לאנג קאוויד אנקעטע.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

האט איר, אדער אייער ב''ב, געהאט לאנג קאוויד נאכן טעסטן פאזיטיוו פאר קאוויד 19?

איך האב געהאט קאוויד, אבער נישט לאנג קאוויד.
34
45%
איך האב געהאט לאנג קאוויד ווייניגער ווי דריי חדשים
4
5%
איך האב געהאט לאנג קאוויד לענגער ווי דריי חדשים
10
13%
מיין ב"ב האט געהאט קאוויד, אבער נישט לאנג קאוויד.
22
29%
מיין ב"ב האט געהאט לאנג קאוויד ווייניגער ווי דריי חדשים
2
3%
מיין ב"ב האט געהאט לאנג קאוויד לענגער ווי דריי חדשים
4
5%
 
סך הכל שטימען: 76

יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

עס טוט זיך א גרויסע געטומל אין די אלגעמיינע וועלט וועגן לאנג קאוויד, עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז א געפערליכע זאך, א "מעסס דיסעיבלינג איווענט" פון וואס מיליאנען מענטשן וועלן ליידן לאנגע יארן ח''ו, בעת וואס אנדערע טענה'ן אז די פאניק ארום דעם איז שטארק אויפגעבלאזן, עס זענען דא צענדליגער שטודיעס אויף וויפיל מענטשן עס ליידן פון דעם, עס לויפט צווישן 30 פראצענט און צוויי פראצענט פון אלע וואס האבן באקומען קאוויד.

וואס מיינט לאנג קאוויד? עס האט נישט קיין קלארע ענטפער, די CDC האט א לאנגע ליסטע מיט סימפטאמען וואס קענען זיין לאנג קאוויד, איך וועל אויסרעכענען בלויז די וואס זעהען אויס צו זיין די מערסטע פארשפרייט.
  • מידעקייט אדער אויסגעמיטשעטקייט וואס שטערט אנצוגיין מיט טעגליכן לעבן.
    סימפטאמען וואס ווערן ערגער נאך שווערע ארבעט
    שוועריקייטן מיטן אטעמען.
    שוועריקייטן מיט טראכטן און קאנצעטראציע.
    ווייטאגן אין די מוסקלען און דזשוינטס.
ווען הייבט זיך אן לאנג קאוויד, עס האט אויך נישט קיין קלארע ענטפער, די CDC שרייבט אז עס מיינט סימפטאמען וואס האלטן אן כאטש פיר וואכן נאכ'ן באקומען קאוויד, אנדערע רעכענען עס נאר אויב עס האלט אן מער ווי דריי חדשים.



אינטערעסאנט אבער אז ביים היימישן עולם הערט מען זייער זעלטן דערפון, חוץ ביי די וואס האבן עס געהאט זייער ערנסט און געווארן האספיטאליזירט ר''ל, דערפאר עפן איך דא די אנקעטע צו זעהן וויפיל מענטשן עס זענען דא ביי אונז וואס ליידן אדער האבן געליטן דערפון ר''ל.

ביטע נישט רעכענען שוועריקייטן מיטן חוש הטעם והריח וואס איז שוין א ברייט באשטעטיגטע זאך און מען האט שוין אסאך ארומגעשמועסט דא דערפון, בלויז אויב איר האט נאך סימפטאמען פון לאנג קאוויד.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

די וויכטיגסטע און שרעקעדיג'סטע חלק פון לאנג קאוויד איז דאך די בלוט קלאטס סכנה וואס לייגט ל"ע אוועק מענטשן פלוצלינג

א רחמנות אויף די וועלכע זענען זיך נעבעך בידים געגאנגען אנשטעקן מיט קאוויד "ווייל עס שאדט דאך נישט" (הגם עס איז העכסט מעגליך אז זיי וואלטן דאס מילא געכאפט אמאל).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

פארוואס האלט איך אז דאס איז געזינטע נארישקייטן און בלויזע דמיונות? כבין נאך אפן צו טוישן מיין מיינונג, אבער דאס איז וואס איך האלט.
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

האסט אויסגעלאזט איין זאך.

די CDC שרייבט אז איינער פון די זאכן פון לאנג קאוויד איז "ענקזייעטי"
איך האב געהערט פון א הצלה מעמבער אז ער איז שוין געווען אויף אסאך קאלס (זינט קאוויד) וואס מענטשן רופן אז זיי פילן ווי זיי פאלן אוועק אדער חלש'ן אדער טשעסט פעין וכו'. אבער אלעס איז פיין ס'איז (ענקזייעטי) - פעניק!

איך האב וואס צו שרייבן דערוועגן אבער כהאנישט יעצט די צייט דערצו. איין נקודה: אין אסאך פעלער ווייסט אפילו (נאכ)נישט די מענטש אליין אז ער ליידט אויף ענקזייעטי.
ס'פלאצט אויס אויף אסאך וועגן.
לענ"ד איז דאס פון די מערסט פארשפרייטסטע לאנג קאוויד. נאר דער עולם כאפט נאכנישט וואו ווייט ס'האלט.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

נישט קענען שמעקן און פילן א טעם און עסן פאר א לאנגע צייט איז אויך איינע פון די סימטאמען אדער סאיז א צווייטע זאך?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

קודם כל א ריזיגע יישר כח פאר'ן גיין פתיחה, דאס איז גאר א וויכטיגע אשכול און איך האף צו ארויסבאקומען עפעס הילף פאר מיר און אנדערע.

איך האב גאר אסאך צו שרייבן בנושא פון מיין אייגענע עקספיריענס, איך וועל פרובירן צו גיין מיט א סדר און איך האף גארנישט אויסצולאזן.

ווען די קאוויד פאנדעמיק איז אנגעקומען בין איך געווען שרעקליך גראב מיט ערנסטע לינגען פראבלעמען. די טעקסטבוק דעפינישן פון היי ריסק.

איך האב גענצליך אויפגעהערט גיין אין ביהמ"ד און פרובירט זיך צו דרייען ווי ווייניגער צווישן מענטשן, למעשה ווען די צווייטע כוואליע האט זיך אנגערוקט האב איך געכאפט דעם וויירוס.

צו ערשט בין איך געווען אינדערהיים פאר א וואך און פרובירט פאר אלע קאסטן אויסצומיידן דעם שפיטאל דורך זיין אויף אקסיזשען און IV אינדערהיים. צום סוף האב איך באקומען א דאפעלטע לונגען אנצינדונג און איך בין אנגעקומען אין שפיטאל ווי איך האב פארברענגט פינף טעג בין כסא לעשור. איך בין געווען אויף א BIPAP (א non-invasive ווענטילעיטאר) און באקומען רעמדעסיוויר אין די ראמען פון א טרייעל.

ערשטנס האט מיר געדויערט חדשים פשוט צו קומען געהעריג צו די כוחות, צוליב וואס איך האב נישט געהאט קיין געהעריגע אקסיזשען פאר א לאנגע צייט. אין צוגאב האב איך אנגעהויבן ליידן אויף פארשידענע פראבלעמען וואס קומען פון obesity. (הויכע צוקער, בלוט פרעשור וכדו')

ווי אויך האב איך באקומען אלע אויבענדערמאנטע סימפטאמען פון לאנגע קאוויד
מידעקייט אדער אויסגעמיטשעטקייט וואס שטערט אנצוגיין מיט טעגליכן לעבן.
סימפטאמען וואס ווערן ערגער נאך שווערע ארבעט
שוועריקייטן מיטן אטעמען.
שוועריקייטן מיט טראכטן און קאנצעטראציע.
ווייטאגן אין די מוסקלען און דזשוינטס.
אבער בעיקר האב איך באקומען שרעקליכע ענקזייעטי. און געפערליכע שוועריגקייטן מיטן שלאפן.

דאס אלעס האט מיר באוואויגן צו זיך נעמען אין די הענט אריין און פארלירן וואג, די באשלוס איז געפאלן אויף א סליוו.

עטליכע חדשים נאך די סליוו בין איך געווען ממש ווי א נייע מענטש. אלע פראבלעמען זענען גענצליך אוועקגעגאנגען און איך בין געווען געזונטער און פרישער ווי אנדערע אין מיין יארגאנג.

און יעצט קום איך צו צום שפיץ: אביסל מער ווי א יאר נאך מיין ערשטע קאוויד אינפעקציע האב איך נאכאמאל געכאפט דעם וויירוס. מיין נאך-סליוו קערפער האט געטון דאס זייניגע און גאר גרינג אפגעשלאגן סיי וועלכע פיזישע סימפטאמען פון די וויירוס. אבער מיט די אנדערע פראבלעמען איז גאר א צווייטע מעשה. די ענקזייעטי, מידעקייט, שלאפן און קאנצענטראציע פראבלעמען זענען צוריקגעקומען סאך שטערקער ווי די ערשטע מאל.

איך האלט שוין יעצט איבער א יאר! נאך מיין צווייטע מאל קאוויד און איך האב נאכנישט געזען סיי וועלכע פארבעסערונג פון די לאנגע קאוויד סימפטאמען.

איך קען שווערליך איינשלאפן און/אדער וועק איך מיר אויף גאר פרי פארטאגס. איך שלאף צווישן דריי און פינף שעה א נאכט, איך בין כסדר anxious און edgy, איך קען מיך שווער קאנצענטרירן און יעדע ביסל קאנצענטראציע ברענגט שווערע קאפ ווייטאג. מיין דרייוון איז געווארן סאך ערגער, די צייט וואס עס נעמט פאר מיין מח צו רעספאנדן אויפן ראוד האט זיך דראסטיש פארלענגערט, ס'האט מיר שוין געקאסט עטליכע שיער עקסידענטן און איין עקסידענט ווייל איך האב געברעיקט צו שפעט
.

ווי געשריבען אויבן האף איך צו ארויסבאקומען הילף פון דעם אשכול. אויב איינער ווייסט פון א דאקטער וואס ספעציאליזירט זיך אין דעם נושא זאל ביטע לאזן וויסן דא אדער אין אישי.

יישר כח פון פאראויס.
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

קלמן יעגער האט געשריבן:
האסט אויסגעלאזט איין זאך.

די CDC שרייבט אז איינער פון די זאכן פון לאנג קאוויד איז "ענקזייעטי"
איך האב געהערט פון א הצלה מעמבער אז ער איז שוין געווען אויף אסאך קאלס (זינט קאוויד) וואס מענטשן רופן אז זיי פילן ווי זיי פאלן אוועק אדער חלש'ן אדער טשעסט פעין וכו'. אבער אלעס איז פיין ס'איז (ענקזייעטי) - פעניק!

איך האב וואס צו שרייבן דערוועגן אבער כהאנישט יעצט די צייט דערצו. איין נקודה: אין אסאך פעלער ווייסט אפילו (נאכ)נישט די מענטש אליין אז ער ליידט אויף ענקזייעטי.
ס'פלאצט אויס אויף אסאך וועגן.
לענ"ד איז דאס פון די מערסט פארשפרייטסטע לאנג קאוויד. נאר דער עולם כאפט נאכנישט וואו ווייט ס'האלט.
צום פינטל! עס זענען גאר אויך דא שטודיעס וואס ווייזן אז א געוויסע פראצענט פון שפיטאליזירטע קאוויד פאציענטן האבן מח סקענס געוויזן אז זיי האבן באקומען Neuro inflammation וואס קען זיין א גורם פאר די ענקזייעטי.
אוועטאר
לייפסטייל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 pm
לאקאציע: אויפן טרעדמיל

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפסטייל »

ניינער האט געשריבן:
פארוואס האלט איך אז דאס איז געזינטע נארישקייטן און בלויזע דמיונות? כבין נאך אפן צו טוישן מיין מיינונג, אבער דאס איז וואס איך האלט.
טו אדורכליינען מיין לענגערע תגובה דא אויבן און זאג מיר אויב דיין מיינונג האט זיך עפעס געטוישט.
הושיעה את עמך
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2022 9:24 pm

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הושיעה את עמך »

איינער וואס האט בכלל נישט געהאט די געווענליכע קאוויד סימפטאמען אבער האט קאוויד אנטיבאדיס פאררעכנסטו אלס איינער וואס האט געהאט קאוויד?

און וואס איז מיט איינער וואס האט אויך נישט געהאט די אלגעמיינע סימפטאמען וואס מ'האט פאר עטליכע טעג ווי למשל פיבער אבער האט יא פארלוירן די טעם און ריח פאר א לענגערע צייט, אזא איינעם רעכנסטו אז ער האט געהאט קאוויד?
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

פוילער האט געשריבן:
נישט קענען שמעקן און פילן א טעם און עסן פאר א לאנגע צייט איז אויך איינע פון די סימטאמען אדער סאיז א צווייטע זאך?
טייל לייגן עס אריין אין לאנג קאוויד, אבער די סימפטאם איז זייער א קלארע זאך, און די מעדיצינישע וועלט האלט אז זיי פארשטייען עס, די אנדערע סימפטאמען איז היבש א מיסטעריע.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

א משפחה מיטגלידער מיינע, א יונגער מענטש, האט נאך חדשים לאנג נאך קאוויד געדארפט כאפן א שינת צהריים פון אפאר שעה און הערשט דאן גיין פרי שלאפן ביינאכט פאר א פולע נאכט שלאף, ער איז געווען שוואך און לויז. ב”ה היינט, א גוטע איינס אהאלב יאר דערויף, איז ער שוין אינגאנצן גוט.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

ניינער האט געשריבן:
פארוואס האלט איך אז דאס איז געזינטע נארישקייטן און בלויזע דמיונות? כבין נאך אפן צו טוישן מיין מיינונג, אבער דאס איז וואס איך האלט.
נישט קיין חילוק וואס מען האלט אין דעם נושא, איז נישט אויסגעהאלטן מייניך צו נוצן אזא שפראך אין פאבליק, נישט קיין חילוק צו עס איז א פיזישע זאך אדער מח זאך, די מענטשן וואס ליידן ליידן עכט, און זיי זענען גארנישט שולדיג אין זייערע יסורים, פונקט ווי מענטשן מיט פיזישע קרענק זענען גארנישט שולדיג.
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

מיינס א קרוב האט אויפגעהערט צו שפירן דארשט זייט ער האט געהאט קאוויד ארום א יאר צוריק.
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: לאנג קאוויד אנקעטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

איך ווייס נישט וואס גייט אריין אין כלל פון לאנג קאוויד. איין זאך ווייס איך אז זייט איך האב געהאט קאוויד בין איך 5 מאל א יאר קרענקליך אין שוואך מיט די זעלבע פילינג (אויף א שוואכערע פארנעם) וואס כ'האב געהאט ביי קאוויד.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”