צל עובר האט געשריבן: ובפרט ווען אין איין אטעם זאגט מען אז זיי - אידן וואס זענען באלד אזוי אלט ווי זייער מדינה, 70 יאר - זענען נישט קיין אידן נאר אכטע דור אידן אפשטאמיגע, וואס האבן פיינט די תורה, און תוך כדי דיבור נעמט מען אן פאר א פשטות אז די שווערע מיאריטעט פרייע מרידה במלכות שמים געעפענט דורך פוקרים איז דאס אידיש לאנד, ווייל זיי ברענדן זיך אזוי, ממילא איז מען - אפילו איינער וואס הייסט עמטליך איד! - אן אנטיסעמיט פארן מוחה זיין אויף וואס מען האלט איז אן עולה...
אז יענס איז דאס אידיש לאנד, זענען זיי אידן
און זאג נאר, ווען איינער שרייט אין ביהמ"ד אויף פירצות אנשטאט להבדיל אין טומאה, ווייזט דאס אז ער איז אן אנטיסעמיט? אדער גאר אז ער איז איד?!
דו פארשטייסט טאקע נישט די חילוק? אקעי, וועל מיר לערנען א.ב.
די מדינה אידענטיפיצירט זיך (ליידער) אלס אידיש לאנד. די פרייע פורקי עול זענען נישט שטאלץ אלס איד און באהאלטן זייער אידישקייט. א שטייגער ווי בערני וכל כת דיליה.
קיינער זאגט נישט אז איינער איז מער אידישער ווי דעם צווייטן, נאר איינער נוצט אידישקייט צו פארדעקן זיינע עבירות און איינער נוצט מענטשן רעכטן פארלעצונגען צו פארדעקן זיינע אנטיסעמיטיזם...
די אייז קריעם קאמפעני קומט שוין נישט אריין דא, זינט די אידישע בעלי בתים האבן עס שוין פארקויפט אפאר יאר צוריק, ממילא איז די גאנצע שמועס איבריג...