וויכטיגע סייט אינפארמאציע, שבט תשפ"ג.

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

וויכטיגע סייט אינפארמאציע, שבט תשפ"ג.

תגובה דורך arender »

לכבוד די חשובע באניצערס.

איר האט געוויס געזעהן די לעצטערע פאר שעה איז די סייט געווען אביסל וואקעלדיג, מוזן מיר זיך אנטשולדיגן דערויף, אזוי אויך ווילן מיר לאזן וויסן עטליכע גאר וויכטיגע מודעות.

אין די לעצטע יאר האבן א גרופע חשובע יונגעלייט ערנסט געארבעט אויף - א פון לאנג אויסגעפעלטע - אפדעיט פארן זייטל, ב"ה מיר שטייען שוין נענטער ווי ווייטער.

און אלץ פארברייטונג מוזן מיר טוהן געוויסע סערווער טוישונגען וואס איינע דערפון האט היינט אפעקטירט די זייטל, מיר האבן עס נישט געמאלדן ווייל מיר האבן נישט פאראויס געזעהן אז עס זאל געשעהן, ואתכם הסליחה.

אויף ווייטער.

אין די קומענדיגע טעג גייען מיר טוהן נאך געוויסע טוישונגען וואס קענען אפעקטירן צוטריט צום זייטל סיי פון די סערווער זייט אזוי אויך איז דא א טשאנס אז געוויסע פילטער'ס וועלן נישט ערלויבן צוטריט, ווייל מיר וועלן טוישן די DNS אנשטעלונגן, אין פאל דאס פאסירט ביטע לאזט אונז וויסן אזוי אויך די פילטער קאמפאניע.

איידער מיר וועלן אי"ה דורכפירן די אפדעיט, וועלן מיר בל"נ מעלדן די טעג ווען עס גייט געשעהן, דאן איז צום ערווארטען אז די זייטל זאל נישט האבן קיין צוטריט פאר א שטיק צייט, פון א שיינע פאר שעה אדער מער, מיר טוהן אלע מעגליכקייטן צו פארשנעלערן די פראצעדור אבער פארט נעמט עס צייט, אין פאל אז מיר זעהן אז עס וועט נעמען צו לאנג וועלן מיר צוריק גיין צייטווייליג צו די איצטיגע ביז מ'וועט פארעכטן די קאמפליקאציעס וואס עס געשעהן.

מיר ווייסן אז עס איז געוויס נישט אנגענעם אבער מיר האבן נישט קיין ברירה, מיר וועלן פראבירן צו ארבעטן אין די צופרי שעה'ן אין א זונטאג אבער עס קען זיך ציען לענגער.

לגבי די אפדעיט אויפן זייטל וועט נישט זיין צום אנהויב צופיל טוישונגען, מער דעטאלן זענען דא און וועלן נאכפאלגן אין אנדערע אשכולות.

א ווארט צו די חשובע פילטער קאמפאניע'ס, ביטע שטעלט אן די פילטער אויף די דאמעין, און נישט אויף די איי פי ווייל די איי פי גייט זיך טוישן, מעגליך כסדר, אויב איז דא פראבלעמען דערמיט אדרבה ביטע לאזט אונז וויסן און מיר וועלן פראבירן טוהן וואס מ'קען.

מיט דאנק.
המכונה ארענדאר.
פארשפארט

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”