כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 3:17 pm

טאקע נישט קיין חידושים און עפעס אויסערגעווענליכע גראמען - אבער פארט עפעס לאור די ביטערע טראגעדיע וואס גאנץ כלל ישראל האט נעכטן מיטגעהאלטן און ערשיטערט יעדעס אידיש הארץ.

האב איך אנגעהויבן מיט ווארעמע ווערטער פון דער טאטע ר' אברהם הי"ו צו זיין באליבטע טאכטער אלטע ע"ה:



אוי מיין טייער זיסקייט, וואס איז מיט דיר געשעהן?
מיט צווי און א האלב יאר צוריק איז עס געווען

באקומען א זיס מיידעלע אזוי לעכטיג
געמאכט א פיינע קידוש גאר מעכטיג

נישט געוואלט דעמאלטס גלייבן די ביטערע שמועות
אבער א מיידעלע געבוירן – ליידער נישט אין די בעסטע מצב הבריאות

איך געדענק נאך גוט יענעם שווארצן טאג
ווען איך בין געוואויר געווארן וואספארא ספעציעלע נשמה איך פארמאג

מקבל געווען בהאבה דעם גזר דין פונעם בורא
איך מיט מאמי זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה

געשטאנען ביי דיין בעט'ל בייטאג און ביינאכט
און דיר שטענדיג מיט ליבשאפט באוואכט

דא אין בריטאניע מיט אירע פארשאלטענע געזעצן
טוט מען נישט די מינימאלע מענטשן רעכט שעצן

פון איין געריכט צום צוויטען געלאפן און געשוויצט
אבער קיינער מיר נישט באשיצט

ביז אייראפע'ס העכסטע געריכט
אפשר דאך עפעס א ליכט

ליידער איז עס היינט געשעהן
במו עיני האב איך געדארפט צוזעהן

דער דאקטאר שאלטערט אויס די לעבן מאשינקע'ס
און דאן..דיין בלוט ער טריקנט עס

אלוקים יראה לו השה לעולה
א נשמה א ריינע א וואוילע

ואברהם עודנו עומד לפני
איך הייב מיין הענט צום הימל: אוי! עס טוט וויי

מיר מיט מאמי וועלן דיר אייביג געדענקן
און דאנקן דעם בורא פאר וואס ער האט אונז געטוהן שענקן



כלל ישראל צו אלטע ע"ה:

אוי אלטע טייערע! די הארץ ציפט אז מ'דארף שוין צולייגן עליך השלום!
אפשר דאך איז עס א בלויז חלום...

די ברוטאלע בריטישע באאמטע אונטער'ן שלייער פון רחמנות
נישט געוואלט הערן פון גארנישט – זיך געהאלטן ביי די עקשנות.

אויסגעגעבן ריזיגע סומעס געלט
איבערגעקערט א וועלט

געזאגט תהלים איבעראל
להסיר מחשבתו הרעה פון דעם ליבעראל

די ריכטער נישט געוואלט הערן פון גארנישט
דיר לאזן לעב מען טאר נישט

דיין חשובע טאטע מאמע – נישט אויפגעגעבן קיין מינוט
און געטוהן יעדע מעגליכע שריט

אפי' סענעט פירער שומער
געפרואווט צו ראטעווען דיין נשמה

עסקנים און כלל טוער פרובירט אפשר דאך
אבער ליידער כבר נגזרה גזירה אוי! א בראך
אין הארץ אזא שטאך
אוי טאטע וויפיל נאך.

יעצט ווען די קומסט ארויף אויפן עולם האמת.
די געלעגעהייט אין האנט אריין נעם עס

בעט ביים כסא הכבוד
ער זאל שוין שיקן משיח בן דוד

העתירי בעדינו
תקע בשופר גדול לחירתינו


און צו דיר די דאקטאר וואס האט אויסגעשאלטערט די מאשינען:


גארנישט אין די וועלט וועט דיין זינד פארצייען.
און מיר וועלן דאס קיינמאל נישט פארדייען

וואס האסטו פון דאס קינד געוואלט?
די געשריי פון די עסקנים נישט געפאלגט

די טאטע מאמע געשטאנען און געוויינט
אבער די טובה פון די קינד האסטו נישט געמיינט

נישט געקענט געבן קיין שאנס?
ווי האסטו געקענט צולאזן אזאנס?

פארשווייגען אזא זאך ווי קען מען
דער רבוש"ע וועט אין דיר נקמה נעמען

און שוין!
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך און שוין! » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 3:46 pm

:cry: :cry: :cry:
הערליך און טרויעריג...
און??
און שוין!!

אוועטאר
Bissli
שר שלשת אלפים
תגובות: 3594
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך Bissli » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 3:48 pm

:-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/
!We will never forget!
אלטא ע"ה בת ר’ אברהם נ"י
י"ג מר חשון תשפ"ב

שש ושמח

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך שש ושמח » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 4:36 pm

בס''ד
הארץ רירענד
א שיין שטיקעל אויף א ביטערע בעקגראונד.
אוי.
נקום נקמת.

שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך שמו » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 6:41 pm

איך וויין מיט

רייך געשריבן, יה"ר זאלסט קענען שרייבן נאר אויף בעסערע סיבות בעז"ה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

באנאנא
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך באנאנא » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 7:44 pm

האסט מיר צונומען אויף שטיקער. טרערן עס רינט, קיין גוזמא.
נאר אויף שמחות...

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 6:48 am

א דאנק אלע פון ענק!

זילבערווערק
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך זילבערווערק » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 6:54 am

עס דערקענט זיך אז די ווערטער זענען געשריבן גראד פון הארץ.

soda water
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 24, 2021 11:39 am

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך soda water » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 7:40 am

רופטס ענק אן ווארעם!!!
https://www.charityextra.com/bdealta

אב לאנדאן
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:24 am

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך אב לאנדאן » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 8:00 am

soda water האט געשריבן:רופטס ענק אן ווארעם!!!
https://www.charityextra.com/bdealta

האט "אייוועלט" א פעידזש? https://www.charityextra.com/bdealta/38872 אדער איז דאס א צווייטער?

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 12279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 8:10 am

אב לאנדאן האט געשריבן:
soda water האט געשריבן:רופטס ענק אן ווארעם!!!
https://www.charityextra.com/bdealta

האט "אייוועלט" א פעידזש? https://www.charityextra.com/bdealta/38872 אדער איז דאס א צווייטער?

יא, דאס איז די "אייוועלט" פעידזש

אוועטאר
לפנות בוקר
גראמעזיע פארמעסט געווינער
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך לפנות בוקר » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 12:14 pm

יוש איז דעיס עמאשענעל...

נישט נארמאל גוט ארויסגעברענגט אינזער צעבראכן קייט!

זאל דער בורא טרייסטן די נאנטע און גאנץ כלל ישראל!

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2021 12:35 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:ליידער איז עס היינט געשעהן
במו עיני האב איך געדארפט צוזעהן

דער דאקטאר שאלטערט אויס די לעבן מאשינקע'ס
און דאן..דיין בלוט ער טריקנט עס

אלוקים יראה לו השה לעולה
א נשמה א ריינע א וואוילע

ואברהם עודנו עומד לפני
איך הייב מיין הענט צום הימל: אוי! עס טוט וויי

מיר מיט מאמי וועלן דיר אייביג געדענקן
און דאנקן דעם בורא פאר וואס ער האט אונז געטוהן שענקן


זייער רירענד... ווי נעמט מען די לשון אין אזא ווייטאגליכע צייט...
הי"ד
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.

אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך יצחק טובי' » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2021 4:39 pm

זילבערווערק האט געשריבן:עס דערקענט זיך אז די ווערטער זענען געשריבן גראד פון הארץ.

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4903
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: כלל ישראל געזעגנט זיך מיט אלטע פיקסלער ע"ה

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2021 5:33 pm

הערליכע שורות, געפערליכע שורות. הארציגע און רירענד. זאל דער באשעפער אויפרעכטן כלל ישראל בכלל און די פאמיליע בפרט וינקום דם עבדיו השפוך.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט