קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:"די ערשטע אפציעלע אנקעטע פון די קאליפארניע ריקאל"
לערי עלדער (ר) - 16%
דזשאן קאקס (ר) - 6%
קעווין פעלקאנער (ר) - 6%
קעווין קעלי (ר) - 4%
קעיטלין דזשעניר (ר) - 4%
קעווין פעפערעט (ד) - 2%
אימבאשלאסן - 53%
"עמערסאן אנקעטע"
די אומבאשלאסענע זענען מסתמא על פי רוב דעמאקראטן.
אויב ניוסאם פליט, איז דא א סיריעס סיריעס טשענס וואס איך האלט מענטשן כאפן נישט גענוג, אז א דעמאקראטישער שוסטער זאל ווערן גאווערנאר.
וואס מען וועט טאן אין פאל, ווייסעך נישט, איך זעה אז עס דא דארט א אפציע פון אימפיטשמענט, וואס ארבעט אזוי ווי פעדעראל, סוי אויב פארט ער אינגאנצן אראפ פון שאסיי, קען מען אים אלץ ערזעצן מיט דעם לוטענענט גאווערנאר, די שאלה איז נאר וואס וועט זיין אויב ער בלייבט אויפן שאסיי, נאר הוידעט ארום פון איין ליניע צו די צווייטע, וואס מען טוט אין אזא פאל. (אויב די דעמאקראטן וועלן ווילן גיין שמוציג, קענען זיי דאס באמת אויך טון מיט א רעפאבליקאנער, האבנדיג צוויי דריטל סטעיט סענאט, און זיי קענען אלץ טענה'ן אז דער גאווערנאר איז ווייט פון לעגיטים, זייענדיג ערוועלט דורך פלויז א קליינע פראקציע וויילער, און באקומענדיג א וויץ אזויפיל שטימען ווי ניוסאם וועט באקומען אפילו אויב ער פארלירט.)
די דעמאקראטן קענען שוין נישט ארויפלייגן איינעם פאסיג, ווייל עס איז דאך שוין נאך דעם דעדליין.
---------
עס איז דא א שיינע פאר אנקעטעס וואס פרעגן די ערשטע פראגע, ניוסאם געווינט, אבער מיט רעלאטיוו ווייניג ארום 15%, האלב ווי ביידן און קלינטאן, און ווייניגער ווי די איבער 20% מיט וואס ער האט געווינען אין 2018.
דאס מיינט אז ער גייט נאך אריין בגדר סעיף דעמאקראט, אבער עס איז נישט ממש 100% סעיף.