אסדר לסעודתא האט געשריבן:ממוצע האט געשריבן:די אקופירטע שטחים זענען אויבנאויף אן עולה. ניין? כ'רעד בגשמיות. אן קיין נאציאנאליסטישע בליק. און זיכער איז עס א ווילדע און שפארבערישע אקט פון מדנ"י, וואס ברענגט בלויז קאפ ווייטאג און שנאת ישראל.
איז, אפילו אויב די אונטערליגענדע מאטיוון פון דעם אייזקרעם קאמפאני זענען אנטיסעמיטיש. פארוואס איך זאל מיך דא גיין אננעמען פאר די צעדרייטע שטחים, וואס זענען עניוועיס אן עוולה?
חוץ המעשה, וואס איך זעה נישט אז אנטיסעמיטיזם זאל שפילן א ראלע. זיכער נישט קיין קאונטשעס ראלע. פאר סאם ריזען באקומען די שטחים אסאך מידיא דעקונג. און לכבוד די קאמפאניס ליבעראלע אנשויאונגען האבן זיי מחליט געווען צו טוען עפעס צו ארויסווייזן פראטעסט. איך זעה נישט וואס ס'האט מיט אנטיסעמיטיזם.
והעיקר, ס'זעט מיר בכלל נישט אויס אז די אלע קעגן בויקאטירער טוען עס וועגן די "אנטיסעמיטיזם". כ'ווייס נישט פארוואס מיר זעט אויס אז ס'קומט פון ריין נאציאנאליסטישע געפילן. און דערפאר איז עס א שאנדע אז די לאקאלע געשעפטן טאנצן דא אזוי אריין.
(איך בין נישט עכט באקאנט מיט די אקופירטע שטחים פאליטיק, זאל מען מיר ביטע אויפקלערן אויב איך רעד שטותים.)
די ווארט איז נישט אזוי ווייט אנטיסעמיטיזם ווי היפאקריטיע. פונקט דא שטערט זיי אביסל אקופאציע, אבער אין קרעמיע פארקויפן זיי ווייטער כאילו לא היה... זיי מיר נישט דא קיין פרומער אויף שטחים, נאר ווייל ס'האט צו טון מיט אידן.
הימל און ערד די אקופירטע שטחים צו קריימיע.