בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

והיתם נקיים האט געשריבן:למעשה לויט ווי מ'ברענגט אויבן אז די אייגנטומער זענען אידן, וועלן די אלע וואס זענען פריער אריינגעקומען שרייען אז א גוי וואס קעגן איזרעאל איז אן אנטיסעמיט יעצט אריינקומען צו באגריסן דעם איד וואס האט זוכה געווען צו מקדש זיין שם שמים מסוף העולם ועד סופו, אפילו ס'קען אים קאסטן זיין פרנסה, מיט מסירת נפש מש.

בערני סענדערס איז אויך א מקדש שם שמים לויט דיר?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך והיתם נקיים »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:למעשה לויט ווי מ'ברענגט אויבן אז די אייגנטומער זענען אידן, וועלן די אלע וואס זענען פריער אריינגעקומען שרייען אז א גוי וואס קעגן איזרעאל איז אן אנטיסעמיט יעצט אריינקומען צו באגריסן דעם איד וואס האט זוכה געווען צו מקדש זיין שם שמים מסוף העולם ועד סופו, אפילו ס'קען אים קאסטן זיין פרנסה, מיט מסירת נפש מש.

בערני סענדערס איז אויך א מקדש שם שמים לויט דיר?

וואס, יעצט גייסטו קומען מיט א תורה אז א איד וואס איז קעגן איזרעאל איז גאר אן אנטיסעמיט?...
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

Who knows האט געשריבן:גערעכט, אבער אידן האבן/דארפן האבן מיט איזריעל ווי מיט טשיינע, אפילו אונטער די בויקיאט ליגט אנטיסעמיטיזם דארף אונז נישט אנגיין זייערע פאליטישע/אנטיסעמיטישע געפעכטן מיט איזריעל

עקזעקטלי.

די מדינה איז פונקט ווי טשיינע.

און פארשטייט זיך אויב איינער גייט זיך טשעפענען מיט טשיינע מתוך אנטיסעמיטיזם וועט עס אויפשאקלען יעדער איד.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך נו שוין »

יאפ, די אויפברויז וואס מזעהט דא אויף די אידישע בין ענד דזשעריס קאמפאני, קומט נישט צו א אפס קצהו די אויפברויז אויף קורטיז סאליווע, דער אפענע אלד פעשאנד הגדה פויער מיט די האק אין די האנד וואס שומפט אזוי אקעגן חסידישע אידן גייט כמעט קיינעם אן, אבער ווען עפעס א אידישע קאמפעני האט אביסל העכערע וועליוס און וויל נישט שטיצן אומרעכט קומם צו גיין אלע היימישע טוויטעריסטן און שוימן און האקן און בראקן.
#בשיטה נישט
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

והיתם נקיים האט געשריבן:למעשה לויט ווי מ'ברענגט אויבן אז די אייגנטומער זענען אידן, וועלן די אלע וואס זענען פריער אריינגעקומען שרייען אז א גוי וואס קעגן איזרעאל איז אן אנטיסעמיט יעצט זיכער אריינקומען צו באגריסן דעם איד וואס האט זוכה געווען צו מקדש זיין שם שמים מסוף העולם ועד סופו, אפילו ס'קען אים קאסטן זיין פרנסה, מיט מסירת נפש מש.

אפילו אויב ער איז א גוי האט ער אויך זוכה געווען מקדש שם שמים צו זיין (לויט דיר), די שאלה איז אבער וואס זענען זיינע כוונות,

איז אויב איז ער א גוי קען מען אים חושד זיין מיט אנטיסעמיטיזם, און אויב איז ער א איד קומט עס פשוט פון עקסטרעם לינקע שיטות, אידער וועי האט ער נישט געמיינט דא די שלש שבועות.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

והיתם נקיים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:למעשה לויט ווי מ'ברענגט אויבן אז די אייגנטומער זענען אידן, וועלן די אלע וואס זענען פריער אריינגעקומען שרייען אז א גוי וואס קעגן איזרעאל איז אן אנטיסעמיט יעצט אריינקומען צו באגריסן דעם איד וואס האט זוכה געווען צו מקדש זיין שם שמים מסוף העולם ועד סופו, אפילו ס'קען אים קאסטן זיין פרנסה, מיט מסירת נפש מש.

בערני סענדערס איז אויך א מקדש שם שמים לויט דיר?

וואס, יעצט גייסטו קומען מיט א תורה אז א איד וואס איז קעגן איזרעאל איז גאר אן אנטיסעמיט?...

מיט וואס זענען זיי אידן? זייערע זיידעס 8 דורות ארויף זענען געווען אידן, זיי האבן נישט קיין שייכות מיט די תורה און זיי האבן פיינט אידן. יא, זיי זענען אנטיסעמיטן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך גרשון »

מסתמא האט געשריבן:זיך נעמען איבער ארץ ישראל בשעתן איגנארירן די זעלבע און אסאך גרעסערע עוולות ביי אנדערע לענדער איז ריין אנטיסעמיטיזם.

וואו זעסטו מ'איגנארירט? אמעריקע האלט אין איין ארויפשטעלן סאנקציעס אויף לענדער מיט מענטשן רעכט פארלעצונגען. פארשטייט זיך אז אן אידעאלאג דארף נישט נעמען אייגענע שריט ווען זיין רעגירונג טוט עס שוין.

(נישט אז איך בין קאנווינסד אז ארץ ישראל באקריוודעט טאקע אזוי שטארק די פאלעסטינער, מ'רעדט דאך אבער לצד אז ס'איז אזוי.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

נו שוין האט געשריבן:יאפ, די אויפברויז וואס מזעהט דא אויף די אידישע בין ענד דזשעריס קאמפאני, קומט נישט צו א אפס קצהו די אויפברויז אויף קורטיז סאליווע, דער אפענע אלד פעשאנד הגדה פויער מיט די האק אין די האנד וואס שומפט אזוי אקעגן חסידישע אידן גייט כמעט קיינעם אן, אבער ווען עפעס א אידישע קאמפעני האט אביסל העכערע וועליוס און וויל נישט שטיצן אומרעכט קומם צו גיין אלע היימישע טוויטעריסטן און שוימן און האקן און בראקן.

מיר גראדע האבן ביידע זאכען אויפגעברויזט.

די סאליווע מעשה איז אנדערש מחמת כמה טעמים.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נקיים, א משומד וואס פייניגט אידן איז נישט קיין אנטיסעמיט?...

די סטייל אין אמעריקע איז נישט צו זיין קיין אפענער אנטיסעמיט (חוץ אויב מ'איז א ש.... גלח), אבער אנטי איזראעל איז יא אין סטייל. קומען די אנטיסעמיטישע אידן מיט אן אנטי איזראעל שלייער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך מסתמא »

גרשון האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:זיך נעמען איבער ארץ ישראל בשעתן איגנארירן די זעלבע און אסאך גרעסערע עוולות ביי אנדערע לענדער איז ריין אנטיסעמיטיזם.

וואו זעסטו מ'איגנארירט? אמעריקע האלט אין איין ארויפשטעלן סאנקציעס אויף לענדער מיט מענטשן רעכט פארלעצונגען. פארשטייט זיך אז אן אידעאלאג דארף נישט נעמען אייגענע שריט ווען זיין רעגירונג טוט עס שוין.

(נישט אז איך בין קאנווינסד אז ארץ ישראל באקריוודעט טאקע אזוי שטארק די פאלעסטינער, מ'רעדט דאך אבער לצד אז ס'איז אזוי.)

איך רעד פון גרופעס און מאוומענטס פון מענטשן אדער קאמפעניס
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גרשון האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:זיך נעמען איבער ארץ ישראל בשעתן איגנארירן די זעלבע און אסאך גרעסערע עוולות ביי אנדערע לענדער איז ריין אנטיסעמיטיזם.

וואו זעסטו מ'איגנארירט? אמעריקע האלט אין איין ארויפשטעלן סאנקציעס אויף לענדער מיט מענטשן רעכט פארלעצונגען. פארשטייט זיך אז אן אידעאלאג דארף נישט נעמען אייגענע שריט ווען זיין רעגירונג טוט עס שוין.

(נישט אז איך בין קאנווינסד אז ארץ ישראל באקריוודעט טאקע אזוי שטארק די פאלעסטינער, מ'רעדט דאך אבער לצד אז ס'איז אזוי.)

אבער די אייז קריעם קאמפעני פארקויפט ווייטער אין כינע, וואס האט נישט קיין סאנקציעס, אבער נישט אין די שטחים...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נו שוין האט געשריבן:יאפ, די אויפברויז וואס מזעהט דא אויף די אידישע בין ענד דזשעריס קאמפאני, קומט נישט צו א אפס קצהו די אויפברויז אויף קורטיז סאליווע, דער אפענע אלד פעשאנד הגדה פויער מיט די האק אין די האנד וואס שומפט אזוי אקעגן חסידישע אידן גייט כמעט קיינעם אן, אבער ווען עפעס א אידישע קאמפעני האט אביסל העכערע וועליוס און וויל נישט שטיצן אומרעכט קומם צו גיין אלע היימישע טוויטעריסטן און שוימן און האקן און בראקן.

ביטע....

ס'איז נישט קיין אידישע קאמפעני און נישט קיין העכערע וועליוס.
לעצט פארראכטן דורך אסדר לסעודתא אום דינסטאג יולי 20, 2021 10:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך געלעגער »

מען קען גראדע הערן די אויפברויז. למעשה איז עס די ערשטע גרויסע אמעריקאנע קאמפעני וואס טוט דאס, זאל דאס אנפאנגען צו ווערן די נארם וועט נישט טויגן
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך נו שוין »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:זיך נעמען איבער ארץ ישראל בשעתן איגנארירן די זעלבע און אסאך גרעסערע עוולות ביי אנדערע לענדער איז ריין אנטיסעמיטיזם.

וואו זעסטו מ'איגנארירט? אמעריקע האלט אין איין ארויפשטעלן סאנקציעס אויף לענדער מיט מענטשן רעכט פארלעצונגען. פארשטייט זיך אז אן אידעאלאג דארף נישט נעמען אייגענע שריט ווען זיין רעגירונג טוט עס שוין.

(נישט אז איך בין קאנווינסד אז ארץ ישראל באקריוודעט טאקע אזוי שטארק די פאלעסטינער, מ'רעדט דאך אבער לצד אז ס'איז אזוי.)

אבער די אייז קריעם קאמפעני פארקויפט ווייטער אין כינע, וואס האט נישט קיין סאנקציעס, אבער נישט אין די שטחים...

אלס א אידישע קאמפאני האט ער אבליגעישאנס אין לייף, פיעלט ער דארף ארויסשרייען אז אנדערע נוצן זיין נאמען.

שוין צייט צו מאכן אוטריעטש מיט די אמעריקרנע אידישע אינגנטליכע, מערסטענס טייל שרעקליכע שונאי מדנ"י (נישט אידישקייט!)
#בשיטה נישט
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך ר' זעקל »

איינער ווייסט ווי מען קען קויפן אביסל בען ענד דזשערי אייסקרים איך מוז שוין וויסן וויאזוי עס קאסט
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך איש האשכולות »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:דוכט זיך אז די פירמע איז די פאפולערסטע אייז קרעם ברענד איבער די וועלט

ניטאמאל פון די 5 פאפולערסטע...

בען ענד דשערי האט פארקויפט די מערסטע אייז קריעם אין די פאראייניגטע שטאטן אין יארע 2020 לויט סטאטיסטע.קאם
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

תגובה דורך ממוצע »

די אקופירטע שטחים זענען אויבנאויף אן עולה. ניין? כ'רעד בגשמיות. אן קיין נאציאנאליסטישע בליק. און זיכער איז עס א ווילדע און שפארבערישע אקט פון מדנ"י, וואס ברענגט בלויז קאפ ווייטאג און שנאת ישראל.

איז, אפילו אויב די אונטערליגענדע מאטיוון פון דעם אייזקרעם קאמפאני זענען אנטיסעמיטיש. פארוואס איך זאל מיך דא גיין אננעמען פאר די צעדרייטע שטחים, וואס זענען עניוועיס אן עוולה?

חוץ המעשה, וואס איך זעה נישט אז אנטיסעמיטיזם זאל שפילן א ראלע. זיכער נישט קיין קאונטשעס ראלע. פאר סאם ריזען באקומען די שטחים אסאך מידיא דעקונג. און לכבוד די קאמפאניס ליבעראלע אנשויאונגען האבן זיי מחליט געווען צו טוען עפעס צו ארויסווייזן פראטעסט. איך זעה נישט וואס ס'האט מיט אנטיסעמיטיזם.

והעיקר, ס'זעט מיר בכלל נישט אויס אז די אלע קעגן בויקאטירער טוען עס וועגן די "אנטיסעמיטיזם". כ'ווייס נישט פארוואס מיר זעט אויס אז ס'קומט פון ריין נאציאנאליסטישע געפילן. און דערפאר איז עס א שאנדע אז די לאקאלע געשעפטן טאנצן דא אזוי אריין.

(איך בין נישט עכט באקאנט מיט די אקופירטע שטחים פאליטיק, זאל מען מיר ביטע אויפקלערן אויב איך רעד שטותים.)
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך פופציגער »

מיין מקוה איד פארקויפט נישט קיין זייפלעך אין די שטחים. ס'טע געהערט אזאנס.

פארוואס פונקטליך שטערט עס איינעם? גייט מןע טאקע מאכן א טראסק פון יעדן שמויגער וואס גייט זיך צולאזן?
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איש האשכולות האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:דוכט זיך אז די פירמע איז די פאפולערסטע אייז קרעם ברענד איבער די וועלט

ניטאמאל פון די 5 פאפולערסטע...

בען ענד דשערי האט פארקויפט די מערסטע אייז קריעם אין די פאראייניגטע שטאטן אין יארע 2020 לויט סטאטיסטע.קאם

אין אמעריקע, ער האט גערעדט פון די וועלט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פופציגער האט געשריבן:גייט מןע טאקע מאכן א טראסק פון יעדן שמויגער וואס גייט זיך צולאזן?

וועמען שטערט עס?

- אז מ'עפנט א פרישע אשכול יעדע פאר טעג אויב דער רבי זי"ע האט עס יא געזאגט אדער נישט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ממוצע האט געשריבן:די אקופירטע שטחים זענען אויבנאויף אן עולה. ניין? כ'רעד בגשמיות. אן קיין נאציאנאליסטישע בליק. און זיכער איז עס א ווילדע און שפארבערישע אקט פון מדנ"י, וואס ברענגט בלויז קאפ ווייטאג און שנאת ישראל.

איז, אפילו אויב די אונטערליגענדע מאטיוון פון דעם אייזקרעם קאמפאני זענען אנטיסעמיטיש. פארוואס איך זאל מיך דא גיין אננעמען פאר די צעדרייטע שטחים, וואס זענען עניוועיס אן עוולה?

חוץ המעשה, וואס איך זעה נישט אז אנטיסעמיטיזם זאל שפילן א ראלע. זיכער נישט קיין קאונטשעס ראלע. פאר סאם ריזען באקומען די שטחים אסאך מידיא דעקונג. און לכבוד די קאמפאניס ליבעראלע אנשויאונגען האבן זיי מחליט געווען צו טוען עפעס צו ארויסווייזן פראטעסט. איך זעה נישט וואס ס'האט מיט אנטיסעמיטיזם.

והעיקר, ס'זעט מיר בכלל נישט אויס אז די אלע קעגן בויקאטירער טוען עס וועגן די "אנטיסעמיטיזם". כ'ווייס נישט פארוואס מיר זעט אויס אז ס'קומט פון ריין נאציאנאליסטישע געפילן. און דערפאר איז עס א שאנדע אז די לאקאלע געשעפטן טאנצן דא אזוי אריין.

(איך בין נישט עכט באקאנט מיט די אקופירטע שטחים פאליטיק, זאל מען מיר ביטע אויפקלערן אויב איך רעד שטותים.)

די ווארט איז נישט אזוי ווייט אנטיסעמיטיזם ווי היפאקריטיע. פונקט דא שטערט זיי אביסל אקופאציע, אבער אין קרעמיע פארקויפן זיי ווייטער כאילו לא היה... זיי מיר נישט דא קיין פרומער אויף שטחים, נאר ווייל ס'האט צו טון מיט אידן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך ממוצע »

דאס איז בעיקר די מידיא צו פארדאנקען.

איך פארשטיי די געשעפטן. איך בין פלעין זייער אנקאפארטעבל צו מאכן אזא מצב ווען ס'קומט צו צעדרייטע שטחים. ווען מיין גאנצע טענה איז אז די קאמפאני האט זיך ארויפגעכאפט פונקט אויף מדנ"י וועגן זי האט נישט ליב אידן. ס'הערט זיך עפעס פאני. באט שוין...
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך איש האשכולות »

בען קאהן און דשערי גרינפעלד זענען ביידע אידן,
זיי זענען געבוירן און אויפגעוואקסן צוזאמען אין לאנג איילענד. זיי זענען שטארקע ליבראלן און הייסע בערני סאנדערס חסידים,
זיי האבן געעפענט די ערשטע געשעפט 1978 אין א פארלאזטע געז סטעישען זיי האבן פארקויפט די פירמע אין יארע 2000 זיי זענען נאך אקטיוו אין די פירמע אבער אן קיין ענדגילטיגע ווארט.
(סאו איך ווייס נישט צו זיי האבן געמאכט א קידוש ה')
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

איש האשכולות האט געשריבן:בען קאהן און דשערי גרינפעלד זענען ביידע אידן,
זיי זענען געבוירן און אויפגעוואקסן צוזאמען אין לאנג איילענד. זיי זענען שטארקע ליבראלן און הייסע בערני סאנדערס חסידים,
זיי האבן געעפענט די ערשטע געשעפט 1978 אין א פארלאזטע געז סטעישען זיי האבן פארקויפט די פירמע אין יארע 2000 זיי זענען נאך אקטיוו אין די פירמע אבער אן קיין ענדגילטיגע ווארט.
(סאו איך ווייס נישט צו זיי האבן געמאכט א קידוש ה')

:lol:
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: בען ענד דזשערי הערט אויף צו פארקויפן זייערע פרעדאוקטן און די אקאפירטע שטחים

תגובה דורך מסתמא »

:lol: :lol:
@איש האשכולות ביסט פיין
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”