וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

נישטא קיין חת"ס אויף מגילת אסתר.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

טערעסאנטע שמועס... זיכער איז דער מאן משפיע און זי מקבל, אבער דאס גייט צוזאמען מיט ודבק באשתו און ושמח "את" אשתו (נישט "מיט," נאר ער איר ודו"ק). ווען ער איז משפיע סעקיוריטי, כבוד, און א גרייטע אויער/הארץ, בלי גבול, איז ער א מלך בגדוד בלי גבול, און זי פילט ווי די גליקליכסטע פרוי אויף דער וועלט, און אויטאמאטיש ער ווי דער גליקליכסטער מאן אויף דער וועלט.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עולם האמת האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:[
איך מוז צושטימען 100%, זי בויעט טאקע איר גאנצע שיטה אויף משפיע ומקבל אבער אסאך זאכן זענען אקעגן זאכן וואס זענען מקובל ביי אונז.


אבי געהאקט

זי איז גאר שטארק פרום און ערליך. נישט געהערט פון קיינעם קיין שלעכט ווארט אויף איר

פרויען האבן איר ליעב צו הערן ווייל זי האט גאר א געשליפן צינגל און א גוטע שפראך

זי פארפירט שטארק קעגן פירצות אין צניעות וכדו' ווען עס פעלט זיך אויס

ביסט בארעכטיגט צו דיין אפיניאן און איך גיי מיך נישט טענה'ן מיט דיר, אבער איך ווייס וואס איך רעד ואכ"מ.
דאס אז פרויען האבן איר ליב צו הערן איז נישט קיין ראי' אויף גארנישט, אדרבא אויב עפעס איז עס פונקט פארקערט, זי טיילט צופיל רעכטן פאר פרויען ודו"ק
לעצט פארראכטן דורך דניאל אויערבאך אום מיטוואך יולי 07, 2021 4:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

בכלל איז די "נארמאלע" וועג ווי אזוי עס ארבעט לכאורה אז דער מאן איז דער מלך און איז משפיע פאר'ן ווייב אירע הצטרכות (פיזיקעל און עמאשענעל, ווי געלט און סעקיוריטי און קאמפלימענטן) און די ווייב איז די מקבל מיט א שמחה און א איידלקייט, עז איף אזוי קוקט אויס די היינטיגע וועלט... למעשה זענען א גרויס חלק פרויען היינט מחוצפים און האלטן זיך קלוגער און מער מעטשור ווי די מענער (וואס איז טיילווייז אמת בפרט גלייך נאך די חתונה), די פרויען ווייזן נישט ארויס זייער NEED פאר סעקיוריטי און אנדערע זאכן, זיי לעבן זיך היפש אינדעפענדענט, און די משפיע מקבל מהלך גייט קיינמאל נישט אריין אין קראפט...... ועל זה דוה לבנו.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אנעים זמירות האט געשריבן:נישטא קיין חת"ס אויף מגילת אסתר.

אין תו"מ איז דא חידושים אויף מגילת אסתר (נאך פ' תצוה), אבל אינו תח"י כעת לבדוק צו ס'שטייט דארט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דא פיל מיט דרשות חת"ס אויף פורים
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:בכלל איז די "נארמאלע" וועג ווי אזוי עס ארבעט לכאורה אז דער מאן איז דער מלך און איז משפיע פאר'ן ווייב אירע הצטרכות (פיזיקעל און עמאשענעל, ווי געלט און סעקיוריטי און קאמפלימענטן) און די ווייב איז די מקבל מיט א שמחה און א איידלקייט, עז איף אזוי קוקט אויס די היינטיגע וועלט... למעשה זענען א גרויס חלק פרויען היינט מחוצפים און האלטן זיך קלוגער און מער מעטשור ווי די מענער (וואס איז טיילווייז אמת בפרט גלייך נאך די חתונה), די פרויען ווייזן נישט ארויס זייער NEED פאר סעקיוריטי און אנדערע זאכן, זיי לעבן זיך היפש אינדעפענדענט, און די משפיע מקבל מהלך גייט קיינמאל נישט אריין אין קראפט...... ועל זה דוה לבנו.


דער ווייטאג איז פארשטייט זיך אז דער מאן איז נישט אויסגעבויט גענוג צו קענען צושטעלן די פרוי אירע געברויכן

געווענליך, אפילו שטארק אינדעפענדענט פרויען האבן אויך אינסעקיוריטיס, אפגעזען פון א געברויך פאר פיזישע שוץ פון גנבים ווי אויך אינזעקטן... אבער אויב זייערע מענער זענען באמת נארישער און ווייניגער מעטשור, וואס קענסטו ערווארטן? אויב עפעס איז עס א שיינע זאך פון זיי אז זיי בלייבן פארהייראט צו א מאן וואס קען נישט צושטעלן די געברויכן וואס מען רעדט דא אין דעם אשכול אז זיי מוזן האבן נאטורליך, נישט קיין חוצפה
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:בכלל איז די "נארמאלע" וועג ווי אזוי עס ארבעט לכאורה אז דער מאן איז דער מלך און איז משפיע פאר'ן ווייב אירע הצטרכות (פיזיקעל און עמאשענעל, ווי געלט און סעקיוריטי און קאמפלימענטן) און די ווייב איז די מקבל מיט א שמחה און א איידלקייט, עז איף אזוי קוקט אויס די היינטיגע וועלט... למעשה זענען א גרויס חלק פרויען היינט מחוצפים און האלטן זיך קלוגער און מער מעטשור ווי די מענער (וואס איז טיילווייז אמת בפרט גלייך נאך די חתונה), די פרויען ווייזן נישט ארויס זייער NEED פאר סעקיוריטי און אנדערע זאכן, זיי לעבן זיך היפש אינדעפענדענט, און די משפיע מקבל מהלך גייט קיינמאל נישט אריין אין קראפט...... ועל זה דוה לבנו.

ועל זה דוה ליבנו.. און ועל זה איז מרת בילגרעי דא.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Programming האט געשריבן:דער ווייטאג איז פארשטייט זיך אז דער מאן איז נישט אויסגעבויט גענוג צו קענען צושטעלן די פרוי אירע געברויכן.

יאפ!

ווען די מצב וואלט אנדערש אויסגעזעהן וואלט מען דאך נישט געדארפט בכלל צוקומען צו די שיעורים פאר די נשים.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מיכל האט געשריבן:
ריכטיג, 'סעקיוריטי' איז פון די זאכן וואס דער מאן ברויך משפיע זיין פאר די ווייב...
און לאמעך דא מוסיף זיין אז אויף צו שפירן א אמת'ע נאנטקייט ברויך מען זיין סיי א מקבל און סיי א משפיע, מענער וועלכע דערשטיקן די קבלה געפיל קענען נישט אנקומען צו א שלימות אין נאנטשאפט, עס בלייבט א חיצונית'דיגע געפיל כאטש עס איז פיל מיט אחריות און איבערגעגעבנקייט. בערך אזוי ווי דער גוי וואס וואשט און גלאנצט זיין קאר פאר עטליכע שעה יעדן זונטאג... (איך קען אזוינע פארפעלקער)


עס איז אמת אז דער משפיע איז אויך א מקבל. אבער די קבלה איז מער בהעלם (כמדומני געזעהן אזוי אין פריערדיגע ספרים). דער עיקר דרייוו איז די השפעה, אבער אוודאי באלעבט מען און מ'האט תענוג פון די קבלה. פארקערט, דאס זאג איך א גאנצע צייט, אז דער מאן מוז אנערקענען ווי וויכטיג ס'איז פאר אים דאס איז ער האט א מקבל. דאס הייסט ער זאל איינערקענען אין זיין נקודת הקבלה.

יותר ממה שעגל רוצה לינק פרה רוצה להניק. אבער פארט בלייבט דער 'פרה' דער 'מניק' און דער 'עגל' דער 'יונק', כאטש דער פרה איז באמת טאקע יונק תענוג פונעם עגל.

עס איז ריכטיג אז טעמי התורה און אופני הדרוש טוישן זיך כפי מצב הדור (וכבר האריך בזה החיד"א בשם הגדולים), אבער דער פשטות איז קאי וקיימי אייביג בלי שינוי.
מצות סוכה ווערט אין זוה"ק אנגערופן צילא דמהימנותא, אין כתבי האריז"ל מקיפין דבינה, אין ספרי חסידות איז עס בחינת דעת, און אין ספרי דרוש ווייזט עס אויף בנים למקום, אבער נאך אלץ איז דער פשוט'ער פשט (כפי הנפסק ברמב"ם ושו"ע) אז מיר זיצן אין די סוכה זכר לענני הכבוד, און דאס טוישט זיך קיינמאל נישט.
דאס זעלבע איז מיט דעם ענין אויכעט, דער פשוט'ער פשט אין די פסוקים און אזוי זאגן קלאר חז"ל איבעראל ווי זיי רעדן פון דעם ענין אז די פרוי איז באשאפן געווארן צו זיין צוהילף דעם מאן און אנפילן זיינע לעכער אויף כמה וכמה אופנים, יעצט קען קומען א מגיד און זאגן א שיין פשט אז זי גייט אים העלפן דורכ'ן צווינגן אים צו ארבעטן אויף זיינע מדות, נישט שלעכט געזאגט פאר א אינגערמאן וואס ברויך דאס הערן, אבער עס טוישט נישט דעם פשוט'ן פשט אין פסוק. (און דאס איז חוץ מזה וואס אני הצעיר האט נאך נישט באגעגענט א פארלעסליכן מקור וואס זאל זאגן אנדערש - און קיינער האט נאך דא נישט ארויפגעשטעלט, טא וואס זענען די צוויי צדדים אפילו?).
דער אברבנאל וואס @נא_שכל האט צוגעברענגט איז דער פשוטו של מקרא שיין צולייגט, [תודה ל@נא_שכל - אגב: וואס מיינט דער ניק-נאמען??? וועלכע נקודה לייגט מען אויפ'ן אל"ף?]


קודם כל, איך זאג דען נישט אזוי? איך זאג דען אז א פרוי איז נישט באשאפן געווארן צו זיין צוהילף פארן מאן? אוודאי אזוי. וואס איז דער הילף? פשוט איז דאס וואס די גמרא זאגט בפשטות, אדם מביא חיטין, עסט ער דען די חיטין גאנצערהייט? איינער דארף עס פאר אים אפקאכן. אבער די מאורי הדורות האבן אונז שוין מגלה געווען אז ס'ליגט טיפערס אין דעם אויך. (חז"ל האבן געווענליך געזאגט אויף אן אופן אז יעדער אפילו פשוטי עם זאלן דאס קענען פארשטיין. ווייזט אויס אז די מושגים זענען פון די גרינגע צו פארשטיין... און זיכער נישט פארצייטנס.)

דאס איז אזוי ווי די משל וואס איך האב געשריבן אויבן פון די ד' מינים, אז די פשוטע טעם איז להעציר טללים רעים וכו', און דאס בלייבט אמת לאמיתו. אבער מיט די צייט האט אונז דער אייבירשטער מגלה געווען נאך טיפערע טעמים, און פעולות וואס געשעהן ווען מ'שאקעלט די ד' מינים. און טאקע אזוי ווי דיין משל פון סוכה אויך.

אלעס איז מעגליך, אבער איך האב נאכנישט באגעגענט א א ספר וועלכע איז געשריבן געווארן בעפאר'ן מאה השביעית לאלף הששי וואס זאל דאס זאגן, אדרבה איך ווארט צו הערן, און איך לייג תיכף אראפ די געווער!


וואס זאל זאגן וואס? אז איש ואשה זענען מקבל ומשפיע? וואס זאל זאגן אז מקבל ומשפיע מיינט אין פאקטישן זין פון ווארט, נישט בלויז עפעס 'בחינות'? וואס זאל זאגן אז דער באשעפער האט זיי דירעקט אזוי באשאפן מקבל ומשפיע ווייל אזוי דארף עס טאקע זיין, ואשר ע"כ דארף מען טאקע זעהן אז ס'זאל אזוי זיין? כ'ווייס נישט וואס פונקטליך איר מיינט.

ואגב, מצאתי דעם שטיקל אגרא דכלה:

image (1).png
image (1).png (17.14 KiB) געזען 2403 מאל
unnamed.png
unnamed.png (10 KiB) געזען 2403 מאל

אויך מיין איך אז מ'דארף אריינקוקן אין עקדה (בראשית - שער שמיני) וואס ער זאגט. איך בין נישט זיכער. ער לייגט אראפ אז דער אופן וויאזוי דער אייבירשטער האט עס אוועקגעשטעלט איז אז ס'זאל ברענגען די מערסטע אהבה וואס ס'איז שייך. ווייל דאס איז דער תכלית פאר א מענטש. אבער ער בארירט אויך דאס אז זי העלפט אים פראקטיש ארויס.

כ'זיך נישט 'מיך' צו פארטיידיגן, אבער איך לערן עס נישט אפ אזוי, אדרבה, פאר דעם בין איך דאך דא...


בינעך היבש צעמישט. אויב איר לערנט עס נישט אזוי אפ, דאן וואס שטערט אייך צו זאגן אז די מקבל ומשפיע איז טאקע אמת? איר דינגט זיך נאר אויף וויאזוי מ'לערנט אפ מקבל ומשפיע אבער אויף דעם גאנצן מושג?

אז מ'רעדט שוין @ממוצע, כהאב שטארק הנאה פון אייערע תגובות דא אויף אייוועלט כאטש איך רוף זיך נישט אן געווענליך (כ'ווייס נישט פארוואס יעצט יא...), איר האט א געוויסע שלימות'דיגע קאמבינאציע פון געפיל און רגש, בנוסף צו א מסודר'דיגע מהלך המחשבה וועלכע גייען געווענליך לאו דוקא צוזאמען. טראץ וואס איך בין נישט אלץ מסכים צו וואס איר שרייבט (הו קעירס, קריטיק ווערט סיי ווי געהאלטן ביי מיר...) איז נאך אלץ א פארגעניגן צו ליינען א אויסגעבויעטע גאנג אין א זאך.
אז איך האב שוין דעם שופר, כ'האב זייער הנאה געהאט פון רעלאטיוו און אבסעלוט, כה לחי!


בום! דאס איז אן ערנסטע שטיקל שוחד... באלד ווילט זיך מיר שוין נישט טענה'ן... און לייקווייז, מיר האבן זייער הנאה פון אייער שכל הישר, און צום זאכ'דיגער טענה'ריי.

איר רופט זיך געווענליך נישט אן זאגט איר... און איך ווינדער מיר.. מילא מיינע קאמפלימענטן וועל איך מוותר זיין... כאטש ס'שמעקט מיר זייער ווען ס'קומט פון אזא אינטעלעקטואל ווי אייך... אבער פארוואס הערט מען פון אייך ווייניג בכלל? דאס פארשטיי איך נישט. מיר קוקן ארויס אויף אינטעליגענטע דיאלאג, און פארשטענדליכע שמועסן. א געמיינזאמע סאציאליזירונג... נישט בלויז אן אזנים לכותל...

און נאך מער... "קריטיק ווערט געהאלטן ביי מיר"... פארוואס? אנדערע פרעספעקטיוון זענען פאר מיר ווי לופט צו אטעמען. מכל מלמדי השכלתי, וכ"ש פון אזא איינער פון אייך. געט עס ארויס...
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

Programming האט געשריבן:דא פיל מיט דרשות חת"ס אויף פורים


ווייסעך. כ'מיין צו זאגען ס' נישטא קיין ספר פונ'ם חת"ס אויף מגילת אסתר בעז זאל זיין שייך צו שרייבען אלס מראה מקום 'אויפ'ן פלאץ'.

כהיום זענען פארהאנען עטליכע 'מגילת אסתר עפ"י חת"ס', וועלכע זענען ליקוטים פון אלע ווערטער און פשטים אויפ'ן מגילה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

@ממוצע קומט עפעס אריין אזוי מין קלאר - זיך מחי' צו זיין!!!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נשמת השכל האט געשריבן:@ממוצע קומט עפעס אריין אזוי מין קלאר - זיך מחי' צו זיין!!!

קרייסלער אויך (און נאך אנדערע וואס כאניש יעצט קיין נערווען אויפצוזוכן)

מיכל איז אויך זייער קלאר אבער כ'פארשטיי נישט וואס ער האט אזוי קעגן דעם משפיע מקבל ענין


דאס אז א פרוי קען זיך נישט מכניע זיין פארן מאן ווייל ער איז נישט אזוי ווייסעכוואס איז א פראבלעם פאר זיך און האט גארנישט מיט'ן פראבלעם אז דער מאן איז קינדיש אדער נישט גענוג ערנסט

ער דארף וויסן זיין פלאץ צוצושטעלן פאר די ווייב די גוטע און זיכערהייט געפיל אפילו ס'קריכט אין אויף די נערווען און זי דארף וויסן אז ער איז דער קעניג אין שטוב

איר רעספעקט צו אים איז נישט ווייל ער איז קלוג אדר ערלעך נאר ווייל ער איז איר מאן. פינטל

און זיין התחייבות צו אירע געברויכן איז נישט ווייל ער איז אין די מוד אדער ווייל ער איר באצאלן פאר די גוטס וואס זי טוט אדער וויל ער וויל איר אונטערקויפן נאר ווייל אזוי איז ער מחיוב ע"פ תורה


אגב. די טייטש פון די ווארט קעניג איז היינט זייער פארדרייט געווארן

א קעניג מיינט נישט א דיקטאטור וואס אונטערדרוקט זיינע מענטשן נאר איינער וואס זיינע אונטערטאנען ווילן טאקע זיין אונטער אים און זענען שטאלץ און קוקן ארויס אים צו דינען

די אלע משלים וואס ווערט געברענגט אין די ספרים ווען אן עבד וואס האט אזוי ליב געהאט דעם מלך איז נישט געקומען פון שטאקהאלם סינדראם

פון די אנדערע זייט מיינט א קעניג אז ער האט דאס לעצטע ווארט און ער דארף נישט האלטן אין איין איבערצייגן זיינע רעכטן צו רעגירן. ער איז קעניג און שוין

גענוג קלאר? כ'האף אזוי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

עס שטייט אין פסוק, פרשת בראשית, "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד", האב איך אמאל געהערט פון א חשובע גדול בישראל, אז שלום בית איז טאקע די ערשטע מצוה מן התורה, ווייל פריה ורביה איז א ברכה וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן, אבער שלום בית איז א קלארע ציוו אז מען דארף ארויסגיין פון די טאטעס הויז און ווערן "איינס".

עס שטייט קלאר אין פסוק, אז מאן און ווייב דארפן ווערן איינס, עס שטייט גארנישט וועגן מקבל אדער משפיע, עס קען זיין אז פאר געוויסע מענטשן איז דאס א "טעכניק" וואס קען העלפן אנצוקומען צום ציל, וואס איז, וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד, אויך קען זיין, אז אין קבלה איז עס א בחינה, אבער פשוט פשט איז, אז מען זאל ווערן איינס נישט קיין חילוק וויאזוי.

און יעצט צום פותח האשכול, כ'האב און מיין משפחה איינער וואס איז א בן תורה אבער ארעם ווי די נאכט, און איינער וואס איז א בעל בתיש'ע און רייך ווי קרח.

דער בן תורה וואס זיין ווייב ארבעט און ער לערנט, (וואס איז טאקע נישט די ריכטיגע סדר העולם) ווייס איך אז ער טוט זייער אסאך מאל פרויעריש'ע ארבעט, ווי קאכן, וואשן, קער נעמען פון די קינדער, וואס איז פארקערט ווי תורת משפיע ומקבל, אבער ער האט א אמת'דיגע רואיגע און געשמאקע היים ווי יעדער איז צופרידן און די קינדער וואקסן אויף די בעסטע אין זייערע מוסדות.

ווידער דער בעל בתיש'ער וואס איז זייער שטארק מקיים תורת מקבל און משפיע, ווייל יעדער האט זיך דארט זיין אויפגאבע, אדער איז מען דער מקבל אדער דער משפיע, און מען טאר ח"ו נישט מישן, דארט איז דער ליפט אזוי אנגעצויגן אז עס איז א גאנצע אפקומעניש (מילד גערעדט) דארט צו באזוכען, אדער מיטהאלטן א שמחה, און די קינדער דארט…..

לכאורה וואלט דאך געדארפט זיין פונקט פארקערט, ווייל עס איז אינגאנצן אקעגן הלכות מקבל און משפיע.

דאס איז טאקע די פאוינט וואס איז איך וויל ארויסברענגען, יא, עס איז דא א סדר העולם וואס דער מאן טוט, און וואס דער ווייב טוט, אבער עס איז נישט אז מ'מוז אזוי טון אנצוקומען צום ציל צו ווערן איינס, "יעדער מענטש איז אנדערש", און יעדער דארף ארבעטן אויף זיך זיין וועג וויאזוי צו ווערן איינס! וואס ביי יעדעןַ איינעם איז עס אנדערש, דער עיקר איז מען זאל נישט זיין ביזי וואס די ווייב "מיז טון", נאר זיי ביזי מיט "דיר אליין'ס", און טו אלעס וואס קען העלפן אז די שטוב זאל האבן השראת השכינה!

דער באשעפער זאל העלפן אז יעדער זאל שוין זוכה זיין צו האבן אמת'דיגע שלום בית מיט הרחבת הדעת, און זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימינו, אמן!
פראסקוואש
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 6:33 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראסקוואש »

אנגעהויבן דעם אשכול און אדורך מתחילה ועד סוף.

בשעת זה פונה לכאן וזה פונה לכאן האב איך פון קיינעם נישט געזען בארירן א נקודה אין די נושא פון משפיע ומקבל, וואס כפי הבנתי איז דאס דער יסודותדיגער חילוק צווישן א מאן און א פרוי.

קודם כל איז אמת אז אין א געזונטע קשר צווישן צוויי מענטשען בכלל, ובפרט צווישן א פארפאלק האבן ביידע צרכים וואס ווערן פארפילט דורכן צווייטן, און דאס איז א יסוד ועיקר און אן דעם איז נישט דא קיין קשר בכלל.
והשנית משפיע ומקבל ווענט זיך בכלל נישט וואס מען טוט. דהיינו אויב דער מאן לערנט אין כולל און די ב"ב ארבייט מיינט נישט אז ער איז מקבל און זי משפיע.

וואס איז יא דער חילוק? א משפיע ווען ער געט עפעס פארן צוויטען טראכט בשעת מעשה איין זאך יענער זאל הנאה האבן ער וויל נאר יענעמס טובה און גארנישט וואס וועל איך באקומען דערפון, משא"כ ביים מקבל וואס ער טוט איז מיטן חשבון וואס ער וועט באקומען דערפון.


און דאס איז דער יסודותדיגע חילוק צווישן א מאן און א פרוי און אט דער נקודה איז כהיום היבש פארוואסערט געווארן בפרט ביי די מענער זייט פנעם מחיצה ואכמ"ל וויאזוי

ודו"ק כי קצרתי
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פראסקוואש האט געשריבן:אנגעהויבן דעם אשכול און אדורך מתחילה ועד סוף.

בשעת זה פונה לכאן וזה פונה לכאן האב איך פון קיינעם נישט געזען בארירן א נקודה אין די נושא פון משפיע ומקבל, וואס כפי הבנתי איז דאס דער יסודותדיגער חילוק צווישן א מאן און א פרוי.

קודם כל איז אמת אז אין א געזונטע קשר צווישן צוויי מענטשען בכלל, ובפרט צווישן א פארפאלק האבן ביידע צרכים וואס ווערן פארפילט דורכן צווייטן, און דאס איז א יסוד ועיקר און אן דעם איז נישט דא קיין קשר בכלל.
והשנית משפיע ומקבל ווענט זיך בכלל נישט וואס מען טוט. דהיינו אויב דער מאן לערנט אין כולל און די ב"ב ארבייט מיינט נישט אז ער איז מקבל און זי משפיע.

וואס איז יא דער חילוק? א משפיע ווען ער געט עפעס פארן צוויטען טראכט בשעת מעשה איין זאך יענער זאל הנאה האבן ער וויל נאר יענעמס טובה און גארנישט וואס וועל איך באקומען דערפון, משא"כ ביים מקבל וואס ער טוט איז מיטן חשבון וואס ער וועט באקומען דערפון.


און דאס איז דער יסודותדיגע חילוק צווישן א מאן און א פרוי און אט דער נקודה איז כהיום היבש פארוואסערט געווארן בפרט ביי די מענער זייט פנעם מחיצה ואכמ"ל וויאזוי

ודו"ק כי קצרתי

פון דא און ווייטער איז מיט א וואך צוריק געווען א שטיקל שמועס וועגן דעם ענין.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעטערלינג »

Programming האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:בכלל איז די "נארמאלע" וועג ווי אזוי עס ארבעט לכאורה אז דער מאן איז דער מלך און איז משפיע פאר'ן ווייב אירע הצטרכות (פיזיקעל און עמאשענעל, ווי געלט און סעקיוריטי און קאמפלימענטן) און די ווייב איז די מקבל מיט א שמחה און א איידלקייט, עז איף אזוי קוקט אויס די היינטיגע וועלט... למעשה זענען א גרויס חלק פרויען היינט מחוצפים און האלטן זיך קלוגער און מער מעטשור ווי די מענער (וואס איז טיילווייז אמת בפרט גלייך נאך די חתונה), די פרויען ווייזן נישט ארויס זייער NEED פאר סעקיוריטי און אנדערע זאכן, זיי לעבן זיך היפש אינדעפענדענט, און די משפיע מקבל מהלך גייט קיינמאל נישט אריין אין קראפט...... ועל זה דוה לבנו.


דער ווייטאג איז פארשטייט זיך אז דער מאן איז נישט אויסגעבויט גענוג צו קענען צושטעלן די פרוי אירע געברויכן

געווענליך, אפילו שטארק אינדעפענדענט פרויען האבן אויך אינסעקיוריטיס, אפגעזען פון א געברויך פאר פיזישע שוץ פון גנבים ווי אויך אינזעקטן... אבער אויב זייערע מענער זענען באמת נארישער און ווייניגער מעטשור, וואס קענסטו ערווארטן? אויב עפעס איז עס א שיינע זאך פון זיי אז זיי בלייבן פארהייראט צו א מאן וואס קען נישט צושטעלן די געברויכן וואס מען רעדט דא אין דעם אשכול אז זיי מוזן האבן נאטורליך, נישט קיין חוצפה


;l;p-
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעטערלינג »

הענדימען האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:@ממוצע קומט עפעס אריין אזוי מין קלאר - זיך מחי' צו זיין!!!

קרייסלער אויך (און נאך אנדערע וואס כאניש יעצט קיין נערווען אויפצוזוכן)

מיכל איז אויך זייער קלאר אבער כ'פארשטיי נישט וואס ער האט אזוי קעגן דעם משפיע מקבל ענין


דאס אז א פרוי קען זיך נישט מכניע זיין פארן מאן ווייל ער איז נישט אזוי ווייסעכוואס איז א פראבלעם פאר זיך און האט גארנישט מיט'ן פראבלעם אז דער מאן איז קינדיש אדער נישט גענוג ערנסט

ער דארף וויסן זיין פלאץ צוצושטעלן פאר די ווייב די גוטע און זיכערהייט געפיל אפילו ס'קריכט אין אויף די נערווען און זי דארף וויסן אז ער איז דער קעניג אין שטוב

איר רעספעקט צו אים איז נישט ווייל ער איז קלוג אדר ערלעך נאר ווייל ער איז איר מאן. פינטל

און זיין התחייבות צו אירע געברויכן איז נישט ווייל ער איז אין די מוד אדער ווייל ער איר באצאלן פאר די גוטס וואס זי טוט אדער וויל ער וויל איר אונטערקויפן נאר ווייל אזוי איז ער מחיוב ע"פ תורה


אגב. די טייטש פון די ווארט קעניג איז היינט זייער פארדרייט געווארן

א קעניג מיינט נישט א דיקטאטור וואס אונטערדרוקט זיינע מענטשן נאר איינער וואס זיינע אונטערטאנען ווילן טאקע זיין אונטער אים און זענען שטאלץ און קוקן ארויס אים צו דינען

די אלע משלים וואס ווערט געברענגט אין די ספרים ווען אן עבד וואס האט אזוי ליב געהאט דעם מלך איז נישט געקומען פון שטאקהאלם סינדראם

פון די אנדערע זייט מיינט א קעניג אז ער האט דאס לעצטע ווארט און ער דארף נישט האלטן אין איין איבערצייגן זיינע רעכטן צו רעגירן. ער איז קעניג און שוין

גענוג קלאר? כ'האף אזוי



מענטשן זענען נישט ראבאטס וואס טוהן און לעבן פאר אנדערע פשוט ווייל מען האט אזוי געהייסן.
אויב האט מען קאננעקשן און אהבה, איז נישט קיין חילוק ווער איז מלך אוון ווער איז מלכה. אלעס קען זיך אויסארבייטן.
איז נישט דא פון דעם אין שטוב, קען זיין א מלך און א מלכה, אבער א מעריזש וועט עס נישט זיין.
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

שמעטערלינג האט געשריבן:

מענטשן זענען נישט ראבאטס וואס טוהן און לעבן פאר אנדערע פשוט ווייל מען האט אזוי געהייסן.
אויב האט מען קאננעקשן און אהבה, איז נישט קיין חילוק ווער איז מלך אוון ווער איז מלכה. אלעס קען זיך אויסארבייטן.
איז נישט דא פון דעם אין שטוב, קען זיין א מלך און א מלכה, אבער א מעריזש וועט עס נישט זיין.


;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שמעטערלינג האט געשריבן:מענטשן זענען נישט ראבאטס וואס טוהן און לעבן פאר אנדערע פשוט ווייל מען האט אזוי געהייסן.
אויב האט מען קאננעקשן און אהבה, איז נישט קיין חילוק ווער איז מלך אוון ווער איז מלכה. אלעס קען זיך אויסארבייטן.
איז נישט דא פון דעם אין שטוב, קען זיין א מלך און א מלכה, אבער א מעריזש וועט עס נישט זיין.

א טאטע מוז זיין קלוג? און איינער וואס ווייסט קלאר אז זיין טאטע איז נישט קלוג איז ער אים נישט באמת מכבד אין הארצן?

אז איינער האט א קינד וואס האט די זעלבע שוואכקייטן ווי אים (כ'גלייב אז יעדער ווייסט וואס דאס מיינט) האט ער אים נישט ליב?

ווען א פרוי זעהט אז איר מאן איז נישט וואס זי וואלט גע'חלומ'ט אדער פארקערט, טאר דאס נישט זיין א סיבה צו פארמינערן דעם רעספעקט פאר'ן אנדערן און אלעס וואס קומט יענעם

ווען א קאפל קען איבערהיפן אזעלכע זאכן איז דאס די שטערקסטע יסוד פאר אהבה אחוה שלום ורעות

און "דאס" איז מערידזש ע"פ תורה


יעצט ליין נאכאמאל איבער מיין פריעדיגע תגובה און זעה צי ס'שטימט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

גאר שטארקע פראקטישע אין קלארע שיעור!

זיין א "מלך" אינדערהיים / הרב יו"ט גלעזער:

Video https://MyTAT.me/v166737
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

שמחהלע האט געשריבן:
גאר שטארקע פראקטישע אין קלארע שיעור!

זיין א "מלך" אינדערהיים / הרב יו"ט גלעזער:

Video https://MyTAT.me/v166737
;l;p- ;l;p- ;l;p-
העמיר עס אויספרעבירן
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יין רב האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:
גאר שטארקע פראקטישע אין קלארע שיעור!

זיין א "מלך" אינדערהיים / הרב יו"ט גלעזער:

Video https://MyTAT.me/v166737
;l;p- ;l;p- ;l;p-
העמיר עס אויספרעבירן
קום צירוק מיט די רעזולטאטן לול
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
סע'נייעס! מקבל, משפיע סטוט'צעך דא טישן און בענק, און מאניש וועט זיין שטיל דא?! נאוי וועי!

נאכן דורכלערנען אלע תגובות יעדע איינע עקסטער בעיון רב, און זעהנדיג די צדדים לכאן ולכאן, זענען מיר געקומען צו די החלטה צו מאכן א פשרה צווישן דעם מקבל און משפיע.

זייט וויסן, די פאלגענדע שורות איז נאר געאייגענט פאר די וואס זענען אויסגעקאכט אין קבלה ענינים! בעיקר דארף מען וויסן וואס עס מיינט א נותן, געווענליך נאכן האבן געלערנט ביי א גוטן רבי'ן אין די יוגענט קען מען האבן א שטיקל באגריף אין קבלה ענינים, ספעציעל די אפטייטש פון א נותן.

ובזה החלי, ישמע חכם ויוסף לעקאח מיט ברוינפן.

ווען מאניש קומט אהיים און די עסן איז נישט גרייט אויפן טיש ווערט געווענליך מאניש די משפיע אין אזא פאל, און די רביצין ווערט די מקבל! ווידעראום אויב מאניש איז שוין משפיע צופיל אויף איין מאל, דעמאלט'ס גיסט זיך איבער די השפעה און עס ווערט פארקערט, די אידענע ווערט די משפיע און מאניש ווערט די מקבל, און אזוי גייט עס וחוזר חלילה ביז עס איז שוין מער נישט דא קיין השפעות צו משפיע זיין אדער א מקבל וואס זאל מקבל זיין.

ווידעראום אויב מאניש פארגעסט דעם בייטל געלט ביי דער ארבייט, און מאניש קומט אהיים אנדעם, דאן ווערט די רביצין די משפיע, און מאניש ווערט די מקבל, און וחוזר חלילה כדלהלן.

היוצא לנו מזה, ס'גיסט זיך ביי אונז אינדערהיים השפעות פון אלע זייטן, זה נותן וזה נותן, זה מקבל וזה מקבל, מען מאכט זיכער עס זאל זיין גלייך אויף גלייך נוסח 2021 אזוי אז די דינים זאלן צוריסן ווערן צווישן אונז און זאל נישט דארפן אויסגיין אין די פרעמד.


****
נ.ב. ישר כח אנעים, דיין תגובה איז באמת שטארק און ריכטיג.
:lol: :lol: :lol:
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לענ"ד מיינט משפיע און מקבל אז א מאן דארף צוגיין אביסל אכט'דיג (זעה אניגראם אשכול) און די פרוי ניין'דיג.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”