ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ווי באקאנט איז א גרויסע סיבה וויאזוי מען איז צו געקומען צו די יעצטיגע הויכע ריעל עסטעט פרייזן, אן אוטקאום פון בראוקערס ארויף טרייבן די פרייז. איז די פראגע דארף מען זיי טאקע האבן? פארוואס קען עס נישט גיין מיט א קלעסיפייד, ווער עס האט א דירה צופארקויפן לייגט אריין א קלעסיפייד און ווער סאיז אינטערעסירט ריפט צוהערן דיטעלס.
נאך א מעלה וואס דעס האט, א קלעסיפייד קאסט $20 - $30 ווען פאר א בראוקער צאלט מען שיינע פראצענטן
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

נישט יעדער איז גרייט צו ענטפערן פאון קאללס אגאנצען טאג און דארנאך סקרינען טענענטס/בייערס,

פאר רוב מענטשען איז עס ווערד א חודש רענט / 5% קאמישאן
לעצט פארראכטן דורך איש האשכולות אום מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 8:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

א בראוקער איז א זה נהנה וזה נהנה.

פארן בעל הבית:

דער בעל הבית דארף נישט ווייזן זיין דירה יעדע נאכט פאר א צווייטן.
ער דארף נישט האנדלן מיט טויזנט מענטשן, נאר מיט איין בראוקער.
ער ווייסט נישט אלץ די אמת'ע ווערד פון די הויז, אמאל קען ער בעטן צו טייער און נישט וויסן פארוואס קיינער קויפט נישט, און אמאל קען ער פארקויפן פאר ביליג און דערלייגן טויזנטערס.

פארן זוכער איז עס אויך א מעלה:

ער דארף נישט לויפן זוכן קלאסיפיידס.
איינער ברענגט אים עטליכע דיעלס אויפאמאל און ער זעט אלע אפציעס.
ער דארף זיך נישט יאגן צו געבן תשובה ווייל א בראוקער איז געווענליך רואיגער.
ער דארף נישט פילן שלעכט פארן משוגע מאכן, ווייל דאס איז יענעמס דזשאב.
מיט א בראוקער קויפט זיך רואיגער ווייל דער קונה ווייסט אז דער בראוקער קען גוט די מארקעט.
א בראוקער וועט נישט אויסנארן קיין קאסטומערס געווענליך, ווייל ער וויל בלייבן אין ביזנעס.

ועוד הרבה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

די בראוקער'ס זענען א קריטישער טייל אין יעדן מארקעט.

מעקלער'ס זענען היסטאריש א טייל פון ביזנעס, פאר די לעצטע טויזענטער יארן.
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אין די היימישע מארקעט פאר א אינגערמאן וואס זוכט צו קויפן א דירה, איז נישט אזוי וויכטיג א בראוקער, און אסאך מאל סתם איבריג צוליב'ן זיך נישט צושטעלן ווייל ער מאכט סייווי נישט אזויפיל געלט.

מיין עקספיריענס איז געווען אז איך האב געדארפט נאכלויפן בראוקערס, וואס פאר די געלט קען איך שוין נאכלויפן דעם דעוועלאפער אליינס.
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

איש האשכולות האט געשריבן:נישט יעדער איז גרייט צו ענטפערן פאון קאללס אגאנצען טאג און דארנאך סקרינען טענענטס/בייערס,

פאר רוב מענטשען איז עס ווערד א חודש רענט / 5% קאמישאן

די רעדס פול רענטעל וואס דער לענלארד צאלט ניטאמאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הא תינח ווען מ'האט גערעדט פון קלענערע סכומים, אבער לויט וויפיל וואס זיי קריגן כהיום יום איז עס זייער אסאך פאר וואס זיי טוען.

און צו דעם איז עס בלוטיגע אויסגעהארעוועט געלט פון אידן וואס מוטשען זיך אויף יעדע פרוטה.

קיין עהרליך געלט איז דאס נישט.

***
שוין געווען דאהי אן עהנליך שנירל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:שוין געווען דאהי אן עהנליך שנירל.

viewtopic.php?f=98&t=41312
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

בראקערס און די היינטיגע סעלערס מארקעט זענען און פעיוואר פאר די סעלערס צו באקומען ווי מער.
זיי ווערן באצאלט ווי סעילס פיפעל אן סעלערי צו ברענגען ווי מער פארן סעלער.
דעס אז סעלערס ווילן נישט קער נעמען פון פאון קאלס אדער די שאואינגס קען זיין עס וואלט ווען געווען א איידיע פון א פירמע וואס זאל אפפערן די סערוויס פאר א אפגערעד אפצאל נישט אויף קאמישען.
אבער למעשה איז נישט דא אזא פירמע און די בראקערס אויף די מארקעט זענען סעילס פיפעל
אוועטאר
א דרויסענדיגע
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:57 pm

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דרויסענדיגע »

א בראוקער איז בעצם א שדכן פאר הייזער. אין פאר די זעלבע סיבה דארפן זיי באקומען גוט באצאלט. ווייל זיי ארבעטן אויף הונדערט זאכן, מיטן האפענונג אז צוויי דערפון זאלן זיך אויסקאכן למעשה. מילא מיזן זיי באקומען/נעמען באצאלט גענוג אז עס זאל זיך זיי לוינען.

דרך אגב, ווער עס וויל נישט מיז נישט נעמען קיין בראוקער. עס איז דא פלענטי 'פאר סעיל ביי אונער' סיינס און קלעסיפיידס.
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל »

בראוקערס איז א וויכטיגע און גוטע סערוויס, די פראבלעם איז וויאזוי זיי באקומען באצאלט, ווען איך האב חתונה געהאט איז געעוען די זעלבע פראבלעם מיט עידזשענטס פאר שטריימלעך ביז ס'האט געקראכט מיט די תקנות,
כ'האב פונקט היינט געהערט אז ס'מאכטזעך די זעלבע פראבלעם מיט בראוקערס פאר דזאבס וואס רוקן ארויף די פעיראלל (פארן ארבייטער איזעס א מעלה פארשטייטזעך)
און פאר די סיבה, ווען איך האב געזוכט א סאפטוועיר פאר פיפיסי, איז איינס וואס טשארדזשט לויט ספענד גלייך אראף פון טיש.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

מקבל האט געשריבן:בראוקערס איז א וויכטיגע און גוטע סערוויס, די פראבלעם איז וויאזוי זיי באקומען באצאלט, ווען איך האב חתונה געהאט איז געעוען די זעלבע פראבלעם מיט עידזשענטס פאר שטריימלעך ביז ס'האט געקראכט מיט די תקנות,
כ'האב פונקט היינט געהערט אז ס'מאכטזעך די זעלבע פראבלעם מיט בראוקערס פאר דזאבס וואס רוקן ארויף די פעיראלל (פארן ארבייטער איזעס א מעלה פארשטייטזעך)
און פאר די סיבה, ווען איך האב געזוכט א סאפטוועיר פאר פיפיסי, איז איינס וואס טשארדזשט לויט ספענד גלייך אראף פון טיש.

Agree
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

פרוכט בוים האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:נישט יעדער איז גרייט צו ענטפערן פאון קאללס אגאנצען טאג און דארנאך סקרינען טענענטס/בייערס,

פאר רוב מענטשען איז עס ווערד א חודש רענט / 5% קאמישאן

די רעדס פול רענטעל וואס דער לענלארד צאלט ניטאמאל

איך רעד פון ביידע, לייען איבער מיין תגובה.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
machal
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 02, 2021 12:39 pm

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך machal »

נישטאמת האט געשריבן:ווי באקאנט איז א גרויסע סיבה וויאזוי מען איז צו געקומען צו די יעצטיגע הויכע ריעל עסטעט פרייזן, אן אוטקאום פון בראוקערס ארויף טרייבן די פרייז. איז די פראגע דארף מען זיי טאקע האבן? פארוואס קען עס נישט גיין מיט א קלעסיפייד, ווער עס האט א דירה צופארקויפן לייגט אריין א קלעסיפייד און ווער סאיז אינטערעסירט ריפט צוהערן דיטעלס.
נאך א מעלה וואס דעס האט, א קלעסיפייד קאסט $20 - $30 ווען פאר א בראוקער צאלט מען שיינע פראצענטן

אזוי גייט עס די נייע צרות מאכען פארגעסען די אלטע, גדענק איך נאך ווען מען האט אלעדיגט אז די דבר יום ביומו זאל נישט אריין לייגן קיין פרייזען וואס דאס מאכט אים-מעגליך צי קענען פארקויפן אדער פארדינגען סתם דורך קלעסיפיידס, די עיקר איז מדארף זיך האלטען ביזי און זיכען ווער עס איז שילדיג, א גיטען פורים.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

א דרויסענדיגע האט געשריבן:א בראוקער איז בעצם א שדכן פאר הייזער. אין פאר די זעלבע סיבה דארפן זיי באקומען גוט באצאלט. ווייל זיי ארבעטן אויף הונדערט זאכן, מיטן האפענונג אז צוויי דערפון זאלן זיך אויסקאכן למעשה. מילא מיזן זיי באקומען/נעמען באצאלט גענוג אז עס זאל זיך זיי לוינען.

דרך אגב, ווער עס וויל נישט מיז נישט נעמען קיין בראוקער. עס איז דא פלענטי 'פאר סעיל ביי אונער' סיינס און קלעסיפיידס.

יעדע בראוקער נעמט נאר א הויז בתנאי אז ס'איז עקסקלוסיוו, נאר ער קען עס פארקויפן. מיט אזא געדעכטע מארקעט איז זיכער אז ס'גייט גיין יעדע דירה אויף די מארקעט, ממילא איז עס נישט קיין ריזיקע. איך האלט אז בראוקערס דארף מען האבן, אבער די פרייזן זענען זיכער איבערגעצאלט.

אסאך מאל זענען גראדע די בראוקערס וואס מאכן די פרייזן נידריגער, ווען זיי ווילן א שנעלן דאלער אבער דער סעללער בעט א טייערן פרייז וואס גייט נישט אזוי שנעל. דעמאלטס רוקן זיי עס אראפ צו ענדיגן וואס שנעלער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
עס וועט זיין גיט
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

Re: ריעל עסטעט בראוקערס - דארף מען זיי טאקע האבן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גיט »

א דרויסענדיגע האט געשריבן:
א בראוקער איז בעצם א שדכן פאר הייזער. אין פאר די זעלבע סיבה דארפן זיי באקומען גוט באצאלט. ווייל זיי ארבעטן אויף הונדערט זאכן, מיטן האפענונג אז צוויי דערפון זאלן זיך אויסקאכן למעשה. מילא מיזן זיי באקומען/נעמען באצאלט גענוג אז עס זאל זיך זיי לוינען.

דרך אגב, ווער עס וויל נישט מיז נישט נעמען קיין בראוקער. עס איז דא פלענטי 'פאר סעיל ביי אונער' סיינס און קלעסיפיידס.
די פראבלעים איז אז די בראוקערס לויפען נאך יעדע דירה אין מאכען זיכער אז עס זאל נישט זיין פלענטי 'פאר סעיל ביי אונער'
אזוי אז זיי זאלען קענען קאנטרלען די מארקעט זיי ווייסען ווער עס גייט מאפען אין ווער עס פלאנט צי מאופען די נעקסטע יאר צייט
אין יא זיי שרויפען ארויף די פרייז
ער דארף דאך האבען געלד צי באצאלען זיינע סעקטעריס וואס לאזען זיך קאסטען ווייל זיי דארפען דאך אויך צאלען טייער רענט
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”