פארוואס זאלסטו נישט קענען פאטאשאפ?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

פארוואס זאלסטו נישט קענען פאטאשאפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

א גוטן אייך!!
אויב איר זענט פון די וועלכע האלטן זיך צוריק פון לערנען פאטאשאפ מיטן אויסרייד אז "ס׳איז צו קאמפלאצירט" - דאן איז דער אשכול ספעציעל פאר אייך געאייגנט.

איך קום דא צו אייך היינט מיט א גאר גאר א געשמאקער און נוצבארער געשאנק וועלכע ס׳איז מעגליך אז איר וועט שטארק נהנה זיין דערפון, און פשוט - ס׳קען אייך שטארק צוניץ קומען..
איר וועט דא קענען געוואויר ווערן אסאך וויכטיגע זאכן בנוגע פאטאשאפ - נישט נאר סתם זאכן וועלכע איר קענט טרעפן דורכ׳ן סערשטן אויף גוגל וכו׳, מיר פרובירן צו קאווערן סיי וואספארא פראבלעמען עס קענען זיך מאכן ביי אידישע גראפיקס אין פאטאשאפ.

באמת - דאס וואס איר ליינט דא האב איך שוין געשריבן אויף "גוגל באז" אלץ א פאטאשאפ טרעינונג ארטיקל פאר בעגיננערס, איך האב שוין דארטן געשריבן איבער צעהן ארטיקלען אין די לעצטע חודש, יעדער ארטיקל באגלייט מיט לעבעדיגע דוגמאות, מ׳האט מיר אבער לעצטנס פשוט מעורר געווען אז ס׳וואלט ווען געווען א גוטע זאך אז איך זאל אריבערפירן די גאנצע זאך צו "די אידישע וועלט", פארוואס זאלן נישט נאך מענטשן הנאה האבן. אלזא הייב איך יעצט אן פון מיין ערשטן פרק, און איך האף צו זיין אפדעיטעט מיט פרישע סחורה ווי ווייט מעגליך.

איך וועל אויך זייער גערן אננעמען הערות והארות, קאמפלימענטס און קריטיק צוגלייך, ענטפערן אויף שאלות וכו׳.

הייבט אן פון אנהויב - ליינט פאמעליך, און איך האף אז איר וועט הנאה האבן.


הקדמה!
בעפאר אלעם, פאטא שאפ איז א פראגרעם וועלכע איז ספעציעל געמאכט געווארן צו קענען אויסארבעטן א פיקטשער מיט אלע מפרשים און אלע צוגעהערן, עס איז אבער "נישט" געמאכט געווארן דארט צו טייפן לענגערע פאראגראפן, און אויך נישט צו מאכן דארט קיין לעיאויטס א.ד.ג. די קאמפאני "אדאובי" האט ספעציעל צוגעשטעלט פאר די אלע זאכן די צוויי וועלט בארימטע פראגרעמס "אילוסטרעיטאר" און "אין דעזיין".. וואו עס איז די ריכטיגע פלאץ צו מאכן די אויבן-דערמאנטע זאכן ווי טייפן און דאס גלייכן.
איין זאך יא! פאטא שאפ האט צוגעשטעלט געוואלדיגע פיטשערס פאר טייפ, מען קען מאכן צענדליגער ערליי עפעקטס מיט אותיות, ממש אן א שיעור, אבער דאס איז נאר פאר העדינגס אדער סיי וואספארא אנדערע אויסרוף סענטנס, אבער נישט פאר קיין לאנגע דרשות א.א.וו.

יעצט וועלן מיר מסביר זיין די הויפט סיבה פארוואס פאטא שאפ איז נישט געמאכט פאר די אויבנדערמאנטע זאכן, ווי אויך - וואסערע חילוק איז בכלל דא פון פאטא שאפ קעגן די אנדערע אויבנדערמאנטע פראגרעמס..

ווער עס האט שוין אמאהל אריינגעזאָמט א פיקטשער פון גאר נאנט - האט געקענט באמערקן קליינע באקסלעך, ד.מ. אז יעדע עכטע פיקטשער איז צוזאמען-געשטעלט פון אן א שיעור באקסלעך, און ווי קלארער די בילד איז - אלץ מער באקסלעך איז פארהאן אינעם בילד, פרובירט דאס אויס.
די אויבנדערמאנטע באקסלעך ווערן אנגערופן "פיקסעלס" און דאס איז די אפעציעלע אינהאלט פון א פאטא שאפ אבדזשעקט - איך וועל באלד צוקומען אביסל נענטער צום פוינט.
משא"כ אן אילוסטרעיטאר אבדזשעקט באשטייט נישט פון גארנישט, ס׳טייטש אפילו ווען מען וועט דאס אריינזאָמען די נענטסטע וואס שייך וועט מען נישט זעהן קיין איין איינציגן פיקסעל נישט, דאס איז ווייל א אילוסטרעיטאר אבדזשעקט ווערט אנגערופן "וועקטאר" דאס מיינט אז דאס איז א פאלשער אבדזשעקט, ממילא וויבאלד עס איז נישט קיין נאטירליכער בילד - האט עס נישט קיין פיקסעלס.
דאס איז דער הויפט חילוק צווישן פאטא שאפ און אילוסטרעיטאר
און נאכמער: אין פאל ווען מען וועט פרובירן אריינברענגען א אילוסטרעיטאר אבדזשעקט אין פאטא שאפ - וועט ער אוטאמאטיש ווערן געטוישט צו פיקסעלס, ד.מ. אז ווען איר וועט יעצט פרובירן אריינצוזָמען דעם בילד (וועלכע איז פריער - אין אילוסטרעיטאר - געווען איין שטיק און אן קיין איין פיקסעל נישט) וועט מען פלוצלינג זעהן (אויף די עקן [עדזשעס] פונעם בילד) פיל מיט פיקסעלס.

אלזא איז כדי אז מען זאל נישט טייפן אפעציעל אין פאטא שאפ, ווייל די אותיות ווערן פיקסעלס, און ביים פרינטן ווערט עס געזעהן זייער אומקלאר, משא"כ אין אילוסטרעיטאר אדער אין אין דעזיין וועט עס זיין קלאר און שארף..

המשך יבוא בעז"ה

נ.ב. פאר סיי וואספארא הערה אדער אנפראגע קענט איר שיקן א אימעיל צו
[email protected]
לעצט פארראכטן דורך מר. פאטאשאפ אום מיטוואך יוני 16, 2010 2:59 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

אה, ברוך הבא!
איר זענט אנגעקומען אין דער ריכטיגער צייט!
מאכט אייך שנעל באקוועם ווייל באלד וועט איר שוין בארעגנט ווערן מיט אנע שיעור שאלות און הערות...
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

ארטיקל #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

א גוטן טאג אייך - היינט איז דינסטאג תזו"מ שנת תש"ע
איך וועל יעצט ממשיך זיין ווייטער

אינעם ערשטן ארטיקל האמיר פראבירט ארומרעדן איבער די חילוקים וואס זענען דא צווישן פאטא שאפ און די אנדערע אדאובי פראגרעמס.

ס׳איז דא נאך א נקודה וואס עס טיילט אפ צווישן די פראגרעמס
פאטא שאפ איז בעיקור געמאכט צו עדיטן פיקטשערס - נישט צו עפענען א נייע דאקומענט און מאכן (אויסשטעלן) א פשוט׳ע עד מיט פרעימס אדער באקסעס (רעקטעינגילער שעיפס) א.ד.ג.
פאטא שאפס אויפגאבע איז געבעיסט אויף :
Photo Editing
Color Correcting
Sharpen an Image
Etc. (א.ד.ג.)

מען קען אבער יא עפענען א נייעם דאקומענט אין פאטא שאפ, ווי אויך זענען דא פארשידענע (אומאפיציעלע) וועגן וויאזוי אויסצושטעלן א עד אין פאטא שאפ, אבער דאס איז נאכאלעם נאר א צוגאב וועלכע אדאובי האט צוגעלייגט, עס זענען אויך דא דארט פארשידענע אנדערע פיטשערס וועלכע זענען לכתחילה אילוסטרעיטאר פיטשערס וועלכע זיי האבן אריינגעלייגט אין פאטא שאפ נאר כדי שירוץ הקורא בו.

יעצט צום פוינט..
וואס קען איך טוהן אין פאטא שאפ?ֿ

פאטא שאפ גיבט אונז די מעגליכקייט צו נעמען סיי וואספארא פיקטשער אין סיי וועלכן צושטאנד, און עס ברענגען צו איר פולסטן אמת׳דיגן צושטאנד, צענדליגער פארצווייגטע וועגן האבן זיי צוגעשטעלט וויאזוי זיך צו קענען אן עצה געבן מיט די שווערסטע בילדער וואס נאר פארהאנען, זאל עס זיין א אנגעזעצטן פארטונקעלטן פיקטשער (למשל: געכאפט געווארן אין א פארוואלקנטער וועטער, דארק בעקגראונד, א.ד.ג.) נאכאלעם - ס׳קען זיך אמאל צודאכטן אז די קאליר פונעם בילד איז שוין גענוג שיין, אבער און אמת׳ן איז קען עס נאך זיין ווייט פון גוט, עס איז אן אחריות׳דיגע זאך צו פאררעכטן קאלערס פון א בילד.

פאטא שאפ האט צוגעשטעלט א עקסטערע מעניו פאר קאלאר קארעקטונג, דאס רופט זיך דארט מיטן נאמען
Color Adjustments
עס וועט אי"ה שפעטער ווערן אויסגעשמועסט בהרחבה גדולה, ועוד חזון למועד

דאס איז בנוגע פאטא שאפ׳ס איינע פון די הויפט אויפגאבעס

אלץ א דוגמא וועגן טוישן אן אויסקוק פון א בילד:
איך האב דאונלאוידעט א גאנץ א שיין בילד ווי א סטאדע שאף פאשען אין א גרינעם פעלד, ס׳איז אבער געווען אפאר פראבלעמען מיטן בילד, קודם די הימל איז שטארק פארוואלקענט, צווייטנס - עס זעהט זיך אויס אז א שאטן פון איינע פון די בערג (וועלכע ווערן נישט געזעהן אויפן בילד) האט פארשטעלט די ליכטיגקייט, און ממש מ׳זעהט נישט וואס דארטן טוצעך

איך האב זיך אבער אן עצה געגעבן

בילד נומ. 1 - די אריגינאלער בילד
בילד נומ. 2 - דאס בילד אסאך ליכטיגער און קלארער, אבער ס׳איז נאך אלץ פארוואלקענט
בילד נומ. 3 - די זין האט אויפגעשיינט און מ׳זעהט שוין א שיינע בלויע הימל
אטעטשמענטס
בילד נומ. 1 - די אריגינאלער בילד
בילד נומ. 1 - די אריגינאלער בילד
בילד נומ. 2 - דאס בילד אסאך ליכטיגער און קלארער, אבער ס׳איז נאך אלץ פארוואלקענט
בילד נומ. 2 - דאס בילד אסאך ליכטיגער און קלארער, אבער ס׳איז נאך אלץ פארוואלקענט
בילד נומ. 3 - די זין האט אויפגעשיינט און מ׳זעהט שוין א שיינע בלויע הימל
בילד נומ. 3 - די זין האט אויפגעשיינט און מ׳זעהט שוין א שיינע בלויע הימל
לעצט פארראכטן דורך מר. פאטאשאפ אום מאנטאג פעברואר 06, 2012 12:47 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

שלום עליכם מר. פאטאשאפ שיחי' (כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז פאטאשאפ הייסט נאך אן אקטועלער פארשוין...)

מיר פרייען זיך גאר צו זען א פרישע פנים אינ'ם היימישען ווינקל דא, נאכדערצו א פנים וואס ברענגט מיט זיך א גאנצע קאפ פון ידיעות צו טיילן פאר די איבריגע חלק פונ'ם גוף! ווי מיר זע'מיר טאקע זעסטו אויס צו באזעצן א היבש ביסל ידיעות אין חכמות הפאטאשאפ מער ווי אונז פשוט'ע המון עם. אלזא, מר, שטעק איך אויס מיין רעטכע היינט צו אייך, בוא ברוך ד'! איך האף אז מיט אויסשטעקן מיין האנט צו אייך אצינד, וועט עס אייך ווייזן אז ס'דא צו וועמען צו רעדן, און מיר זענען אלע אינטרעסירט אין דעם, מיר אלע קוקן ארויס בכליון עינים צו הערן פון אייך אינטרעסאנטע חדשות!

ובזה נחסם דברנו על הבימה, ועל זה באנו על החתימה. האניג.

-----------
פאטשאפ האקט אריין
(די דעשעס פון אויבן איז אן אלטע משוגעת ווען איינער האקט אריין אינמיטן רעדן, דאנט געט אפפענדעד...)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

קודם שאמאלייכעם מר פאטא

איך בין טאקע נישט קיין גראפיקער, אבער מיט דעם אלעם באלעק איך מיר די פינגער מיט דיין שיעור, און אפשר וועט מיך נאך שטיפען דיינע שיעורים צו ווערען א גראפיקער,


איך זעה אז מ'קען דאונלאודען פאטאשאפ פאר אומזיסט, אבער ווי ס'קוקט מיר אויס איז עס נאר פאר אפלאודען פיקטשער'ס און נישט די ריכטיגע פון וואס די רעדסט דא,

איז דאס טאקע אזוי און וויפיל דארף צי קאסטען די פאטאשאפ פראגראם?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילדער קאפ »

גם אני מצטרף להנ"ל
ובלע"ז: איי עם סאו עקסייטעד, איי קענט וועיט!

שאלה א' - איז נישט דער פיינעל בילד אביסעל בלאס, די דעכער זענען נישט רויט וכדו'. וכן די ביימערלעך אינעם צענטער פונעם בילד האט פארלוירען זייער שארפקייט וכדו'.
איז דאס די מאקסימום וואס מ'קען מאכן מיט דעם בילד?

ווייטערדיגע שאלות וועלן נאכפאלגן - לפי רוב השיעורים.....  
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

לכבוד ווילדער קאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

מר. ווילדער קאפ - זאג מיר אויב אויפן פרישן בילד האסטו נאך אלץ די זעלבע שאלות
אטעטשמענטס
cor 4.jpg
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

מ'קען אלעס
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ברוך הבא מר. פאטאשאפ!
יהא בואך לברכה.
ענדליך איז אנגעקומען דער אויף ווענמען איך האב געווארט.
מיינע אויערן זענען אנגעשפיצט אויף ווייטער.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

שלום עליכם ר' פאטאשאפ שליט"א

מיר אלע ווארטען מיט שפאנונג אויף דיינע שיעורים ס'זעהט אויס מורדיג שיין איך מיין אז די זאלסט מאכען כאטשיג צוויי שיעורים א טאג!!!

א גרויסען יישר כח פאר ביז יעצט קיפ איט אופ!!! 
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילדער קאפ »

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:מר. ווילדער קאפ - זאג מיר אויב אויפן פרישן בילד האסטו נאך אלץ די זעלבע שאלות


א שיינע ארבעט! נאדיר ;l;p-
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

היי מיסטער פי עס די, יעהיי בויאכעם לעבראכא!
ווי איך זעה פון דיין שרייבן ביזטו נישט אינגאנצן א גרינע דא אין קרעטשמע (ששש.. כלענ"ד),
אבער מיט דעם אלעם, ברוכים הבאים... וועלקאם טו דע קלאב.
דיין כח הסברה איז געוואלדיג קלאר און רייך, ס'איז א באזונדערע סקיל צו קענען איבערגעבן לעקטשארס פאר תלמידים,
קיפ אֵפּ יור נייס ווארק' און מיר ווארטן אויף די פאלגענעדע שיעורים.

און יעצט א פראגע: וויאזוי קים איך אן צו דיין "באזז"?? (איך בין א גרינע אין גוגעל באזז)
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

רעב יוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

איך האב מיינע שיעורים גענצליך אריבערגעפירט פון "באז"
איט איס נאַט דער עני מאָר
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לדעתי למען אז די סעריע פון שיעורים זאלן זיין כסדרן איז כדאי אז מען זאל באזונדער עפענען א סוב פארום אויף קאמענטארן צו מר. פאטאשאפס שיעורים, און טאקע דערפאר האב איך דערווייל געשיקט מיין ברכת הבאים לשלום אין אישית. עטץ טוטס וואס איר באדארפט...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

מיט די צייט ווען ס'וועט ווערן אסאך בלעטער וועלן מיר עס געבן א טייל אפ
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
היימישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער »

Welcome Mr. Photoshop

Thanks For Your Great Work

Keep It On
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

וואי געוואלדיג

טענקס
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

הרב קאפויער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

אנטשולדיג מיר זייער - איך האב שוין נישט די אריגינאלער פאטאשאפ פייל פון די בילד הנ"ל (שוין געמאכט געווארן א היבשע צייט צוריק)
אויב אבער ווילסטו דוקא זעהן אזא מין איידיע, דאן לייג מיר דא ארויף א בילד וועלכער איז צריך תיקון, און איך וועל פרובירן זעהן וואס מען קען טאהן
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

א קאווע אין פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

א קאווע וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט געווארן אין פאטאשאפ פון א׳ ביז ת׳
אטעטשמענטס
באמצע המלאכה
באמצע המלאכה
בבנינה
בבנינה
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

קודם כל א דאנק אייך מר פאטאשאפ, פארן זיך נעמן די מיה און אראפשרייבן די רייכע געוואלדיגע שיעורים, כ"י!

בנוגע די קאווע, נישט פארדעם איז פאטאשאפ געמאכט געווארן, דאס איז א רעגולער 3D קאווע [מער וועקטער ווי רעסטער], מיט פאטאשאפ קען מען אסאך בעסער!
מיט פאטאשאפ קען מען מאכן א קאווע נאך מער עכט ווי א עכטע קאווע!!
בכל אופן א דאנק אייך!
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

כבוד הרב פעטרישקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

קודם כל א דאנק פאר אייער הערה

די קאווע איז באמת נאר א פאטאשאפ "טיפ" (Tip), א בחינה פון "תן לחכם ויחכם עוד", און באמת האבן מיר שוין פריער באטאנט וועגן וואס איר זאגט אז פאטאשאפ איז נישט פארדעם געמאכט געווארן - און איך שטיי מיט מיט אייך 100%
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

האבעך הנאה פון דיין אמת'קייט, כה לחי.
--
זאגמיר מיסטער, אפשר געסטו א מעגליכקייט צו זעהן אלע דיינע באזז שיעורים? כ'האב ליב צו לערנען ברציפות, נישט אפגעהאקט.

טענקס און עדווענס,
יודל
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

כבוד הרב איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

היות עס קומט מיר אויס עס איבערצוקוקן פאר איך לייג דאס ארויף אהער - אלזא קומט שוין אין איינוועגס צו פרישע זאכן, ממילא איז בעסער צו נוצן די פיינאל ווערשאן
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

ארטיקל #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

א גוט מארגן אייך אלע, היינט איז מיטוואך תז"מ - א׳ דר"ח אייר שנת תש"ע לפ"ק

וויכטיגע יסוד לגבי די נושא פון קאלאר קארעקטונג (פאררעכטן קאלירן)!
די יסוד וואס ליגט אונטער קאלאר קארעקטונג איז, אז א יעדע מין וועג וויאזוי מ׳קען פאררעכטן קאלירן אין פאטא שאפ, איז מער ווייניגער געבויט אויף איין גאר שטארקער כלל וועלכע איז שטארק וויכטיג צו וויסן סתם אזוי אויך.

א יעדע קאלירטע בילד איז צוזאמען געשטעלט פון אפאר קאלירן וועלכע יעדעס איינע פון זיי גיבט צו א חלק צו דעם בילד אויסקוק.
עס זענען דא צוויי מהלכים וויאזוי די קאלירן זענען צוזאמגעשטעלט
איין מהלך רופט זיך
- C.M.Y.K -

דערנאך איז דא
- R.G.B -

יעצט לאמיר קודם פארשטיין וואס דאס מיינט סי עם וויי קעי - לאמיר עס אנרופן ס.מ.וו.ק
דאס איז די ר"ת פון נעמען פון 4 קאלירן

• Cyan

• Magenta

• Yellow

• Black

פארוואס בלעק ווערט אנגערופען מיט א K ווייס איך נישט, הקיצור - יעדעס בילד איז צוזאמגעשטעלט פון די פיר קאלירן - לויט איין דעה.

און אר דזשי בי - לאמיר דאס אנרופן ר.ג.ב. - איז די ר"ת פון

• RED

• GREEN

• BLUE

דאס איז אויך א שיטה וויאזוי א קאלירטע בילד איז צוזאמגעשטעלט.

עכ"פ - כמעט ביי יעדע געלעגנהייט ווען מען וויל מאכן א קאלאר קארעקשאן אין פאטא שאפ, וועט דאס האבן צו טאהן מיט די אויבן-דערמאנטע קאלארס, דהיינו - פאטא שאפ וועט פרעגן פון וועלכע קאלאר דו ווילסט צולייגן צום בילד כדי עס שענער/קלארער צומאכן, סוי אין דעם ליגט די סוד פון פאררעכטן א קאליטער בילד - אביסל ארויף אביסל אראפ מיט די אלע קאלארס וואס אויבן דערמאנט.

העמיר גיין א סטעפ ווייטער..
ווי אנפאנג געשמועסט - פאטא שאפ איז געמאכט געווארן צו עדיטן פיקטשערס מיט סיי וועלכע מין איידיע ס׳וועט אונז נאר בייפאלן, יעצט צום פוינט, וואס דארף זיין מיינע ערשטע ריאקציעס צו א בילד? - די ערשטע זאך וואס מיר וועלן געווענטליך באמערקן וועט זיין די דארקנעס און לייטנעס (ליכיגקייט און טונקלקייט), ווי איך האב שוין פריער געוויזן עטליכע ביישפילן אויף בילדער וויאזוי מ׳קען זיך ארומשפילן מיט די דארקנעס פון א פיקטשער, דוק ותשכח.

דערנאך וועט מען הערשט אנהייבן צו באמערקן אלע אנדערע חלקים פון די בילד ווי קאלארס און שארפקייט א.א.וו.

אלזא האט פאטא שאפ קודם צוגעשטעלט אפאר בעסיק קאלאר עדזשאסטמענטס וועלכע זענען נישט דייקא געמאכט פאר קאלאר, עס קען גענוצט ווערן אויך בלויז צו מאכן ליכטיגער אדער טונקעלער דעם בילד.

די אלע קומענדיגע זאכן געפונען זיך אונטער די מעניו
Imgae
דערנאך
Abjustments

דער ערשטער קאלאר עדזשאסטמענט קאמענד ווערט אנגערופן
Brightness/Contrast
פרובירט דאס אויס אויף סיי וואספארא פיקטשער וואס ברויך א שטיקל טויש אין ליכטיגקייט, שפילט אייך ארויף און אראפ ביז די פיקטשער וועט אויסקוקן אזויווי דו ווילסט

די צווייטע קאלאר עדזשאסטמענט קאמענד - וועלכע ווערט דוכטצעך די מערסטע גענוצט פון אלע אנדערע קאמענדס - הייסט
Levels
דאס האט שוין מער אפשענס ווי די פריערדיגע קאמענד, דארטן קען מען שוין טוישן סיי ליכטיגקייט און סיי קאלאר, איך וועל דאס באלד מער מסביר זיין

די דריטע פון די בעסיק קאלאר עדזשאסטמענט קאמענדס איז
Curves
דאס איז באמת די גרעסטע פון אלע אנדערע קאלאר עדזשאסטמענטס דאס האט שוין גאר אסאך דיטעילס חוץ וואס מען קען טוישן דארט סיי ליכטיגקייט און סיי קאלאר, איך וועל אויך שפעטער צוקומען אביסל נענטער צו דעם

דערנאך איז דא נאך דריי אנדערע קאמענדס וועלכע באלאנגען נאך צו די בעסיקס, די זענען אזויווי תולדות פון די דריי אויבן-דערמאנטע קאמענדס, דאס זענען
Auto Tone
Auto Contrast
Auto Color
די זענען בעיקר געמאכט ווען מ׳וויל סתם געבן א קליינעם ריר פארן בילד אן דעם וואס מזאל דארפן ריקן זאכן ארויף און אראפ, ווייל ווען מען קליקט אויף די דריי לעצטע קאמענדס עפענט זיך נישט אויף א פרישע באקס וואו צו קענען זיך שפילן, עס וועט נאר תיכף עפעקטירן דעם בילד
אגב - די דריי לעצטע קאמענדס געפונען זיך נישט אונטער די עדזשאסטמענטס גראפ, זיי ליגן סתם אינדרויסן אינעם אימעדזש מעניו, באמת - אין די פריערדיגע ווערזשענס פון פאטא שאפ זענען זיי יא געווען צווישן אלע, נאר און די לעצטע סי עס 4 ווערזשען האבן זיי דאס ארויסגעלייגט אינדערויסן - זעהט אויס כדי גרינגער צו מאכן
נאך א זאך - די אוטו טאן קאמענד איז א נייע נאמען, אין סי עס 3 האט עס געהייסן אוטו לעוועלס
Auto Levels

פרובירט זיך ארומצושפילן מיט די אלע אויבן-דערמאנטע "בעסיק קאלאר עדזשאסטמענטס", און זעהטסט בערך די חילוקים פון אויבן אויף, איך האף אי"ה טיפער אריינצוגיין דערין ביי מיין קומענדיגע געלעגנהייט בעז"ה


המשך יבא בעז"ה
אטעטשמענטס
Brightness/Contrast
Brightness/Contrast
Picture 1.png (24.54 KiB) געזען 13674 מאל
Levels
Levels
Picture 2.png (36.52 KiB) געזען 13673 מאל
Curves
Curves
Auto Levels אין CS3
Auto Levels אין CS3
Auto Tone אין CS4
Auto Tone אין CS4
Picture 5.png (41.13 KiB) געזען 13671 מאל
לעצט פארראכטן דורך מר. פאטאשאפ אום דינסטאג אפריל 20, 2010 3:44 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2010 11:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך adobe yid »

שלום מר. פאטאשאפ
צום ערשט א ישר כח פאר אייערע שיעורים דאס גייט קענען אסאך צוניץ קומען

הערה דאס וואס איר זאגט אז עס איז א שיטה וויאזוי קאלארס איז צוזאםגעשטעלט
ביטע זיי מער מסביר ווייל עס איז א חילוק, rgb איז פאר די קאלירן פון די קאמפוטער און נישט אלע קאלארס וואס מען זעהט און קאמפוטער קען זיך פרינטען און דאס קען מען זעהן ביי די קאלאר פיקער ווען עס איז דא א געלע טרייענגעל מיט ! אינסייד מיינט עס אז עס קען נישט פרינטען די קאליר ווייל עס איז צו לייט פאר א פרינטער וואס געווענליך איז עס די היילייט קאלירען, און cmyk איז פאר פרינטונג איך לאז עס פאר אייך מסביר צו זיין (וויבאלד איך בין נישט די שיעור געבער)
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”