איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דער 26 יעריגער קייעל מעקדאנעלד פון מאנטרעאל קאנאדע, האט זיך איין שיינעם טאג, אדער פונקטליכער – אום יואלי דער צוועלעפטער 2005, זיך געשפילט מיט זיינע חפצים וואס האבן זיך געוואלגערט אויפן טיש, און אט זעט ער א רויטער פאפיר קליפ.

באלד איז אים ארויף א בליץ אין קאפ: ער וויל קויפן א הויז מיט דעם פאפיר קליפ, דורך עס אויפטוישן מיט עפעס וואס איז ווערד אביסעלע מער, און דאס אויפטוישן צו עפעס וואס איז ווערד נאך אביסל מער, ביז ער וועט קענען קויפן דערמיט א הויז...

די געדאנק זעט אויס אבסורד, אבער ער האט געוויסט וואס ער וויל, און ביז א יאר האט ער ווירקליך באוויזן דאס אומגלויבליכע... ער האט געהאט א הויז אין וואס עס איז אינוועסטירט געווארן צייט, אבער נישט קיין געלט. די פאפיר-קליפ האט אים געברענגט א שיינע דירה'לע.

די רויטע פאפיר-קליפ האט ער אויפגעטוישט ביי א פריינט אין וואנקאבער קאנאדע, מיט א פענע וועלכע האט געהאט א מוסטער פון א פיש. אין יענעם זעלבן טאג, האט ער באקומען פאר דעם פענע א שיינע אויסגעהאקטע הענטל פון א טיר, וואס קומט פון סיאטל, וואשינגטאן. עלף טעג שפעטער איז ער געווען אין אמהערעסט מעסעטשוטשעס, וואו ער האט געטוישט דעם הענטל פון דעם טיר פאר א קעמפ אויווען, מיט א פולער טאנק גאזעלין אינעווייניג אין איר.

א חודש שפעטער האט ער געמאכט דעם קומענדיגן טריט, ווען ער איז געפארן אין סאן קלאמענטא אין קאליפארניע, און ער האט אויפגעטוישט דארט דעם אויוועלע פאר א גענעראטאר פון די האנדא פירמע. אבער דא איז אנגעקומען א שטיקל פאנטשער... אנקומענדיג קיין קווינס אין ניו יארק, האט די פייער דעפארטמענט קאנפיסקירט דעם גענעראטאר, און ער האט געדארפט אנהייבן פונדאסניי...

אבער נישט אזא איינער ווי קייעל מעקדאנעלד וועט זיך דערשרעקן פון א דורכפאל. ער האט באקומען אין אויסטויש פון דעם גענעראטאר א קיופאן צו קענען אנפילן א פעסל ביר אין א געוויסער פארטי, און אן עלעקטראנישער שילד. די קיופאנ'ס האט ער אויפגעטוישט א שיינע שטיק צייט שפעטער ביי מישעל בראט, א באקאנטער קאמיקיסט און ראדיא פערזענליכקייט אין קוויבעק קאנאדע, און ער האט באקומען דערפאר צוויי שניי ביציקלעך.

אין יענע זעלבע וואך האט ער אויפגעטוישט די צוויי ביציקלעך פאר א קלארע און פונקטליכע פערזענליכע באגלייטונג פון צוויי מענטשן אין די בריטישע קאלאמביע צו די שטאט יאהק. דארט אויפן פלאץ האט איינער אפגעקויפט די רעכט פאר א שפאציר אין יאהק מיט די צוויי מענטשן וואס האבן אים באגלייט, און מעקדאנעלד האט באקומען דערפאר א קליינע טרעקעלע, צו קענען פארזעצן זיין רייזע...

עס האט אים גענומען עטליכע וואכן, ביז ער האט אויפגעטוישט דעם קליינעם טרעקעלע פאר א קאנטראקט ארויסצוגעבן א געוויסע רעקארדיגונג מיט מאטעל ווארקס אין טאראנטא. אבער ער האט דאס נישט גענוצט, נאר דאס אויפגעטוישט מיט דזשאדי נאנט וואס איז געווען א לענדלארד, און האט אים געגעבן אנשטאט דעם רענט פאר א יאר צייט, אין א דירה אין פיניקס, אריזאנע.

מיינט איר אז ער איז דארט געגאנגען וואוינען? וואס עפעס. דאס דארף מען אויפטוישן... קוים צוואנציג טעג פאריבער, און ער האט געטוישט די רענט פון א יאר מיט איינעם. קייעל האט באקומען דערפאר א פריוואטע נאכמיטאג צו פארברענגען מיט א אקטיאר און אינטערהאלטער עליס קופער. איר שטעלט זיך אליינס פאר אז ער איז נישט געווען ביים פארברענג, נאר דאס אויפגעטוישט... פאר א געוויסער שניי ספארט.

די ספארט האט אים פאראינטערעסירט ווי די פאראיעריגע שניי... דאס איז געווארן אויפגעטוישט מיט אן אקטיאר, וואס האט אים געגעבן זיין אקט צו שפילן אויף א געוויסע ווידעא. דאס איז שוין יא עפעס א גדולה, און אין אויסטויש פון דעם וואס ער האט דאס אוועק געגעבן פאר איינעם, האט ער באקומען א פארם הייזקע פון צוויי שטאק, אין קיפלינג, סעסקעטשעוואן, קאנאדע.

אזוי האט קייעל מעקדאלענלד באוויזן צו שאפן א הויז דורך א רויטע פאפיר-קליפ... די גאנצע מקח האט אים ארומגעשלעפט צו פילע דעסטינאציעס, און ער האט געהאט באזוכט אין אסאך לענדער, זיך געטראפן מיט מענטשן, און דערפון געשריבן א לאנגס און א ברייטס, פון זיין געוואלדיגע ערפארונג.

עס איז געווען אזוי געלונגען, אזש ער איז געווארן פאפולער אויף די אינטערנעט געוועב, און אריין אין די גינעס ווארלד רעקארד ביכל פון יאר 2008 אלס דער מערסט געלונגענער און סוקסעספולער אויסטויש ביזנעסמאן אין דער וועלט...

***

פיין טענקיו שמעלקא. שיינע מעשה'לע. אבער וואס ווילסטו דא? זייער פשוט!

ווי אומגלויבליך עס הערט זיך, איז דאס אן אמת'ע געשיכטע, און א ביישפיל פאר דעם אז אויב מען וויל שטארק, מען איז אנטשלאסן צו עררייכן דעם ציל, קען מען קויפן א הויז פון צוויי שטאק, מיט איין רויטע פאפיר-קליפ!

אנטשלאסנקייט. אנטשלאסנקייט. עקשנות. עקשנות. די שליסל צו הצלחה. די שליסל צו גליק. די שליסל צו געווינס. די שליסל פון דורכברעכן. די שליסל צו סוקסעס.

"אידישע וועלט פארומס", א באשיידן ווינקל. איך האב מיר געהאט די זכי' צו באקענען מיט איר שוין א שיין שטיק צייט צוריק, דאכצעך אז מען רעדט פון פינף אדער זעקס יאר צוריק, ווען כ'בין אריין אין ביזנעס.

כ'האב דעמאלט געעפנט מיין אפיס, געקישט ערליך די מזוזה יעדן טאג (גראדע, גייט נאך אן עד היום) און פרובירט צו ארבעטן און מאכן פרנסה. ס'איז געווען אסאך איבעריג צייט. די פילטער בלאקט פארשטייט זיך אלעס, האט מען געהאט בלויז אידישע וועלט פארומס. מען האט זיך באשריבן דארט, און אנגעהויבן קנאקן תגובות. געלויבט השי"ת אז די תגובות האבן געשמעקט פאר געוויסע אידן.

איך האב פון דא באקומען אישי'ס פון עטליכע פירמעס וואס האבן געוואלט מיינע סערוויסעס, און ב"ה איך קען זאגן אז היינט בין איך גאר שטארק פארנומען, און קיין צופיל צייט צו שטופן האב איך בכלל נישט, ניטאמאל צו ליינען דא, ווער רעדט נאך פון שרייבן... זאל דער רבונו של עולם אוודאי העלפן ווייטער!

אבער, זאכן רוקן זיך. ס'איז אויסגעקומען צו דארפן הילף און טובות פון ידידינו היקר וידיד נפש כל חי, מורה מורינו ערעב וויכי (כוירע האט מיר געזאגט 2 יאר צוריק אין קאנטרי אז אפיציעל טאר ער נישט רעדן מיט מיר... געדענקסט?) און מ'האמיר זיך דאן באקענט. זינט דאן, האט ער מיר געהאלטן אין איין פרעגן: שמעלקא, ניקס רודפ'ן מיר אז מען דארף ענדיגן די טאשקע!!!

און איך זאג אים דעם סדר היום וואס כ'האב, היכן יכנס כל הטאשקע הזה?! ס'ממש נישט מעגליך. אבער והוא באחת, שמעלקא, די טאשקע דארף מען ענדיגן, מ'קעניש אנהייבן און אוועק שפאצירן (באלד וועט נאך זיין א טראסט פראטעסט ה"י...) דער עולם איז גרייט צו צאלן געלט דערפאר... עטליכע האבן שוין געזאגט... אבער ב"ה געלט איז נישט קיין אישו, מיין ב"ב איז שוין צוגעוואוינט צו הערן פון מיר: "געלט איניש קיין אישו! ס'איז סייווי נישטא"... בדרך צחות שטייצעך, ב"ה דער טוב ומטיב לכל איז זן נישט בלויז די ביצי כינים, נאר אויך דעם שמעלקא.

עכ"פ, פאריגע וואך באקום איך א פערזענליכן רוף פון ר' וויכי'ן, אז מען מאכט א קאמפיין, ער זאגט מיר במה דברים אמורים און ווארנט נישט צו שיקן ווייטער, און דאן גיט ער מיר א פארשלאג: ענדיג די טאשקע, פאר ווער ס'גיט דיר געלט. איך האב געלאכט. ווער גייט געבן? ס'איז א פאשקעוויל, א מענטש אן א נאמען, סתם א ניק, ווער גייט געבן געלט? האט עס עפעס קראפט? איך טראסט וויכי (ווייטער טראסט?), אבער צי וועלן מענטשן געבן צוויי הונדערט אלפים? צוואנציג איז שוין אויך איבערגעשאצט...

כ'בין געווען סקעפטיש, און דערפאר האב איך געזאגט יא... כ'בין באמת פארנומען, בפרט זומער וואס איך האב דאפלט ארבעט ווי א גאנץ יאר, כ'האב קוים אטעמען צייט... און כ'זאג זיכער, אוודאי וועט מען טאשקענען...

און יא. די פאפיר קליפ איז פארוואנדלט געווארן אין א הויז. אריבער א פערטל מיליאן מיט א שמיץ אריבער, און איך בין געבליבן יעצט לעקיש. מחר באקומט א ישועה, די געגנט באקומט א מקוה, און שמעלקא באקומט פרישע ארבעט, מזל טוב מזל טוב.

אידן לעכטיגע!!! די אנטשלאסנקייט און די עקשנות צו העלפן אנדערע "שלא כדרך הטבע" - איז ארויס מיט איר שענסטע קאלירן. אצינד, גיי איך מיר ארויפשארצן די ארבעל, און שרייבן דעם פארזעצונג, טראץ אלע טירדות און מניעות וואס איך האב!!!

ווייל דאס איז מיין רויטע פאפיר קליפ צום קאמפיין, און מיין שותפות אויפן גרעסטן קידוש השם וואס די פארשאלטענע אינטערנעט האט אמאל באוויזן!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

שיין. אבער כ'האב נישט געקויפט א קאפיטל זאלסט שרייבן פאפיר קליפס. גיי שרייב אין די מיסטעריעזע טאשקע אשכול. נישט דא.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

די פעיפער קליפ ביזטו? אדער איי-וועלט?
די צוויי שטאקיגע הויז איז די גאול? אדער מחר'ס ישועה?

דשאסט קידינג, גאר שיין געשריבן שמעלקא!

נהניתי מאוד.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

בעט מיך געלט און א יאר ארום... איך האב שוין געקופט א באקס פאפיר קליפס...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

שמעלקא שני דברים בגוי, כ'מיין אין דיינע ווערטער,
פירסט אף אלל טענק יא, פארן אנהייבן ציריק די מאנסע!
און צווייטנס האסט מיר באשטעטיגט מיינע חשדות, אזוי נישמיר נישטדיר געסטע דא א שטיקלע ראן דאון פון דיינע ערשטע יארן, און בתוך הדברים פארציילסטו וועגן אומבאקאנטע אישית,
איך האב זיך אלס געווינדערט, עס זענען דא שרייבער'ס וואס קומען אהער, שלייפן זיך און רייבן זיך אויס, און מיטאמאל ווען די ריכטיגע טינט הייבט אהן פליסן, זענען זיי נישט צום האבן,
יעצט איז אלעס קלאר, זיצן דא פון די יעניגע, און לאקערן אויף די אומשילדיגע קרבנות, און נער'ן זיי אריין אין זאק פאר אפאר אפגעריבענע גראשן, אוי לאזנים שכך שמעות,
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די טאשקע האב איך נאך קיינמאל נישט געליינט, (ששששש...) אבער פאר דעם ארטיקל האט זיך שוין געלוינט די גאנצע קאמפיין!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יישר כח קלאצקאפ...

שר התורה, אפשר קען דער רבי גוזר זיין פרנסה מיט זיין כח השרה, און אזוי וועט מען מער נישט וויזאהייסטעס.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

מעכטיג!!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זעהר שעהן און בא'טעמ'ט געשריבן! א נחת צו ליינען!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יעצט געליינט
גיי מיר זיך איינהאנדלען א פאפיר קליפ


אונז פריי מיר זיך צו הערן אז דו האסט ב"ה פרנסה, אבער נעקסטיים, ענדיג די מעשה, אן איינער זאל דארפן א ישועה, נאר סתם צו העלפן אידן וואס ליינען מיט דארשט דיינע מעשיות
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8503
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: איין פאפיר קליפ - אסאך פלאטשקעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

גיימער זיך שאפן א פאפיר קליפ, ווער וויל זיך איינטוישן א גענוצטע בארשטל פאר א פאפיר קליפ?
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”