאלטן בתכלית למהדרין, און ראוי צו באנוצט ווערן דורך מוסדות התורה און צדקה קאמפיינס אן קיין שום צווייפל!

אייוועלט: אויבן אויף זעהט עס אויס צו זיין א געלונגענע ריפּלעיסמענט פאר די אנליין קאמפיינס, אבער מאן יימר אז ס'גייט האבן די זעלבע סוקסעס ראטע, ס'דאך למעשה נישט די זעלבע ממש?

ונתנו: ווי זאגט די וועלט "המפורסמות אין צריכות ראי'", ס'איז שוין בדוק ומנוסה, עטליכע גרויסארטיגע קאמפיינס האבן שוין גענוצט אונזער פלאטפארמע, און געזעהן אומגעהויערע סוקסעס ב"ה העכער פון אלע ערווארטונגען, דאס איז אונזער בעסטע אדווערטייזמענט, אז מ'זעהט ס'ארבעט, ס'ברענגט די רעזולטאטן!

אייוועלט: זענען נישט דא מענטשן וואס פילן אז ס'דאך נישט די זעלבע גרינג און באקוועם ווי אנליין, טוט דאס נישט אביסל עפעקטירן די קאמפיינס?

ונתנו: פרעגסט א גוטע שאלה, מעגליך אז אין אנהויב זענען דא מענטשן וואס ווערן אביסל אנטוישט, ווייל זיי זענן צוגעוואוינט צו די אנדערע וועג, און ס'נעמט צייט זיך צוגעוואוינען צו א נייע מהלך. אבער לעצטענס האבן מיר אפילו געהאט א געוויסע גרויסע נדבן וואס האט נישט געגליכן די פאקט אז אן ארגאניזאציע האט אונז גענוצט אנשטאט די רעגולער אנליין וועג, אבער שפעטער ווען ער האט זיך איבערצייגט די סוקסעס ווי גוט ס'פארט, האט ער געגעבן א ריזיגע סכום סאך מער ווי געפלאנט, ווערענדיג איבערגענומען פון אונזער פלאטפארמע!

דאס אלעס איז אויסער די פאקט וואס חז"ל האבן שוין געזאגט אין אדם שומע לי ומפסיד, קיין איין קאמפיין וואס האט גענוצט אונזער סיסטעם האט ב"ה נישט דערלייגט, נישט נאר דאס, נאר זיי האבן אריינגעברענגט פיל מער ווי געראכטן. מ'זעהט קלאר ווי מער און מער אידן ווילן העלפן הייליגע צוועקן אויף א הייליגע אופן!

אייוועלט: צום שלוס, אז מ'פארשטייט שוין על בוריו וואס "ונתנו" שטעלט פאָר, ווילן מיר פארשטיין וואס ליגט אונטער די נאמען "ונתנו"?


ונתנו: ווען מיר האבן געארבעט אויף אונזער נייע רעוואלוציע, האט מען אסאך ארומגערעדט וועלכע נאמען קורא שם צו זיין. האמיר זיך אוועקגעזעצט מיט די בארימטע "פרידקאו מידיע" וואס טוט אונזער געלונגענע ברענדינג און מארקעטינג אספעקט, זייער געלונגענע שטאב איז אויפגעקומען מיטן "ונתנו", וואס איז אריגינעל, זאגט זיך גוט, און ועל כולם ברענגט ארויס אין איין ווארט וואס אונזער פירמע איז.

"ונתנו" מיינט געבן, און לויטן שפריכווארט וואס איר האט טאקע פריער דערמאנט וואס מ'זאגט נאך פון צדיקים אז "ונתנו גייט אהין און צוריק", אז יעדע פרוטה פון צדקה וואס מ'שענקט אהין, באקומט מען צוריק, מ'דערלייגט נישט דערפון. עכ"פ ונתנו ברענגט ארויס די כח הצדקה ביי כלל ישראל מיט די שענסטע קאלירן.

אייוועלט: ייש"כ פארן געבן די צייט און געדולד איבערצוגיין יעדע פרט פרט, אונז זענען פשוט באגייסטערט צו הערן אז ס'שוין ענדליך דא א אויסגעהאלטענע אופן פון דורכפירן קאמפיינס! זאל השי"ת אייך געבן הצלחה בעבודת הקודש!

ונתנו: אדרבה ס'אונז א כבוד, און אן עקסטערן דאנק פארן געבן דעם געלעגנהייט מיטצוטיילן די נייע דורכברוך מיט די טויזנטער אייוועלט ליינער איבער די וועלט. כל טוב.




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
פארשפארט

צוריק צו “פינאנץ”