נייע "ווירטואלער מעדעצינישער איי די קארטל"

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

נייע "ווירטואלער מעדעצינישער איי די קארטל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

וואשינגטאן (AP) – אַמבולאַנס אגענטורן נאציאנאל זענען אין שטיצע פון א "ווירטואלע מעדיצינישער איי די סיסטעם" וואס וועט אינסטינקטיוו ארויפברענגען אַ פּאַציענט'ס גאנצע געזונט היסטאריע בעת אַ קריזיס - און וועלכע וועט קענען גלייך טעקסטן פאמיליע און נאענטע אַז דער מענטש איז אונטערוועגענס צום שפּיטאָל.

די וועב-באזירטע InvisibleBracelet איז געגרינדעד געווארן אין אקלעהאמא און האט געקריגן א שטארקן שטופ פאראויס דעם סוף זומער ווען די ארטיגע רעגירונג האט אנגעהויבן אפערן דעם פּראָגראַם אלס אַן העלט בענעפיט פאַר אלע איהרע שטאטישע איינגעשטעלטע.

איצט פרובירט די "אומזעהבארע האנטבאנד" פירמע צו גיין נאציאנאל, די אמעריקאנע אַמבולאַנס אַססאָסיאַציע וועט דעם חודש אנהייבן טרענירן אלע פאראמעדיקס, וועמענס אויפגאבע וועט זיין צו צורעדן מענטשן זיך איינצושרייבן אין דעם סיסטעם.

מיט א יערליכען אפצאהל פון $5.00 - וועט דאס קארטל אנטהאלטן דעם פאציענט'ס היסטאריע און ביז 10 קאָנטאַקט נומערן וועלכע וועלן געהאלטן ווערן אונטער אַ קאָמפּיוטער פין נומער וואָס קען געהאלטן ווערן אין בערזל, אויף אַ שליסל, אדער אַ סטיקער אויפן אינשורענס קארטל (א שטייגער ווי אונזער באקאנטער מקוה קארטל...).

עס בלייבט פאר די אמעריקאנער קאַלעדזש פון עמערדזשענסי דאקטוירים צו באַשליסן וועלכע אינפאָרמאַציע איז ס'מערסט קריטיש פאַר פאראמעדיקס און עמערדזשענסי רום דאָקטוירים אין פאל דער פאציענט איז צו קראַנק אָדער פארוואונדעט צו קענען ענטפערן פראגן, אַזוי אַז ס'וויכטיגסטע זאל נישט פעלן.

עס קען אמאל קאסטן זעהר טייער די פאר מינוט וואס דער פאראמעדיק אויף די סצענע דארף צום ביישפיל באשליסן צו דער פאציענט האט געליטן א הארץ אטאקע אדער האט דייעביטיס מיט סכנה'דיג נידעריגע בלוט צוקער ל"ע.

די פראגע בלייבט וויאזוי צו פארזיכערן אז די מעדיצינישע אינפארמאציע איז גרינג צום באקומען פאר די וואס ברויכן עס, אן גלייכצייטיג פארלעצן פעדעראַלע העלט פרייוועסי געזעצן. די אויסוואלן לויפן אנגעהויבן פון פּשוטע "ברעיסלעטס" צו מער קאסטבארע פלעש דרייווס, איינפלאנצן אין קערפער מייקראטשיפּס, אדער דיספעטש צענטערס וועלכע וועלן איבערגעבן געזונטהייט רעקאָרדס פאר די וואלונטירן און גלייכצייטיג צו וויסן טאן קרובים ווען אַן אלארם - אָדער פאראמעדיקס טעלעפאָן רוף - האט אקטיוויזירט דעם סיסטעם.

"אמבולאנס אגענטורן קענען דערווייל נישט אויפווייזן אויף ווי גוט ס'אַרבעט. אָבער באלד 100,000 מענטשן האבן זיך שוין איינגעשריבן זינט דער סערוויס האט זיך געעפענט אין אָקלאַהאָמאַ אין אפריל", זאָגט נח ראָבערטס פון די פירמע וועלכע פראדוצירט דאס, און די אוניווערסיטעט פון אקלעהאמא גרייט זיך עס צו נוצן דאָס פאר אלע איהרע סטודענטן ווען זיי שרייבן זיך איין.
אטעטשמענטס
ambulance.jpg
ambulance.jpg (14.65 KiB) געזען 1432 מאל
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א גוטער איינפאל גראדע. איך וואלט עס אריינגעשטעלט אין מיין העלט קעיר ביל.


נאך אביסל און מען וועט יעדן ניי געבורן קינד הייסן געבן א "דיגיטאלע-וואקסין" וואס וועט שיקן זענדונגען צום אלוועלטליכן דעטעבעיס איבער יעדע געזונד ענדערונג.

א וויזיט ביים דאקטער וועט מען מען געבן א סקען דעם מענטש און זיין רעקארד וועט תיכף ארויפקומען אויפן סקרין.

אבער דערויף דארף מען שטעלן א סייבער טשיף.. אבאכט געבן פאר העקערס. (זע אנדערן אשכול)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”