קידוש-השם געשיכטעס

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

קידוש-השם געשיכטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

א חרדישער איד האט צוגעזען ווי א בייזער באס דרייווער שרייט און שעלט אויף א פאסאזשיר וואס האט אים באזידלט פארוואס ער האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי א באס סטאפ, און ער האט פילמירט דעם ספעקטאקל. ער האט געבעטן דעם דרייווער זיין אינפארמאציע, און ער האט זיך אנטזאגט דאס צו געבן. ווי דער אויפגעברויזטער דרייווער האט דאן באמערקט אז יענער רעקארדירט אלעס, האט זיין אנגעצינדענע כעס נאך מער אויפגעפלאקערט, ער האט זיך ווילד אויפגעשטעלט פון זיין אויבנאן זיץ און געלאפן מכבד זיין דעם חרדישן יונגערמאן מיט אפאר געזונטע מתנות.

"דער דרייווער האט מיר דערלאנגט אפאר קלעפ און האט מיך ווייטער געשלאגן אפילו שוין נאכ'ן פאלן צו דער ערד," דערציילט דער יונגערמאן. "עס האט זייער וויי געטון. איך האב געוואלט אוועקלויפן, אבער איך האב נישט געקענט ביז ער האט זיך אפגעשטעלט ביי איינע פון די באס סטאפס, און דאן בין איך אנטלאפן דורכ'ן הינטערשטן טיר."

צו בעסער ארויסלאזן דעם כעס רויך און אינאיינוועגס מכבד זיין דעם איד מיט נאך אפאר קלעפ האט דער דרייווער עטליכע מאל דוקא געגעבן א שטארקן ברעיק, און טייל פון די פאסאזשירן זענען געפלויגן פאראויס. "מיר זענען געווען היסטעריש!"

די גאנצע מעשה איז קלאר רעקארדירט געווארן, און כמנהג העולם היינט אז ווי מער יענעמ'ס כעס אלץ מער איז אונזער שמייכל און אלץ שטערקער דער דראנג צו מהנה זיין אנדערע מיט'ן קליפ, האט עס אנגעהויבן ארומפארן אויפ'ן אינטערנעט שנעלער ווי דער באס דרייווער האט געקענט ברעיקן, און דו קענסט זיך פארשטעלן אז ווען די באס קאמפאני האט דאס געזען האבן זיי אים אין דער רגע געהייסן נעמען א באס אהיים, און טאקע אויפ'ן הינטערשטן זיץ, ווייל זייערס א באס האבן זיי דעם כעס'יגן פארשוין נאך א רגע נישט געוואלט לאזן זיצן ביים רודער.

יעצט, אויב פרעגט מען דיך, וואס וואלסטו גע'פסק'נט קומט זיך דעם באס דרייווער? אפילו נאר הערנדיג דעם עפיזאד גלייב איך אז קיין גרויס רחמנות וואלט מען אויף אים נישט געהאט פאר'ן פארלירן דעם דזשאב. יעצט וואס מיינסטו וואלט דער באטראפענער באקלאפטער חרדישער יונגערמאן אליין געזאגט מען זאל טון פאר דעם דרייווער? ער וואלט זיכער געפרעגט, סקילה אדער חנק. נישט אזוי?

ניין! דער ערליכער איד האט נישט געטון אזוי. נאר דוקא דאס פארקערטע!

פאלגנד איז דער בריוו וואס דער יונגערמאן דער צדיק האט געשיקט פאר דעם באס קאמפאני:

"נאך דער געשיכטע וואס, צום באדויערן, איך בין געווען א טייל דערפון, קען איך נישט האבן קיין מנוחה וויסנדיג אז דער דרייווער וועט פארלירן זיין ארבעט צוליב דעם אינצידענט (נישט קיין חילוק ווי ערנסט) וואס האט פאסירט מיט מיר.

"מיר אלע גייען דורך שווערע צייטן אזוי ווי דעם אין לעבן, און קיינער איז נישט גענצליך ריין פון כעס. איך קען נישט דעם דרייווער און איך האף אז דאס איז געווען אן איינצלנע אינצידענט. אבער סיי וויאזוי, בין איך זיכער אז ער האט זיך געלערנט זיין לעקציע.

"ס'איז נישטא קיין מענטש וואס איז נישט ווערד צו באקומען מחילה, און איך וויל דיר איבערגעבן אז איך בין אים גענצליך מוחל!"

נישט קיין שנאה, נישט קיין נקמה, ניטאמאל קיין פאראיבל, נאר פארשטאנד און אפילו רחמנות. נישט נאר צו א חבר, נאר אפילו צו אן אטאקירנדן שונא. דן לכף זכות מיט אלע כוחות, און זוכט נאך גאר יענעם ארויסצוהעלפן! ער פארלירט נעבעך זיין דזשאב ווייל ער האט זיך אביסעלע צעבייזערט.

דאס איז דער געדאנקענגאנג פון א איד! דאס זענען ווערטער פון אן אויסגעארבעטע נשמה!

אבער האלט א רגע, טראכט דער אמעריקאנער קאפ, ער קען דאך זיכער אנקלאגן דעם דרייווער און די באס פירמע פאר די גרויסע בושות און יסורים, ער קען כאטש אויסניצן די געשיכטע צו לייזן א שיינע מטבע און קענען שפייזן די משפחה און אפשר אפילו חתונה מאכן דאס ערשטע האלב געזינדל. אבער נישט דער יונגערמאן דער צדיק. "איך וויל אויך קלארשטעלן אז איך האב אינגאנצן נישט בדעה צו אנקלאגן דעם דרייווער אדער דיין קאמפאני," פארזיכערט ער אינעם בריוו צום באס קאמפאני.

ער פארענדיגט מיט א הייסע בקשה – נישט פאר זיך, נאר לטובת זיין אטאקירער וועלכער האט אים נאך קיין מחילה נישט געבעטן: "איך האף שטארק אז דער דרייווער ווערט נישט אויפגעזאגט, און אז דו וועסט פשוט טרעפן די ריכטיגע וועג אים צו מסביר זיין די וויכטיגקייט פון דעם ענין."

אוי, ווי שאפט מען אזעלכע מידות?

אזעלכע סארט נייעס דארף מען באריכטן און פאמפען. אויסער דעם קידוש השם, האט דאס א פאזיטיווע השפעה אפילו בלויז צו ליינען.

ווען מיר זאלן האבן אזעלכע הערצער וואלטן געווען א גליקליכע וועלט, א תיקון השלם.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איז דאס א משל אדער א מעשה שהי'?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

די פילמירן לכתחלה דעם ספעקטאקל ברענגט מיר נישט בכלל קיין גרויס קידוש השם
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

ברענג שוין אהער דעם קליפ, לאמיר זיך באקענען מיט דעם אינגערמאן דעם צדיק, זאל מען טאקע זען א "לעבעדיגע" מוסר ספר פון וועם זיך אפלערנען..

דראפבאקס ביטע..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

מוחל זיין בלב איז איין זאך, צירוקשטעלן דעם דרייווער על מכונו איז א סכנה פאר די מענטשהייט,

האפענטליך וועט זיך די באס קאמפאני נישט צוטיען מאכען פון דעם בריוו פונעם אינגערמאן און דער דרייווער דארף פארלירען זיין לייסענס צו דרייוען א באס.

עס איז א שיינע מידה זיך צו פירען מוחל צו זיין איינער פאר׳ן צווייטען אויף א עוולה וואס ווערט געטיען, אבער די פובליק מחילות - דא, און ביי אנדערע ענליכע פעלער וואס מען האט שוין עטליכע מאל געהערט ווי מענטשן זענענן געשעדיגט אדער גע׳הרג׳ט געווארן און די משפחה האט אין פובליק מוחל געווען - קען אפשר אריינגיין אינעם קאטאגאריע פון די גמרא אין מס׳ יומא ללמדך שטומאת סכינין קשה להן לישראל יותר משפיכות דמים, עס איז קיין מצווה צו פארקוקען סכנת נפשות.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שכח פאר די שיינע פאסירונג!!

טאקע א קידוש השם
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

שנאפס האט געשריבן:איז דאס א משל אדער א מעשה שהי'?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

האסט פארגעסן צוצושרייבן וואס דו ווילסט צולייגן צו מיינע ווערטער, באט איטס נעווער טו לעיט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

שנאפס האט געשריבן:האסט פארגעסן צוצושרייבן וואס דו ווילסט צולייגן צו מיינע ווערטער, באט איטס נעווער טו לעיט

כ'האב פשוט די זעלבע שאלה, אויב ס'יז טאקע א אמת'ע מעשה, ביטע לייגן די קליפ,
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אה, טאקע א קידוש השם אז צוויי אידן טראכטן די זעלבע

אויב איך גיי דא שרייבן א קשי' פון מה נשתנה גיי איך ווערן ציטירט אזויפיל מאל וויפיל מעמבערס זענען דא? הלמאי יעדעם איז שווער די קשי'
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

viewtopic.php?p=1157700#p1157700

צוריק צו קידוש שם שמים
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

שנאפס האט געשריבן:איז דאס א משל אדער א מעשה שהי'?


http://www.bhol.co.il/mobile/Article.aspx?id=119175
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מגיה האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איז דאס א משל אדער א מעשה שהי'?


http://www.bhol.co.il/mobile/Article.aspx?id=119175

BLOCKED BY MESHIMERTM FILTER
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

צהלה ושמחה האט געשריבן:מוחל זיין בלב איז איין זאך, צירוקשטעלן דעם דרייווער על מכונו איז א סכנה פאר די מענטשהייט,

האפענטליך וועט זיך די באס קאמפאני נישט צוטיען מאכען פון דעם בריוו פונעם אינגערמאן און דער דרייווער דארף פארלירען זיין לייסענס צו דרייוען א באס.

עס איז א שיינע מידה זיך צו פירען מוחל צו זיין איינער פאר׳ן צווייטען אויף א עוולה וואס ווערט געטיען, אבער די פובליק מחילות - דא, און ביי אנדערע ענליכע פעלער וואס מען האט שוין עטליכע מאל געהערט ווי מענטשן זענענן געשעדיגט אדער גע׳הרג׳ט געווארן און די משפחה האט אין פובליק מוחל געווען - קען אפשר אריינגיין אינעם קאטאגאריע פון די גמרא אין מס׳ יומא ללמדך שטומאת סכינין קשה להן לישראל יותר משפיכות דמים, עס איז קיין מצווה צו פארקוקען סכנת נפשות.


עס איז נישט קיין חילוק צו מען שטעלט צוריק דעם דרייווער אדער נישט צוליב די בקשה פונעם יונגערמאן (און פערזענליך האלט איך גראדע אויך אז מען זאל אים 'נישט' צוריקשטעלן), די נקודה איז דא צו קוקן וויאזוי דער מענטש מיט גוטע מדות וועט נישט נאר נישט זוכן נקמה נאר איז גאר דער וואס זוכט צו פארטיידיגן דעם וואס האט אים אנגעגריפן און איז אים מוחל בלב שלם. און פון דעם קענען מיר זיך אפלערנען.
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

יוראפ האט געשריבן:
מגיה האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איז דאס א משל אדער א מעשה שהי'?


http://www.bhol.co.il/mobile/Article.aspx?id=119175

BLOCKED BY MESHIMERTM FILTER


פרוביר זוכן: האברך המותקף נגד פיטורי הנהג אוטובוס האלים: ''מקווה שלמד את הלקח''
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

יוראפ האט געשריבן:די פילמירן לכתחלה דעם ספעקטאקל ברענגט מיר נישט בכלל קיין גרויס קידוש השם


אפשר קענען מיר זיך לערנען פון דעם בעל המעשה און פרובירן קאנצענטרירן אויף די גוטע חלק פון א זאך.
אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכאטשאווער »

יישר כח פאר די ארטיקל

ברענג מיר ביטע נאך אזאלכע.

עס געט מיר חיזוק איידער דער דערהויבענעם יום טוב. וואס ווען נישט דעם טאג. קוקן מיר אלע אויס ווי דער גוי.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שכח פאר די שיינע פאסירונג!!

טאקע א קידוש השם
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

א ריזיגע קידוש השם!!
ישר כח מגיה פארן עס אהער ברענגן און אזוי שיין אראפלייגן, האביך שטארק הנאה געהאט.
א פשוטע איד.
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

Re: קידוש-השם געשיכטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

א געשיכטע וואו דאס פינטעלע איד איז נישט בלויז א קליינע פינטעלע,
עס איז א פינטעלע אזוי גרויס וואו א בעיס-באל טאבע!

אלי׳ קליגמאן שטעלט קלאר פאר די פאפולערע ספארט׳ס וועלט: איך בין א איד, אין איך קען דאס נישט טאן!
מיין תורה ערלויבט מיך נישט צו שפילן דעם ספארט׳ס אויף שבת, אין מיטן פיהלן מאס שטאלצקייט איז ער מקדש שם שמים ברבים!

https://www.theyeshivaworld.com/news/fe ... -days.html
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

Re: קידוש-השם געשיכטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

אויב דער קליפ איז דורכגעזיפט ביטע מזכה זיין אויף דרייוו אדער דארפבאקס
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קידוש-השם געשיכטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אמר"ש

ער קומט אריין קלאר, ווי שטענדיג.
אטעטשמענטס
20210714_001711.png
20210714_001711.png (699.28 KiB) געזען 1725 מאל
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: קידוש-השם געשיכטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פרעזידענט האט געשריבן:אויב דער קליפ איז דורכגעזיפט ביטע מזכה זיין אויף דרייוו אדער דארפבאקס

https://drive.google.com/file/d/1vUHAj9 ... sp=sharing
חוח בין השושנים האט געשריבן:
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: קידוש-השם געשיכטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

פרעזידענט האט געשריבן:א געשיכטע וואו דאס פינטעלע איד איז נישט בלויז א קליינע פינטעלע,
עס איז א פינטעלע אזוי גרויס וואו א בעיס-באל טאבע!

אלי׳ קליגמאן שטעלט קלאר פאר די פאפולערע ספארט׳ס וועלט: איך בין א איד, אין איך קען דאס נישט טאן!
מיין תורה ערלויבט מיך נישט צו שפילן דעם ספארט׳ס אויף שבת, אין מיטן פיהלן מאס שטאלצקייט איז ער מקדש שם שמים ברבים!

https://www.theyeshivaworld.com/news/fe ... -days.html

כבוד און געלט וואס איז אסאך מער ווערט!

דעס איז זיין לעבענס קאריריע יארען שווערע ארבעט קען דעס קאסטען

מי כעמך ישראל, שוין איינמאל.
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

Re: קידוש-השם געשיכטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

אוראייניקל האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:אויב דער קליפ איז דורכגעזיפט ביטע מזכה זיין אויף דרייוו אדער דארפבאקס

https://drive.google.com/file/d/1vUHAj9 ... sp=sharing

wow wow
מי כעמך ישראל
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”