נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ייש"כ קאקפיט, גאר אינפארמאטיוו און מיט א געשמאקע שפראך!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

איש האשכולות האט געשריבן:ייש"כ קאקפיט, גאר אינפארמאטיוו און מיט א געשמאקע שפראך!
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

אידיאט האט געשריבן:
Ivelt Cockpit האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:וואס הערט זיך מיטן 737 מעקס?

ס'רינט מיר שוין אביסל פון די נאז האב איך עס נישט געוואלט באריכטן. אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן.
אויבנאויף זעהט אויס אז דער עולם האט זיך געהעריג איבערגעבעטן. 50 פון 79 פליגערס וואס באואינג האט דערליווערט אין די צווייטע קווארטל זענען געווען MAX. עירליינס לייגן נאך כסדר פרישע ארדערס, Aeromexico האט נארוואס געסיינט א קאנטראקט פאר 12 פרישע שטיק און יונייטעד האט נארוואס אנגעהויבן נוצן די MAX פאר זייערע רוטס.
איין עירליין אין די עמירעטס האט יא געקענסלט 65 פון א גרויסע MAX ארדער פון 250 שטיק, אבער ס'האט צו טוהן מיט א טויש אין זייער סטראטעגיע ענדערש ווי מיט די מאדעל.

יש״כ.
וואס איז טאקע די סיבה אז דער עולם וויל אזוי שטארק די מעקס? וואס פעלט עס די קאפוויי? איז דען נישט דא אן אנדערע מאדעל וואס טוט די זעלביגע?

אין איין ווארט. ניין. ס'איז נישט דא.
ס'איז די פערפעקט efficient פליגער פאר די צאל זיצן און רעינדזש וואס ס'האט (איך פלאן נאכצוקומען א לאנגע אנאליז אויף דעם).
חוץ מזה האב איך שוין אסאך מאל געשריבן אז עירליינס שפארן זיך "מיליאנען", ווייל די מעקס איז געבויעט אויף די זעלבע יסודות פון די אור-אלטע 737, און זיי דארפן נישט איבערטרענירן פילאטן\מעכאניקער פון סקרעטש, אלע עקזיסטירנדע רולס וואס זיי האבן פאר די טראדיציאנעלע 737 אפלייט אויך צו די מעקס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

FAA אפראווד פלאן פאר AirTrain LGA
וועט עפענען פאבליק הירינג אין אוגוסט.

שוין א לאנגע צייט וואס די Port Authority און די MTA קאלאברירן מיט פלענער צו מאכן א Rail סיסטעם וואס זאל פארבינדן לא גווארדיע עירפארט צו די סיטי'ס גרויסע סאבוועי סיסטעם. כעת איז נישט דא קיין דירעקטע באן וואס פארט ביז לא גווארדיע, די איינציגסטע אפציע אנצוקומען איז מיטן טרענספערן צו א באס ליין.
JFK האט א עירטרעין וואס קאננעקט עס צו די A,E,J און Z ליניע, און אויך צו די לאנג איילענד רעיל ראוד. Newark האט אויך א רעילוועי וואס באהעפט עס צו די צענטראלע ניו דזשערסי טראנזיט סיסטעם. אבער LGA נישט.

אין 2015 האט די גאווערנער געמאלדן די גרויסע פלענער. במשך די קומענדיגע פאר יאר זענען קאנטראקטערס געהייערט געווארן, אפראוועלס פון די סטעיט ביוראען זענען געשאפן געווארן, די פונקטליכע פלענער זענען אויסגעטענה'ט געווארן און די בודזשעט איז באשטימט געווארן.
די ענטגילטיגע בלו-פרינט פלאנט אוועקצושטעלן אן עירטרעין וואס וועט קאנעקטען דעם עירפארט צו די Mets-Willes point סאבוועי סטאנציע אין קווינס ממש הינטער סיטי-פיעלד, איין און אהאלב מייל אוועק פון די עירפארט. יענע סאבוועי סטאנציע סערווירט די 7 ליניע און די לאנג איילענד רעיל-ראוד.
אזא פראיעקט וועט קאסטן פאר די קאסע כללי אוו ניו יארק א געשאצטע 1.5 ביליאן דאללער.

די MTA און די פארט אוטאריטי זענען זייער צופרידן מיט דעם פלאן, אבער די איינוואוינער וואס וואוינען ארום די געגענט פון די געפלאנטע סטרוקטור זענען נישט, און מיט זיי שטייען נאך אסאך טראנזיט עקספערטן וואס טענה'ן אז ס'וועט ממש נאר ברענגען א נוצן פאר א קליינע פראצענט פון די סיטי. פאר איינוואוינער און ביזנעסלייט פון מאנהעטן וועט עס ממש נישט זיין קיין אויפטוה, ווייל די קאנעקטינג פוינט איז פונקט אין די פארקערטע ריכטונג.

אזוי צו אזוי, האט די עירפארט אריינגעגעבן א אפליקאציע צו די FAA אז זיי זאלן אפראוון די פלאן. איך מיין אז א עירפארט מענעדזשמענט דארף בעצם נישט באקומען קיין FAA אפראוול פאר יעדע אינפארסטראקטשער פראיעקט אין עירפארטס, אבער כדי צו געניסן פון פעדעראלע פאנדינג דארף עס יא א אפראוול (ענליך צו דעם וואס איך בין נישט געצווינגן צו באריכטן מיין דזשאב\פאמיליע\וואוינארט סטאטוס פאר די גאווערמענט, אויסער אויב איך דארף פוד סטעמפס\מעדיקעיד\סעקשן 8 א.א.וו. נישטא ווער זאל לאכן).
נעכטן איז די initial אפראוול אנגעקומען און אין אוגוסט וועט די אגענטור נעמען קאמענטס פון די פאבליק אויף די פלאן.

אויב ווערט עס אפראווד, וואס מיינט עס פאר דיר?
פאר א וויליאמסבורגער איינוואוינער דויערט די וועג צום עירפארט מיט א קאר 15 מינוט אן קיין טרעפיק און ס'קען גיין ביז 50 מינוט אין אנגעלייגטע (כלומר: געווענליכע) צייטן. א קאר סערוויס רעכנט אין דורכשניט 30 דאללער פאר די רייזע.
מיט די G טרעין פון די בראדוועי סטאנציע איז עס א רייזע פון ארום 40 מינוט ביז וויליס פוינט (נאכן טרענספערן צו די 7 ליניע), און דערנאך וועט מען דארפן טרענספערן צו די עירטרעין. די סאבוועי קאסט 2.75 (אדער 1.35 מיט FairFare), און איך גלייב אז די עירטרעין וועט קאסטן אויך עפעס אזא נאמבער, ווייל די 8 מייליגע JFK טרעין קאסט 7.75.
מאך דעם חשבון און לאז מיך נישט וויסן אויב דו וואלסט ווייטער געפארן מיט די קאר אדער מיט די נייע אפציע.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

קאר
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:FAA אפראווד פלאן פאר AirTrain LGA

ווער סאיז שוין געזעסן איינמאל אין עכטע טרעפיק אריינצוגיין אדער ארויס גיין פון לגא וועט ענדערש נעמען די טרעין אפילו עס קאסט די זעלבע. מדארף נישט צאלן פארקינג אויך.
איך האב שוין גענומען איינמאל די טרעין צו גפק אבער יענץ נעמט זייער לאנג און פון בפ איז בכלל נישט קיין אפציע.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:וואס הערט זיך מיטן 737 מעקס?

ס'רינט מיר שוין אביסל פון די נאז האב איך עס נישט געוואלט באריכטן. אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן.
אויבנאויף זעהט אויס אז דער עולם האט זיך געהעריג איבערגעבעטן. 50 פון 79 פליגערס וואס באואינג האט דערליווערט אין די צווייטע קווארטל זענען געווען MAX. עירליינס לייגן נאך כסדר פרישע ארדערס, Aeromexico האט נארוואס געסיינט א קאנטראקט פאר 12 פרישע שטיק און יונייטעד האט נארוואס אנגעהויבן נוצן די MAX פאר זייערע רוטס.
איין עירליין אין די עמירעטס האט יא געקענסלט 65 פון א גרויסע MAX ארדער פון 250 שטיק, אבער ס'האט צו טוהן מיט א טויש אין זייער סטראטעגיע ענדערש ווי מיט די מאדעל.

טענקס. כהאף אז דו האסט טישוס..
כבין געוועו זייער טונד אוט. ווען האט די מעקס באקומען ריסערטיפיקעישאן? זענען אלע לענדער שוין מסודר דערמיט? זענען אלע פיקסעראציעס שוין מסודר? איז עס טאקע צוריק אז מ׳דארף נישט א עסקטרע טייפ סערטיפיקעט פארו מעקס? וואס הערט זיך מיט די AOA אינדיקעיטאר, מהאט עס אריינגעשטעלט פאר יעדן? געווענליכע נישט מיליטערישע פילאטן קענען דאס נישט ליינען!
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

הרב יואל קליין האט געשריבן:

לענדער זענען צוביסלעך אריינגעקועמן מיט אפראוולס איינע נאך די צווייטע, און עירליינס זענען נאכגעקומען אין די רייע. איך מיין אז יעדער האט עס שוין אפראווד, די איינציגסטע וואס איך ווייס אז נישט, איז טשיינע, וואס טוט עס לכאורה מער אלס ביזנעס ווי אלס סעיפטי.
די MCAS און אלע אנדערע זאכן זענען אדרוך טוישונגען פארן ווערן אפראווד. פילאטן דארפן נישט קיין פולע עקסטערע טייפ סערטיפיקעט, אבער דארפן יא דורכגיין מער טרעינינג כדי צו קענען דרייוון די פליגער (א זאך וואס איז דא ביי יעדע וועריענט, ווייל weight and balance טוישט זיך אייביג, נאר דא איז עס לענגער)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פאסאדזשירן פון א פראנטייער פלייט האבן צוטאן געהאט מיט א אנגעטרינקענער פלי קאלעגע וואס האט געטיילט פעטש, זיי האבן זיך אבער אנייצע געגעבן.

פאסירט האט עס פארגאנגענעם שבת אויף פלייט נאמבער 2289 אויפן וועג פון פילידעלפיע קיין מיאַמי פלארידא, ווען דער שיכור מיטן נאמען מיכאל בערי האט קודם סתם ארומגעבורדעט אויפן פלייט, און נאך וואס די פלייט באאמטע האבן איהם פראבירט אראפצוטאנען מיט שיינעם, האט ער זיך צולאזט די הענט און פיס, ס׳איז געפלויגן מכות אויף אלע זייטן אז די גאנצע פליגער איז געגאנגען כאאס. ביז איינער איז אפירגעקומען מיט א ראלל קאטשקע קלעיבּ, מ׳האט דעם שיכור גוט אראפגעבינדן צו זיינע זיץ פלייש און די רייזע האט פארגעזעצט מיט א רואיגקייט.

א בילד פונעם אנגעיאפעצטער פארבינדענערהייט. און א קליפיטש פונעם געראטשקע.

https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgjDRWrwZlIenX_rB
אטעטשמענטס
E4579086-A070-4603-80E0-47B472896AD7.jpeg
E4579086-A070-4603-80E0-47B472896AD7.jpeg (38.4 KiB) געזען 2538 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פאסאדזשירן פון א פראנטייער פלייט האבן צוטאן געהאט מיט א אנגעטרינקענער פלי קאלעגע וואס האט געטיילט פעטש, זיי האבן זיך אבער אנייצע געגעבן.

פאסירט האט עס פארגאנגענעם שבת אויף פלייט נאמבער 2289 אויפן וועג פון פילידעלפיע קיין מיאַמי פלארידא, ווען דער שיכור מיטן נאמען מיכאל בערי האט קודם סתם ארומגעבורדעט אויפן פלייט, און נאך וואס די פלייט באאמטע האבן איהם פראבירט אראפצוטאנען מיט שיינעם, האט ער זיך צולאזט די הענט און פיס, ס׳איז געפלויגן מכות אויף אלע זייטן אז די גאנצע פליגער איז געגאנגען כאאס. ביז איינער איז אפירגעקומען מיט א ראלל קאטשקע קלעיבּ, מ׳האט דעם שיכור גוט אראפגעבינדן צו זיינע זיץ פלייש און די רייזע האט פארגעזעצט מיט א רואיגקייט.

א בילד פונעם אנגעיאפעצטער פארבינדענערהייט. און א קליפיטש פונעם געראטשקע.

https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgjDRWrwZlIenX_rB

קודם שאמעלעם אלייכעם.
ביי די וויפילטע תגובה האלטסטו שוין זייט די איבערקערעניש אויף אייוועלט.
די לייגסט לעצטענס דיינע קליפטשיקים אויף פאני מינע דרייווס, איך קען עס נישט דרייווען..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

GlobalX באקומט FAA באשטעטיגונג
קען מעגליך אויסשטייגן אלס א פול-סערוויס עירליין.

א נייע עירליין האט ערהאלטן א סערטיפיקאט פון די FAA צו קענען אפערירן לעגאל. לעת עתה פלאנט די קאמפאני אנצוהייבן אלס א טשארטער עירליין וועלכע מען קען נאר בוקן פריוואט, אבער די CEO זאגט אז "אונזער צוקונפט איז גרויס", שיקנדיג סיגנאלן אז זיי פלאנירן צו פארברייטערן צו נאך אוויאציע תחומים.
די Air Operator Certificate וועלכע די אוויאציע אויטאריטעטן האבן געשאנקן פאר globalX, ענהאלט אויך רשות צו אפערירן אלס א פולע פאסאדזשיר אדער קארגאו עירליין, און דאס עפנט די טירל צו שפעקולירן אז די פלענער זענען גרויס דא. א ווארטזאגער פאר די קאמפאני האט קלאר געזאגט אז זיי באטראכטן שוין יעצט אפציעס צו טראגן קארגאו פאר עמעזאן מיט זייערע פליגער.
דערווייל באשטייט זייער פלאטע פון 2 פליגער, איינס סטאנציאנירט אין אטלאנטיק סיטי און איינס אין מיאמי.

עס לוינט זיך שוין צו האלטן א אויג ווען זי איז נאך יונג, קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס ס'וועט פון איר אויסוואקסן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

לופטהאנזא שטעלט ארויס נייע סערוויס גערופן: Sleeper's Row
אינטערעסירטע פאסאדזשירן וועלן קענען רעזערווירן א ליידיגע רייע זיך אויסצוציען די ביינער.

אויב טרעוולט איר אפט, דאן איז ווארשיינליך איינע פון אייערע גרעסטע האפענונגען איידערן פארן אז ס'וועט זיך מאכן א ליידיגע רייע וואס איר וועט קענען האלטן אינגאנצן פאר זיך, און מעגליך זיך אראפלייגן פאר א שטיקל דרימל דארטן אויכעט.
גוט, לופטהאנזא איז מיט אייך! אויף געוויסע פלייטס פון 11 שעה אדער מער איז יעצט אוועילעבל צו קענען צוצאלן צוווישן 159 און 229 יורא (געוואנדן אין די ספעציפישע דעסטינאציע) און איר וועט קענען האלטן א גאנצע רייע פון 3 אדער 4 זיצן פאר זיך!

די געדאנק איז אויפגעקומען אינמיטן די קאוויד-הויכפונקט ווען רוב פליגער זענען סייווי געווען רוב ליידיג, און די עירליין האט געקענט באשטיין צו מאכן נאך אפאר דאללער אויף די ליידיג-געבליבענע זיצן. זעהט אויס אז פאסאדזשירן האבן עס אויפגענומען פאזיטיוו און יעצט אפפערט עס שוין לופטהאנזא געהעריג אלס אן אפציע ביים אריינטשעקן.

אויף ווי ווייט איך געדענק איז נישט אזוי באקוועם געווען צו שלאפן אויף 4 בענקלעך ביים מצוה טאנץ ווען איך בין געווען א יונגל. דעריבער ווייס איך נישט אויב איך זאל רעקאמענדירן פאר די געטרייע חברים דא אויפן פארום.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:לופטהאנזא שטעלט ארויס נייע סערוויס גערופן: Sleeper's Row
אינטערעסירטע פאסאדזשירן וועלן קענען רעזערווירן א ליידיגע רייע זיך אויסצוציען די ביינער.

אויב טרעוולט איר אפט, דאן איז ווארשיינליך איינע פון אייערע גרעסטע האפענונגען איידערן פארן אז ס'וועט זיך מאכן א ליידיגע רייע וואס איר וועט קענען האלטן אינגאנצן פאר זיך, און מעגליך זיך אראפלייגן פאר א שטיקל דרימל דארטן אויכעט.
גוט, לופטהאנזא איז מיט אייך! אויף געוויסע פלייטס פון 11 שעה אדער מער איז יעצט אוועילעבל צו קענען צוצאלן צוווישן 159 און 229 יורא (געוואנדן אין די ספעציפישע דעסטינאציע) און איר וועט קענען האלטן א גאנצע רייע פון 3 אדער 4 זיצן פאר זיך!

די געדאנק איז אויפגעקומען אינמיטן די קאוויד-הויכפונקט ווען רוב פליגער זענען סייווי געווען רוב ליידיג, און די עירליין האט געקענט באשטיין צו מאכן נאך אפאר דאללער אויף די ליידיג-געבליבענע זיצן. זעהט אויס אז פאסאדזשירן האבן עס אויפגענומען פאזיטיוו און יעצט אפפערט עס שוין לופטהאנזא געהעריג אלס אן אפציע ביים אריינטשעקן.

אויף ווי ווייט איך געדענק איז נישט אזוי באקוועם געווען צו שלאפן אויף 4 בענקלעך ביים מצוה טאנץ ווען איך בין געווען א יונגל. דעריבער ווייס איך נישט אויב איך זאל רעקאמענדירן פאר די געטרייע חברים דא אויפן פארום.

טאוער עיר ע"ה האט א שטיק צייט געהאט אזא ענדליכע אפציע פארענט פון פליגער. מען האט צוגעצאלט 300 צום טיקעט און באקימען צוויי זיצן. צוויי שותפים האבן געקענט עס פיין אויסנוצן
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די אמעריקאנער דזשעט-בלו עירליין האט נעכטן מיטוואך דורך געפירט איר ערשטע דירעקטע טראנסאטלאנטישע פלי רייזע פון JFK קיין לאנדאן-היטראו.

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס ענגלאנד האט געעפענט אירע טויערן פאר אמעריקאנער וואקסינירטע בירגער.

אין די בילד זעהט מען די ערשטע מאל א דזשעט-בלו פליגער לאנדעט אויף די ענגלישע באדן,

image.png
image.png (453.73 KiB) געזען 2011 מאל

image (1).png
image (1).png (336.98 KiB) געזען 2011 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

image (2).png
image (2).png (526.9 KiB) געזען 2008 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

דזשעט-בלו'ס טשיעף עקזעקוטיוו ראבין היעיס ביי א רעדע אין די JFK לופטפעלד הארט בעפאר'ן זיך הייבן

image (3).jpg
image (3).jpg (105.53 KiB) געזען 2006 מאל
אוועטאר
Airplane
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 10:40 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Airplane »

דזשעט-בלו גייט אנהייבן מאכן געהריג אינטערנעשענל פלייטס?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

Airplane האט געשריבן:דזשעט-בלו גייט אנהייבן מאכן געהריג אינטערנעשענל פלייטס?

שלום עליכם. זיכט צוריק אביסל וועט איר טרעפן א ענטפער אויף אייער שאלה
אוועטאר
Airplane
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 10:40 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Airplane »

דזשעט-בלו איז אינטער א גרויסע קאמפעני אזוי ווי טיעם בלו אדער סטאר עלייענס?
סטיל טרייאינג
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 31, 2021 2:31 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף, כ׳האב טרעפיק…

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיל טרייאינג »

Airplane האט געשריבן:דזשעט-בלו איז אינטער א גרויסע קאמפעני אזוי ווי טיעם בלו אדער סטאר עלייענס?

ניין
זיי האבן לעצטענס אנגעפאנגען קאוד-שעיר מיט AA
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

[left][left][left]
נישט אזוי ווייט די עצם נייעס ווי די לאקאציע…
London (CNN Business)A prototype flying car has complete
d a test flight between two cities in Slovakia, spending 35 minutes airborne.
Klein Vision's AirCar flew between Nitra and the capital Bratislava on Monday, according to a press release published Wednesday.
The AirCar Prototype 1 is powered by a 160 horsepower BMW engine, and comes equipped with a fixed propeller. It transforms from aircraft to road vehicle in less than three minutes.
It has now completed more than 40 hours of test flights, according to Klein Vision, including flying at 8,200 feet and reaching a maximum cruising speed of 190 kilometers per hour (118 miles per hour).
After landing in Bratislava on Monday, the aircraft transformed into a car, and was driven into the city center by Klein Vision CEO Stefan Klein and company co-founder Anton Zajac.[]
לעצט פארראכטן דורך shalsheles אום דינסטאג אוגוסט 31, 2021 2:30 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

shalsheles האט געשריבן:נישט אזוי ווייט די עצם נייעס ווי די לאקאציע…
London (CNN Business)A prototype flying car has completed a test flight between two cities in Slovakia, spending 35 minutes airborne.
Klein Vision's AirCar flew between Nitra and the capital Bratislava on Monday, according to a press release published Wednesday.
The AirCar Prototype 1 is powered by a 160 horsepower BMW engine, and comes equipped with a fixed propeller. It transforms from aircraft to road vehicle in less than three minutes.
It has now completed more than 40 hours of test flights, according to Klein Vision, including flying at 8,200 feet and reaching a maximum cruising speed of 190 kilometers per hour (118 miles per hour).
After landing in Bratislava on Monday, the aircraft transformed into a car, and was driven into the city center by Klein Vision CEO Stefan Klein and company co-founder Anton Zajac.

קליין פון נייטרא
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די ביליגע אונגארישע עירליין 'וויז-עיר' וועט איינשטעלן א מאנדאט אויף אלע אירע ארבעטער צו זיין וואקסינירט ביז קומענדיגע חודש דעצעמבער

image.png
image.png (240.76 KiB) געזען 1299 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ברעחדך קאפ האט געשריבן:
קליין פון נייטרא

פון נייטרא קיין פרעשבורג אין די לופט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עירוב תבשילין האט געשריבן:די אמעריקאנער דזשעט-בלו עירליין האט נעכטן מיטוואך דורך געפירט איר ערשטע דירעקטע טראנסאטלאנטישע פלי רייזע פון JFK קיין לאנדאן-היטראו.

לכאורה נישט צו באקוועם מיט זייערע שמאלע (נעראו באדי) פליגערס.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”