מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

וואקסינירטע וועלן אריינגעלאזט ווערן אין לאנד, אנגעהויבן יולי 1

תגובה דורך תנא-קמא »

וואקסינירטע וועלן אריינגעלאזט ווערן אין לאנד, אנגעהויבן יולי 1.
JP

אין גוטע נייעס פון מדינת ישראל ווערט געמאלדן, אז וואקסינירטע טוריסטן וועלן זיין ערלויבט צו קומען קיין מדינת ישראל אן קיינע באגרעניצונגען, אנגעפאנגען פון די קומענדיגע יולי דעם ערשטן.

שוין פאר איבער א יאר וואס מדינת ישראל לאזט נישט אריין קיינע טוריסטן נאר מיט שווערע באגרעניצונגען, ווי אויך פאר גאר ווייניג מענטשן, אבער היינט האבן מדינת ישראל באאמטע געמאלדן, אז ס'וועט קומען צו אן ענדע פאר וואקסינירטע מענטשן.

די באאמטע זאגן אז זיי וועלן ארויסקומען מיט מער אנווייזונגען אין די קומענדיגע טעג און וואכן.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

ליכוד שטעלט ארויס סטעיטמענט

תגובה דורך תנא-קמא »

ליכוד שטעלט ארויס סטעיטמענט
JP

ביבי נתניהו'ס פארטיי, האט ארויסגעשטעלט א מעסעדזש, וואו זיי באשולדיגן אז די געדאנק אז איינער וואס האט אזוי ווייניג מאנדאטן קען זיין ראש ממשלה איז נישט קיין גערעכטע וואלן.

די לינקע אין לאנד האבן זיך זאפארט ארויפגעכאפט אויף זיינע ווערטער, און אים באשולדיגט אין זיך אויפפירן ווי טראמפ אין אמעריקע, נאך וואס ער האט פארלוירן די וואלן.

די ליכוד האט ארויסגעלייגט נאך א מעסעדזש, אז זיי באשולדיגן נישט די עצם וואלן אין זיין פאלש. זיי באשולדיגן די געדאנק אז איינער וואס האט קוים עטליכע בענקלעך זאל ווערן ראש ממשלה, און דאס איז זייער טענה.

זיי האבן אויך געזאגט אז די אריבערגאנג גייט זיין פרידליך, און זיי גייען זיך צושטעלן, און זיכער מאכן אז די מאכט איבערגאנג איז פליסיג און דעמאקראטיש.

אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

די ביידען אדמיניסטראציע ווארענט מדינת ישראל אז די געפלאנטע נאציאנאליסטישע מארש קען אויפפלאקערן אומריען

די אדמיניסטראציע האט אריבער געשיקט א מעסעדזש פאר מדינת ישראל דיפענס מיניסטער בעני גאנץ אים צו זאגן אז וואשינגטאן ערווארטעט פון מדינת ישראל נישט צו נעמען שריט וועלכע שאפן אן אנגעצויגנקייט, איבערהויפט עקסטרעם-רעכטע פראוואקאציעס.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

אן עקסטרעם-לינקע געזעצגעבער אין מדינת ישראל, באקאנט מיטן געזעץ צו קרימינאלעזירן קירוב, האט ווידעראמאל געלאזט הערן זיין שנאה צו חרדישע אידן

א גרופע משפחות אין ארץ ישראל וועלכע האבן געליטן פון טעראר אטאקעס האבן געפיילט א ביליאן שקלים לאוסוט אקעגן קאטארער בענק
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

דרייצן יעריגער בחור אין ארץ ישראל אין קריטישן צושטאנד נאכ'ן זיך דערטרענקען אין סווימינג פול אין בנימין‎

מען האָט אים באַוויזן צוריקצוברענגען צום באַוואוסטזיין נאָך עטליכע מינוט, און ער געפונט זיך אינעם שערי צדק שפּיטאָל אין א שווערן צושטאַנד. דער ציבור ווערט געבעטן מתפּלל זיין פאַר דניאל בן חוה לרפואה שלימה.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

פייער אויסגעבראכן אין מבשרת ציון אין ארץ ישראל; איינוואוינער ארום דעם פייער באפוילן צו עוואקואירן‎

איינוואוינער וואָס געפונען זיך אינעם געגנט פונעם פייער זענען אָנגעזאָגט געוואָרן צו עוואַקואירן זייערע הייזער, און דער פייער האָט שוין געברענגט צו די פאַרשליסונג פונעם רוט 1 שאָסיי וואָס פירט קיין ירושלים.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

געוועזענער איראנער פרעזידענט אכמעדינעזשאד זאגט אז מדינת ישראל האט אינפילטרירט איראן'ס שפיאנאזש אגענטור‎

אכמעדינעזשאד זאָגט אַז ער האַלט אַז דער העכסטער איראַנער שפּיאָנאַזש באַאַמטער וועמענס דזשאַב איז אָפּצושוואַכן מדינת ישראל'ס שפּיאָנאַזש, איז אַליינס אַן אַגענט פאַר מדינת ישראל. אכמעדינעזשאד'ס קאָמענטאַרן איז געקומען נאָכדעם וואָס דער געוועזענער מוסד שפּיאָנאַזש אַגענטור פירער יוסי כהן האָט געגעבן אַן אינטערוויו און אויפגעדעקט טיילן פון מדינת ישראל'ס שפּיאָנאַזש סוקסעס אין איראַן זעלבסט.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

א וואלד פייער האט אויסגעבראכן נעבן בית שמש נישט ווייט פון באוואוינטע הייזער

די פייער, וואס ברענגט נעבן שאסיי נומער 38, ווערט באקעמפט דורך 3 פייערלעשער איינהייטן און צוויי פליגער פון די לופטן. נאך 4 פייערלעשער איינהייטן זענען אינטערוועגענס צום סצענע ארויס צו העלפן מיט די ארבייט.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

מדינת ישראל מיליטער נעמט שריט צוצוגרייטן אייראן דאום פאר מעגליכע ראקעטן אטאקעס צוליב ירושלים פענער מארש‎

די צוגרייטונגען ווערן געמאַכט אין ליכט פון די ערוואַרטע "פענער מאַרש" וואָס גייט פאָרקומען מאָרגן דינסטאָג און עס גייט אַריבערגיין אין אַראַבישע געגנטער אין ירושלים. כאַמאַס האָט געוואָרנט אַז זי וועט באַנייען ראַקעטן אַטאַקעס אויב די פענער מאַרש גייט טאַקע פאָראויס, און צוליב דעם האָט די מדינת ישראל מיליטער אָנגעהויבן צוגרייטן די אייראָן דאָום, צו זיין גרייט אַראָפּצושיסן ראַקעטן.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

שווערע טראגעדיע: חתן א וואך צו די חתונה טראגיש אומגעקומען אין קאר עקסידענט נעבן יריחו אין ארץ ישראל‎

תגובה דורך תנא-קמא »

שווערע טראגעדיע: חתן א וואך צו די חתונה טראגיש אומגעקומען אין קאר עקסידענט נעבן יריחו אין ארץ ישראל‎

דער עקסידענט האָט פּאַסירט אויף שאָסיי ניינציג נישט ווייט פון יריחו, וואו דער קאַר פונעם חתן האָט זיך צוזאַמגעשטויסן מיט א גרויסן טרעילאָר אויף א שווערן פאַרנעם. הצלה און פייערלעשער זענען אין איילעניש אָנגעקומען צו די סצענע, און ליידער באַשטעטיגט אַז דער יונגערמאַן איז נישט בין החיים אויף די סצענע. בשורות טובות.


IMG-20210614-WA0095-1.jpg
IMG-20210614-WA0095-1.jpg (32.44 KiB) געזען 1527 מאל

IMG-20210614-WA0085.jpg
IMG-20210614-WA0085.jpg (293.78 KiB) געזען 1527 מאל

IMG-20210614-WA0083.jpg
IMG-20210614-WA0083.jpg (103.4 KiB) געזען 1527 מאל
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך בעל מדרגה »

ר"ל
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

אפדעיט: 22 יעריגער חתן פון ירושלים א וואך בעפאר די חתונה איז טראגיש פארניטן געווארן אין אן עקסידענט

תגובה דורך תנא-קמא »

אפדעיט: 22 יעריגער חתן פון ירושלים א וואך בעפאר די חתונה איז טראגיש פארניטן געווארן אין אן עקסידענט

די נפטר איז החתן שלמה ראטענבערג ע"ה זון פון הרב החסיד ר' מרדכי ראטענבערג פון ירושלים, וועלכע האט געדארפט חתונה האבן קומענדיגע וואך מיטוואך בלק אין ב"ב. די לווי' וועט פארקומען מארגן מיטאג אין ירושלים. בשורות טובות.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

ספעציעלע צוזאמטרעף מיט נייעם מדינת ישראל מיניסטער כהנא און משפחות פון אומגעקומענע אין מירון‎

צווישן אַנדערן האָט גערעדט ישראל דיסקינד, דער ברודער פונעם אומגעקומענעם שמחה בונם דיסקינד, און ער האָט אַרויסגעברענגט אַז די משפּחות ווילן בעיקר מ'זאָל פאַרמיידן אַזאַ טראַגעדיע פון זיך איבערשפּילן. דער מיניסטער כהנא האָט זיך באַדאַנקט פאַר די משפּחות פאַר'ן זיך אַראָפּזעצן מיט אים, און ער האָט פאַרשפּראָכן צו טאָן וואָס מען קען נאָר, צו דערגיין יעדן פּרט פון וואָס ס'האָט פּאַסירט.


אמעריקאנער אמבאסאדע אין ירושלים ווארנט אמעריקאנער בירגער אין מדינת ישראל אויסצומיידן שטאט דורכאויס דינסטאג

די אַמבאַסאַדע זאָגט אַז אַמעריקאַנער בירגער וואָס געפונען זיך אין מדינת ישראל זאָלן אויסמיידן זיך צו דרייען אין אלטשטאט ירושלים, און טוישן זייערע טרעוול פּלענער. די וואָרענונג קומט אין צוגרייטונג צום ירושלים פענער מאַרש, וואָס אַמעריקע קוקט זיך צו מיט זאָרג דערצו, און דער פאַקט אַז כאַמאַס סטראַשעט נקמה צו נעמען קעגן דעם מאַרש מיט ראַקעטן אַטאַקעס.

פאר מער: viewtopic.php?f=6&t=48044
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

מדינת ישראל קרעפטן זענען געווען פארמישט אין צוזאמשטויסן מיט א קליינע גרופע פראטעסטירער נעבן די עזה גרעניץ

אין צייט וואס עס הערשט א גאר שטארקע אנגעצויגענקייט ארום די אזוי גערופענע פאן מארש וואס דארף היינט פארקומען אין ירושלים. כאמאס האט געווארענט אז די גרופע וועט נישט שטיל בלייבן אויב די מארש גייט פאראויס, אבער א פאלעסטינער קוואל זאגט אז די גרופע האט ארויס געגעבן א פארארדענונג פאר פאלעסטינער פראקציעס אין עזה נישט צו שיסן ראקעטן און זיין איינגעהאלטן מיט פראטעסטן ביים גרעניץ.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

די פאלעסטינער אויטאריטעט האט צוזאמגעשטעלט א נייע גרופע פארהאנדלער פאר געשפרעכן מיט מדינת ישראל, האפענדיג אז די ביידען אדמיניסטראציע וועט באווייזן צוריק אויפצולעבן די פארהאנקערטע שלום געשפרעכן

איינוואוינער אין די בראכפעלד געגענט אין קרית ספר (מודיעין עילית?) אין ארץ ישראל האבן אפגעאטעמט מיט דערלייכטערונג נאך די ארעסט אויף צוויי אראבישע גנבים וועלכע האבן זיך איינגעבראכן אין הייזער



אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

א 4.2 ערדציטערניש האט געטרייסעלט אין דרום אר"י; נישטא קיין באריכטן איבער געשעדיגטע

די טרייסל האט פאסירט 68 קילאמעטער ווייט פון שטאט אילת, און איז געשפירט געווארן און די דרום געגענטער. עס איז נישט באריכטעט געווארן איבער קיין שאדענס אדער געשעדיגטע.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

38 יעריגע פרוי אומגעקומען ה"י און עטליכע אנדערע שווער פארוואונדעט ביי קאר עקסידענט אין ארץ ישראל‎

דער עקסידענט האָט פּאַסירט אויף שאָסיי נומער 91, נישט ווייט פון רמת הגולן, וואו עטליכע קאַרס האָבן זיך צוזאַמגעשטויסן, שטייענדיג ווייניגער ווי 24 שעה נאָך די פּטירה פונעם חתן שלמה ראָטענבערג ע"ה אין אַן עקסידענט נישט ווייט פון דאָרט. צווישן די פאַרוואונדעטע איז א 35 יעריגע פרוי אין א קריטישע אומסטאַבילע צושטאַנד, און עטליכע מענער צווישן דרייסיג און פערציג יאָר אַלט.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

העכסטע געריכט אין מדינת ישראל אורטיילט אז רעגירונג מוז צושטעלן שטייער בענעפיטן פאר קריסטליכע מיסיאנערן גרופעס‎

די פינאַנץ מיניסטעריום האָט פאַראַיאָר געזאָגט, אַז קריסטליכע גרופּעס וואָס זוכן צו שמד'ן אידן, קענען נישט געניסן פון שטייער בענעפיטן ווי סיי וועלכע אַנדערע נאַנפּראַפיט אָרגאַניזאַציע. אַצינד האָט די העכסטע מדינת ישראל געריכט געזאָגט, אַז דער באַשלוס פון די אויטאָריטעטן איז דיסקרימינאַציע, און מען מוז יאָ ערלויבן די מיסיאָנערישע גרופּעס צו געניסן פון שטייער בענעפיטן.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך תנא-קמא »

קוועלער זאגן אז מדינת ישראל רעגירונג וועט נישט זוכן צו פארכאפן קאנטראל אין מירון אדער רעקאמענדירן טוישונגען‎

דערווייל הייסט עס אַז די קאָמיסיע וועט בלויז זוכן צו דערגיין ווער עס איז שולדיג און צי עס קענען זיין קרימינאַלע קלאַגעס, אָבער די קאָמיסיע וועט בכלל נישט זוכן א לעזונג אָדער פארשלאגן טוישונגען פאַר'ן סיסטעם אין מירון.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

תגובה דורך תרמב »

וואספארא הפקרות איז דאס? ס'קען זיך נאך איבערשפילן אזא טראגעדיע ל"ע, פארוואס זאלן זיי נישט רעקאמענדירן טוישונגען? אפשר ווייל זיי האבן פיינט חרדים.....
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

ארץ ישראל האט ווידער געשפירט אן ערדציטערניש, דאסמאל א 3.2 טרייסל נישט ווייט פון דימונה אין דרום ארץ ישראל

דאס קומט בלויז צוויי טעג נאך א שטארקערע 4.2 ערדציטערניש אין דרום ארץ ישראל וועלכע איז געשפירט געווארן ביז אזוי ווייט ווי ירושלים.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

די מדינת ישראל קאבינעט האט באשטימט אן אפשטימונג אויף זינטאג צו שאפן א רעגירונג קאמיסיע אויסצופארשן די מירון טראגעדיע

די פלאן, וואס איז געווארן אריין געגעבן דורך דיפענס מיניסטער בעני גאנץ צוזאמען מיט פינאנץ מיניסטער אביגדור ליבערמאן, איז ערווארטעט באשטעטיגט צו ווערן גרינגערהייט וויבאלד עס ווערט געשטיצט דורך אלע פארטייען אנגעשלאסן אין די קאאליציע.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

באריכט: הארט איידער ביבי נתניהו איז ארויס פון אפיס האט ער פארארדענט מען זאל פארניכטן א צאל דאקומענטן אין סעיפס

נתניהו זאגט אז די באריכט איז א הוילע ליגענט, און די אפיס פונ'ם נייעם פרעמיער מיניסטער נפתלי בענעט זאגט אז זיי ווייסן נישט פון אזא זאך אבער וועלן אריין קוקן דערין.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

נאכט נייעס: די מדינת ישראל מיליטער גייט ענדיגן א פאליסי פון דורכפירן נאכט אבלאוואס אויף פאלעסטינער הייזער אין די מערב ברעג צו זאמלן אינפארמאציע

באכראין זאגט אז די לאנד איז אין פארבינדונג מיט די נייע מדינת ישראל רעגירונג צו הערן מער איבער איר פאליסי אין געביט פון ברענגן שלום אין די ראיאן דורך שליכטן די פאלעסטינער פראגע אין ליניע מיט די צוויי-שטאטן פלאן

א מדינת ישראל פאליציי אפיציר וועלכע האט פאריגע זומער געשאסן און אומגעברענגט אן אוטיסטישער מאן אין ירושלים גייט געשטעלט ווערן פאר א פראצעס
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

דריי אראבער זענען געווארן אנגעקלאגט פאר עטליכע פלאש באמבע אטאקעס וואס זיי האבן דורכגעפירט פאריגע חודש אין שטאט יפו, צווישן דעם איינס וואס האט ערענסט פארוואונדעט א 12-יעריגע אראביש קינד

אין אנדערע נייעס האט די פאליציי ארעסטירט א הויפט אימאם פון די שטאט לוד אויף באשולדיגונגן אז ער האט געהעצט פאר אומריען
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”