וואס קען איך טון צו מאכן דעם נייעם סייט בעסער און שענער?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

איך וועל בל"נ נישט שרייבן נעגיטיוו אויף קיין שום איד אינעם נייעם סייט...

די ערשטע וואך
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
די ערשטע חודש
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
די ערשטע דריי חדשים
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
די ערשטע יאר
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
קיינמאל
15
100%
אן אנדערע צייט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
 
סך הכל שטימען: 15

יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

וואס קען איך טון צו מאכן דעם נייעם סייט בעסער און שענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

די שמחה איז גרויס, אין א מזל'דיגע שעה האט מען זיך אריבערגעצויגן צום נייעם סייט, די געמיטער זענען אויפגעהייטערט...

דאס גאנצע מופן איז א דאנק די געוואלדיגע האראוואניע פון די געטרייע הנהלה, מיט די הילף פון אסאך חשוב'ע ניקים, וועלכע האבן אריינגעלייגט אסאך מי און כוח אז מיר זאלן האבן א בעסערע און שענערע אייוועלט, כאשר עיניכם תחזינה מישרים, עס קומט זיך זיי דערפאר א גאר גרויסן ריזיגן יישר כח. דער אויבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן קענען אויספירן מכח אל הפועל אלעס וואס זיי האבן נאך במחשבה, און זיי זאלן שטענדיג קענען אויפטון אסאך גוטע זאכן לטובת אחינו בני ישראל.

און דא שטעלט זיך די גרויסע שאלה וואס יעדער קען זיך פרעגן:
וואס קען איך טון צו מאכן דעם נייעם סייט בעסער און שענער?

אלזא, טייערע ברודער, לאמיר אויסשמועסן וואס מיר קענען טון דערצו. עס זענען זיכער פארהאן אסאך גוטע געדאנקען, אבער איך וועל זיך באציען צו איין וויכטיגע נקודה.

פאר מיר און פאר נאך אסאך שטערט זייער שטארק און עס טוט זייער וויי ווען א ניק קומט און רייסט אראפ א צווייטן ברבים. כ'האב שוין דא געשריבן מער באריכות דערוועגן. ס'איז אויסדרוקליך עפעס וואס קען ניצן א גרויסן תיקון ביי געוויסע.

אשר ע"כ טו איך פארשלאגן אז מען זאל מאכן א קבלה טובה אז אויף דעם נייעם סייט וועט מען זיך איינהאלטן פון שרייבן סיי וועלכע נעגעטיוויטי אויף א צווייטן איד, בכל אופן וצורה שהיא. וואויל איז דער וואס קען זיך דאס אונטערנעמען אויף אייביג, אבער אויב נישט, כאטש אויף א שטיקל צייט, א וואך, חודש וכדו'.

כ'וויל קלאר מאכן, ס'מיינט נישט אז וועט די קבלה לויפט אפ מעג מען יא שרייבן שלעכטס אויף א צווייטן. נאר ווען מען לייגט די מחשבה אויף עפעס קען מען עס בעסער אויספירן, דעריבער נעמט זיך אונטער פאר א תקופה צו זיין אויף אלערט און אכטונג געבן וואס מען שרייבט, נישט צו שרייבן קיין שלעכטס אויף קיינעם. און אויב אין א שווערע מינוט איז מען דורכגעפאלן, קען מען צוריקקומען און פאררעכטן די תגובה.

און מען דארף נישט זיין באזארגט אז מען וועט מער נישט קענען מקיים זיין מצות תוכחה אדער מחאה, ווייל מען קען ווייטער שיקן אן אישי צו יענעם און זאגן מוסר, מען דארף אבער נישט עובר זיין אויף "ולא תשא עליו חטא" און עס טון ברבים. און דאס זעלבע קען מען דווח'ען א תגובה און אזוי מוחה זיין, און די הנהלה וועלן טון וואס ס'פעלט זיך אויס. ובזה יצאנו ידי חובתנו.

טייערע אידן! יעדער וויל דאך אז דער נייע סייט זאל זיין בעסער און שענער ווי די אלטע, בידינו הדבר!
געגאנגען, מאכט א קבלה טובה!
יקום פורקן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm

Re: וואס קען איך טון צו מאכן דעם נייעם סייט בעסער און שענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקום פורקן »

מען האט שוין ב"ה א מנין... עס איז אבער נאך צו ווייניג צו קענען האבן א שיינעם אייוועלט.
מען ווארט אויף נאך אידן זאלן מאכן דעם קבלה טובה.

טייערער איד, נעמט אייך אונטער דעם קבלה טובה!
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”