תשית לראשם עטרת פז - פאעזיע און גראמען פארמעס זומער תשפ"א

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תשית לראשם עטרת פז - פאעזיע און גראמען פארמעס זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אחרי ככלות הכל. נאך וואס מיר האבן בשעה טובה פארענדיגט דעם גראנדיעזן, אדער גרויזאמען ווי נמש רופט עס, פארמעסט. איז נישט מער ווי דער ריכטיגער צייט זיך צו באדאנקען פון טיפן הארצן פאר די אלע וואס האבן זיך אוועקגעגעבן בלב בנפש פאר די הצלחה פון דעם אויסערגעווענליכן סוקסעספולן פארמעסט.

צום ערשט לאמיר זיך באדאנקען פאר די הנהלת אייוועלט: ארענדאר און וויכי, וואס האבן לכבוד דעם פארמעסט באשלאסן צו ברענגען אייוועלט מיט עטליכע שטאפלען פאראויס. מיט'ן דעזיגנירן א ספעציעלן קאליר און ראנג פאר די וואס געווינען פארמעסטן. אזוי אויך פאר'ן אפגערעיטן דעם סיסטעם אז מען זאל קענען שטימען אינדרויסן פון אייוועלט, און דאס דאך קענען טון גלייך פון אייוועלט. לאמיר זיי ביידע געבן א מחיאות כפיים.

יעצט צום פארמעסט זעלבסט...

צום אלעם ערשט האבן מיר דא אונזער געטרייען איבערגעגעבענעם אנפירער: היכי תמצא, וואס ממש איך האב נישט קיין ווערטער וויאזוי אים צו אויסלויבן. א גאלדענער מענטש אין פולן זין פון ווארט ממש! עס זענען געווען א סך באמפס און קאמפליקאציעס במשך דעם גאנצן הילוך הפארמעסט. אבער היכי מיט זיין רואיגער נאטור און ישוב הדעת, האט אלעס שיין שטייטלעך אויסגעגראדט.

שכח היכי! זאל דיר דער אויבערשטער באצאלן פאר אלעם וואס דו האסט געטון!

דערנאך דארף איך באדאנקן די אנדערע אנפירער. צום ערשט האבן מיר דא ידידינו נאר מיט שמחה המכונה בלשון חבה נמ"ש. ער איז דאך דער איניציאטאר פון דעם גאנצן פארמעסט, עס איז דאך זיין זאך. אבער אויסער דעם, פאר זיין געוואלדיגע ארבעט פון אנהויב ממש ביז'ן סוף ממש. אויף יעדן טריט און שריט איז ער געווען דא ארויסצוהעלפן. בפרט מיט'ן דעם חלק השרייבן די פובליק ארטיקלען צו האלטן דעם עולם אינפארמירט מיט די השתלשלות הדברים. אשריך נמ"ש!
און געב א קוק! דער אויבערשטער באצאלט, און ווירקליך איז אונזער נמ"ש טאקע פון די דריי הויפט געווינער פון דעם פארמעסט.

דערנאך האבן מיר אונזערע ידיד ממוצע. זיין געוואלדיגע חכמה און שיקול הדעתעל כל צעד ושעל, האט אונז כסדר געהאלטן אויף די ריכטיגע רעלסן במשך דעם גאנצן פארמעסט. שכח ממוצע!
וכיהודה ועוד, ממוצע איז טאקע אויך איינע פון די דריי הויפט געווינער אין דעם פארמעסט.

ווי קען מען פארגעסן פון אונזער פריינט שטומפיג. כאטש וואס שפעטער אין דעם פארמעסט האט ער זיך טאקע ארויסגעלאזט דערפון, צוליב וויכטיגערע ענינים ווי אייוועלט פארמעסטן... דאך אבער די גאנצע צייט וואס ער איז געווען מיט אונז, האט ער אזויפיל אריינגעארבעט און ארויסגעהאלפן בעצה ותושיה. תודה שטומפיג!

אזוי אויך אויך וויל איך פערזענליך באדאנקען די וואס האבן ארויסגעהאלפן אין דעם חלק הגראפיק: העלפן דעזיינען דעם לאגא, די פידיעף, בענערס, חתימות ועוד. ה"ה עפעס א מענטש, וואס מיט זיינע טאלאנטפולע הענט האט ער גאר א סך ארויסגעהאלפן. ואתו עמו, קנאפער ידען וואס מיט זיין פארשטאנד אין די ענינים האט ער פיל ארויסגעהאלפן אין דער ארבעט. אויך א גרויסן דאנק פאר @איינס פאר'ן ארויסהעלפן פון זיין זייט וויפיל עס איז געווען שייך. אזוי אויך א שכח פאר @ענדע צדיק פאר'ן אהערשטעלן דעם סימפל פידיעף פון אלע ארטיקלען, צו פארגרינגערן פאר'ן עולם דאס ליינען שכח פאר ענק אלע!

דא קומען מיר צו די פראגראמירער. דאס איז אונזער באקאנטער פריינט קו הישר, וואס איז דער דעזיינער פון די שטים בודקעס. מיט זיין געוואלדיגע הבנה אין די זאכן, האט ער אהערגעשטעלט א מייסטערהאפטע קונצליכע ארבעט, אז די אייוועלט ניקים זאלן קענען שטימען גרינגערהייט, און פון דער אנדערער זייט זאלן די שטימען בלייבן פארזיכערט פון פעלשערייען. דער אויבערשטער זאל דיר באצאלן @קו!

איך מיין אז מיט דעם בין איך מער ווייניגער דורכגעגאנגען אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן. איך האף אז איך האב קיינעם נישט אויסגעלאזט. ישלם ה' שכר פעולתכם במיטב!


אופס... פארגעסן צו דערמאנען אונזערע חשוב'ע מגיהים וועלכע האבן מגיה געווען די ארטיקלען, הלא הם: א געשעפט האב איך, @נו גוט נו שוין, @ממוצע. איר האט אהערגעשטעלט א געוואלדיגע שלימות'דיגע ארבעט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: תשית לראשם עטרת פז - פאעזיע און גראמען פארמעס זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פעיק ניוז האט געשריבן:איך מיין אז מיט דעם בין איך מער ווייניגער דורכגעגאנגען אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן. איך האף אז איך האב קיינעם נישט אויסגעלאזט. ישלם ה' שכר פעולתכם במיטב!

אויסגעלאזט פעיק.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: תשית לראשם עטרת פז - פאעזיע און גראמען פארמעס זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אויסגעלאזט לבלר. שכח פאר דיין הארצרייסנדער ארטיקל!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: תשית לראשם עטרת פז - פאעזיע און גראמען פארמעס זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פעיק ניוז האט געשריבן:אויסגעלאזט לבלר. שכח פאר דיין הארצרייסנדער ארטיקל!

נאנאנאא ס'גייט נישט אזוי. יעצט העסטו גיין צו אלע 32 חברה.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: תשית לראשם עטרת פז - פאעזיע און גראמען פארמעס זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

און אויך דארף מען ליגן א פאזענעם קרוין אויף די קאפ פון הרב פעיק ניוז שליט"א וואס טראץ וואס די קוליסן האבן פארשטעלט, האט אבער יעדער געקענט באמערקן די גרויסע כוחות וואס ער האט אריינגעלייגט אין דעם גרוימאזער פארמעסט.
לך בכחך זה, וועלטל האט אסאך הנאה געהאט פון דיר און וועט בעתיד אויכעט בעז"ה.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: תשית לראשם עטרת פז - פאעזיע און גראמען פארמעס זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עיקר שכחתי. די טאלאנטפולער שרייבער וואס האבן אהערגעשטעלט מאסיווע טאלאנט, עס האט זיך דא געגאסן קריעטיוויטי אויף אלע זייט. זאלט איר אלע האבן הצלחה און שטייגן און ניצן אייערע טאלאנטן אויף גוטע צוועקן.


זאת ועוד, דארפן מיר דא באדאנקן פאר די צוויי געטרייע אחראים וואס האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש צוצושטעלן מטעם אייוועלט אלעס וואס פעלט זיך אויס. הלא הם: קאפעלע און אור אייניקל. זאל ענק דער אויבערשטער באצאלן פאר אלעם וואס איר האט געטון און זיך אוועקגעגעבן למען הצלחת הפארמעסט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: תשית לראשם עטרת פז - פאעזיע און גראמען פארמעס זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

א שכח פאר אלע שרייבער וואס האבן מהנה געווען דעם עולם מיט הערליכע שטיקלעך. עטליכע פון זיי קען מען איבערליינען אפאר מאל און נישט מיד ווערן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: תשית לראשם עטרת פז - פאעזיע און גראמען פארמעס זומער תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

גיי שוין גיי...

אין'אמת'ן אריין וואלט איך געדאפט עפענען אזא אשכול צוויי מאל די סייז, צו באזינגען טאקע אט דעם פותח האשכול... האט ער דאך אבער א האבי צו האלטן א לאו פראפייל... און זיך באהאלטן אונטער'ן וואסער... אבער דורכלאזן בלי כלום אי אפשר.

אלזא חברה! ידידינו הניק החשוב 'פעיק ניוז' איז געווען דער רעכטער האנט פונעם גאנצער פארמעסט! ער האט אוועקגעגעבן צייט, כח מח, און טאלאנט, פאר דעם פארמעסט, אויף א געוואלדיגן פארנעם. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה. און איך ווייס נאר א קליין חלק וואס איך האב מיטגעהאלטן... און איך ווייס אז ס'איז אסאך מער ווי איך האב מיטגעהאלטן...

לכן בדין הוא שיטול שכרו!

עס איז גוט געווען? וואס זאגט מען?...

און א יישר כח פאר דיין שיינע באגריסונג דא פאר מיר. ס'איז אפריציעטעד!
שרייב תגובה

צוריק צו “פארמעסטן”