אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: לאנדווירטשאפט (אַגריקולטור) און האדעווען בהמות (פאַרמינג) - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

יא, אבער מיר זיכן נישט דאס עקסטריעם, דא באהאנדעלט מען אגריקארלטשור מיט א נארמאלער לעבן,
לעצט פארראכטן דורך Joe the Farmer אום פרייטאג מאי 27, 2022 1:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ארכיטעקט
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:45 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארכיטעקט »

אינפארמאציע האט געשריבן:אין אזא אשכול דארף דערמאנט ווערן "עמיש טאון" אין פענסעלוועניע. א שטיק אגריקאלטשור.

ס'איז מאר אמאל אויסגעקומען צו טועם זיין א קארן פון איינע פון די פארמס אין לענקעסטער. איך האב נאך אזא גוטע קארן אין מיין לעבן נישט געהאט.

די פיעטש'עס איז אויך געווען געוואלדיג...
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

פערד אנשטאט סקול באסעס
Horses and students Montana.jpg
Horses and students Montana.jpg (58.12 KiB) געזען 3425 מאל

מאנטענא – א פּרינציפּל פון א מאנטענא סקול האט זיך דערזען מיט א רעאליטעט אז צוועלף סטודענטן זענען איין אינדערפרי אנגעקומען אין סקול רייטנדיג אויף פערד, אנשטאט צו קומען מיט די באסעס. דער פּרינציפּל האט אבער געזאגט אז לויט'ן געזעץ האט ער זיך געמוזט קימערן אגאנצן טאג מיט די פערד, אנצייגנדיג אויף אן אלטע מאדנע געזעץ אין מאנטענא וואס לויטעט אז אויב א סטודענט קומט מיט א פערד אין סקול, מוז דער פּרינציפּל פיטערן און היטן דעם פערד אגאנצן טאג.
DER YID DAILY
לעצט פארראכטן דורך Joe the Farmer אום דאנערשטאג מאי 26, 2022 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

שאלה. איך וויל האדעווען אפאר 'טשיקענס' פאר אייער, זאל איך אויך האלטן א 'הון', אדער נאר 'הינער'?
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

אקעי, שוין איבערגע'חזר'ט די שאלה 6 מאל. רעדי פאר די תשובה..
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

Joe the Farmer האט געשריבן:שאלה. איך וויל האדעווען אפאר 'טשיקענס' (בלע”ז ’כפרות’...) פאר אייער, זאל איך אויך האלטן א 'הון', אדער נאר 'הינער'?

תשובה. איך וועל פראבירן צו ענטפערן פון אפאר זייטן לויט מיין עקספיריענס און פרעספעקטיוו, והבוחר יבחר.

חלק א’.

קודם כל וועלן מיר לערנען אפאר ווערטער (טערמינאלאגיע) נוגע דעי האבי.

בלשון כללי, הייסט דער מין ’הינער’ אין ענגליש ’טשיקענס’ (’כפרות’ רופן עס די קינדער ווייל זיי זעהן עס נאר ביים שלאגן כפרות...)

א זכר ’טשיקען’ הייסט א ’הון’ אין אידיש, א ’רוסטער’ (rooster) אדער (Cock) אין ענגליש ( Coq פראנצויזיש), א יונגע ’הון’ הייסט א קוקערל (Cockrell).

א נקיבה הייסט א ’הינדל’ אדער ’הען’ - Hen אין ענגליש, אין פראנצויזיש ’פולע’ - Poule , יונגע אינטער 1 יאר רופט מען א פולעט - Pullet, א הינדל וואס לייגט אייער א לייגער - Layer,

זכרים, ווערן פארוואנדעלט אין ’בחורים’ פון 16 וואכן און עלטער, (נארמאל ביי 16, און גאר זעלטן ביי 12), דעמאלטס פאנגען זיי אן צו קרייען, און זיך ארום רייסן מיט אנדערע זכרים, צוביסלעך ווערט זייער קול שטערקער און העכער.

א נקיבה, וועט אנהייבן צו לייגן אייער צווישן 18 און 24 וואכן אלט, ווענד זיך און די מין, זיי וועלן אנהייבן מיט קליינע אייער און צוביסלעך גרעסער און גרעסער.

פעקינג ארדער. הינער בכלל זענען סטאדע בעלי חיים, דאס מיינט ס’דארף זיין א פירער, נארמאל איז עס דער ’רוסטער’ אבער אויב ס’נישט דא א רוסטער וועט עס זיין א הינדל, על פיו/פיה יושק כל דבר, אך און וויי ווער עס שטעלט זיך אנטקעגן. זיי הייבן עס אן דעוועלעפן ביי די 8-12 וואכן אלט, דעמאלטס קען מען זיי זעהן זיך קרוגן צווישן זיך טאנצן איינער אנטקעגן צווייטן און פראבירן מנצח זיין, ס’איז זייער נארמאל, ס’איז נישט אויף הויכע טענער ביז בלוט, ס’איז נאר ’ריפלעקסן די מאסעלס’ צו זעהן ווער ס’איז שטערקער, שנעל וועלן זיי זיך אויסלערנען ווער ס’איז די שטערקסטע און ווייטער און א סדר ביז די שוואכסטע, לויט דעם סדר וועלן זיי זיך רעספעקטירן, זיי האבן זייער א גוטן זכרון.... אבער אמאל מאכט זיך איינער וואס וויל עס פריש טשעלענדשען, פאנגט זיך עס אן פונדאסניי,

הינער האבן זיך פיינט, וועגן דעם איז זייער נישט כדאי אריינברענגען נייע הינער אין א אלטע סטאדע, ווייל זיי וועלן ווערן גע’רודפ’ט, נאר מען האלט זיי צוזאמען מיט א געיט אפגעטיילט אפאר טעג, זיי זאלן זיך צוגעוואוינען, דערנאך עפענט מען עס אויף און מען האפט אויף דאס בעסטע.

איין מאל דער רוסטער ווערט א רוסטער, וועט ער נישט דולדן לעבן זיך קיין אנדערע רוסטערס, ווי חז”ל זאגן שונאים זה את זה, אזש ביז הריגות, אויב זענען זיי אפגעזינדערט נישט לעבן נקיבות, וועט זיך עס בארוהיגן, אבער יעדער וועט זיך וואטשען פון יעדער, ס’וועט זיין א כבדיהו וחשדיהו רילעשן שיפפ.. ס’פעהלט זיי בכלל נישט אויס צום האלטן ביים לעבן מער ווי 18-20 וואכן אלט, ווייל זיי האבן שוין דעוועלופט גענוג פלייש צום שחטן, און פון דא און ווייטער איז עס נאר גורע, און ס’קאסט אייך נאר געלט זיי צו פיטערן... מען האלט זיי נאר אויב האט מען פלענער צו מאכן נייע סטאדעס, אדער פאר אינשורענס און פאל א צווייטער רוסטער ווערט פארוואונדערט, אבער דאן וועט מען האלטן דעם אינשורענס קאנדידאט עקסטער....

1. ווען איר ווילט האבן א ’רוסטער’ מיינט איר נאר טאקע 1 רוסטער, ווייל מער ווי איינס וועט זיין הריגות, אזש ס’וועט זיך גיסן בלוט, און זיי וועלן ווערן צו’מזיק’ט און פאלירן זייער שיינקייט, און אפשר אויך טויטע, אפשר נאך א טאג צוויי וועט זיך עס בארוהיגן, ווייל איינער ווערט דער ’בעל הבית’, וועט אבער דער צווייטער זיין א ’נעבעך’ אפגעזונדערט צושלאגן און א פחדן, ער וועט מורא האבן צו גיין צו די עסן, נישט צו כאפן פעטש, ס’פעהלט אייך נישט אויס דאס קאפ וויי און ספעקטעקאל.

2. אויב אין אייער שטאט איז נישט ליגאל צו האדעווען ’הינער’ בכלל, וואלט איך אייך נישט געראטן צו האדעווען א ’רוסטער’ (עלטער פון 16 וואכן אלט), ווייל דאס קול פון זיין קרייען וועט אייך מגלה זיין פאר די אינספעקטראס, אדער גאוישע שכנים וועלן אייך פאר’מוסרן, און די גאנצע מעשה איז איינגעשטעלט.

המשך יבוא בע”ה
לעצט פארראכטן דורך Joe the Farmer אום פרייטאג מאי 27, 2022 1:45 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

Joe the Farmer האט געשריבן:ביז דערווייל האט נאך קיינער נישט צוריק געגריסט מיין ’האן’ דעם גוט מארגען

דארפסט פארשטיין די עולם איז נישט אויסגעקאכט אין דיזע ענינים במילא רעד מען נישט געהעריג אריין אבער מיר גלייכן דעם אשכול !
כאטש איך בין נישט איינשטומנג מיט דיין טעאריע אז מיר גייען צירוקגיין צו פארמינג!
גיי אהן.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

נישט נארמאל וואס דער דעליווערט דא!!
לעבעדיגער
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2010 1:02 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבעדיגער »

[align=center][/align]
[align=center][/align]א גוטן טייערע ר' יא... (ווייסעך נישט צו יואל אדער גאר יאסל) כ'האב נישט די לויב ווערטער דיר צי גענוג באדאנקן פאר דעם אשכול, איך רעד שוין נישט פון די אינטערעסאנטע און נוצליכע ידיעות, אבער דיין געשמאקע און ערליכע וועג פון שרייבן איז מוראדיג! בלייבט מיר איבער צי ווינטשן דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך הצלחה און אסאך צייט, ווייטער צי קענען מקיים זיין דעם פסוק אל תמנע טוב מבעליו.
שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה
לכל המעשים. נישט פארגעסן לכל מיינט אלעס סיי וואס די האסט געטאן און סיי וואס יענער האט געטאן, אלעס!
נו אז מטראכט אריין אין דעם ווערט מען לעבעדיגער! בדוק ומנוסה!
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

לעבעדיגער האט געשריבן:[align=center][/align]
[align=center][/align]א גוטן טייערע ר' יא... (.

נישט ביידע, נו שוין.
ישר כח פאר די שטארקע חיזוק, און נישט דאס דזשאלעווען קיין ווערטער
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

מיר האבן אויך זעעהר זעעהר הנאה. גיי אן ווייטער.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

הינער האבן זיך פיינט, וועגן דעם איז זייער נישט כדאי אריינברענגען נייע הינער אין א אלטע סטאדע, ווייל זיי וועלן ווערן גע’רודפ’ט, נאר מען האלט זיי צוזאמען מיט א געיט אפגעטיילט אפאר טעג, זיי זאלן זיך צוגעוואוינען, דערנאך עפענט מען עס אויף און מען האפט אויף דאס בעסטע.

איין מאל דער רוסטער ווערט א רוסטער, וועט ער נישט דולדן לעבן זיך קיין אנדערע רוסטערס, ווי חז”ל זאגן שונאים זה את זה, אזש ביז הריגות, אויב זענען זיי אפגעזינדערט נישט לעבן נקיבות, וועט זיך עס בארוהיגן, אבער יעדער וועט זיך וואטשען פון יעדער, ס’וועט זיין א כבדיהו וחשדיהו רילעשן שיפפ.. ס’פעהלט זיי בכלל נישט אויס צום האלטן ביים לעבן מער ווי 18-20 וואכן אלט, ווייל זיי האבן שוין דעוועלופט גענוג פלייש צום שחטן, און פון דא און ווייטער איז עס נאר גורע, און ס’קאסט אייך נאר געלט זיי צו פיטערן... מען האלט זיי נאר אויב האט מען פלענער צו מאכן נייע סטאדעס, אדער פאר אינשורענס און פאל א צווייטער רוסטער ווערט פארוואונדערט, אבער דאן וועט מען האלטן דעם אינשורענס קאנדידאט עקסטער....

1. ווען איר ווילט האבן א ’רוסטער’ מיינט איר נאר טאקע 1 רוסטער, ווייל מער ווי איינס וועט זיין הריגות, אזש ס’וועט זיך גיסן בלוט, און זיי וועלן ווערן צו’מזיק’ט און פאלירן זייער שיינקייט, און אפשר אויך טויטע, אפשר נאך א טאג צוויי וועט זיך עס בארוהיגן, ווייל איינער ווערט דער ’בעל הבית’, וועט אבער דער צווייטער זיין א ’נעבעך’ אפגעזונדערט צושלאגן און א פחדן, ער וועט מורא האבן צו גיין צו די עסן, נישט צו כאפן פעטש, ס’פעהלט אייך נישט אויס דאס קאפ וויי און ספעקטעקאל.

מלחמת גוג ומגוג, באנפין זעירין (א געיט אין דערמיט)
https://drive.google.com/file/d/1sIJKDW ... sp=sharing
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

גראדע איז דא א בעל בתישער איד וואס איז געבענטשט מיט עשירות און האט א געפיל פאר פארמעריי, ער האט יעצט א שטיקל פארם אבער מוידעי ומכירי קאמינא אז ער זוכט צו קויפן א ריזיג אקער לאנד פאר א פארם

ער האט מיר אויך אויסגערעכענט אלע ערליי פראגראמען און פאנדס וואס מ'קען האבן פון די גאווערמענט

אגב איז לעיקוואד געווען אמאל א פארם געגענט, ר' אברהם יעקב גלאנצער ע"ה האט געוואוינט דארטן נאך בעפאר אידן האבן דארטן געמופט און ער האט געהאט א פארם דארטן פון וואס ער האט געצויגן חיונה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

נו אפשר ברענגסטו אים אהער מיט דיין @קרייסלער, אין שדכע אים אן צו ר' דזשוי
עסקן כללי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסקן כללי »

ר' דזשאוי כ'מוז דיר זאגן ביסט מאסיוו! מורא'דיג! געוואלדיג!
די ברענגסט אונז אריין אין אן אנדער וועלטעל ווען מ'קום מיר אריין אין דעם אשכול ממש ווי אין דעברעצין אינדערהיים.
אויף דיינע געשרייבעכטצער זעט מען דיינע טיפע געפילן צום אויבערשטען'ס בריאה ס'איז געוואלדיג גיי אן מיט א שטארקייט מיר זענען זיך מחיה מיט דיינע מייסטער ווערק
עסקן כללי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסקן כללי »

Joe the Farmer האט געשריבן:מלחמת גוג ומגוג, באנפין זעירין (א געיט אין דערמיט)
https://drive.google.com/file/d/1sIJKDW ... sp=sharing

ס'כאפט א שרעק דאס צו זעהן
איין קשיא יעדע בחור-האן ביי 18 וואכן הייסט א ראסטער? און קוקט אויס אזויווי אויף דעם בילד?
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

עסקן כללי האט געשריבן:

ניין קלענער, אבער אויב קרייט ער שוין איז ער שוין א רוסטער... די זענען שוין 'טאטעס' בערך א יאר אדער 2 יאר אלט,
אבער זיי פירן זיך שוין אזוי אויף פון די 20 וואכן
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

די שיינע האר ביים האלז וואס הייסט 'hackle feathers', און עס הייבט זיך ווי א שירעם ווען דער האן ווערט אין כעס, דאס וואקסט אויך נאר ביי רוסטער'ס, און אויף דעם איז דא אן עקסטערע מארקעט, מען ניצט עס פאר פישינג הוקס,
עס פארקויפט זיך אזא 'העלזל' פאר צווישן $30 - $70 טאללער, ווענד זיך אין די קוואליטי און קאלירן, ס'דא עקסטערע פארמס נאר פאר דעם צוועק.
New Picture (1).bmp
New Picture (1).bmp (2.85 MiB) געזען 2540 מאל
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

קרייסלער האט געשריבן:גראדע איז דא א בעל בתישער איד וואס איז געבענטשט מיט עשירות און האט א געפיל פאר פארמעריי, ער האט יעצט א שטיקל פארם אבער מוידעי ומכירי קאמינא אז ער זוכט צו קויפן א ריזיג אקער לאנד פאר א פארם

ער האט מיר אויך אויסגערעכענט אלע ערליי פראגראמען און פאנדס וואס מ'קען האבן פון די גאווערמענט

אגב איז לעיקוואד געווען אמאל א פארם געגענט, ר' אברהם יעקב גלאנצער ע"ה האט געוואוינט דארטן נאך בעפאר אידן האבן דארטן געמופט און ער האט געהאט א פארם דארטן פון וואס ער האט געצויגן חיונה

נישט צו פארדרייען דעם אשכול, ר' Joe רעדט פון די הנאה און זיין סעלף סוסטעינד פון פארמען וואס איז זייער וויכטיג, געזונט און אינטרעסאנט.
די גביר רעדט פשטות פון די ביזנעס שבו וואס מען קען מאכן אסאך געלט פון פראגראמען און בחינם הלואות ועוד פון די שטאט, אזוי ווי נאך אסאך אינדוסטריעס, סאמהאו רוב היימישע אידן טוען נאר וואס פארלאנגט נישט צופיל Knowledge וואס דאס איז ריעל עסטעיט און עמעזאן..
keep on Reb Joe
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:גראדע איז דא א בעל בתישער איד וואס איז געבענטשט מיט עשירות און האט א געפיל פאר פארמעריי, ער האט יעצט א שטיקל פארם אבער מוידעי ומכירי קאמינא אז ער זוכט צו קויפן א ריזיג אקער לאנד פאר א פארם

ער האט מיר אויך אויסגערעכענט אלע ערליי פראגראמען און פאנדס וואס מ'קען האבן פון די גאווערמענט

אגב איז לעיקוואד געווען אמאל א פארם געגענט, ר' אברהם יעקב גלאנצער ע"ה האט געוואוינט דארטן נאך בעפאר אידן האבן דארטן געמופט און ער האט געהאט א פארם דארטן פון וואס ער האט געצויגן חיונה

נישט צו פארדרייען דעם אשכול,
1. ר' Joe רעדט פון די הנאה און זיין סעלף סוסטעינד פון פארמען וואס איז זייער וויכטיג, געזונט און אינטרעסאנט.
2. די גביר רעדט פשטות פון די ביזנעס שבו וואס מען קען מאכן אסאך געלט פון פראגראמען און בחינם הלואות ועוד פון די שטאט, אזוי ווי נאך אסאך אינדוסטריעס,
3. סאמהאו רוב היימישע אידן טוען נאר וואס פארלאנגט נישט צופיל Knowledge וואס דאס איז ריעל עסטעיט און עמעזאן..
keep on Reb Joe

גערעכט, כ'טראכט אבער גראדע 'דער גביר' קען אמאל צאמשטעלן א פראיעקט, ווי נאך אפאר JOES קענען זיך צאמשטעלן און בלייבן 'סעלף סוסטעינד'...
און אפשר קענען נאך אפאר יודן וואס ווילן זיך צו לערנען אדער הנאה האבן אפאר חדשים, נהנה זיין
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

די זענען פונקט 16 וואכן אלט, איך האב זיי דאן אפגעטיילט פון די סטאדע און געלאזט נאר 1 הון מיט די הינער
IMG_20191110_003406.jpg
IMG_20191110_003406.jpg (368.13 KiB) געזען 2395 מאל

IMG_20191110_002441.jpg
IMG_20191110_002441.jpg (668.48 KiB) געזען 2395 מאל

7 וואכן שפעטער (סה"כ 23 וואכן אלט), האט איך געמאכט א טויש, און פארגעס נישט זיי זענען ברודער אויפגעוואקסן צוזאמען
האט אויסגעבראכן א מלחמה, דא עסען זיי נאכן זיך בארוהיגן, און דער ערשטער גיבור האט זיך אינטערגעגעבן...
IMG_20191231_231938.jpg
IMG_20191231_231938.jpg (1.67 MiB) געזען 2395 מאל

נ.ב.
דאס זענען נאטירליכע הינער, זיי זענען זייער שטארק, האבן שטארקע פיס און קענען שפרינגען/פליען א 2 מעטער, און שלאפן אויף שטאנגען ביינאכט (על שמם רוסטער)
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

Joe the Farmer האט געשריבן:נ.ב.
דאס זענען נאטירליכע הינער, זיי זענען זייער שטארק, האבן שטארקע פיס און קענען שפרינגען/פליען א 2 מעטער, און שלאפן אויף שטאנגען ביינאכט (על שמם רוסטער)

אונז זעהן נישט נארמאל אזעלכע גרויסע רוסטערס, די הינער ביים כפרות שלאגן זענען אפשר 6 וואכן אלט, און זייער אויפגעבלאזן, מיינע רוסטער'ס 6-8 וואכן אלט זענען נאך זייער מאגער און קליין,

בדרך הטבע קומט דאס די ערשטע 12-16 וואכן בויען זיי די ביין און גוף סטראקטשער, דערנאך די פלייש, במילא אז מען וויל האבן א געהעריגע סייז, דארף מען ווארטן צווישן 16-18 וואכן
און די ביינער זענען זייער שטארק, (חוץ מזה, כ'האב קיינמאל נישט געהאט קיין צומות הגידים פראבלעמען)

משא"כ די קאמערשעל טשיקענס, האבן זיי עס געפרויגרעמט אז ער פאנגט גלייך אן בויען זיין פלייש דיקקייט, און די ביין איז סתם אויפגעבלאזן.
במילא ווען זיי קומען צו דעם עלטער קענען זיי זיך שוין נישט האלטן אויף די פיס
אותיות
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 1:25 am

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותיות »

Joe the Farmer האט געשריבן:
יעצט צו עס קען טאקע ברענגען פרנסה, האסט געטאטשט די האט פוינט, אלע רעדן פון דעם, דאס איז זייער א האקעלע און שווערע נושא, כ’וועל עס ענטפערן זייער קורץ און צוריק קומען צו דעם א אנדערע געלעגנהייט מער בפרטיות און באריכות.

ס'הייסט אז די עמיש משפחות וואס פירן פארמס מאכן גאר א שיינע פרנסה
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

אותיות האט געשריבן:
Joe the Farmer האט געשריבן:
יעצט צו עס קען טאקע ברענגען פרנסה, האסט געטאטשט די האט פוינט, אלע רעדן פון דעם, דאס איז זייער א האקעלע און שווערע נושא, כ’וועל עס ענטפערן זייער קורץ און צוריק קומען צו דעם א אנדערע געלעגנהייט מער בפרטיות און באריכות.

ס'הייסט אז די עמיש משפחות וואס פירן פארמס מאכן גאר א שיינע פרנסה

דאס איז א גוטער עקסעמפל, זיי פראבירן זייער שטארק נישט צו האבן חובות
זיי האבן נישט קיין יוטיליטס צו באצאלן, און האבן נישט קיין קארס.... און ארבעטן טאקע שווער, זיי פירן זיך טאקע מיט די צווייטע מהלך
כ’מיין זיי זענען אבער נישט קיין עשירים, חוץ דעי וואס האבן גרויסע ביסנעסער
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

וואס איז די משפחה נאמען פון אייערע טשיקן? איז רוסטער די משפחה נאמען אדער בלויז א פעסטער זכר באקומט דעם צו-נאמען. (ע״ע שיעור ג׳ בחור)
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”