איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אינגאנצן צושוידערט און צושאקלט שטייט יצחק ביים טיר פון די איי. סי. יו. אפטיילונג אין שפיטאל, זיין הארץ קלאפט העפטיג, ס׳דאכט זיך אים גאר אז ער הערט די ווידער קול פון די קלאפענישן אפהילכן אינעם ליידיגן קארידאר.

ענדליך עפענט זיך די טיר אויף און פון אונטער איר שפאצירט דער דאקטאר ארויס מיט שנעלע טריט, יצחק טאנצט אויף, אויף די מינוט האט ער געווארט, אנטשוליגט הער דאקטאר, באפרייט ער ענדליך די שאלה וואס ליגט אים אויפן צונג די לעצטע פאר שעה, וואס מאכט מיין מיידעלע, זי לעבט? "I am sorry but I cant tell you this right now"... ענטפערט דער דאקטאר קאלט.

יצחק פילט ער ווי ער טראגט עס נישט איבער, אבער דאקטאר איך פרעג גארנישט ענטפער מיר נאר די איין זאך ביטע איך בעט דיך,
מיין קינד לעבט? ביטע זאג מיר נאר א יא אדער ניין, "Sorry but we cant tell you this right now, that's the policy". לאזט דער דאקטאר איבער יצחק א אפגעפאטשטער, יצחק פילט א שטאך אין הארץ, אוי באשעפער!!! איך וויל נישט גארנישט איך דארף נישט גארנישט, איין זאך וואס דרוקט מיר, צו לעבט מיין קליינע אוצר׳ל???

מיט א געבויגענע קאפ קערט זיך זיך יצחק צוריק צו זיין צימער, מיט קוים עטליכע שעה צוריק איז אים געבוירן געווארן א לעכטיגע מיידעלע, אבער צו זיין שרעק האט דאס קינד נישט געוויינט ווי דער סדר איז, "זי אטעמט נישט" האט די נורס אויסגעשריגן אין פאניק, גלייך זענען געקומען צו לויפן א שטאב מיט דאקטורים אין נורסעס און בליץ שנעל געטראגן דאס קינד אין איי. סי. יו. ווי די דאקטורים פרובירן צו ראטעווען איר לעבן, לאזנדיג די פאטער מיט די פרישע קימפעטארן צומישט און פארלוירן.

שעות שפעטער האט אים דער דאקטאר ענדליך אינפארמירט די ווייטאגליכע נייעס, דאס קינד לעבט געלויבט גאט, אבער זי ליידט אויף א גענעטישע מחלה וואס לאזט איר נישט אטעמען, און זי וועט מוזן זיין צוגעבינדן צו מאשינען איר גאנצע לעבן...

------------------------------

צוויי יאר שפעטער שפאצירט יצחק אריין אין דעם ספעציעלן אנשטאלט ווי עס ליגט זיין קליינע טאכטערל און מוטשעט זיך אויף יעדן אטעם,
מיין טייערע טאכטער, שעפשעט ער שטילערהייט, איך האב דיך אזוי ליעב, מיין הארץ ווערט צוריסן זענדיג דיך ליגן דא אזוי איינזאם אליין,
איך וואלט אלעס אין די וועלט אוועקגעגעבן דיך צו דיך צוצושטעלן דאס מינימאלע וואס א אידישע טאטע גיבט פאר זיינע קינדער,
א ווארימע היים מיט ליבשאפט און ווארעמקייט, איך וואלט דיך ארומגענומען מיט ליעבשאפט יעדן טאג, דיך געפלעגט און באגלייט,
איך וואלט אזוי געוואלט דיך ארויפלייגן אויפן באס, זעהן דיינע הענטעלעך ווינקן פון די פענסטער, דיך אקעגנגעלאפן ווען די קומסט אהיים און איינגעקלאמערט אין מיינע ארעמעס, דיך באגאסן מיט ליעבשאפט און ווארימקייט, אבער פון הימל איז אנדערש באשערט, אין אנשטאט דעם ליגסטו נעבעך מאכטלאז אויפן בעט, איך בעט דיך מיין טאכטער זיי מיר מוחל פארן דיך לאזן דא אליין.
און א טרערלע האט איידעלערהייט זיך אראפגעגליטשט אויף זיינע באקן...

נאך א שטיק צייט וויילן דארט אין דעם ענגן צימערל מאכט יצחק זיין וועג צום ספעציעלן ביקור חולים שטיבל, אדער די קאושער רום ווי די
איינגעשטעלטע רופן עס, צו זיין איבראשונג זעהט ער דארט אן אנדערע פנים פון וואס ער איז געוואוינט צו זעהן, א מיטליעריגע מאן, מיט טונקל
ברוינע הויט, קענטיג פון ספרדישע אפשטאם, אבער אן קיין זכר פון א אידישע צורה.

עובדי-ה שגדרי, שטרעקט יענער אויס די האנט, יצחק גיט צוריק די האנט אין א שטיקל שמועס האט זיך אנטוויקלט,
עובדי-ה קומט פון ארץ ישראל, צו וואו זיינע עלטערן האבן עמיגרירט פון איינע פון די אראבישע לענדער,
ווי רוב ספרדישע אידן וואס האבן עולה געווען יענע צייט האט עובדי-ה ליידער באקומען א גענצליך פרייע חינוך אן קיין זכר פון אידישקייט,
שפעטער האט ער זיך אנגעשלאסן אין די איזרעלי נעיווי, ווי ער איז געשטיגן אין ראנג און עווענטועל געווארן א הויעכע אפיציר,
יעצט איז ער געקומען קיין אמעריקע באזוכן זיין נישט געזונטע אייניקל וואס געפינט זיך דא אין דעם אנשטאלט.

לאמיך דיך פרעגן ווענדט זיך עובדי-ה פלוצלינג צו יצחק מיט א פראגע, איך זעה אז די גייסט אנגטוען מיט די גאנצע חסידישע לבוש, דו קוקסט מיר נישט אויס צו זיין אזא נאר, דו גלייבסט נאך טאקע אז ס׳איז דא א בעשעפער אויף די וועלט? זעהסט דען נישט ווי דיין קינד מוטשעט זיך אזוי? זי האט נישט קיין שום צוקונפט אויף די וועלט, א לעבן פון בלויז צער און יסורים, דו האלטסט אז א גאט אויף דער וועלט וואלט אזוינס געטוען אזוי צו פייניגן קליינע קינדער? ס׳איז דאך נישט מעגליך אין דער וועלט.

יצחק, א אויסגעבויטע אינגערמאן פיל מיט אמונה, פארלירט זיך נישט, ווייסטו וואס עובדי׳, ביסט גערעכט, גיי ביטע צו דיין אייניקל און דערשטיק איר מיט ביידע הענט!

עובדי-ה בלייט שטיין שאקירט, זאג ביסט אינגאנצן משוגע? איך זאל דערשטיקן מיין אייניקל?
פארוואס דען נישט, זאגט יצחק, דו האסט דאך יעצט געזאגט אז אלעס פירט זיך פון זיך אליין, אויב אזוי איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס דיין אייניקל לעבט, פארוואס איהר לאזן זיך מוטשענען, איז דען נישט בעסער איר צו באפרייען פון די אלע יסורים? זי האט דאך נישט קיין שום צוקונפט אויף די וועלט?

איך גיי בשום אין אופן נישט טוהן אזא זאך, זאגט עובדי׳ מיט אנטשלאסנקייט, איך קען זיך עס נישט ברענגען צו טוהן.

עובדי׳ מיין פריינט, זאגט יצחק, איך פארשטיי אז דו קענסט עס נישט טוהן, אבער אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס דו קענסט עס נישט טוהן?
וואס אין דיך האלט דיך צוריק פון טון וואס איז אין דיינע אויגן א טובה פאר דיין נעבעכדיגע אייניקל? עובדי-ה בלייט שטיל, ער ווייסט טאקע נישט פארוואס.
ער איז דאך גערעכט דער יצחק ס׳איז דאך א שאד אז זי לעבט, איך וועל דיר זאגן עובדי-ה פארוואס דו קענסט נישט, פירט יצחק אויס, ווייל טיעף אין דיין נשמה ווייסטו אויך אז יעדע זאך אויף דער וועלט האט א סיבה, ס׳איז דא איינער וואס פירט די וועלט, און פאר עפעס א תכלית האט ער אריינגעלייגט אונזערע קינדער אין די מצב, וואס די סיבה איז ווייס איך נישט, אונז זעמיר קליינע מענטשעלעך און אונז קענען נישט אלעס פארשטיין, אבער ס׳דא איינער אויבן וואס ווייסט פונקטליך וואס ער טוהט, און נאר ער ווייסט די סיבה פארוואס אונז ביידע זיץ מיר דא, איך און דו גלייבן און ווייסן טיף אין הארצן, אז יעדע סעקונדע וואס מיין טאכטער מוטשעט זיך איז פאר א תכלית, יעדע אטעם האט א סיבה, און ווייל דו גלייבסט אין דעם טיף אינעוויניג, אט דאס איז די סיבה פארוואס דו ווילסט זי זאל ווייטער לעבן.

דאס ליגט איינגעברענט אין אונזערע ביינער, מ׳האט אונז אלע דורות גע׳הרג׳ט און געשלאגן, אונז האמיר קיינמאל נישט געפרעגט קיין קשיות, שמע ישרא-ל ד׳ אלוקינו איז געווען די לעצטע ווערטער, הייליגע באשעפער איך וועל מיין אמונה אין דיר קיינמאל נישט פארלירן, אמת, מיין טאכטער גייט על פי דרך הטבע קיינמאל נישט חתונה האבן,
איך גיי קיינמאל נישט זעהן פון איהר קיין נחת, אבער איך קען נאר זאגן שמע ישרא-ל, באשעפער די פירסט די וועלט, און די ווייסט פארוואס דאס דארף אזוי זיין, און אז כ׳וועל האבן די זכי׳ אז מיין טאכטער וועט נאר אמאל קענען זאגן די ווערטער פון שמע ישרא-ל, וועט דאס זיין מיין גרעסטע שמחה, כ׳האב אראפגעברענגט אויף די וועלט נאך א איד
וואס גלייבט און בוכ״ע.

-----------------------------------

טייערע חבירים לאמיר אריינטראכטן, א מינוט, אונזער לעבן איז נישט זייער גרינג, מיר געפונען זיך אויף א געדרייעטע ראולער קאוסטער, קיינער איז נישט געקומען אויף דער וועלט צו לעקן האניג, יעדער האט זיך זיינע זאכן ווי ס׳גייט איהם שווער, זה בכה וזה בכה, דער ברוחניות דער בגשמיות.

ווער רעדט נאך ווען ס׳קומט צו אזא יאר ווי תשפ״א, מ׳גרייט זיך אויף א פייערדיגע ל״ג בעומר, די הארץ איז פיל מיט שמחה נאכאמאל צו פראווענען ל״ג בעומר
נאך אזא ביטערע מגיפה, יעדער איז דערהויבן, ס׳שפירט זיך ווי מען מישט אריבער א בלעטל, אלעס איז פריש ווי די אמאליגע צייטן, און פלוצלינג טרעפט מען זיך מיט פינף און פערציג הייליגע קרבנות, צובראכענע משפחות, צושאסענע עלטערן, פארוויינטע אלמנות, קליינע יתומים׳לעך, אוי באשעפער, ס׳ציפט, די הארץ טוט וויי,
ווי געפונט מען דא א טרייסט?

און ווי אן ענטפער אויף אונזער געוויין, טראסקענען פארענטשעס, מיסילס פליען, בנינים לייגן זיך צוזאם, אוי טאטע פארוואס טוסטו דאס צו אונז, זעהסטו דען נישט
ווי ס׳טוט וויי?

דריי אינגע בחורים, דאס לעבן שיינט אן קיין דאגות, פלוצלינג פארשניטן אזוי אינג, די טרערן קוואל איז שוין טרוקן, די הרגשים זענען שוין פארקלאפט, אין בשר המת מרגיש באזמל.

שטעלט זיך א שאלה, ווי קען זיין אז אונז גיי מיר נאך אן? וואס האלט אונז נאך און אזעלכע ביטערע טעג פון הסתרת פנים?

יעצט קומט אבער ראש השנה, אונז גייען אלע אינאיינעם שרייען המלך, טאטע אונז זענען דיך ממליך אויף דער גאנצע וועלט באהבה, אונז בלייבן געטריי צו דיר און סיי וועלכע אומשטענדן, ווייל אונז זענען א חלק פונעם עם הנבחר, טיף אין די נשמה אריין גלייב מיר אונז אז יעדע זאך האט א תכלית,יעדע קרעכץ האט א סיבה, יעדע טרער האט א תכלית, די אמונה אין השגחה פרטיות, דאס איז וואס שטופט אונז צו זיך מחזק זיין און גיין ווייטער נאכאמאל און נאכאמאל.

עס איז מיר אלעמאל געוועהן אביסל שווער, אונז ווייסן אז איד דארף האבן אמונה און בטחון, אבער לכאורה זענען די צוויי זאכן א סתירה, אמונה מיינט אז כ׳גלייב אז אלעס קומט פון באשעפער, און אלעס איז לטובה, בטחון מיינט אז כ׳גלייב אז דער אויבערשטער וועט מיר זיכער העלפן און ארויסנעמען פון דער פראבלעם, איז ווען נוצט מען בטחון
און ווען אמונה?

האב איך אמאל געהערט בשם ר׳ שלום מרדכי רובאשקין, אז יעדע מינוט וואס ער איז געזיצן אין תפיסה האט ער געהאט אמונה אז עס זיכער לטובתו, און אויף דער קומענדיגע מינוט האט ער געהאט בטחון אז דער באשעפער וועט איהם זיכער ארויסנעמען פון דא.

איז בעט מיר אונז גרויסע גאט אין הימל, אמת טאקע אויף דאס יאר האמיר אמונה אז ס׳איז זיכער גוט, אבער אויף תשפ״ב האבן אונז בטחון אז תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה.

שוין, זריעל ידיד נפש...
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

אייזן שטארק!!!!!

(אויף אפאר פלעצער גייט עס אראפ א שורה אינמיטן, עס פארשווערט אביסעל דאס ליינען)
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מורא'דיג שלמה!

אגב, ווער איז דער זריעל?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געואלדיג!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

פעיק ניוז האט געשריבן:מורא'דיג שלמה!

אגב, ווער איז דער זריעל?

גא"מ
#סאטמאר ר' עזריאל גליק
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

געוואלדיג!!! זייער א שטארקער פונקט!

מזל טוב צום אלף’ל
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

צום פינטל.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

הערליך הערליך!

סיי די הערליכע געלונגענע שריפט, און אפגערעדט די נקודה!

און מזל טוב צום טויזנטער!
אחינו! את היה לאלפי רבבה! שרייב נאך אזעלכע טויזהטער ארטיקלען.
---
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

א שיינע טויזענטער!!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זייער שטארק!
קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

מאסיוו!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

Wow wow wow!
שלמה האסט מיך איבעראשט! הערליך הערליך!
א רייכע שריפט, הארציג, א הערליכע נקודה, אין איין ווארט @שלמה מולכו!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

הערליך און רירנד.

מזל טוב שלמה!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שיין געשריבן!!

מזל טוב צום טויזענטער!!
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

זייער שטארק!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זיייער שטארק געשריבען!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער שטארקע חיזוק. קלאר און געשמאק דעליווערט.
מזל טוב צום אלף'ל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שפראכלאז, די שפראך, די תוכן, די געפיל אן אומגעלויבליכע יצירה דאס.

קיעפ איט אפ. לאמיר הערן פון דיר יעדע פאר וואכן מיט נאך א טויזענטער.
אגב, מזל טוב.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8597
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

wow wow... מעסיוו גוטע שריפט, און שטארקע מעסעדזש
---
מזל טוב צום טויזנטער
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הערליכע פייערדיגע דיבורים! מזל טוב צום שר האלף!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער שטארק אין גאר א גיטן פעדער
יישר כח
שמחה מתוך שמחה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:58 pm

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה מתוך שמחה »

סאכדעס האט געשריבן:שפראכלאז, די שפראך, די תוכן, די געפיל אן אומגעלויבליכע יצירה דאס.

קיעפ איט אפ. לאמיר הערן פון דיר יעדע פאר וואכן מיט נאך א טויזענטער.
אגב, מזל טוב.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

WOW!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אייזן!!!

ייש"כ פארן שרייבן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, אבער איך גלייב!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

גאר שטארק!
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”