ר' זעקל האט געשריבן:טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:װעלכע סענאט רעיסעס האבן די רעפובליקאנער אן ערנסטן שאנס? (אזױ װעל איך קענען מיטהאלטן פון יעצט און װײטער...)
1) ניו העמפשיר אויב די דארטיגע רעפאבליקען גאווערנער סונונו לויפט (אויב לויפט ער נישט האבן די רעפאבליקאנער לכאורה נישט קיין שאנסן דארט)
2)דזשארדזשיע
3) אריזאנע
4) נעוואדע
סתם א קרישקעלע.
עס איז מער ווייניגער זיכער אז די דעמאקראטן וועלן פארלירן סענאט זיצן אין 2024, צוליב די דעמאלטסדיגע מאפע, ממילא אויב געינען זײ נישט קיין סענאט זיצן אין 2022, ווען די מאפע איז בעסער פאר די דעמאקראטן, איז דאס אליינס א גרויסע זיג פאר די רעפאבליקאנער.
וואס איך מיין צו זאגן איז, אז די רעפאבליקאנער מוזן נישט עכט געווינען קיין איינס פון די פיר זיצן - וואס אלע פון זיי איז אן אפהיל בעטעל פאר זײ חוץ ניו העמשיר אויב סונונו לויפט - צו זיין סוקסעספול, נאר אויב זיי פארטיידיגן אלע זייערע זיצן, אדער אפילו נאר כמעט אלע פון זייערע זיצן, איז עס אויך א געווינס פאר זיי, ווייל דאס מיינט אז זיי גייען איבערנעמען אין 2024, אזא בחינה ווי 2018 פאר די דעמאקראטן, אבער אויף סטעראודס.
די רעפאבליקאנער זיצן אויף וואס עס איז דא עכטע פארמעסטן זענען:
1) פענסילוועניע, א אפענע זיץ אין די ביידן 1.2% סטעיט, וואס די דעמאקראטן האבן גאנץ א שטארקן קאנדידאט, דער לוטענענט גאווערנאר, וועלכער דארף אבער נאך דורכשוויצן א פריימערי.
2) וויסקאנסין, ווי מען ווייסט נאכנישט אויב דער אינקאמבענט רעפאבליקאנער ראן דזשאנסאן לויפט אין די ביידן 0.6% סטעיט, עס הייסט אז דער שווארצער דעמאקראטישער לוטענענט גאווערנאר וועט מארגן מעלדן אז ער לויפט, ער איז לויט ווי איך פארשטיי נישט אזא גוטער קאנדידאט פאר די דזשענערעל ווי אין פענסילוועניע, פלאס וואס וויסקאנסין איז דאך עטוואס צורעכטס פון פענסילוועניע, ובפרט אין לאקאלע און מידטערם פאליטיק.
3) נארט קארעליינע, ווי עס קומט נאך פאר א העפטיגע פריימערי ביי די רעפאבליקאנער, אין דעם אפענעם פארמעסט אין דעם טראמפ 1.2% סטעיט, און די דעמאקראטן שטעלן לכאורה ארויס די שווארצע געוועזענע סטעיט סופרים קארט טשיעף ריכטער, וועלכע האט פארלוירן אין 2020 מיט עטליכע הונדערט שטימען סטעיטווייד.