מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

משה בן יעקב האט געשריבן:גיב עס צעהן יאר אין בדרך הטבע איז מדינת ישראל א פארגאנגענהייט....

אידיש גערעדט? בדרך הטבע? אפיקורסת!!!

בדרך הטבע ווי אזוי עקזעסטירט כלל ישראל נאך אלע מיטמאכענישן די לעצטע כמעט 6 טויזענט יאהר????

בדרך הטבע איז כלל ישראל אפגעווישט געווארען צום לעצטן מאל ביים צווייטן קריג. בדרך הטבע עקזעסטירט בכלל נישט קיין מדינת ישראל.

בדרך הטבע וואלסטו היינט נישט אויפגעשטאנען... אויב דו גלייבסט מיר נישט דאן זאג נאכאמאל איבער מודה אני און אשר יצר און טראכט די פירוש המילות.

איין זאך קען איך טראכטן לשיטתך אז ס’איז בדרך הטבע - דיין פרנסה, ווייל דו ארבעטסט דאך דערפאר און דער באשעפער דארף דיר נישט צוהעלפן.....

עפ’’ל
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

Programming האט געשריבן:
עובדיה האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:איך זאג אז כאמאס וואלט גערן אויפגעהערט אטאקירן ציווילע ווען זיי האבן ווען אנשטאט דעם מיסילס וואס קענען צילן רעגירונג געביידעס, מיליטערישע איינריכטונגען און פאליטישע פירער.

ביסט מסופק אויב כאמאס האט ווען געהעריגע מיסעלס, צו זיי וואלטן נישט אפגעווישט גאנץ ארץ ישראל?

פארוואס אפווישן? זיי ווילן דאך עס איבערנעמען.

ווייס איך נישט צו דו געדענקסט, אבער נאך די התנתקות האבן זיי באקומען א הערליכע אויפגעסעטע עקאנמישע ווערטשאפט און זיי האבן עס אפגעברענט בידים.

די חברה ווילן איין זאך. להשמיד, להרוג, ולאבד. דעטס איט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פרעגער האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:גיב עס צעהן יאר אין בדרך הטבע איז מדינת ישראל א פארגאנגענהייט....

אידיש גערעדט? בדרך הטבע? אפיקורסת!!!

בדרך הטבע ווי אזוי עקזעסטירט כלל ישראל נאך אלע מיטמאכענישן די לעצטע כמעט 6 טויזענט יאהר????

בדרך הטבע איז כלל ישראל אפגעווישט געווארען צום לעצטן מאל ביים צווייטן קריג. בדרך הטבע עקזעסטירט בכלל נישט קיין מדינת ישראל.

בדרך הטבע וואלסטו היינט נישט אויפגעשטאנען... אויב דו גלייבסט מיר נישט דאן זאג נאכאמאל איבער מודה אני און אשר יצר און טראכט די פירוש המילות.

איין זאך קען איך טראכטן לשיטתך אז ס’איז בדרך הטבע - דיין פרנסה, ווייל דו ארבעטסט דאך דערפאר און דער באשעפער דארף דיר נישט צוהעלפן.....

עפ’’ל

סתם געהאקט אין קאפ, און בארואיגט אייך
מדינת ישראל האט נישט קיין שייכות מיט נצחיות ישראל
כלל ישראל איז אנגעגאנגען פאר הונדערטער יארן אן די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל, און אפילו אויך אונטער שלטון העמים בארץ ישראל
וואס יא?, די גאולה האמיתית והשלימה, וועט שוין דא זיין אין צען יאר ארום, והי' ה' למלך על כל הארץ
מיר סאטמארע אידן זענען מאמין אין די ווערטער פון אונזער רבי'ן זי"ע, אז די מדינה הציונות איז א עיכוב פאר ביאת המשיח, נישט קיין אתחלתא, און א ודאי נישט קיין סיוע

און ביטע בעפאר איר כועס'ט אזוי ליינט איבער מיט ישוב הדעת.
די מדובר איז דא בנוגע די אראבישע פאליטישע אינפלוענס אין די מדינה, וואס ווערט שטערקער און שטערקער, אז אויב דאס ווועט אזוי אנגיין, וועט מדינת ישראל פארוואנדלט ווערן אין נאך א מוסלמעניש לאנד אין מיטל מזרח
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
יצח וועבערמאן
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 1:23 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצח וועבערמאן »

משה בן יעקב האט געשריבן:ציביסליך ווייז גייען די אראבער זיך פילען באקוועם אריינציקומען אין די ממשלה אין מאכען ארדנונג פין אינעווייניג....

הא הא..
אזוי האט אגד"י פארנארט די חרדישע רבנים און ציבור 70 יאהר צוריק, אין........................... :?:
לעצט פארראכטן דורך יצח וועבערמאן אום דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

יצח וועבערמאן האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:ציביסליך ווייז גייען די אראבער זיך פילען באקוועם אריינציקומען אין די ממשלה אין מאכען ארדנונג פין אינעווייניג....

הא הא..
אזוי האט אגד"י פארנארט די חרדישע רבנים און ציבור 70 יאהר צוריק, אין........................... :?:

ווען די אגודה וואלט געהאט אזויפיל פלייש אין די מדינה ווי די אראבער האבן, וואלטן זיי עס געמאכט...
פארפאלן, ציביסלעך קריגן די אראבער שכל...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אביונה האט געשריבן:
יצח וועבערמאן האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:ציביסליך ווייז גייען די אראבער זיך פילען באקוועם אריינציקומען אין די ממשלה אין מאכען ארדנונג פין אינעווייניג....

הא הא..
אזוי האט אגד"י פארנארט די חרדישע רבנים און ציבור 70 יאהר צוריק, אין........................... :?:

ווען די אגודה וואלט געהאט אזויפיל פלייש אין די מדינה ווי די אראבער האבן, וואלטן זיי עס געמאכט...
פארפאלן, ציביסלעך קריגן די אראבער שכל...

אז דו אידן ווארפן עס אוועק.. הייבן זיי עס אויף...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אוראייניקל האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
יצח וועבערמאן האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:ציביסליך ווייז גייען די אראבער זיך פילען באקוועם אריינציקומען אין די ממשלה אין מאכען ארדנונג פין אינעווייניג....

הא הא..
אזוי האט אגד"י פארנארט די חרדישע רבנים און ציבור 70 יאהר צוריק, אין........................... :?:

ווען די אגודה וואלט געהאט אזויפיל פלייש אין די מדינה ווי די אראבער האבן, וואלטן זיי עס געמאכט...
פארפאלן, ציביסלעך קריגן די אראבער שכל...

אז דו אידן ווארפן עס אוועק.. הייבן זיי עס אויף...

די אידן האבן א פליכט צו אפלאזן די ע’’ז, דער גוי פאר אים איז דא רעכט פון די תורה צו זיצן אויפן שלטון.
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

משה בן יעקב האט געשריבן:ציביסליך ווייז גייען די אראבער זיך פילען באקוועם אריינציקומען אין די ממשלה אין מאכען ארדנונג פין אינעווייניג....
גיב עס צעהן יאר אין בדרך הטבע איז מדינת ישראל א פארגאנגענהייט....

אז דעם אראבער געלונגט יעצט צו אויפבויען שטארקע פאזיטיוו שטיצע קען ער האבן א 30 בענקלעך און צוזאמען מיט אפאר לינקע בענקלעך קענען זיי אנהאלטן די רעכטע פליגל אינעם אפיזיציע.
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

אביונה האט געשריבן:די מדובר איז דא בנוגע די אראבישע פאליטישע אינפלוענס אין די מדינה, וואס ווערט שטערקער און שטערקער, אז אויב דאס ווועט אזוי אנגיין, וועט מדינת ישראל פארוואנדלט ווערן אין נאך א מוסלמעניש לאנד אין מיטל מזרח

ח"ו, ארץ ישראל וועט קיינמאל נישט זיין א מוסלמענער לאנד.

ווי דער הייליגער רמב"ן שרייבט אין פרשת בחוקתי.
בשורה טובה מבשרת, שאין ארצינו מקבלת אויבינו, וגם זו ראיה גדולה והבטחה לנו, כי לא תמצא בכל היישוב ארץ אשר הוא טובה ורחבה ואשר היתה נושבת מעולם, והיא חרבה כמוה, אשר מאז יצאנו ממנו לא קבלה אומה ולשון, וכולם משתדלין להושיבה ואין לאל ידם.
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

עובדיה האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:די מדובר איז דא בנוגע די אראבישע פאליטישע אינפלוענס אין די מדינה, וואס ווערט שטערקער און שטערקער, אז אויב דאס ווועט אזוי אנגיין, וועט מדינת ישראל פארוואנדלט ווערן אין נאך א מוסלמעניש לאנד אין מיטל מזרח

ח"ו, ארץ ישראל וועט קיינמאל נישט זיין א מוסלמענער לאנד.

ווי דער הייליגער רמב"ן שרייבט אין פרשת בחוקתי.
בשורה טובה מבשרת, שאין ארצינו מקבלת אויבינו, וגם זו ראיה גדולה והבטחה לנו, כי לא תמצא בכל היישוב ארץ אשר הוא טובה ורחבה ואשר היתה נושבת מעולם, והיא חרבה כמוה, אשר מאז יצאנו ממנו לא קבלה אומה ולשון, וכולם משתדלין להושיבה ואין לאל ידם.

מורא'דיגע רמב''ן
מ'זעהט אז אפילו פאר די ציונים (וואס זענען נכלל און די אויבינו) איז נישט געלונגען אהער צושטעלן א געהעריגע פולטשענדיגע יישוב. א לאנד פול מיט שונאים פון אינעווייניג און אינדרויסען, אז די געבסט זיך א רוק ארויס פון די געגענט ביסטו אין א סכנה פון ווערן געלינטשט.
70 יאר פון כסדר'דיגע רייבערייען און מלחמות, וכלם משתדלין להושיבה ואין לאל ידם...
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

רייבערייען און מלחמות מאכט עס נישט אויס ישוב, ענגלאנד און פראנקרייך און ווי נישט איז געווען יאהרן פון מלחמות און בלוט און עס ווערט נישט אויס ישוב.

לכאורה הייסט ארץ ישראל פיין מיושב היינטיגע צייטען ווייל עס איז פיל מיט אידען (קיין שייכות מיט מדינה ממשלה וכדומה נאר מיט די תושבים וואס זענען אמערסטנס אידען).
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יידישע קהילות האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:יידישע@
'דארפן' דארף מען אז די די גאנצע מדינה פון כוחי ועוצם ידי זאל אונטערגיין אינגיכן. ציוניזם זאל גיין דארט ווי קאמעניזעם אין סיוויעט רוסלאנד איז געגאנגען. אן קיין שום אידיש בלוט.

100% אבער פראקטיש גערעדט, אן נסים גילוים, גייט די מדינה'ס אונטערגאנג זיין נישט ווייניגער ווי נאך א האלאקוסט היל"ת רח"ל...
מ'דארף האפן אויף משיח'ן און אויף נסי נסים, אבער מ'מעג זיך זארגן וויאזוי דער זאך וועט זיך ענדיגן. גארנישט אזוי פשוט.
אוי האבן אונזערע רבי'ס גוט פארשטאנען...

דער סאטמאר רב, דער דברי יואל, האט טאקע אין תשכ"ז נאך די זעקס טאגיגע מלחמה ווען די פרומע ציונים האבן געשריגן און געטאנצן אז דאס איז געווען עכטע ניסים משמים, און געוויסע האבן אפילו פארגעלייגט אז דאס ווייזט אז דער רבונו דעלמא כלא וויל די מדינה, שרעקליכע כפירה. ביי די שלש סעודות האט די רבי ז"ל געוויינט, "אוי, ווי די אזוי גערופענע ניסים וועט זיי אפקאסטן, אוי, ווי די אזוי גערופענע ניסים וועט אפקאסטן כלל ישראל", און אוי, ווי גערעכט ער איז געווען. מ'צאלט נאך היינט דערפאר. פערציג יאר שפעטער ווייסט מען נישט וואס צו טון מיט די שטחים. מ'געט עזה צוריק, באקומט מען ראקעטן. מ'האלט אן די מערב ברעג, באקומט מען ראיאטן און זעלבסטמארד באמבעס, און אינטיפאדא... מ'קען זיך נישט ארויס דרייען, נישט דא קיין ענדע. יעדע מאל די מדינה קריגט זיך מיט עזה, כאפן מיר אידן פעטש איבער די וועלט.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

משה בן יעקב האט געשריבן:ציביסליך ווייז גייען די אראבער זיך פילען באקוועם אריינציקומען אין די ממשלה אין מאכען ארדנונג פין אינעווייניג....
גיב עס צעהן יאר אין בדרך הטבע איז מדינת ישראל א פארגאנגענהייט....

אמן! לאמיר האפן די מדינה זאל אינטער גיין אסאך גיכער ווי 10 יאר ויבא משיח צדקנו בב"א
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פרעגער האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:גיב עס צעהן יאר אין בדרך הטבע איז מדינת ישראל א פארגאנגענהייט....

אידיש גערעדט? בדרך הטבע? אפיקורסת!!!

בדרך הטבע ווי אזוי עקזעסטירט כלל ישראל נאך אלע מיטמאכענישן די לעצטע כמעט 6 טויזענט יאהר????

בדרך הטבע איז כלל ישראל אפגעווישט געווארען צום לעצטן מאל ביים צווייטן קריג. בדרך הטבע עקזעסטירט בכלל נישט קיין מדינת ישראל.

בדרך הטבע וואלסטו היינט נישט אויפגעשטאנען... אויב דו גלייבסט מיר נישט דאן זאג נאכאמאל איבער מודה אני און אשר יצר און טראכט די פירוש המילות.

איין זאך קען איך טראכטן לשיטתך אז ס’איז בדרך הטבע - דיין פרנסה, ווייל דו ארבעטסט דאך דערפאר און דער באשעפער דארף דיר נישט צוהעלפן.....

עפ’’ל

א שיעור אין על הגאולה וועט אייך נישט שאטן.

פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:גיב עס צעהן יאר אין בדרך הטבע איז מדינת ישראל א פארגאנגענהייט....

אידיש גערעדט? בדרך הטבע? אפיקורסת!!!

בדרך הטבע ווי אזוי עקזעסטירט כלל ישראל נאך אלע מיטמאכענישן די לעצטע כמעט 6 טויזענט יאהר????

בדרך הטבע איז כלל ישראל אפגעווישט געווארען צום לעצטן מאל ביים צווייטן קריג. בדרך הטבע עקזעסטירט בכלל נישט קיין מדינת ישראל.

בדרך הטבע וואלסטו היינט נישט אויפגעשטאנען... אויב דו גלייבסט מיר נישט דאן זאג נאכאמאל איבער מודה אני און אשר יצר און טראכט די פירוש המילות.

איין זאך קען איך טראכטן לשיטתך אז ס’איז בדרך הטבע - דיין פרנסה, ווייל דו ארבעטסט דאך דערפאר און דער באשעפער דארף דיר נישט צוהעלפן.....

עפ’’ל

א שיעור אין על הגאולה וועט אייך נישט שאטן.

ריכטיג געזאגט. א בושה אזא תגובה
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:גיב עס צעהן יאר אין בדרך הטבע איז מדינת ישראל א פארגאנגענהייט....

אידיש גערעדט? בדרך הטבע? אפיקורסת!!!

בדרך הטבע ווי אזוי עקזעסטירט כלל ישראל נאך אלע מיטמאכענישן די לעצטע כמעט 6 טויזענט יאהר????

בדרך הטבע איז כלל ישראל אפגעווישט געווארען צום לעצטן מאל ביים צווייטן קריג. בדרך הטבע עקזעסטירט בכלל נישט קיין מדינת ישראל.

בדרך הטבע וואלסטו היינט נישט אויפגעשטאנען... אויב דו גלייבסט מיר נישט דאן זאג נאכאמאל איבער מודה אני און אשר יצר און טראכט די פירוש המילות.

איין זאך קען איך טראכטן לשיטתך אז ס’איז בדרך הטבע - דיין פרנסה, ווייל דו ארבעטסט דאך דערפאר און דער באשעפער דארף דיר נישט צוהעלפן.....

עפ’’ל

א שיעור אין על הגאולה וועט אייך נישט שאטן.

הנני מוכן ומזומן לקיים מ"ע של בצדק תשפוט ליקבה"ו בשכ"י
איך מיין אז פרעגער מיינט צו זאגן איז אז "עס איז נישט דא קיין טבע", אלעס איז מן השמים, סיי די צרות סיי די גוטע זאכן. סיי דאס אז עס איז געווען א האלקאוסט סיי אז מ'איז געראטעוועט געווארן. סיי א מד"י, סיי די צרות דערפון. ער רעדט נישט פון דער פאקט אז מד"י איז קעגן די תורה און קעגן ה' ומשיחו.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו

יישר כח פאר’ן מסביר זיין מיינע רייד, הגם כ’האב נישט געפיהלט פאר וויכטיג דאס צו טוהן, פשוט ווייל די א’’ג קנאים אין אמעריקא מיינען באלד אז מען מיינט ח’’ו אראפ צו רייסן די שיטה. (זעה נאר ווי יענער האט פשוט צוטירט אן האלבער סענטענס מיינע און עטליכע זענען שוין מיטגעטאנצען מיט איהם ’קדוש’ אבער דעם מודה אני האט ער נאך אלץ נישט איבערגעזאגט ווייל איז דאך א בדרך הטבע מענטש).

און ווי קאמיש איז די תגובה וואס איינער האט שוין אויבן דערמאנט די חילוק צווישן די אמעריקאנע קנאים אין אמעריקא וואס איז נישט מער ווי א שיטה און די קנאים דאהי אין ארץ הקודש וואס לעבן דערמיט!

ובכל זאת וועסטו נישט טרעפן קיין איינער פון זיי דא אין ארה’’ק (חוץ די איינצעלנע הירש וסייעתו) וואס האלט אפילו פאר א ספק ספיקא אז ס’זאל אויפקומען א לינקע מדינה און זיכער נישט אן אראבישע ח’’ו.
לעצט פארראכטן דורך פרעגער אום דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פרעגער האט געשריבן:
יישר כח פאר’ן מסביר זיין מיינע רייד, הגם כ’האב נישט געפיהלט פאר וויכטיג דאס צו טוהן, פשוט ווייל די א’’ג קנאים אין אמעריקא מיינען באלד אז מען מיינט ח’’ו אראפ צו רייסן די שיטה. (זעה נאר ווי יענער האט פשוט צוטירט אן האלבער סענטענס מיינע און עטליכע זענען שוין מיטגעטאנצען מיט איהם ’קדוש’ אבער דעם מודה אני האט ער נאך אלץ נישט איבערגעזאגט ווייל איז דאך א בדרך הטבע מענטש).

און ווי קאמיש איז די תגובה וואס איינער האט שוין אויבן דערמאנט די חילוק צווישן די אמעריקאנע קנאים אין אמעריקא וואס איז נישט מער ווי א שיטה און די קנאים דאהי אין ארץ הקודש וואס לעבן דערמיט!

ובכל זאת וועסטו נישט טרעפן קיין איינער פון זיי דא אין ארה’’ק (חוץ די איינצעלנע הירש וסייעתו) וואס האלט אפילו פאר א ספק ספיקא אז ס’זאל אויפקומען א לינקע מדינה און זיכער נישט אן אראבישע ח’’ו.

מיט א רואיגקייט, די היץ איז גענצליך איבעריג, כאטש וואס ס'איז א פארגעניגן צי זעהן אז מיין איידעלע באמערקונג האט דערגרייכט איר ציל, כ'האב נישט געטראכט ס'וועט אייך אזוי ארויסנעמען פון די כלים אבער אז ס'האט יא איז א סימן אז איר האט עס געקענט ניצן.

רבי איד, פיך הכשליך... געשריבן אין איין שורה: כלל ישראל עקזיסטירט 6 טויזענט יאר למעלה מן הטבע, היטלער האט נישט אפגעווישט כלל ישראל למעלה מן הטבע, און מדינת ישראל שטייט למעלה מן הטבע... יעצט ערווארט אז כ'זאל לערנען פשעטלעך צי מלמד זכות זיין אויף די רייד... איר האט יתכן נישט געמיינט וואס איך און יעדע נורמאלע קאפ האט פארשטאנען אין אייערע ווערטער, אבער דער ציגאנג קומט ליידער פון ויתערבו ... וילמדו ... מ'פארגעסט פון די פשוט'ע יסודות וואס די רבי לערנט אינז אין על הגאולה.

דער צווייטע שורה איז גאנץ א זיסע אבער פאלשע הגדרה, קאמיש איז עס נישט. [ס'האט מיר געקאסט א שמייכל]

קאמיש איז ווי אין אייער דריטע שורה האט איר בליץ שנעל פארגעסן אז ס'עקזיסטירט נישט קיין טבע, בנוגע "אינזער לאנד" זאל ווערן איבערגענימען ביי די אראבער דארט האסטו עפעס פארגעסן פון מודה אני מיט אשר יצר וואס האסט אזוי ערליך געזאגט היינט. דא איז ח"ו ח"ו די אראבער זאלן אויסרייסן די טומאת הציונת און דערביי דערנענטערן די גאולה שלימה וואס ווערט צוריקגעהאלטן דורך די מדינת השמד כמבואר בספרי רביה"ק זי"ע כמ"פ - הלמאי אינז זעה מיר מיט אינזערע אויגן די טבע אז די אראבער זענען א סכנה. כ'ווייס נישט צי לאכן אדער וויינען.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין איבער די רחמנות'דיגער קאווער פון דער ניו יארק טיימס, דער אינגל אויבערשטער שורה לינקס איז געווארן אומגעברענגט דורך צוויי מיס-פייערד כאמאס ראקעטן וואס האבן עקספלאדירט נעבן זייער מעטשעט אין בית חנון.
IMG_20210604_150303_785.jpg
IMG_20210604_150303_785.jpg (132.39 KiB) געזען 1266 מאל

דער מיטן רויטן צירקל איז דער טעראריסט חאלאד קאנו.

דער אינגל אויפן צווייטער שורה לינקס איז געווארן אומגעברענגט צוזאמען מיט א כאמאס קאמאנדיר. שטארק מעגליך געדינט אלץ א היומען-שיעלד.

דער אונטערשטער שורה אינדערמיט איז אומגעברענגט געווארן דורך א שראפנעל פון א כאמאס ראקעט.

דאס איז דער אומשולדיג קינד מוכאמעד סאלימען. ווי זאגט דער טיימס "they were only children".

E2xBh55VkAEi4To.jpg
E2xBh55VkAEi4To.jpg (116 KiB) געזען 1266 מאל

מוכאמעד איז געהארגעט געווארן ווען ער איז געווען אין קאר מיט זיין פאטער סאבאר סאלימען אן על קאסאם בריגאדע קאמאנדיר. דינענדיג פאר כאמאס.

און נאך איינס...

דער פון דער דריטער שורה לינקס מיטן געלן העמעדל איז געווען אפיליאירט מיט א מיליטאנטישע גרופע. דער אינגל באשאר אכמעד סאמאר איז געווען אפיליאירט צו דער מיליטאנטישער פאטאח גרופע.

פאטאח האט שוין באוויינט זיין טויט אים מאי 12 רופנדיג אים זייער "היראו מארטירער". זעט אויס דער טיימס האט נישט געוויס דערפון...

ווי זאגט יענער פאר קאנטעקסט עס איז א נייטראלער ארטיקל.

---
מנהל איך מיין די לעצטיגע עטליכע פעידזשעס באלאנגט ערגעץ אנדערש.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

בילדער פון א באמבאדירטע טונעל געניצט דורך כאמאס וואס איז געווען סטאנציאנירט אונטער א UNRAW קינדער שולע אין עזה (די Unraw איז א פליגל ארגענעזאציע פון די UN צו העלפן פאלעסטינער מיט זייערע געברויכן)
20210610_190416.jpg
20210610_190416.jpg (136.71 KiB) געזען 1190 מאל
Screenshot_20210610-191339_Gallery.jpg
Screenshot_20210610-191339_Gallery.jpg (295.34 KiB) געזען 1190 מאל
אטעטשמענטס
20210610_190418.jpg
20210610_190418.jpg (94.52 KiB) געזען 1190 מאל
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

כאמאס באעהרט און לויבט אויס על דזשאזירא נייעס אגענטור פאר זייער דעקונג פון 11 טאגיגע מלחמה‎

כאַמאַס האָט זיך באַצויגן צו די עלף טאָגיגע מלחמה וואָס איז פאָרגעקומען עטליכע וואָכן צוריק, זאָגנדיג אַז די על דזשאַזיראַ נייעס אַגענטור האָט עס געדעקט זייער גוט און פּראָפעסיאָנאַל. עס איז אָנגעצייגט געוואָרן אַז על דזשאַזיראַ, וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן אָריגינעל דורך די קאטארישע רעגירונג, האָט געדעקט די גאַנצע קאָנפליקט איינזייטיג לטובת כאַמאַס.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

7 מדינת ישראל עקסטרעמיסטן פון די הרצליה געגענט זענען ארעסטירט געווארן אויף באשולדיגונגן אז זיי האבן אנטייל גענומען אין א ווילדע אטאקע עטליכע וואכן צוריק אויף אן אראבישער מאן אין די 60'ר יארן
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

אין אנדערע נייעס האבן מיליטערישע פראסעקיוטער אין מדינת ישראל געפיילט קלאגעס אקעגן א פאלעסטינער אין פארבינדונג צו א שיסעריי אטאקע פאריגע חודש פון וואס א בחור איז אומגעקומען און צוויי אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

עגיפטן האט אפגערופן געשפרעכן וועלכע האבן געדארפט פארקומען צווישן פאלעסטינער פראצקיעס איבער מאכן שלום צווישן זיך

די געשפרעכן האבן זיך געדארפט אנפאנגן ענדע דעם וואך, אבער זענען געווארן אפגעלייגט צוליב ערענסטע מיינונגס פארשידענהייטן צווישן די צוויי זייטן. כאמאס און אנדערע פאלעסטינער פראקציעס האבן שוין עטליכע טעג צוריק געשיקט דעלעגאציעס קיין קאירא כדי זיך צו גרייטן פאר די געשפרעכן און אזוי אויך צו פארהאנדלן איבער א לאנג-טערמיניגע פייעראפשטעל מיט מדינת ישראל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מצב מלחמה אין ארץ הקודש - אייר-סיון תשפ"א - נא להתפלל לרחמי שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

איסלאמישער קאנגרעס-פרוי אילהאן אמאר האט אנגעזייט א שטורעם נאך וואס אין א סטעיטמענט האט זי אייניג פארלאנגט מען זאל אריינקוקן אין די אומרעכט פון כאמאס מדינת ישראל טאליבאן און אמעריקא. עפעס וואס האט ארויסגערופן רעאקציעס פון רעפאבליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך. היתכן זי פארגלייכט צוויי דעמאקראטישע לענדער צו ווילדע בארבארישע גרופעס אין זי זאל ארויסקומען אויסקלארן אירע ווערטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”