winner האט געשריבן:די פארפאלק איז נישטא אויסצוצאלן דיין מארגעזש נאר צו צאלן נארמאלע פרייזן,
אז דו קענסט נישט באצאלן דיין מארגעזש זיי מוחל פארקויף דאס פאר א צווייטן, און טרייב נישט צוליב דעם ארויף די גאנצע מארקעט,
איך האב נייעס פאר אייך. אין די גאנצע ריעל עסטעיט וועלט, איז איבעראל א כלל, אז ווען איינער קויפט א הויז וועט ער באקומען רענט מער וויפיל ער צאלט פאר די מארטגעדזש. קוק די פרייזן איבעראל. קויף אין ניו דזשערזי א קליינע 1 פעמילי, און וועסט נאך אסאך מאל ארויסגיין מיט ריווח פון די רענט קעגן די מארטגעדזש. אויב נישט גראד, דאן א יאר צוויי שפעטער.
משא"כ אין אונזערע געגנטער. אין קיין איין היימישע געגנט איז נישט אזוי. נישטא קיין היימישע געגנט וואס די רענט צאלט אויס די מארטגעדזש אין די ערשטע 5 יאר וואס מ'קויפט די הויז. איך רעד פון ב"פ, וויליאמסבורג, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואוד.
לדוגמא אין בארא פארק, וואו א נארמאלע 1 פעמילי גייט היינט פאר 1.6 מיליאן און ארויף. די מארטגעדזש איז 7 אלפים פער חודש. די רענט איז מאקסימום 4 טויזנט, און פאר די בעיסמענט נאך א טויזנט צי 1200. דאס זעלבע איז איבעראל.
אין אנדערע ווערטער, די רענט פרייזן זענען אסאך ביליגער ווי די מארקעט פרייז, לויט וויפיל די סעילס פון הייזער גייען ארויף. יעצט גיי פארקויף אז מ'בעט צו טייער רענט... די הייזער קאסטן טייער און יעדער איז ערלויבט אויסצוצאלן זיין פראדוקט דורך די רענט בפרט ווען דאס איז די סדר העולם, פונקט ווי דער גראסערי מאן איז בארעכטיגט צו מאכן זיין געלט איז אויך די בעל הבית בארעכטיגט.