עיני הישועה

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

דו האלטס בעצם אז עס איז נישט דא אזא זאך?

וואס איז דיין שיטה?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קדוש ונורא האט געשריבן:דו האלטס בעצם אז עס איז נישט דא אזא זאך?

וואס איז דיין שיטה?

צי וואס דארפסטו וויסן מיין שיטה? נוץ דיין אייגענע דזשעלי וואס געפינט זיך בגובהו של ראש
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

אויב האסטו א שיטה פון מקורות חז"ל, אדער פון ערליכע אידן צדיקים
וויל איך וויסן.
נישט נאר איך נאר כדאי צו וויסן פאר יעדעם.

צו מען דארף עס טאקע טון, און אויב יא דווקא דורך אפשרפעכן בליי צו נישט.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

צו הערן מיין שיטה קאסט א מעמבערשיפ פי
ווילסט צאלן דערפאר?
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

יהיה כן האט געשריבן:צו הערן מיין שיטה קאסט א מעמבערשיפ פי
ווילסט צאלן דערפאר?

אויב דו ביסט גרייט צו זאגן דיין שיטה פאר 40 טעג אין א צי..
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

צד תמות האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:צו הערן מיין שיטה קאסט א מעמבערשיפ פי
ווילסט צאלן דערפאר?

אויב דו ביסט גרייט צו זאגן דיין שיטה פאר 40 טעג אין א צי..

for the right price? sure!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

עיני הישועה - הער אויף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שוין צייט די ארגנאזאציע און אלע אנדערע בדומה להם, זאלן אויפהערן צו שיסן שלעכטע פייערדיגע אויגן אויף גאנץ כלל ישראל.

ס'נאך קיינמאל געווען אזאנס אז איינער זאל בגלוי ווארפן שלעכטע אויגן און ארויסברענגען בכתב (אין וועלכע אויסגאבע ס'נאר מעגליך) און בעל פה (אויף קול מבשר) יעדנס גוט'ס אזוי ווי זיי אליינס, ס'דערמאנט מיך וואס מ'זאגט אויף די אלע אנטי ווירוס קאמפאניס שטעקן באשאפען פארשידענע ווירוסעס, שיקען עס ארום, מאכן שטייט די קאמפיוטער'ס, און דערנאך קומען זיי מיט די ישועה - א חודש'ליכע סובסקריבשן ביי זיי און אלעס איז געלעזט.

עיני ישועה האבן די ערגסטע אויגן, זיי קענען קיין לעשערס נישט זיין!!! גענוג מיט די ביליגע העצע און פרעכע טראציגע טאקטיקן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: עיני הישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שוין אן אלטע מעשה. זיי פארמאגן א מנין פון עמי-הארצים וואס שפרייטן אויס עין הרע'ס אין אלע שמחה זאלן, נעבן בא'חנ'טע קינדער, און ביי פולע באנק קאנטעס. דערנאך קומט דער מנין תלמידי חכמים אויפרייניגן די אויגעלעך, און מ'מאכט א יחלוקו מיט'ן מעמבערשיפ געלט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: עיני הישועה - הער אויף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

נא_שכל האט געשריבן:שוין צייט די ארגנאזאציע און אלע אנדערע בדומה להם, זאלן אויפהערן צו שיסן שלעכטע פייערדיגע אויגן אויף גאנץ כלל ישראל.

ס'נאך קיינמאל געווען אזאנס אז איינער זאל בגלוי ווארפן שלעכטע אויגן און ארויסברענגען בכתב (אין וועלכע אויסגאבע ס'נאר מעגליך) און בעל פה (אויף קול מבשר) יעדנס גוט'ס אזוי ווי זיי אליינס, ס'דערמאנט מיך וואס מ'זאגט אויף די אלע אנטי ווירוס קאמפאניס שטעקן באשאפען פארשידענע ווירוסעס, שיקען עס ארום, מאכן שטייט די קאמפיוטער'ס, און דערנאך קומען זיי מיט די ישועה - א חודש'ליכע סובסקריבשן ביי זיי און אלעס איז געלעזט.

עיני ישועה האבן די ערגסטע אויגן, זיי קענען קיין לעשערס נישט זיין!!! גענוג מיט די ביליגע העצע און פרעכע טראציגע טאקטיקן.

אויכעט שוין אזוי געטראכט.
זיי מאכן פון יעדע שמחה, מאורע, גיין אין קאנטרי, יום טוב, חנוכה, אד"ג א גרויסע מאנסטער און כאילו עס שוועבן אויגעלעך איבעראל.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: עיני הישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

עיני הישועה איז א נידעריגע סקעם. מ'שרעקט אהן דאס מענשהייט מיט עין הרע'ס, און עולם גולם לייזט זיך אויס ביי זיי.

כידוע דער מעשה מיט'ן אדמו"ר מפלוני (מ'לייגט עס אויף פארשידענע), אז ער האט געשאלטען א באן עס זאל זיך איבערקערען. ווען מ'האט איהם מעורר געוועהן אז עס קענען זיין דערויף יודען, האט ער געזאגט עס זאל זיך נישט איבערקערען...וכך הוה!

כלל ישראל דארף נישט זייערע פארשימעלטע בליי, אדער צויבער לחשים. מיר האבען פון אייביג אהן א שומר ישראל וועלכער היט אונז גאר גוט, און ער דארף נישט אנקומען צו זייערע פראשקעס.

דאס וואס שטייט אין הלכה מ'זאל נישט טוהן מחמת עין הרע זאל מען נישט טוהן, און דאס איבעריגע קעמען זיך אויסלאכען. העכסטענס טאמער איינער וויל זאל ער אליין מאכען א פייג אדער איבערדרייען זיין קאפעל. אבער אויף יעדע פעני וואס איינער געבט פאר עיני הישועה איז ער עתיד ליתן את הדין פארוואס ער האט עס נישט געגעבען פאר צדקה - אדער כאטש פאר זיך אליין געקויפט א גוטען סושי...
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

Re: עיני הישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

אנעים זמירות האט געשריבן:עיני הישועה איז א נידעריגע סקעם. מ'שרעקט אהן דאס מענשהייט מיט עין הרע'ס, און עולם גולם לייזט זיך אויס ביי זיי.

כידוע דער מעשה מיט'ן אדמו"ר מפלוני (מ'לייגט עס אויף פארשידענע), אז ער האט געשאלטען א באן עס זאל זיך איבערקערען. ווען מ'האט איהם מעורר געוועהן אז עס קענען זיין דערויף יודען, האט ער געזאגט עס זאל זיך נישט איבערקערען...וכך הוה!

כלל ישראל דארף נישט זייערע פארשימעלטע בליי, אדער צויבער לחשים. מיר האבען פון אייביג אהן א שומר ישראל וועלכער היט אונז גאר גוט, און ער דארף נישט אנקומען צו זייערע פראשקעס.

דאס וואס שטייט אין הלכה מ'זאל נישט טוהן מחמת עין הרע זאל מען נישט טוהן, און דאס איבעריגע קעמען זיך אויסלאכען. העכסטענס טאמער איינער וויל זאל ער אליין מאכען א פייג אדער איבערדרייען זיין קאפעל. אבער אויף יעדע פעני וואס איינער געבט פאר עיני הישועה איז ער עתיד ליתן את הדין פארוואס ער האט עס נישט געגעבען פאר צדקה - אדער כאטש פאר זיך אליין געקויפט א גוטען סושי...

;l;p-
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: עיני הישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

א איד א צדיק אן ערליכער האט מיר גע'עצה'ט צו טאן כאטש עפעס פרובירן אראפנעמען א מעגליכע "עין הרע" אין די משפחה.

איז אזוי, אני הקטן בין א קנאפע מאמין אין די דאזיגע ענינים, נאר וואזשעדען, איך גלייב אז פון הימל האט מען אזוי צוגעפירט אז איך זאל טאן די ספאציפישע השתדלות, וועט מען בלי נדר פרובירן.

די רעבעצין האט אנגעקלינגן "עיני הישועה" זיי האבן גאר גרויסע השגות און אויכעט ברויך מען האבן א חודש'ליכן מעמבערשיפ וואס איז שוין צופיל, אנדערש קענען זיי נישט (ליין: ווילען זיי נישט...) אונז העלפן.

ווייסט איינער דא אויפן "עולם הזה" פון א פארלעסליכען אפשפרעכער וואס טוט אן איינמאליגע ארבייט פאר א צוגענליכע פרייז? גייט מיר ניט אהן, ער קען זיין אן אפשטאמיגער פון אשכנז, א תימענע אדער א ספרדישן, אין וויל נאר איינעם מיט א רעפרענס.

א דאנק אייך פון פאראויס
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: עיני הישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

מרת האלצער פון קרית יואל, געדענק איך נישט יעצט די נומער אבער זי וואוינט אויף קארטער, אדער זענטע, (ערגעץ יענע געגנט) $36 פאר א נאמען
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”