#קיימישא מיט גרויס שמחה איז אויפגענומען די פרייליכע בשורה אז מוסדות וויזניץ קייאמישע האט געשלאסן דעם מקח מיט מוסדות וויזניץ מאנסי, אפקויפענדיג די בניני הישיבה והמסתעף, מיט אלע אירע שטחים ארום וכו'.
אזוי ווי מען האט געדארפט אויפקומען מיט'ן אסטראנאמישן סכום פון 4 מיליאון דאלער אין בלויז אפאר טאג איז פאריגע וואך פארגעקומען א דרינגענדע אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר שליט"א אין קייאמישע, מיט די באטיילייגונג פון איבער 20 נגידי הקהילה.
עס האבן אויפגעטרעטן די עסקנים און ארויסגעברענגט דאס חשיבות ווייטער אויסצופירן דאס שליחות און דעם רצון קדשו פון רבי'ן זצוק"ל, און ווי עס איז ביי יעדער חסיד באקאנט אז דאס שטעטל בכלל, און די ישיבה הקדושה בפרט, זענען געווען אדוק אל לבו און האט זיך ממש מוסר נפש געווען פאר דעם מקום קדוש, און יעצט אז דער רבי שליט"א פירט ווייטער אויפ'ן זעלבן דרך איז דאס א געלעגנהייט וואס מען קען נישט ארויסלאזן.
דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וואס האט מיט התרגשות ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון האבן א חלק אין אזא מקום קדוש און ווי דרינגענד מ'דארף עס האבן אז די קרוב צו 200 בחורים פון דעם נייעם ישיבה גדולה אין ישיבה קטנה זאלן אנקומען אל המנוחה ואל הנחלה נאכ'ן וואנדערן פאר איבער 3 יאר.
דורכאויס די גאנצע פראצעדור אין די לעצטערע חדשים האט כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ממאנסי מיט שטארק איבערגעגעבנקייט זיך פערזענליך מטפל געווען און ארויסגעהאלפן צו ערמעגליכן דעם גרויסן מקח לטובת די מוסדות הקדושים אין קיימישע.
אין די זעלבע צייט האבן די בחורים בין כותלי הישיבה גדולה געפראוועט א מסיבת לחיים אויף דעם גרויסן מאמענט, וויסענדיג אז זיי וועלן זוכה זיין ווייטער צו לערנען אינעם מקום קדוש נתייסד דורך דעם רבי'ן זצוק"ל, א ישיבה וואס די ווענט זענען אנגעזאפט מיט קדושה וטהרה.
אזוי אויך וועט פאהרקומען אן אסיפה רבתי בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ביום ג' פר' דברים באולם וואלי טערעס אין מאנסי, וואו עס וועלן ע"פ קריאת קדשו זיך צוזאמקומען אנשי שלומנו חסידי וידידי בית וויזני וידידי בית וויזניץ כאיש אחד בלב אחד איבער דעם מקח, צו הערן דעם חובת השעה.