פרעגער האט געשריבן:משה בן יעקב האט געשריבן:גיב עס צעהן יאר אין בדרך הטבע איז מדינת ישראל א פארגאנגענהייט....
אידיש גערעדט? בדרך הטבע? אפיקורסת!!!
בדרך הטבע ווי אזוי עקזעסטירט כלל ישראל נאך אלע מיטמאכענישן די לעצטע כמעט 6 טויזענט יאהר????
בדרך הטבע איז כלל ישראל אפגעווישט געווארען צום לעצטן מאל ביים צווייטן קריג. בדרך הטבע עקזעסטירט בכלל נישט קיין מדינת ישראל.
בדרך הטבע וואלסטו היינט נישט אויפגעשטאנען... אויב דו גלייבסט מיר נישט דאן זאג נאכאמאל איבער מודה אני און אשר יצר און טראכט די פירוש המילות.
איין זאך קען איך טראכטן לשיטתך אז ס’איז בדרך הטבע - דיין פרנסה, ווייל דו ארבעטסט דאך דערפאר און דער באשעפער דארף דיר נישט צוהעלפן.....
עפ’’ל
סתם געהאקט אין קאפ, און בארואיגט אייך
מדינת ישראל האט נישט קיין שייכות מיט נצחיות ישראל
כלל ישראל איז אנגעגאנגען פאר הונדערטער יארן אן די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל, און אפילו אויך אונטער שלטון העמים בארץ ישראל
וואס יא?, די גאולה האמיתית והשלימה, וועט שוין דא זיין אין צען יאר ארום, והי' ה' למלך על כל הארץ
מיר סאטמארע אידן זענען מאמין אין די ווערטער פון אונזער רבי'ן זי"ע, אז די מדינה הציונות איז א עיכוב פאר ביאת המשיח, נישט קיין אתחלתא, און א ודאי נישט קיין סיוע
און ביטע בעפאר איר כועס'ט אזוי ליינט איבער מיט ישוב הדעת.
די מדובר איז דא בנוגע די אראבישע פאליטישע אינפלוענס אין די מדינה, וואס ווערט שטערקער און שטערקער, אז אויב דאס ווועט אזוי אנגיין, וועט מדינת ישראל פארוואנדלט ווערן אין נאך א מוסלמעניש לאנד אין מיטל מזרח