חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

אחראי: יאנאש

אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

[align=center]וְכָל הָעָם רוֹאִים אֶת הַקוֹלוֹת:

פילע עסקנים פון קהל ומוסדות סאטמאר (מהר''יי) פון איבער גרעיטער ניו יארק בראשות הוד כ"ק קדושת מרן עט"ר שליט"א געשטאנען בראש פון היסטארישע קאמפיין אויפצוטרייבן 220,000 פעטיציעס דורך פאראייניגטע פראנט פון אלע קהילות – העכער 40,000 פעטיציעס געשאפן בלויז פון ק"ק סאטמאר

קול ה' בכח:
כ"ק מרן רבינו שליט"א מעורר מערערע בשעת בת רבים מאל אלע אנשי שלומינו אונטערצושרייבן די קריטישע פעטיציעס

בעת רצון עניתיך:

כ"ק מרן רבינו שליט"א פאררופט "יום תפלה" פארלאפענעם מאנטאג במדבר, ערב ראש חודש סיון, יום המסוגל להתפלל על חינוך בנינו אין אלע בתי מדרשים, כוללים, מוסדות התורה
גענוי ווי עס קומט צו יעדע זאך אין עסקנות, צי זאל עס זיין הצלת נפשות, צי זאל עס זיין פדיון שבויים, צו זאל עס זיין הצלת קברי ישראל, אדער סיי וואספארא מערכה למען כבוד שמו יתברך, אדער סתם אזוי צו העלפן אנדערע אידן מיט וואס עס פעלט זיך אויס, שטייט די הייליגע קהלה קדושה סאטמאר בראש צו טון וואס נאר מעגליך צו פארגרינגערן דעם צער פון א צווייטן איד, אדער ארויסהעלפן די מערכה למען כבוד שמים.

כמעשהו בכל מקום כך מעשהו בגזירת החינוך. שוין פון די ערשטע מינוט ווען דער גזירת החינוך האט זיך אנגעהויבן ארויסשיילן האט זיך הוד כבוד קדושת מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויסגעשטעלט בראש מערכת ישראל מיט א שטארקייט צו שטיין לימין המערכה צו פארזיכערן די הייליגע גאלדענע עתיד פון אלע קינדער אין אלע מוסדות התורה, אפגעזען אין וועלכע מוסדות זיי לערנען.

דער רבי האט כסדר פאררופן אסיפות מיט די עסקנים און רבנים צו זען וואס מען קען טון למען הצלחת המערכה, דער רבי האט געשאפן שווערע געלטער צו קענען דעקן די ריזיגע אומגעהויערע קאסטן וואס די מערכה קאסט אפ. וואס מען זאל נעמען אין באטראכט וויפיל עס האט געקאסט – און קאסט ווייטער – אויפצוהאלטן די אלע לאיערס, עקספערטן, סטרטעגיסטן, און אלגעמיינע ארבייטער וואס ארבעטן אין די פערל"ס אפיסעס מדי יום ביומו.

דער רבי האט כסדר מעורר געווען אז מען טאר נישט שלאפן מען ברויך איינרייסן אויף די גזירה וואס קאכט זיך - נאך פאר די פרישע גיידליינס זענען ארויסגעשטעלט געווארן ענדע חודש אדר העבר -, האט דער רבי שליט"א פאררופן א יום תפלה און געבעטן מען זאל זאגן תהלים אין אלע בתי מדרשים, כוללים און מוסדות התורה אויף די גזריה וואס הויערט אויף די חינוך פון אונזערע קינדער.

נאך וואס די גיידליינס זענען פארעפנטליכט געווארן האט דער רבי גאר אסאך מעורר געווען בשער בת רבים ביי פארשידענע מעמדים אז מען זאל אונטערשרייבן די פעטיציעס כדי צו אפשלאגן דער גזירה.

ביים דינער לטובת מוסדותינו הקדושים אין בארא פארק האט דער רבי שטארק ארומגערעדט אין דעם ענין, ביים היסטארישן מעמד אדיר "לדורותם" פאר הורי מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג האט דער רבי גאר שטארק ארויסגעברענגט אז זייט אידן האבן זיך באזעצט אין ניו יארק איז נאך אזא גזירה נישט געווען, און דאס איז מעגליך צוליב שוואכקייטן וויאזוי מיר זענען מחנך אונזערע קינדער. דארט אויפן פלאץ איז אריינגעקומען א מאסיווער שטראם פון העכער דריי טויזנט חתימות, וואס האט איבערגעלאזט די עסקנים מאכטלאז, נישט האבנדיג גענוג פעטיציע פאפירן.
אזוי האט רבינו שליט"א אין אן אויסערארדנטליכן שריט אונטערגעשריבן חתימת יד קדשו און אויסגעפילט א פעטיציע דארט ביים מעמד אדיר במעמד אלופי אלפי ישראל.

ביי שלש שעודות רעוא דרעוין האט דער רבי שליט"א פיל מאל מעורר געווען וועגן דעם ענין. ביים דרשה דעם פארלאפענעם ל"ג בעומר ווען דער רבי האט ארומגערעדט איבער דאס מסירות נפש פון די אידן אין ארצינו הקדושה האט דער רבי אויך דערמאנט דעם גזירת החינוך.

אזוי אויך איז די וואך מאנטאג במדבר – דער לעצטער טאג וואס מ'האט געקענט אריינגעבן פעטיציעס -, דער יום המסוגל להתפלל על חינוך הבנים, ער"ח סיון פאררופן געווארן א יום תפלה ותחנונים אין אלע בתי מדרשים און מוסדות התורה, וואו מען האט אינאיינעם געזאגט דעם הייליגן תפילת השל"ה און עטליכע קאפיטלעך תהלים להצלחת המערכה.

אזוי אויך זענען די סאטמארער עסקנים געשטאנען בראש המערכה, אנגעהויבן פונעם איש חי ורב פעלים, העוסק יומם ולילה למען כבוד שמו יתברך דער לעגענדארער עסן הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן שליט"א, וואס מיט זיין צדקות און ערליכקייט געבט ער אוועק זיין לייב און לעבן פאר אלע מערכות בכלל, און פאר דעם מערכת החינו בפרט. ואתו עמו זיין חשוב'ער געטרייער מיטארבעטער הרה"ח ר' שמואל מרדכי שטערן הי"א וואס איז עוסק טאג און נאכט אין פילע פראיעקטן ארויסצוהעלפן אחינו בני ישראל אין אלע הינזיכטן.
העסקן מוה"ר חיים זאנוויל קויפמאן הי"ו, העסקן מוה"ר משה שווארטץ הי"ו, העסקן מוה"ר הערשל ניעדערמאן הי"ו, העסקן מוה"ר לייבוש לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' חיים יצחק מאנדל און מוה"ר יודא בעריש לויפער פון מוסדותינו הקדושים אין וויליאמסבורג, הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער מנכ"ל מוסדותינו הק' אין קרית יואל, הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו און הרה"ח אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו פון מוסדותינו הקדושים אין מאנסי, הרב יושע שנעעבאלד שליט"א און הרה"ח ר' בערל לעפקאוויטש הי"ו פון מוסדותינו הקדושים אין בארא פארק, העסקן הדגול הר"ר אלטר ראזענבערגער הי"ו קרית יטב לב.

די שווערע כוחות וואס די אלע עסקנים האבן אריינגעלייגט האבן געברענגט די גינסטיגע פאזיטיווע רעזולטאטן גאר אין גיכן, ווען נאכ'ן ענדיגן דעם קאמפיין שטעלט זיך ארויס אז בלויז די קהלה קודשה סאטמאר אליינס האט אריינגעברענגט נאענט צו 40,000 פעטיציעס!!! בליעה"ר.

עס איז דער וואונטש פון תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבעראל אז די עוסקים במלאכת מחשבת, זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקוד אומגעשטערט, אויף לאנגע געזונטע יארן, און עס זאל זיך שוין גענצליך אפטון פון אונז דער גזירת החינוך, וואס הויערט ווי א וואלקן אויפ'ן יהדות הגולה שוין אזויפיל יארן. הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא.

89199.png
89199.png (180.35 KiB) געזען 4893 מאל
20220530-070132.jpg
20220530-070132.jpg (194.15 KiB) געזען 4893 מאל
[/align]
2022-01-28.jpg
2022-01-28.jpg (164.1 KiB) געזען 4893 מאל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

winner האט געשריבן:.

מ'וואלט געדארפט קענען זעהן די פרטים פון די 359 אלפים פעטיציעס.
וויפיל האט יעדע קהילה / פארטיי / מוסד אריינגעברענגט בערך.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

דא שטייט איבער 359 אלפים

איבער 359 אלפים פעטיציעס.
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

אורח הכבוד האט געשריבן:
ק"ק באבוב-45:

כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 האט גאר שטארק ארויסגעברענגט ביי עטליכע געלעגנהייטן אז יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל זאל טון די ריכטיגע השתדלות און אונטערשרייבן די וויכטיגע פעטיציעס. אין ק"ק ומוסדות באבוב-45 איז טאקע פארגעקומען א העפטיגע חתימה דרייוו, און מען האט געשאפן טויזטנער חתימות. אזוי אויך איז פארגעקומען א ריזיגע דרייוו ביום ל"ג בעומר ביין מעמד ההדלקה וואס איז פארגעקומען אין בארא פארק, אזוי אויך זענען עסקנים געזיצן און צוזאמגענומען חתימות ביום ל"ג בעומר ביי די יארצייט פון הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע וואס זין יארצייט געפאלט אויס אום ל"ג בעומר.

יארצייט איז לג בעומר?
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

השקפה ברורה האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
ק"ק באבוב-45:

כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 האט גאר שטארק ארויסגעברענגט ביי עטליכע געלעגנהייטן אז יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל זאל טון די ריכטיגע השתדלות און אונטערשרייבן די וויכטיגע פעטיציעס. אין ק"ק ומוסדות באבוב-45 איז טאקע פארגעקומען א העפטיגע חתימה דרייוו, און מען האט געשאפן טויזטנער חתימות. אזוי אויך איז פארגעקומען א ריזיגע דרייוו ביום ל"ג בעומר ביין מעמד ההדלקה וואס איז פארגעקומען אין בארא פארק, אזוי אויך זענען עסקנים געזיצן און צוזאמגענומען חתימות ביום ל"ג בעומר ביי די יארצייט פון הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע וואס זין יארצייט געפאלט אויס אום ל"ג בעומר.

יארצייט איז לג בעומר?

די יומא דהילולא פון התנא אלקי רשב"י מיינט מען.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יצחק אייזיק האט געשריבן: די שטאט רעכנט זיך מיט זיי נאר וויפיל דאס געזעץ פארלאנגט, נישט מער פון דעם.

אוי הלואי! ווען די שטאט זאל ווען זיין צופרידן מיט די מינימום לויטן געזעץ וואלט נישט געווען קיין פראבלעמען, די פראבלעם איז אז די רעגרירונג וויל דייקא יא פארלאנגען פון אונז 'מער' ווי די מינימום!

זינט די פעלדער געזעץ זענען אונזערע מוסדות אין א ספעציעלע קריטעריע אז די קאמישינער 'מעג' אונז פטר'ן פון רוב לימודי חול, די אריגינעלע פלאן איז געווען אז עס זאל איר צווינגען צו פטר'ן, אבער די חברה האבן אין די לעצטע מינוט אריין גערוקט פיר ווערטער, וואס האט געטוישט די באדייט אז זי 'מעג' אונז פטר'ן, אבער זי מוז נישט.

זי איז געגאנגען און געלערנט אן אנדערע פשט, אז די געזעץ 'צווינגט איר' צו פארלאנגען 'מער' לימודי חול - נישט עס ערלויבט איר, נאר עס צווינגט איר גאר, און דעמאלט האט זי ארויס געלייגט די ערשטער גזירות מכלומר'שט אין נאמען פונעם געזעץ.

דעמאלט איז מען געגאנגען אין געריכט אז זי לערנט פאלש פשט, און ביים געריכט סעסיע צי מען זאל ארויפלייגן א צייטווייליגע סטעי אויף די גזירות האט די ריכטער בחמלת ה' גענצליך אפגעווארפן איר פשט, און אומערווארטעט ארויס געטראסקעט די נייע גיידליינס, זאגנדיג אז לויטן געזעץ 'מעג' זי אנערקענען אונזער חינוך כמות שהוא, און אויב זי וויל דוקא צולייגן מוז עס אדורכגיין די געהעריגע פראצעדור.

דעמאלט האט מען געהאפט אז דערמיט האט זי יוצא געווען פאר די עלעמענטן, ווייל איצט האט זי דאך שוין א געריכט באשטעטיגונג אז אונזער חינוך איז לעגאל, אבער ליידער איז זי געגאנגען ווייטער דערמיט, און דעמאלט האט מען געמאכט די ערשטע רונדע פעטיציעס וכו'

ווען זי פארלאנגט ווען בלויז די מינימום לויטן געזעץ ווי דו זאגסט, וואלט ניטאמאל שייך געווען צו מאכן פעטיציעס אז זי זאל זיך נישט רעכענען מיטן געזעץ..... די גאנצע טענה דא איז אז זי 'מעג' פארלאנגען די בלויזע מינימום, טא וואס איז די עקשנות אונז צו 'רעפארמירן'?
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

.
אטעטשמענטס
IMG_20220609_124353_307.jpg
IMG_20220609_124353_307.jpg (152.43 KiB) געזען 4515 מאל
פון דא און פון דארט!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

זייער אינטערעסאנט, לויט וואס זאלן זיי באשליסן צי זיי זענען עקוויווילענט? לויט די אלטע גיידליינס?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

עס איז נישטא דערווייל און קיינמאל געווען קיין גיידליינס
א גיידליין איז א "פירוש" אויפן טרוקענעם געזעץ

דער טרוקענער געזעץ ליגט אויף די ביכער צענדליגער יארן און שלאפט זיך אזוי רוהיג אזוי ווי אסאך אנדערע געזעצן ובתוכם ווי א געזעץ ערגעץ וואו אז ווען א סטודענט קומט מיט א פערדעלע אין סקול דארף דער פרינסיפעל געבן צו עסן און היטן אויפן פערדל א גאנצן טאג

עטליכע יאר צוריק האבן די פאר יחידים הידועים לשמצה אנגעפאנגן צו מאכן צרות פאר די מוסדות אויף עטליכע פראנטן.
ליידער האבן זיי געטראפן אן אוזן קשבת ביי עטליכע שטאטישע שישקעס וואס מאכט אססאך קאפווייטאג

א חלק דערפון האט זיך די שטאט צוגעכאפט און געוואלט ארויסגעבן נייע פאליסיס איבער וואס איז "פשט" אין דעם געזעץ
דאן איז פעלדער געקומען און דאס געוואלט אפשטעלן האט ער געספאנסערט א בילל צו אוישן דעם "געזעץ" וואס האט געטוישט פארשידענע זאכן אויפן געזעץ וואס איז געווען בעיקר לטובתינו אבער די שישקעס האבן נאכאלץ באשלאסן עס אפצולערנען אויף פארקערט
אזויווי מען קען יעצט אפלערנען אפאר פשטים אינעם "געזעץ" און אזויווי די טראבל מעיקערס פארפירן ווייטער ליגט עס ליידער נאכאלטס אויף זייער אגענדע און יעצט האלט עס די דריטע
מאל וואס זיי ווילן ארויסגעבן א "פירוש" אויפן געזעץ באופן הנקרא גיידליין

די ערשטע מאל האט מען ארויסגעווארפן די גאנצע זאך אז עס איז פשוט נישט דורכגעקומען דעם פראסעס ממילא איז עס כאילו לא היה
מען האט געהאפט אז דאס וועט געבן א שיינעם וועג ארויס אז טשעפע נישט און לאז לויפן פונקט ווי א מיליאן אנדערע געזעצן וואס קיינער קוקט נישט דערויף

עס איז נישט געשען און זיי האבן ארויסגעגעבן גיידליינס און געגאנגען וויטער צו מאכן דעם פירוש ווייטער
אויב אזא פירוש/גיידליין גייט געהעריג אדורך באקומט עס א לעגאלער תוקף אויף אסאך זאכן אויסער אויב עס ווערט געטשעלענדזשד אין קאורט
למעשה נאך די דעמאלטסדיגע פידבעק איז עס אראפגעפארן פון טיש ביז נאך קאוויד

דעם ווינטער, הרשעים השקט לא יוכל, פילנדיג מורא'דיג וויכטיג צו עדיוקעטן די אומערצויגענע אומפארמאסקירטע אידן וואס געבן נישט עדיוקעשן אויף א וויאטואלען פארמאט די אלע משוגעתן פונעם היינטיגן קולטור נאכאמאל אנגעפאנגען פון אלף און איבערגעמאכט די גיידליינס מיט אנדערע פירושים ווי דעם ערשטן מאל וואס דער דאזיגער "פירוש" וואלט געווען סך מער קאמפליצירט
למעשה האט מען נאכאמאל אריינגעגעבן די פעטישנס און מען האפט אז בעזר השם וועט דאס קאנווינסען די שישקעס אז גענוג איז גענוג און באדער נישט

למעשה וואס עס קומט יעצט אויס איז לעת עתה דא א געזעץ אויף די ביכער אן גיידליינס וואס קיינער האט דערווייל נישט געפסקענט וואס עס מיינט אפילו לויט דעם אלטן געזעץ

יעצט האט א שופט ארויסגעגעבן א פסק אז די שטאט דארף ענדיגן זייער אינוועסטיגעשן אויב מתיבתא ערוגת הבושם לעת עתה קומט נאך די דאזיגע יעצטיגע געזעצן אדער נישט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די געזעץ האט אלעמאל געהאט גיידליינס

זינט יענע גיידליינס איז די געזעץ אריבער א טויש, דעריבער איז די דעמאלטסדיגע גיידליינס נישט עכט נוגע ביים קוקן אויף די מוסדות

אבער קיין נייע איז נישטא

דאס מיינט אז?
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

אורח הכבוד האט געשריבן:ק"ק וויזניץ מאנסי:

דער עלסטער זון פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א הגה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א האט ארויסגעגעבן א ספעציעלע מכתב קודש אז יעדער זאל אונטערשרייבן די פעטיציעס וואס האט געהאט גאר א שטארקן אפקלאנג, און האט שטארק אנגעווארעמט דעם עולם און אלע עלטערן צו אונטערשרייבן.

….העכער גאנצער צ-ו-ו-י-י ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט צ-ו-ו-א-נ-צ-י-ג טויזנט פעטיציעס זענען אריינגעקומען דורך די הייליגע פערל"ס ארגאניזציע און אירע מיטארבעטער שותפים לדבר מצוה.

אונטערסאנט ווי פערלס נעמט קרעדיט וואס קומט זיך זיי נישט. וויזניץ מאנסי האט נישט געגעבן זייער פאטיציע, נישט אין די מוסדות און נישט אין בית המדרש.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

תענית חלום האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:ק"ק וויזניץ מאנסי:

דער עלסטער זון פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א הגה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א האט ארויסגעגעבן א ספעציעלע מכתב קודש אז יעדער זאל אונטערשרייבן די פעטיציעס וואס האט געהאט גאר א שטארקן אפקלאנג, און האט שטארק אנגעווארעמט דעם עולם און אלע עלטערן צו אונטערשרייבן.

….העכער גאנצער צ-ו-ו-י-י ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט צ-ו-ו-א-נ-צ-י-ג טויזנט פעטיציעס זענען אריינגעקומען דורך די הייליגע פערל"ס ארגאניזציע און אירע מיטארבעטער שותפים לדבר מצוה.

אונטערסאנט ווי פערלס נעמט קרעדיט וואס קומט זיך זיי נישט. וויזניץ מאנסי האט נישט געגעבן זייער פאטיציע, נישט אין די מוסדות און נישט אין בית המדרש.

זיי האבן געהאט א אייגענע?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

תענית חלום האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:ק"ק וויזניץ מאנסי:

דער עלסטער זון פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א הגה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א האט ארויסגעגעבן א ספעציעלע מכתב קודש אז יעדער זאל אונטערשרייבן די פעטיציעס וואס האט געהאט גאר א שטארקן אפקלאנג, און האט שטארק אנגעווארעמט דעם עולם און אלע עלטערן צו אונטערשרייבן.

….העכער גאנצער צ-ו-ו-י-י ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט צ-ו-ו-א-נ-צ-י-ג טויזנט פעטיציעס זענען אריינגעקומען דורך די הייליגע פערל"ס ארגאניזציע און אירע מיטארבעטער שותפים לדבר מצוה.

אונטערסאנט ווי פערלס נעמט קרעדיט וואס קומט זיך זיי נישט. וויזניץ מאנסי האט נישט געגעבן זייער פאטיציע, נישט אין די מוסדות און נישט אין בית המדרש.

אבער מען האט עס געגעבן פאר זיי!

דו נוסח איז געווען א אייגענע נוסח, אויסגעארבעט דורך הרב משה קעסלער מראשי הכולל.

מען איז געזיצן אין בית המדרש און מען האט אהיים געשיקט מיט די קינדער.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

את פתח לו האט געשריבן:

זיי האבן געניצט די נוסח פון ר חיים פלאר, אדער כמעט די זעלבע. אבער עכ״פ נישט פערלס נוסח.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איך האב דיר יעצט געשריבן אז זיי האבן געהאט א "אייגענע" נוסח, און עס איבערגעגעבן פאר פעירלס. נישט אזוי?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

שוין געשריבן בעפאר, פערלס האט 'לכתחילה' געבעטן יעדער זאל זיך מאכן אייגענע נוסחאות (פארשטייט זיך נארמאלע מיט שכל..) און טאקע זייער אסאך האבן געמאכט ב"ה אייגענע און מ'האט שוין ארויפגעלייגט, סאטמאר אליין האט אויכט געהאט א אנדערע ביי זייערע כוללים אין ישיבות, אסאך קהילות האבן ב"ה געהאט אייגענע נוסחאות אויף פערלס, די תכלית איז געווען אז יעדער זאל עס אריינשיקן דורך די פאראייניגטע כוח פון די כלל ישראל פערלס ארגענזאציע.

במאמר המוסגר וויזניץ האט געהאט אסאך פרעשור זי זאלן נישט געבן פאר פערלס - געווען אזעלכע וואס האבן זיי געבעטן אז זאלן נאר שיקן די סקענעס און נישט די צעטליך וכ''ו - אבער עפ"י הוראות רבם שליט"א האבן זיי דייקא 'יא' געגעבן אלע זייערע צעטליך פאר פערלס.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

אורח הכבוד האט געשריבן:……אז יעדער זאל עס אריינשיקן דורך די פאראייניגטע כוח פון די כלל ישראל פערלס ארגענזאציע.

וואס מיינט א ״פאראייניגטע כח״ ?? וואס מיינט ״כלל ישראל ארגאניזאציע״?? ווען עס זענען געווען אסאך רבנים וואס זענען לכתחילה נישט מיטגעגאנגען מיט פערלס?

אורח הכבוד האט געשריבן:במאמר המוסגר וויזניץ האט געהאט אסאך פרעשור זי זאלן נישט געבן פאר פערלס - געווען אזעלכע וואס האבן זיי געבעטן אז זאלן נאר שיקן די סקענעס און נישט די צעטליך וכ''ו - אבער עפ"י הוראות רבם שליט"א האבן זיי דייקא 'יא' געגעבן אלע זייערע צעטליך פאר פערלס.

איך בין נישט אזוי זיכער אז עס איז אמת וואס די זאגסט.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

תענית חלום האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:……אז יעדער זאל עס אריינשיקן דורך די פאראייניגטע כוח פון די כלל ישראל פערלס ארגענזאציע.

וואס מיינט א ״פאראייניגטע כח״ ?? וואס מיינט ״כלל ישראל ארגאניזאציע״?? ווען עס זענען געווען אסאך רבנים וואס זענען לכתחילה נישט מיטגעגאנגען מיט פערלס?

אורח הכבוד האט געשריבן:במאמר המוסגר וויזניץ האט געהאט אסאך פרעשור זי זאלן נישט געבן פאר פערלס - געווען אזעלכע וואס האבן זיי געבעטן אז זאלן נאר שיקן די סקענעס און נישט די צעטליך וכ''ו - אבער עפ"י הוראות רבם שליט"א האבן זיי דייקא 'יא' געגעבן אלע זייערע צעטליך פאר פערלס.

איך בין נישט אזוי זיכער אז עס איז אמת וואס די זאגסט.

ווילסט דייקא איצט אנהייבן פון אלף?! כללל ישראל ארגאניזאציע מיינט 99.99% חרדישע קהילות ומוסדות

איך וויל נישט גארנישט, נאר די מציאות איז ווייט פון דעם.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

תענית חלום האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:……אז יעדער זאל עס אריינשיקן דורך די פאראייניגטע כוח פון די כלל ישראל פערלס ארגענזאציע.

וואס מיינט א ״פאראייניגטע כח״ ?? וואס מיינט ״כלל ישראל ארגאניזאציע״?? ווען עס זענען געווען אסאך רבנים וואס זענען לכתחילה נישט מיטגעגאנגען מיט פערלס?

אורח הכבוד האט געשריבן:במאמר המוסגר וויזניץ האט געהאט אסאך פרעשור זי זאלן נישט געבן פאר פערלס - געווען אזעלכע וואס האבן זיי געבעטן אז זאלן נאר שיקן די סקענעס און נישט די צעטליך וכ''ו - אבער עפ"י הוראות רבם שליט"א האבן זיי דייקא 'יא' געגעבן אלע זייערע צעטליך פאר פערלס.

איך בין נישט אזוי זיכער אז עס איז אמת וואס די זאגסט.

ווילסט דייקא איצט אנהייבן פון אלף?! כללל ישראל ארגאניזאציע מיינט 99.99% חרדישע קהילות ומוסדות

איך וויל נישט גארנישט, נאר די מציאות איז ווייט פון דעם.

האסט פרובירט אריינווארפן אז וויזשניץ האט נישט געשיקט דורך פערלס, האט איינער פון וויזשניץ (את) און איינער פון פערלס (אורח) געלאזט הערן אז די נוסח טאקע געווען אייגען אבער זיי האבן עס יא געשיקט דורך פערלס.
יעצט גייט מען דרייען די שמועס צו סאיז 99% קהילות ומוסדות אדער נישט.... מיט אסאך הצלחה
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

מ'ברויך מעורר רחמים זיין שלא יניח שבט הרשע על גורל הצדיקים און זיין גרייט מיט וואס מ'קען אויף די רוף פון די שלוחי כלל ישראל
113747.png
113747.png (241.26 KiB) געזען 2148 מאל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”