א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

קנאפער ידען האט געשריבן:ש'כח הבל!! שארף און קלאר ווי נאר הבל קען.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אייוועלט זיידי
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2021 3:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט זיידי »

קנאפער ידען האט געשריבן:ש'כח הבל!! שארף און קלאר ווי נאר הבל קען.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג קרח





פרעזידענט ביידען'ס פארשלאגן פאר רעפובליקאנער איבער אינפראסטרוקטור רופט ארויס קריטיק פון טייל ליבעראלן אריינגערעכנט קאנגרעס מיטגליד קאהאנא וועלכע זאגט אז סיי וועלכע ביל וועלכע נעמט נישט אריין א העכערונג אין די קארפארעיט שטייער ראטע איז אראפ פון טיש
סענאטאר וויידען ווארנט אז עס קען איבערלאזן אסאך קריטישע אינוועסטירונגען אראפ פון טיש

*

דער פרעזידענט האט פרייטאג אפגעהאלטן א טעלעפאן געשפרעך מיט סענאטארשע קעפיטא וועלכע האט פראגעשלאגן צו העכערן נייע ספענדינג מיט נאך 50 ביליאן דאלער אבער דער פרעזידענט האט געזאגט אז עס קומט נישט נאך זיינע ציהלן
די צוויי האבן באשטימט ווידער צו שפרעכן היינט מאנטאג נאכמיטאג אבער ביידען האט געזאגט פאר קעפיטא אז ער וועט אריינמישן מער געזעצגעבער פון ביידע פארטייען אין די געשפרעכן זוכנדיג שטימע פאר מער ספענדינג

*

סענאטאר מענשין צייגט דערווייל נישט קיין צייכנס פון אומגעדולד מיט די אינפראסטרוקטור פארהאנדלונגען אבער טייל פון זיינע קאלעגן וועלכע האבן אויך ביז היינט געשטיצט דא גיין אויפן אומפארטייאישן ריכטונג הויבן אן פארלאנגען אז זאכן דארפן זיך רוקן פאראויס
סענאטאר דזשאן טעסטער זאגט אז עס איז זייער פיין פאר סענאטארן צו ערשיינען אויף די טעלעוויזע און אדרעסירן קופקעס פון רעפארטער אבער ער איז געקומען קיין וואשינגטאן צו זעהן זאכן פאסירן
סענאטאר בען קארדין האט דאנערשטאג געזאגט אז זיין פארטיי וואלט געגעבן נאך 10 טאג פאר רעפובליקאנער איידער מען רוקט זיך צו רעקאנסיליאציע

*

סענאטארן קערן זיך היינט צוריק צו די ארבעט נאך די מעמאריעל דעי אורלויב און זענען ערווארטעט אנצוהויבן אפשטימונגען אויף די ערשטע פעקל דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס פון פרעזידענט ביידען און אזוי אויך אויף די אנטי כינע ביל

*
ווי שוין באריכטעט האט פרעזידענט טראמפ געגעבן א רעדע אין צפון קאראליינע וואו זיין שנור האט געמאלדן אז זי וועט נישט לויפן צום סענאט אנגעבנדיג איר פארנומענע סקעדזשועל אלץ מוטער צו צוויי קליינע קינדער אלץ שטער צו קענען לויפן צום סענאט
דאן האט טראמפ אינדארסירט קאנגרעסמאן טעד באד צום סענאט און פעט מקרארי האט רעאגירט צו די אינדארסירונג זאגנדיג אז ער גלויבט אז טראמפ האט באקומען שלעכטע ראט מיטן אויסקלויבן א וואשינגטאן אינווייניגסטער און אז מען האט עס געקענט שפורן פון די רעאקציע פון די פארזאמלטע

*

דזשארדזשיא אגריקולטור קאמישאנער גערי בלעק איז אריינגעשפרונגען אין די רעפובליקאנע פריימערי צו קענען לויפן אקעגן סענאטאר ווארנאק

*

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג שלח

טראץ וואס טראמפ האט שוין אינדארסירט מא ברוקס צום אלאבאמא סענאט זיץ וועלכע וועט ווערן ליידיג מיט די אפטריט פון סענאטאר שעלבי זענען טייל רעפובליקאנער אריינגערעכנט פילע אין די ביזנעס געמיינדע אומצופרידן מיט ברוקס
מען הערט אז א געהילף צו שעלבי גרייט זיך אריינצוטאנצן אין די פארמעסט


די געהילף, קעטי באיד בריט האט אצינד געפיילט פארפירן מיט די פעדעראלע עלקשאן קאמיסיע


*

טענעסי האט אין 2019 למספרם באשטעטיגט א סטעיט שולע אויסוואל פילאט פראגראם וועלכע שטעלט צו א 7000 דאלער סקאלערשיפ פאר ארימע עלטערן וועלכע זוכן צו שיקן זייערע קינדער אין פריוואטע שולעס, א סומע וועלכע באטרעפט בערך די סומע וועלכע די סטעיט ספענדט פער קינד אין פובליק שולע
די פראגראם איז באשטימט זיך אנצהויבן צו ערשט בלויז אלץ פראבע אין די צוויי קאונטיס שעלבי און דעיווידסאן אבער צוויי שולע דיסטריקטן האבן אריינגעטראגן אן אנקלאגע דערקעגן זאגנדיג אז די פראגראם פארלעצט די סטעיט קאנסטיטוציע
זיי באקלאגן זיך צווישן אנדערן אז לויט די סטעיט געזעץ קען נישט די לעגיסלאטור שטימען אויף געזעתן וועלכע אפעקטירן בלויז אן איינצלנע דיסטריקט אבער די סטעיט פארטיידיגט זיך אז אין דעם פאל האבן זיי דעזיגנירט די פילאט פראגראם פאר צוויי דיסטריקטן
די נידריגע געריכטן האבן אויף דערווייל איינגעפרוירן די פראגראם און די סטעיט האט עס אפעלירט צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט דאנערשטאג אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און איז ערווארטעט צו אורטיילן ערגעץ אין די קומענדיגע עטליכע וואכן

*

די סופרים קאורט האט איצט אינדערפרי אפגעווארפן אן אפיעל פארזוך אקעגן אן עף די עי רעגולאציע אויף עלעקטראנישע ציגארעטן

*

די סופרים קאורט האט איצט אינדערפרי זיך אנטזאגט אויסצוהערן א קעיס וועלכע זוכט איינצושטעלן אז פרויען זאלן אויך מוזן זיין טייל פון א דרעפט ווען די מיליטער פאררופט צוואונגט ארויף אזאנס אויף מענער

*

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג אחרי קדושים

ארום 400 טויזנט אומלעגאלע אימיגראנטן געניסן פון א פראגראם געשאפן דורך קאנגרעס גערופן TPS באשיצונג וועלכע שטעלט צו שוץ פאר אימיגראנטן פון לענדער וואו די צושטאנד איז געפארפול צוליב נאטורליכע קאטאסראפעס אדער ווילדע איבערקערענישן

די פראגראם שטעלט צו שוץ פון דעפארטאציע און ערלויבט צו קענען ארבעטן און זיך ארומדרייען סיי וואו אין לאנד און זיך איינגעלידערן אלץ טייל פון די לאקאלע געמיינדעס

א צווייטע פראגראם גערופן די "סטאטוס אויסגלייכונג" ערלויבט געוויסע אימיגראנטן צו קוואלאפיצירן פאר די LPR סטאטוס וועלכע באדייט אז יענער קען באקומען א גרין קארד און זיך אויפהאלטן פולשטענדיג לעגאל אין לאנד טראץ וואס מען איז נישט קיין בירגער און אן די געווענליכע פארלאנג צוריקצוגיין צו די לאנד פון וואו מען האט עמיגרירט און זיך דארט ווענדן צום אמעריקאנעם קאנסולאט מיט אן אפליקאציע פארן גרין קארד

געווענליך זענען עס אזעלכע אימיגראנטן וועלכע זענען פארהייראט צו אמעריקאנע בירגער די וועלכע האבן די בעסטע שאנסן צו קוואלאפיצירן פאר די LPR סטאטוס אבער קאנגרעס האט מיט די יארן פארשטייפערט די רעגולאציעס און אויסגעשלאסן אלע וועלכע זענען נישט געווארן
אינספעקטירט און באשטעטיגט ביים אריינקומען אין לאנד אדער פאר אזלעכע וועלכע זענען געכאפט געווארן ארבעטן אומלעגאל אין לאנד אדער פאר אזעלכע וועלכע זענען געבליבן מיט אן אפגעלאפענע וויזא

ביז 1996 למספרם האט די באגרעניצונג נישט גענצליך בלאקירט די מעגליכקייט פון אימיגראנטן פארהייראט צו אמעריקאנער צו קוואלאפיצירן פאר א גרין קארד ווייל די באגרעניצונג האט בלויז איסגעשניטן די מעגליכקייט פון גיין דעם גרינגערן וועג דורך די "סטאטוס אויסגלייכונג" פראגראם אבער ערלויבט ווייטער צו נעמען די שווערערע אבער מעגליכע אפציע פון צוריקפליען צום לאנד פון וואו מען קומט און דארט פארלאנגען א גרין קארד ביים אמעריקאנעם קאנסול

אבער אין 1996 למספרם האט קאנגרעס גאר שטארק פארקריפלט די מעגליכקייט פון TPS געניסער צו קענען באקומען גרין קארדס ביים באשטעטיגן א געזעץ וועלכע פארבאט פאר TPS געניסער וועלכע פארלאזן דאס לאנד זיך צוריקצוקערן בעפאר 10-3 יאר פעריאד וואס באדייט אז צו קענען ארויספליען און זיך איינגעבן פאר א גרין קארד באדייט דאס בלייבן אין אויסלאנד פאר עטליכע יאר (אויב ביזטו שוין אין לאנד פאר מער ווי 180 טאג מוזטו איצט ווארטן דריי יאר און אויב ביזטו שוין אין לאנד אומלעגאל פאר מער ווי א יאר מוזטו ווארטן 10 יאר אין אויסלאנד)

די פרישע שוועריקייט איז אבער בלויז פאר אזעלכע וועלכע פארלאזן דאס לאנד נאכן זיך געפונען אין לאנד אומלעגאל אן דורכגיין אן אינספעקציע און ווערן באשטעטיגט אלץ אימיגראנט

די גרויסע פראגע וועלכע האט זיך אנטוויקלט איז געווען צו בלויז דאס זיין א געניסער פון TPS איז מעגליך גענוג צו ווערן פאררעכנט אלץ אימיגראנט וועלכע איז יא געווארן אינספעקטירט און באשטעטיגט אלץ אימיגראנט

אין פאקט זענען TPS געניסער נישט געווארן אונטערזוכט און באשטעטיגט ביים אריינקומען אין לאנד אבער TPS איז אזאנס וועלכע גיבט דעם אימיגראנט א סטאטוס ווי "כאילו" מען איז יא געווארן אונטערזוכט און באשטעטיגט וואס צוליב דעם קען מען זיך דאך אויפהאלטן לעגאל אן זארג פון דעפארטאציע און די שפראך אינעם געזעץ איז אז יענער ווערט פאררעכנט אלץ "זיך אויפהאלטן מיט א געזעצליכע סטאטוס נישט ווי אן {אומלעגאלע} אימיגראנט"

וואס איז אבער אומקלאר צו די די "הרי הוא כאינספעקטירט און באשטעטיגט" איז אויך גילטיג צו קענען קוואלאפיצירן פאר די "סטאטוס אויסגלייכונג" נאך די 1996 למספרם באגרעניצונג פראגראם אדער דארט איז מען יא באגרעניצט

די אימיגראציע און נוטראליזאציע סערוויסעס האט באשלאסן אפצולערנען די רעגולאציע אויף די "סטאטוס אויסגלייכונג" די שטרענגע וועג און באשלאסן אז בלויז די גאר קליינע צאהל אפליקאנטן וועלכע זענען שוין באיזה אופן באטראכט געווארן אלץ אנוועזנד לעגאל נאך איידער זיי זענען געווארן TPS געניסער קענען פארלאנגען א סטאטוס אויסגלייכונג צו קענען באקומען גרין קארדס אן ארויספליען פון לאנד אבער געווענליכע TPS געניסער קענען נישט פארמעקן זייער היסטאריע פון "אריינקומען אומלעגאל" טראץ וואס אצינד "האלטן זיי זיך אויף אין לאנד" לעגאל ווייל די געזעץ שרייב קלאר אז זי באגרעניצט אזעלכע "וועלכע זענען נישט געווארן אונטערזוכט און באשטעטיגט" און די ווערטער זענען קלאר און אומצוויידייטיג

די געפעכט האט געמאכט איר וועג צו די געריכטן און אין 2011 למספרם האט א פאנעל אויף די עלפטע סירקוט רעכט געגעבן פאר די אגענטור און אזוי אויף די פיפטע קרייז געריכט אבער מיט צוויי יאר דערויף האט די זעקסטע סירקוט געשריבן קאפויער און זייער שטעלונג איז געווארן
ווידערהאלט דורך די אכטע סירקוט און אין 2017 למספרם דורך די ניינטע קרייז געריכט שרייבנדיג אז איינמאל מען באקומט TPS סטאטוס איז עס פונקט ווי מען וואלט אריינגעקומען אין לאנד אונטער אזא סטאטוס

אויסער דעם צייגן זיי אן אז TPS געניסער גייען אדורך א רייע אונטערזוכונגען גאנץ ענליך צו די אונטערזוכונגען אויף אימיגראנטן וועלכע קומען אן געהעריג ביים גרעניץ

זיי האבן אויך ארויסגעברענגט אז די אגענטור האט נישט צוגעשטעלט קיין שום פרעצעדענט פון אנדערע רעגירונג אגענטורן וועלכע זאלן אויף אויסטייטשן די געזעץ אויף זייער וועג

זינט די אורטייל פון די ניינטע קרייז געריכט האבן א רייע דיסטריקט געריכטן אין לאנד אנגענומען זייער שטעלונג אין א רייע קעיסעס און האט געפירט צו די טראמפ אדמיניסטראציע צו אדרעסירן די קריטיק פון די ניינטע קרייז געריכט מיטן "שאפן" די נויטיגע פרעצעדענט פון אנדערע רעגירונג אגענטורן און זיי האבן צוגעשיקט א קעיס מיט א TPS אימיגראנט צו די אדמינסטראטיווע אפעלאט אפיס אינערהאלב די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט וועלכע האט צופרידנגעשטעלט די אדמיניסטראציע מיטן קלארשטעלן אז זיי לערנען אויף אפ די געזעץ אזוי ווי די אימיגראציע און נוטראליזאציע סערוויסעס

קריטיקירער האבן אבער ארויסגעברענגט אז עס איז מאדנע צו זאגן אז קאנגרעס האט טאקע ערלויבט די "סטאטוס אויסגלייכונג" בלויז פאר בלויז אזעלכע TPS אימיגראנטן וועלכע האבן שוין בעפאר געהאט לעגאלע סטאטוס ווייל אויב אזוי ווי אזוי פונקטליך טוט די TPS סטאטוס בענעפיטירן דעם אימיגראנט אויפן וועג צו קוואלאפיצירן פאר "סטאטוס אויסגלייכונג" זינט מען שעקט עס סייווי בלויז פאר אזעלכע וועלכע האלטן זיך שוין אויף לעגאל אין לאנד אפילו אן זייער TPS סטאטוס און פון דעם וואס קאנגרעס נוצט די TPS רעכט פון אימיגראנטן אלץ ביישטייערונג צו קענען געניסן פון די "סטאטוס אויסגלייכונג" איז דאך געדרינגען אז זייער ציהל איז טאקע געווען צו דעקן אזלעכע וואס זענען געווען אומלעגאל אין לאנד בעפאר זיי זענען אריין אונטער די TPS פראגראם

אלנפאלס איז שפעטער אפירגעקומען א פראבלעם פאר די טראמפ אדמיניסטראציע ווען אין אירע לעצטע טעג איז א שוועסטער אגענטור אינערהאלב די רעגירונג ארויסגעקומען מיט א ווייכערע אויסטייטש פון די געזעץ

אין נאוועמבער 23 2020 למספרם האט די באורד אוו אימיגראציע אפיעלס פון אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט ארויסגעגעבן איר שטעלונג וועלכע גייט אין קעגנזאץ פון די אימיגראציע און נוטראליזאציע סערוויסעס פון די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט

זיי קומען גראדע אויך צום זעלבן אויספיר ווי די אנדערע אגענטור אבער שרייבן אז די שפראך אינעם געזעץ איז דייקא "נישט קלאר" אבער זינט די געזעץ איז אויך נישט קלאר אז אויף די פארקערטע וועג (יא צו גיבן פאר אלגעמיינע TPS געניסער די רעכט פאר "סטאטוס אויסגלייכונג") דעריבער קענען זיי נישט געניסן דערפון

זייער שטעלונג האט געשאפן ערנסטע קאפוויי פאר די אדמיניסטראציע ווייל נאך די באשלוס פון די אימיגראציע און נוטראליזאציע סערוויסעס האט די יוסטיץ דעפארטמענט פובליצירט די שטעלונג אלץ פרעצעדענט באשלוס און עס אפיציעל געמאלדן דורך די "אדמיניסטראטיווע באשלוסן אונטער אימיגראציע און נאציאנאליטעט געזעצן"

די דעפארטמענט האט דערמיט געזוכט אפצוענטפערן די ניינטע קרייז געריכט און צייגן אז עס איז יא דא פרעצעדענט פאר זייער שטעלונג טראץ וואס דאס מעלדן באשלוסן דורך אזא אפיס איז א זעלטענע זאך און מוז קומען מיט די גוטהייסונג פונעם אטוירני דזשענעראל און זיין איינשטימיג מיט און בונדענד אויף אלע אנדערע רעגירונג אגענטורן אין די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט און יוסטיץ דעפארטמענט

דעריבער איז עס געקומען ווי א פאטש פאר די יוסטיץ דעפארטמענט ווען דא קומט פלוצלינג ארויס אז אן אגענטור אינערהאלב איר אייגענע דעפארטמענט איז נישט אויפן זעלבן בלאט ווי די פירערשאפט און עס קומט נאך פון די סאמע העכסטע אימיגראציע טריבונאל אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט

די קאנפליקטן אין די סירקוט געריכטן און שפעטער אין די אגענטורן פון די טראמפ אדמיניסטראציע צווישן זיך האט רייף געמאכט א קעיס צו קענעם טענה'ן אז די איז גערעכט מיט זייער הנחה אז די שפראך אין די קאנגרעס געזעץ איז נישט קלאר אבער אפווארפן זייער שטעלונג אז צוילב דעם קענען אלגעמיינע TPS געניסער נישט קוואלאפיצירן פארן פראגראם

עס האט געעפנט א וועג צו קענען זאגן אז אויב איז די געזעץ געשריבן געווארן אומקלאר איז עס מעגליך געווען מיט די כוונה אז עס זאל זיין אפן פאר די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט צו באשליסן אויף די פראגע

אונזער קעיס האנדלט זיך פון א פארפאלק שאנץ און גאנזאלעז וועלכע האבן זיך אריינגעשווערצט אין לאנד אין די פריע 90 'גער למספרם פון און קומען ארגינעל פון על סאלוואדאר און באוקמען TPS סטאטוס אין 2001 למספרם צוליב א רייע ערדציטערנישן אין זייער היימלאנד

זיי האבן זיך איינגעגעבן פאר די "סטאטוס אויסגלייכונג" רעכט אבער געווארן אפגעזאגט צוליב זייער אריינקומען אומלעגאל

נעמען די אנדערע שטראז פון צוריקפליען צום אמעריקאנעם קאנסול אין על סאלוואדאר וואלט באדייט אז זיי קענען נישט צוריקקומען בעפאר 10 יאר זענען זיי געגאנגען אין געריכט מיט די טענה אז באזיצן TPS סטאטוס מאכט זיי קוואלאפיצירט פאר די "סטאטוס אויסגלייכונג" און די דיסטריקט געריכט האט זיי געגעבן גערעכט

די רעגירונג האט עס אפעלירט צום דריטן סירקוט וועלכע האט אזוי ווי די עלפטע און פיפטע סירקוטס גענומען די זייט פון די רעגירונג אין קעגנזאץ צו די זעקסטע, אכטע און ניינטע סירקוטס

אנדערש ווי אימגראציע אקטיוויסטן האבן געהאפט האט די ביידען אדמיניסטראציע באשלאסן פארצוזעצן מיט די שטעלונג פון זייערע פארגייער און גענומען די זעלבע ליניע צו זאגן אז אפילו אויב די געריכט קומט צום אויפיר אז די שפראך אינעם געזעץ איז נישט אינגאנצן קלאר זאל די פאליסי פארבלייבן ווי ביז איצט אז אלגעמיינע TPS געניסער קענען נישט געניסן פון די "סטאטוס אויסגלייכונג" פריוויליגיע


די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון די רעגירונג מיט ריכטערין קעיגען שרייבנדיג די אורטייל פאר אן איינשטימיגן געריכט
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

[quote="הכל הבל"]מאנטאג קרח

pdf
אטעטשמענטס
בקרח.pdf
(59.25 KiB) געווארן דאונלאודעד 58 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג קרח


גאר געשמאק געווען די היינטיגע קאקאש.

ספעציעל אריינגעקומען זיך באדאנקען.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג קרח


גאר געשמאק געווען די היינטיגע קאקאש.

ספעציעל אריינגעקומען זיך באדאנקען.

גא’’מ.

בד’’וו @אלעקסיי איך גלייך שטארק דיינע באריכטן, ספעציעל ווען ס’איז דא אסאך אינטענאציאנאלע נייעס.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הו הא! פון א קאלעגע האט עס א ספעציעלע באדייט!
א דאנק אייך!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג קרח







סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער רעקאמענדירט אז מען זאל שטעלן מירנע פערעז און דעיל הא אלץ פעדעראלע ריכטער
פערעז איז די דירעקטארין פון די ברענען צענטער פאר וואוטינג רעכטן און הא איז די דירעקטאר פון די ACLU וואויטנג רעכטן פראיעקט


*

מיט 28-66 האט די סענאט פאראויסגערוקט די נאמינאציע פון דזשוליאן עקסוויער צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער אין ניו דזשערסי
אום 11:30 וועט די סענאט אפהאלטן די ענדגילטיגע אפשטימונג און וועט ווערן די סאמע ערשטע דיסטריקט ריכטער נאמינאציע פון פרעזידענט ביידען צו ווערן באשטעטיגט


*

די אפשטימונג וועט נאכפאלגן מיט אן אפשטימונג אפצושטעלן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון ראדריגעז צו ווערן דיסטריקט ריכטער אין קאלאראדא


*

די סענאט וועט היינט שטימען אויף די פעיטשעק פעירנעס אקט וועלכע געניסט נישט פון די מינדעסטע רעפובליקאנע שטיצע
צוריק אין 2014 למספרם האט אינדעפענדענט סענאטאר ענגוס קינג געשטימט דערקעגן אבער ער שטיצט די איצטיגע ווערסיע


*

סענאט מאיאריטעט וויפ דיק דורבין: דער פרעזידענט איז געווען זייער געדולדיג און אצינד מוזן מיר באטראכטן אלטערנאטיוון סיידן מיר קענען גרייכן אן אפמאך
איז עס שוין אנגעקומען צו אזא פונקט?
דורבין: אין מיין מיינונג , יא


*

עס האט געזאלט הייסן אז געשפרעכן צווישן פרעזידענט ביידען און סענאטארשע קעפיטא וועלן פארזעצן נעכטן מאנטאג אבער עס איז געווארן אפגעשטופט און די צוויי וועלן היינט רעדן טעלעפאניש
לויט קוואל גייט קעפיטא מער נישט ארויפציען די פרייז פאר דירעקטע נייע ספענדינג העכער די 300 מיליאן דאלער טראץ וואס עס איז ווייט אפגערוקט פון די ביידען טריליאן דאלער פאזיציע

*

אין די צייט וואס די געשפרעכן פון ווייסן הויז מיט סענאטארשע קעפיטא קוקן אויס צו זיין פארהאנקערט הערט מען פון די גענג פון 12 וועלכע איז א גרופע פון 6 סענאטארן פון איטליכער פארטיי איבער וועלכע מיר האבן באריכטעט מיט עטליכע וואכן צוריק אז זיי גייען היינט דיסקוסירן זייערע געדאנקן איבער אינפראסטרוקטור מיט 20 סענאטארן


*

טראץ וואס סענאטאר מענשין האט קלארגעשטעלט אז ער גייט נישט שטימען אויף די וואוטינג רעפארם ביל וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט האט סענאט מאיאריטעט פירער שומער ווידערהאלט אז די סענאט וועט שטימען דערויף אין די קומענדיגע צוויי וואכן
די ניו יארק טיימס עדיטארילע באורד האט גערופן דעמאקראטן איינצושרומפן די ביל אויף א מער באגרענציטע ווערסיע און כאטש באשטעטיגן טיילן וועלכע קענען אריבערגיין די מענשין צענזור און סענאטארשע קלאובאשאר האט נעכטן אינדערפרי אנגעדייטעט אז זי האלט אויך אז מען זאל נעמען יענע ריכטונג
קלאובאשאר האט פרובירט צו רעדן מיט מענשין און אדרעסירן זיינע זארגן אבער די צוויי זענען זיך נישט דורכגעקומען און עס האט נאכגעפאלגט מיט א געשפרעך צווישן ווארנאק און מענשין ווען דער ערשטער האט פרבירט צו דרוקן אויף א טויש אין שטעלונג וועלכע האט נישט פאסירט און ער האט דערנאך קריטיקירט מענשין'ס אפאזיציע צום ביל
מיינסטנס דעמאקראטישע סענאטארן האלטן זיך דערווייל צוריק פון ארונטעררייסן מענשין איןדי עפנטליכקייט אבער פריוואט דרוקן זיי מערערע פון זיי אויס ערנסטע אויפברויז אויף זיין עקשנות
נעכטן נאכמיטאג האט מען געפרעגט קלארער פון סענאט מאיאריטעט וויפ דורבין אויב ער וואלט אריינגעשטעלט טוישונגען אינעם ביל אריבערצוגעוואונען מענשין
דורבין האט רעאגירט זאגנדיג אז עס איז א פראגע וועלכע דארף געפרעגט ווערן (און עס איז געפרעגט געווארן..)
דאן הארט ער צוגעלייגט אז אויב מענשין וואלט אקצעפטירט טיילן דערפון וועלכע זענען עלעמענטן וויכטיג צו דעמאקראטן קען עס זיין א טריט פאראויס
היינט נאכמיטאג וועט זיך מענשין טרעפן מיט סיוויל רייטס פירער וועלכע וועלן נאכאמאל פרובירן צו באאיינפלוסן דעם סענאטאר זיך צו בייגן
מענשין זאגט אבער פון פאראויס אז ער גלויבט נישט אז איינע פון די צוויי זייטן וועט טוישן שטעלונג אבער באצייכנט די געשפרעכן אלץ קאנסטרוקטיוו און געלעגנהייט פאר די צוויי זייטן צו הערן איינער דעם צווייטן


*

אין די דזשארדזשיא סעקרעטערי אוו סטעיט פארמעסט האבן שוין דוד בעלע איסלע און קאנגרעסמאן דזשודי הייס און א לאקאלע ריכטער געמאלדן אז זיי לויפן אקעגן ראפענסבערגער און פרעזידענט טראמפ האט אינדארסירט הייס
מייק קאלינס האט אציט געמאלדן אז ער נעמט אונטער א פארמעסט אנצופילן די קאנגרעס זיץ וועלכע וועט ליידיג ווערן מיט די אפטריט פון הייס


*

דעמאקראטן אין נעוואדע וועלן דארפן פארטיידיגן די גאווערנאר שטוהל און א סענאט זיץ ביי די קומענדיגע מידטוירמס אין 2018 למספרם האט דער איצטיגע גאווערנאר סטיוו סיסאלאק באזיגט דעם אטוירני דזשענעראל עדעם לעקסאלט וועלכע איז געווען דער רעפובליקאנע נאמיני פאר גאווערנאר
ווי באריכטעט קלערן קאנגרעסמאן אמאדי און דער געווזענער סענאטאר דיען העלער צו לויפן אקעגן סיסאלאק פאר גאווערנאר
די סענאט זיץ איבער וועלכע מען גייט זיך פארמעסטן איז די זיץ פון סענאטארע קארטע מעסטא וועלכע איז געווען די פארזיצערין פון די דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמיטע און זי האט לעצטנס געווארנט איר פארטיי נישט צו נעמען פאר לייכט איר פארמעסט ווייל עס קען אראפאקומען שמעלער ווי מען קלערט
אצינד הערט מען פון די רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע פארזיצער ריק סקאט אז ער רישט זיך אז לעקסאלט וועלכע האט פארלוירן די גאווערנאר פארמעסט אין 2018 למספרם זאל אריינטאנצן אין די סענאט פארמעסט און ער וואלט געווען איבערראשט אויב זאל ער עס נישט טוהן


*

אין די פארמעסט פאר אהייא'ס קאנגרעסיאנאלע זיץ לויפט האט דער סענדערס געשטיצטע קאנדידאט נינא טורנער אויפגעטרין 3 מיליאן דאלער
די פריימערי פארמעסט גייט פארקומען אום אוגוסט 3 למספרם
דער עסטאבלישמענט קאנדידאט שאנטעל בראון לופטערט היינט א רעקלאמע פארשטעלנדיג איר מוטער וועלכע האט א שטאלצע געשטימט פאר פרעזידענט ביידען
עס איז א פארזוך צו דערמאנען ווייילער אז טורנער וועלכע האט געארבעט פאר די סאנדערס קאמפיין האט קריטיקירט ביידען אפילו נאך די פריימערי פארמעסט איז געקומען צו אן ענדע


*

פלארידא גאווערנאר ראן דסאנטיס ווערט באטראכט אלץ אליאירט מיט קרוז אבער א שטילע געראנגל צווישן די צוויי גייט שוין אן פאר עטליכע מאנאטן און אויף די מינוט קוקט אויס קרוז האט זיך גערוקט אין א זייט פאר דסאנטיס
בלויז קלארצושטעלן אז די רעדע איז נישט פון סענאטאר טעד קרוז וועלכע קען זיך נאך אויס ארויסשיילן אלץ פרעזידענטליכע קאנקורענט פאר דסאנטיס נאר פון די קרוז שיפן אינדוסטריע וועלכע איז אן וויכטיגע טייל פון די פלארידא עקאנאמיע און נאך א געפעכט וועלכע האט זיך אנטוויקלט צווישן פלארידא און די סי די סי איבער ווירוס רעגולאציעס צו קענען אויפשטייגן אויף א שיף האבן א רייע פירמעס גענומען די זייט פון די פעדעראלע רעגירונג
אין אלגעמיין זוכט די אינדוסטריע צו לעבן אין גטע טערמינען מיט די סטעיט און די זעלבע איז אויף פארקערט צוליב די געמיינזאמע אינטערעסן ווען ביידע דארפן צוקומען צום אנדערן אבער דאסמאל האט זיך געשאפן א שפאלט אין מיינונגען אין דסאנטיס זוכט פרייע באוועגונג אויף שיפן און ארויסגעגעבן א פארבאט צו פאראנגען באווייזן פון וואקסינאציע
עטליכע פירמעס האבן אפן געסטראשעט צוריק אין מאי למספרם אז אויב פלארידא וועט זיך נישט ברעכן קענען זיי טרעפן אנדערע סטעיט וואו צו טוהן ביזנעס אבער אלע האבן פארשטאנען אז עס איז גרינגער געזאגט ווי געטוהן און מען האט אויסגעווארט מיט שפאנונג צו זעהן וועלכע זייט עס וועט די ערשטע בלינקען
נעכטן האט מען געהערט פון איינע פון די גרויסע פירמעס אז ער וועט זיך צושטעלן די סטעיט געזעץ וועלכע פארבאט וואקסינאציע פאספארטן אבער צוגעגעבן אז א גרויסע מערהייט רייזנדע זענען שוין סייווי וואקסינירט אדער וועלן זיין וואקסינירט אין די צייט פון זייער רייזע


*

רעדנדיג פון דעסאנטיס פלאנט ער דעם זומער דורכצופירן א פאנדרעיזינג בליץ לענגאויס די סטעיט נאכמער אויפצושוועלן זיין ווידערערוויילונג קאמפיין קאסע


*

מיט א צייט צוריק האט א שרייבערין געקלאגט טראמפ איבער פערזענליכע באשולדיגונגען פון יארן צוריק און די יוסטיץ דעפארטמענט אונטער ביל באר האט באשלאסן אז די רעגירונג וועט פארטיידיגן דעם פרעזידענט און האט געפירט צו א לעגאלע געראנגל אויב זיי קענען עס טוהן
אצינד קומט די נייעס אז די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט האט באשלאסן אז זיי וועלן אנהאלטן די שטעלונג און פארטייידיגן טראמפ אין געריכט
אויב וועט די דעפארטמענט זיגן אין געריכט און מעגן פארטיידיגן דעם געועזענעם פרעזידענט טוט עס כמעט פארזיכערן די טויט פון די קעיס


*


ווי די ליינער האלטן (יא אדער נישט) מיט רוקט מען זיך שוין נענטער צו די ענדע פונעם איצטיגן געריכט טערמין אין אורטיילן לאנדן יעדע שני וחמישי ווי די שטייגער פון אן אנגעשטערענגטע געריכט וועלכע דארף שליסן אירע טויערן און זיצט נאך אנגעלייגט מיט מערערע קעיסעס וועמעמנ'ס אורטייל איז נאכנישט געמאלדן

עס איז צום גלויבן אז די געריכט וועט צולייגן נאך אורטיילן טעג אריינגייענדיג טיפער אינעם למספרם מאנאט און מיר האפן זיי צו מעלדן ווען זיי קומען ארויס

ווי פארשטענדליך באדייט עס אז די זאפאסן פון קעיסעס וועלכע ווערן דא באריכטעט ליידיגן זיך אויס און די געריכט הויבט צוביסלעך אן צו אקצעפטירן פרישע קעיסעס אויפן קומענדיגן זמן
נעכטן מאנטאג האט די געריכט אקצעפטירט אן ערנסטע קעיס און פאלגענד זענען דעטאלן דערפון:

אין 2006 למספרם האט די עף בי איי אין ארענדזש קאונטי קאליפארניע אונטערגענומען אן אנאטי טעראריזם אפעראציע און רעקרוטירט און באצאהלט פאר א לערער ביי אן איבונגען צענטער צו ווערן אן אינפארמאנט

דער יעניגער האט זיך אנגעגעבן אלץ עימיצער וועלכע זוכט זיך אנצושליסן אין די איסלאמישע רעליגיע און אזוי זיך אריינבאקומען אין די אילאמישע מענטער אין אירווין קאליפארניע און געזאמלט אינפארמאציע און אויך געטראגן אן אונטערהער אפאראט

ער האט אויך איינגעפלאנצט מערערע אפאראטן אינעם מאסק און אזוי אויך אין די היימען פון מיטגלידערפונעם צענטער וואו ער האט באזוכט נאכן זיך נענטער באקענען מיט זיי

נאך א יאר האט ער אנגעהויבן לאזן פאלן פארשידענע באמערקונגען איבער מעגליך נעמען ווילדע שריט און די מאסק מיטגלידער האבן עס געמאלדן פאר די פאליציי וועלכע האבן אים פארבאטן פון צוריקגיין אהין און די אגענטור האט דאן אויפגעלעזט די מיסיע

דער בחור איז שפעטער געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אויף אנדערע אומפארבונדעטע קלאגעס און פארשיקט געווארן אין א סטעיט טורמע וואו ער איז עטליכע מאל געשטאכן געוווארן נאכן ווערן באצייכנט דורך די ארעסטאנטן אלץ מסור

ער האט דאן אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די עף בי איי אז זיי האבן פארפעלט צו באשוצן זיין ווואוילזיין נאכן אים אויסנוצן אלץ אינפארמאנט און דורכאויס יענע אנקלאגע האט ער אויפגעדעקט זיין ראלע אלץ אינפארמאנט און פולע דעטאלן ארום דעם די מעמבערס פון די מאסק

אין 2011 למספרם, הערנדיג אזוי קלאר איבער יענעם'ס אקטיוויטעטן זיי נאכצוקוקן האבן דריי מיטגלידער פון די מאסק, יאסיר פאזאדזשא, אלי מאליק און יאסאר אבדעלראהים אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די רעגירונג, אקעגן די אגענטורן און אויך ספעציפיש אקעגן צוויי אגענטן פארמישט אין די אפעראציע

אין זייער אנקלאגע ברענגן זיי ארויס אז זיי זענען געציהלט געווארן אומקאנסטיטוציאנאל בלויז צוליב זייער רעליגיע וועלכע גייט אקעגן א פראוויזיע פון די פייסא אקט און פארלעצט זייערע ערשטע און פערטע און פיפטע אמענדעמענט רעכטן

דאן אטוירני דזשענעראל עריק האלדער האט אפגעשלאגן די קלאגע און פארלאנגט עס ארויסצואווארפן באזירט אויף די סטעיט סיקרעט פריווילעגיע אין די פייסא אקט וועלכע ערלויבט די רעגירונג צוריקצוהאלטן פון ארויסגעבן אינפארמאציע וועלכע קען שטעלן אין געפאר נאציאנאלע זיכערהייט און ערקלערט אז אזא פראצעס וועט פארלאנגען פון די רעגירונג אונטערצושטיצן זייערע מאטיוון פון דאס שפיאנירן אויפן מאסק מיט באווייזן וועלכע קען נישט ווערן אויפגעדעקט צוליב זיכערהייט זארגן

דער בוש נאמינירטער דיסטריקט ריכטער קארמעק קארני האט טאקע ארויסגעווארפן די קלאס עקשאן אנקלאגע איבער פייסא פארלעצונגען אקעגן די אגענטור באזירט אויף א געזעץ וועלכע באשוצט די רעגירונג זעלבסט פון קלאגעס אין געוויסע אומשטענדן סיידן די רעגירונג זעלבסט האט דערקלערט בעפאר אז זי ערלויבט אזעלכע סארט קלאגעס אקעגן איר אבער יא געלאזט פאראויסגיין די פייסא פארבונדעטע פארציע פון די קעיס אקעגן די ספעציפישע אגענטן שרייבנדיג אז זיי געניסן נישט אין אזא פאל פון קוואליפיצירטע באשיצונג (וועלכע פעלט זיך אויס פאר אינדיווידועלע רעגירונג איינגעשטעלטע)

אלע אנדערע נאן פייסא קלאגעס האט דער ריכטער ארויסגעווארפן באזירט אויף די סטעיט סיקרעט פריווילעגיע וועלכע האלדער האט אנגעגעבן

אין פילע פעלער וועט א געריכט אריינקוקן אין די אינהאלט פון מעגליכע באווייזן און איבערגעבן די אינפארמאציע פאר די קלעגער צו קענען בויען זייער קעיס אבער ארויסשניידן סענסיטיווע פאראגראפן וועלכע קענען שעדיגן נאציאנאלע זיכעהייט אבער אין אנדערע פעלער וועט די געריכט אננעמען אז צוצושטעלן די נויטיגע דאקומענטן וועלכע די רעגירונג וועט נוצן זיך צו פארטיידיגן און פארטרויען די קלעגער עס צו קענען אפווארפן קען נישט צושטאנד קומען אן זיי גיבן צוטריט צו האקעלע אינפארמאציע און דעריבער בלייבט נישט איבער קיין אפציע סיידן ארויסווארפן די קעיס וואס האט טאקע פאסירט אין אונזער פאל

אין די פייסא אקט האט די רעגירונג אריינגעשטעלט א פראווויזיע וועלכע גיבט יא פאר ריכטער א צווייטע אפציע פאר אזלעכע פעלער און דאס איז אז דער ריכטער זעלבסט קען אריינקוקן אין די באווייזן פון די רעגירונג אן דעם וואס די קלעגער זאלן זיין אנוועזנד און באשטימען אויב די באוויייזן זענען מאסגעבנד

וויבאלד יענע אפציע ווערט בלויז דערמאנט אין די פייסא אקט וועלכע דעקט עלעקטראנישע שפיאנאזש האט דער ריכטער אנגענומען אז אויף די אנדערע קלאגעס וועלכע זענען נישט פארבונדן צו שפיאנאזש געזאמלט עלעקטראניש קען מען נישט דן זיין שלא בפני הבעל דין און איז דעריבער פארבליבן מיט די איינציגסטע אויסוואל ארויסצואווארפן די קעיס

די קלעגער האבן אפעלירט די קעיס צום ניינטן קרייז געריכט מיט די טענה אז די אפציע פונעם ריכטער דן צו זיין שלא בפני הבעל דין וועלכע די פייסא אקט איז מחדש זאל דעקן אויך די נאן פייסא קלאגעס און דער ריכטער זאל עס נישט מוזן איינפאך ארויסווארפן

א דריי ריכטער פאנעל האט אקצעפטירט און איינגעשטימט מיט די ארגומענט אז טייל פון די נאן פייסא קלאגעס זענען געדעקט מיט די אפציע וואס פייסא שטעלט צו פאר ריכטער איבערצוקוקן די געהיימע באווייזן איידער מען ווארפט ארויס א קעיס און צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט ריכטער און אנטזאגט א פארלאנג אז די פולע באנק זאל עס איבערהערן

איבער די פראגע פון קוואליפיצירטע אימיוניטי אויף די אגענטן האבן איינגעשטימט אז מען קען זיי קלאגן אויף אונטערהערן זייערע געשפרעכן דורך אפאראטן איינגעפלאנצט אין זייערע היימען אין אפיסעס זינט עס איז א פלאץ וואו מענטשן ערווארטן פריוואטקייט און זיי אונטערהערן אןא ווארענט פארלעצט זייער פרייוועסי און אויף דעם איז נישטא קיין קוואליפיצירטע אימיוניטי (אנדערש ווי אויף געשפרעכן רעקארדירט ווען דער אינפארמאנט זעלבסט האט גערעדט מיט זיי און מעגליך אפילו ווען ער האט רעקארדירט זייערע געשפרעכן מיט אנדערע אין די מאסק וואס אויף יענץ איז יא דא קוואליפיצירטע אימיוניטי)

די באשלוס נישט איבערצוהערן די קעיס איז געשריבן געווארן דורך ריכטערין בערזאן און ריכטער ראנאלד גאלד און ריכטער דזשארזש סטי

אלע דריי זענען געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן דער איינציגסטער ארויסצוקומען עפנטליך פארלאנגען אז מען זאל יא איבערהערן די קעיס איז דער טראמפ נאמינירטער ריכטער באמאטי אבער וויבאלד עס זענען נישט געווען א מאיאריטעט ריכטער אויפן באנק מיטצוגיין דערמיט איז די ארגינעלער אורטייל געבליבן שטיין

די עף בי איי האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט שרייבנדיג צווישן אנדערן אז די פייסא אקט וועלכע פארבאט צו שפיאנירן אויף מענטשן צוליב זייער רעליגיע באציהט זיך בלויז אויף א ספעציפישע אינדיווידועל אבער נישט אויף אלגעמיינע שפיאנאזש מעטאדן

נעכטן מאנטאג האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס און זיי וועלן עס אויסהערן אינעם קומענדיגן געריכט טערמין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך קרח







פרעזידענט ביידען האט נעכטן געשלאסן די פרוכטלאזע געשפרעכן מיט סענאטארשע קעפיטא און גערעדט טעלעפאניש מיט סענאטארן מענשין, סינעמא און קעסידי און זיי געמוטיגט ווייטער צו ארבעטן אויף אן אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל

*

לויט א א מיטגליד אויף קעפיטאל היל איז פרעזידענט ביידען זייער נישט קלאר איבער וואס גענוי זענען די ציהלן פון סענאטאר מענשין און וואס ער האלט עכט/ און וויל עכט אויפטוהן
לויט יענער וועלכע האט לעצטנס גערעדט מיטן פרעזידענט פארשווערט עס פארן פרעזידענט אים צו באאיינפלוסן און אריבערגעוואנען זיין הארץ

*

די אומפארטייאישע גרופע וועלכע רעכנט אריין מענשין, סינעמא, טעסטער און שאהין האבן נעכטן פארגעלייגט רויע פלענער פאר קאלעגע סענאטארן און גערעדט פון א פארשלאג צו ספענדן 761.8 ביליאן דאלער אין נייע אויסגאבן איבער א שטרעקע פון אכט יאר אבער ווי נעכטן באריכטעט האבן מערערע דעמאקראטן אויסגעדרוקט אומ'חשק דערצו
סענאטאר היראונא האט גאנץ אפן קלארגעשטעלט אז זי איז ווארט שוין אויף די מינוט ווען מען וועט זיך פאראויסרוקן צו א פארטייאישע ביל צו קענען שטימען אויף די גרעסערע אמביציעזע ציהלן ארגינעל ארויסגעשטעלט דורך די אדמיניסטראציע

*

סענאטאר ראמני איז אויך טייל פון די אומפארטייאישע סענאט גרופע וועלכע פארהאנדלט איבער אינפראסטרוקטור און שטעלט איצט קלאר אז רעפובליקאנער גייען נישט איינגיין אויף שטייער העכערונגען

*

אריבער אין קאנגרעס זענען די פראבלעם לייזער קאקוס אויך טעטיג און קאארדאנירן מיט סענאטארן און די ווייסע הויז אויפצוקומען מיט אן אומפארטייאישע פארשלאג און קומען ארויס מיט א 1.25 טריליאן דאלער פארשלאג פון וועלכע 487 ביליאן דאלער זאל זיין אין נייע אויסגאבן
די הויז טראנספארטאציע קאמיטע הויבט היינט אן די אפשטימונג פון א 547 ביליאן דאלער טראנספארטאציע רעאויטאריזאציע ביל וועלכע קען דינען שפעטער גענוצט ווערן אלץ גרונדשטיין פאר א ברייטערע אינפראסטרוקטור פעקל

*

די סענאט היימלאנד זיכערהייט קאמיטע שטימט היינט אויף די נאמינאציע פון א רייע סטעיט דעפארטמענט נאמינאציעס אריינגערעכנט פאר די נומער צוויי פאזיציע

*
אטוירני דזשענעראל מעריק גארלענד ערשיינט היינט פאר א פארהער איבער די בודזשעט פון זיין דעפארטמענט
מען קען ערווארטן אז ער וועט ווערן געפרעגט איבער די געמאלדענע שטעלונג צו פרובירן צו פארטייידיגן דעם געוועזענע פרעזידענט טראמפ פון באשולדיגונגען

*

די אנטי כינע ביל איז אריבער אין סענאט מיט 32-68 און מינאריטעט פירער מעקאנעל האט געשטימט אין שטיצע
אריבער אין די הויז הערט מען אז די קאנגרעס אויסלענדישע אנגעלעגנהייטן קאמיטע וועט ווארשיינליך אפשיבן זייער אפשטימונג ארגינעל געסקעדזשועלט פאר יוני 15 למספרם צו גיבן מער צייט פאר פארהאנדלונגען צווישן דעמאקראטן און רעפובליקאנער אויפן קאמיטע וועלכע זענען לויט קוועלער דערווייל פראדוקטיוו

*

די אפשטימונג צו ענדיגן דעבאטע אויף די פעיטשעק פעירנעס אקט איז דורכגעפאלן מיט 49-50

*

נאכן לייכט באשטעטיגן נעכטן די סאמע ערשטע צוויי ביידען יורידישע נאמינאציעס צום דיסטריקט געריכט האט מאיאריטעט פירער שומער געפיילט קלאוטשער פאר די נאמינאציעס פון זאהיד קווארעישי צום דיסטריקט געריכט אין ניו דזשערסי און פון קאטאנדזשי בראון דזשעקסאן צום די סי סירקוט קאורט
פרעזידענט ביידען האט רעאגירט צו די באשטעטיגונג זאגנדיג אז דיסענאט איז אויפן וועג צו האבן באשטעטיגט די מערסטע ריכטער אויף יולי למספרם פון אן ערשטע יאר אין אפיס אין איבער 5 יאר..
*

ביי א סענאט קאמיטע פארהער האט סענאטאר גרעהעם געזאגט אז זיינע פאמיליע מיטגלידער האבן אים געזאגט אז זיי גייען נישט צוריק צו די ארבעט צוליב די ארבעטסלאזע בענעפיטן

*

ווי נעכטן באריכטעט האט סענאטאר דורבין געלאזט פאלן אנדייטונגען אז א דורכברוך אויף פאליציי רעפארם איז אונטערוועגנס
מען הערט איצט אז די האפענונג פון דעמאקראטן שטאמט פון דאס וואס סענאטאר סקאט האט שפעקולירט נאכצוגעבן זייער פארלאנג אז אויב זאלן אפיצירן אלץ אינדיווידועלן פארבלייבן מיט באשיצונג אקעגן קלאגעס זאלן כאטש די פאליציי דעפארטמענטס אלץ אן אינסטיטוציע קענען ווערן געקלאגט
מען הערט אבער אז עס איז נאכנישט קיין פארזיגלטע זאך און רעפובליקאנער האבן אנגעהויבן שטארק צוריקצושטופן אקעגן די געדאנק

*

סענאטאר קארפער האט זיך איינגעהאנדלט א טעסלא אויטא
סענאטארן היינריך אין קעלי האבן אויך אזאנס

*

רעטייערטע גענעראל מייקל מעקגווייער שפרונגט אריין אין די אריזאנא סענאט רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט

*

אין טעקסאס זעקסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועט פארקומען א רעפובליקאנע ראנאף פריימערי אום יולי 27 למספרם און אן אינערליכע אנקעטע פאר סוזען רייט גיבט איר אן אויבערהאנט פון 49% צו 34% פאר דזשעיק עלזי
ביי די ערשטע פריימערי האט טראמפ געשטיצט רייט אבער קיינער האט דאן נישט אנגעצויגן קיין 50% אין די אנגעלייגטע פארמעסט

*

דעמאקראטישע גרופע גערופן 314 עקשאן גרייט זיך צו ספענדן אסאך געלט אין 2022 למספרם
זיי האבן אצינד אינדארסירט וואל ארקוש אין די אנגעלייגטע פענסילוועניע סענאט פריימערי פארמעסט

*

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג נשא

ווי געמאלדן וועט אטלאנטא מעיאר קישא באטאמס נישט זוכן א צווייטע טערמין און סטעיט פאליטיקאנטן זענען געכאפט געווארן אין סורפרייז מיט די אומערווארטעטע מעלדונג וועלכע האט געעפנט א פאסטן פאר אמביציעזע פאליטיקאנטן וועלכע קענען נוצן אזא פאזיציע פארא פאליטישע שפרונג ברעט צו גיין העכער
באטאם'ס פארגייער איז געווען מעיאר קאסים ריעד וועלכע איז נישט געלאפן אין 2018 למספרם נאך וואס הויכראנגיקע געהילפן זיינע האבן זיך דערקלערט שולדיג אין נעמען כאבאר
אצינד האט ריעד ארויסגעשיקט אן איינלאדענונג צו זיין געבורטסטאג פארטי און געשריבן אז מען זאל רעזערווירן דעם דאטום פון יוני 10 למספרם און האט געצויגן אויפמערקזאמקייט פון אנאליסטן וועלכע שפעקולירן צו ער וועט מעלדן אז ער וועט זוכן נאכאמאל צוריצובאקומען זיין אלטע אפיס


היינט איז איין טאג פאר די געמאלדענע געבורטסטאג פארטי און ריעד האט נארוואס געפיילט פארפירן צו קענען לויפן

*

די אטאקע מאשינען פון פארטייען און זייערע פעקס מוזן ווארטן אומגעדולדיג צו קענען שיסן מיט נעגאטיווע רעקלאמעס אויף זייערע ציהלן זינט די נעפל פון רעדיסטריקטינג הויערט אויפן האריזאנט לענגער ווי געווענליך און אין א רייע פעלער דארף מען ווארטן צו זעהן אין וועלכע דיסטריקט מארקעט צו לופטערן רעקלאמעס און אין אנדערע פעלער איז נאך ניטאמאל קלאר ווער אלץ עס לויפט מאכנדיג אוממעגליך אויסצורעכענען ווער עס האט די בעסטע שאנסן צו זיגן אין א פריימערי
דערווייל פרובירן פארטיי אנאליסטן אויסצורעכענען דאס וואס איז יא מער קלאר אין א גרופע אליאירט מיט די הויז רעפובליקאנע קאקוס וועט אויסגעבן א מיליאן דאלער אויף פריע רעקלאמעס צו אטאקירן ספיקער פעלאסי'ס שטייער העכערונג אגענדע אין אן אינפראסטרוקטור ביל
אין די רעקלאמע זאגט א קליינע בזינעס אייגנטומער אז נענסי פעלאסי שטויסט אונז אין א צייט וואס מיר ראנגלען זיך פאר אונזער עקזיסטענץ
די רעקלאמעע בליץ וועט ציהלן קאנגרעס מיטגלידער עקסנע פון אייאווע, ראן קיינד פון וויסקאנסין און דער מעסיגסטער דעמאקראט דזשעראד גאלדען פון מעין צוליב די שוואכע שאנסן אז זייערע דיסטריקטן זאלן אפעקטירט ווערן צוילב רעדיסטריקטינג

*

א מעקאנעל אליאירטע סופערפעק גרייט זיך צו אינטערווענירן אין פריימערי פארמעסטן מיט די מעגליכקייט צו גיין קאפ צו קאפ מיט טראמפ און זיינע פעקס

*

א סופערפערק איז געשאפן געווארן אין צפון קאראליינע מיט איין איינציגע ציהל ארויסצוזעהן קאנגרעסמאן מעדיסאן קאוטהארן פון אפיס
דער קאנגרעסמאן איז 25 יאר אלט און שטארקע טראמפ שטיצער

*

די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע האט אויפגעטריבן 10.4 מיליאן דאלער אין מאי למספרם אריינגערעכנט א טראנספער אהין פון 5 מיליאן דאלער פון די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאמיטע
זיי זיצן מיט 20.7 מיליאן דאלער אין די באנק

*

טראמפ גרייט זיך אפצוהאלטן א פאנדרעיזער פאר זיין סופערפעק קומענדיגע יולי 11 למספרםאין די צייט וואס ער וועט באזוכן טעקסאס און ערשיינען ביי די סיפעק קאנפרענץ אין דאלאס טעקסאס
באזונדער הערט מען אז פאם באנדי שליסט זיך אן אין די סופערפעק און קים גילפאיל וועט אריינקומען אלץ פינאנץ פארזיצער

*

מארא געי איז אן אפריקאנע אמעריקאנע מעמבער אויף די ניו יארק טיימס עדיטאריעל באורד האט זיך אפגערעדט אויף ען בי סי אז ווען זי האט באזוכט א פריינט פארלאפענע וויקענד אין לאנד איילאנד ניו יארק איז געווארן צורודערט זעעהנדיג א פלאטע פון פיקאפ טראקס באצירט מיט אנטי ביידען שילדן און טראמפ פענער און אין טייל פעלער בלויז אסאך אמעריקאנע פענער וועלכע האט איר פונקט אזוי געשטערט
זי ברענגט ארויס אז זי האט עס אפגעלערנט ווי א מעסעדזש פון די טראמפ שטיצער וועלכע דערקלערן דערמיט אז אמעריקא איז זייער לאנד און נישט די לאנד פון אנדערע מענטשן
זי האט צוגעלייגט אז מיליאנען טראמפ וויילער זענען ביי די מיינונג אז זייער דעמאקראטיע איז אין ריזיקע פון עס דארפן מיטטיילן מיט אנדערע

*

א הויך שולע פוטבאל קאוטש און זיבן געהילפן זענען געשטעלט געווארן אויף אדמיניסטראטיווע אורלויב נאכן צוואונגען א 17 יעריגע אידישע פוטבאל סטודענט אין אהייא זיך אראפצוזעצן אויף דער ערד און אויפעסן פארנט פון די גאנצע גרופע סטודענטן א גאנצע פעפעראני פיצא טראץ וואס עס אנטהאלט דבר אחר אלץ א שטראף פארן פארפעלן א טרענירונג סעסיע
זיי האבן ספעציעל אויסגעוועלט די סארט פיצא וואוסנדיג אז דער סטודענט עסט עס נישט צוליב זיין רעליגיע און אלע אנוועזנדע אין צימער האבן געוואוסט אז ער עס בלויז כשר'ס
זיי האבן אים געסטראשעט אז אויב ער עסט עס נישט אויף וועלן זיי באפעלן די גאנצע גרופע אריבערצוגיין עקסטערע איבונגען און פארזיכערן אז ער פאלט ארויס פון די גרופע
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יוני 09, 2021 10:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

הכל הבל האט געשריבן:
אין טעקסאס זעקסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועט פארקומען א רעפובליקאנע ראנאף פריימערי אום יולי 27 למספרם און אן אינערליכע אנקעטע פאר סוזען רייט גיבט איר אן אויבערהאנט פון 49% צו 43% פאר דזשעיק עלזי
ביי די ערשטע פריימערי האט טראמפ געשטיצט רייט אבער קיינער האט דאן נישט אנגעצויגן קיין 50% אין די אנגעלייגטע פארמעסט


עפעס שטימט נישט מיט די אנקעטע.

איך מיין אז איר האט פארמישט 34% מיט 43%
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
אין טעקסאס זעקסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועט פארקומען א רעפובליקאנע ראנאף פריימערי אום יולי 27 למספרם און אן אינערליכע אנקעטע פאר סוזען רייט גיבט איר אן אויבערהאנט פון 49% צו 43% פאר דזשעיק עלזי
ביי די ערשטע פריימערי האט טראמפ געשטיצט רייט אבער קיינער האט דאן נישט אנגעצויגן קיין 50% אין די אנגעלייגטע פארמעסט


עפעס שטימט נישט מיט די אנקעטע.

איך מיין אז איר האט פארמישט 34% מיט 43%

טעות הדפוס
שוין פארראכטן

יישר פארן אויפמערקן!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טענקס הבל!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

הכל הבל האט געשריבן:
*

א הויך שולע פוטבאל קאוטש און זיבן געהילפן זענען געשטעלט געווארן אויף אדמיניסטראטיווע אורלויב נאכן צוואונגען א 17 יעריגע אידישע פוטבאל סטודענט אין אהייא זיך אראפצוזעצן אויף דער ערד און אויפעסן פארנט פון די גאנצע גרופע סטודענטן א גאנצע פעפעראני פיצא טראץ וואס עס אנטהאלט דבר אחר אלץ א שטראף פארן פארפעלן א טרענירונג סעסיע
זיי האבן ספעציעל אויסגעוועלט די סארט פיצא וואוסנדיג אז דער סטודענט עסט עס נישט צוליב זיין רעליגיע און אלע אנוועזנדע אין צימער האבן געוואוסט אז ער עס בלויז כשר'ס
זיי האבן אים געסטראשעט אז אויב ער עסט עס נישט אויף וועלן זיי באפעלן די גאנצע גרופע אריבערצוגיין עקסטערע איבונגען און פארזיכערן אז ער פאלט ארויס פון די גרופע
[/quote]

קען מען נישט אנקגלאגן פארדעם?
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הכל הבל האט געשריבן:א הויך שולע פוטבאל קאוטש און זיבן געהילפן זענען געשטעלט געווארן אויף אדמיניסטראטיווע אורלויב נאכן צוואונגען א 17 יעריגע אידישע פוטבאל סטודענט אין אהייא זיך אראפצוזעצן אויף דער ערד און אויפעסן פארנט פון די גאנצע גרופע סטודענטן א גאנצע פעפעראני פיצא טראץ וואס עס אנטהאלט דבר אחר אלץ א שטראף פארן פארפעלן א טרענירונג סעסיע
זיי האבן ספעציעל אויסגעוועלט די סארט פיצא וואוסנדיג אז דער סטודענט עסט עס נישט צוליב זיין רעליגיע און אלע אנוועזנדע אין צימער האבן געוואוסט אז ער עס בלויז כשר'ס
זיי האבן אים געסטראשעט אז אויב ער עסט עס נישט אויף וועלן זיי באפעלן די גאנצע גרופע אריבערצוגיין עקסטערע איבונגען און פארזיכערן אז ער פאלט ארויס פון די גרופע

עטליכע קאררעקשאנס:
- דער קאוטש איז נישט נאר אויף אורלויב נאר איז געפייערט געווארן.
- דער סטודענט איז געווען פון דער היבראו איזרעלייט גרופע און נישט א איד
- דער טענה פונעם קאוטש איז אז ער האט אים בכלל נישט געזאגט די זאכן, עס איז געווען מער א וויצעלדיגע זאך (עס איז דא ווידיאו פון דער אינצעדענט אבער אן אודיאו)
א ליכטיגע איד האט געשריבן:קען מען נישט אנקגלאגן פארדעם?

זיי קענען יא קלאגן, דערווייל האבן זיי נישט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

שכוח @הכל פארדי הערליכע באריכט (נישט יעדע מאל זאג איך נישט צו אנפירקלען די אשכול, אבער פון צייט צו צייט דארף מען לאזן הערן עפרישיעשן)
און שכוח @קנאפער פארן ענטפערן אזוי שנעל און קלאר מאכן
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קנאפער ידען האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א הויך שולע פוטבאל קאוטש און זיבן געהילפן זענען געשטעלט געווארן אויף אדמיניסטראטיווע אורלויב נאכן צוואונגען א 17 יעריגע אידישע פוטבאל סטודענט אין אהייא זיך אראפצוזעצן אויף דער ערד און אויפעסן פארנט פון די גאנצע גרופע סטודענטן א גאנצע פעפעראני פיצא טראץ וואס עס אנטהאלט דבר אחר אלץ א שטראף פארן פארפעלן א טרענירונג סעסיע
זיי האבן ספעציעל אויסגעוועלט די סארט פיצא וואוסנדיג אז דער סטודענט עסט עס נישט צוליב זיין רעליגיע און אלע אנוועזנדע אין צימער האבן געוואוסט אז ער עס בלויז כשר'ס
זיי האבן אים געסטראשעט אז אויב ער עסט עס נישט אויף וועלן זיי באפעלן די גאנצע גרופע אריבערצוגיין עקסטערע איבונגען און פארזיכערן אז ער פאלט ארויס פון די גרופע

עטליכע קאררעקשאנס:
- דער קאוטש איז נישט נאר אויף אורלויב נאר איז געפייערט געווארן.
- דער סטודענט איז געווען פון דער היבראו איזרעלייט גרופע און נישט א איד
- דער טענה פונעם קאוטש איז אז ער האט אים בכלל נישט געזאגט די זאכן, עס איז געווען מער א וויצעלדיגע זאך (עס איז דא ווידיאו פון דער אינצעדענט אבער אן אודיאו)
א ליכטיגע איד האט געשריבן:קען מען נישט אנקגלאגן פארדעם?

זיי קענען יא קלאגן, דערווייל האבן זיי נישט.

יישר כח פארן אויסקלארן און פאר יעדן פאר די פידבעק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג חקת






דורכאויס זיין אינטערנאציאנאלע רייזע איז פרעזידענט ביידען געפרעגט געווארן אויב ער האט באוויזן צו איבערצייגן אליאירטע לענדער אז אמעריקא איז צוריק ביין רודער
דער פרעזידענט האט געטייטלט אויף פריינקרייך'ס מאקרון און געזאגט פארן רעפארטער: פרעג אים
איבערפרעגנדיג די פראגע דאסמאל פון מאקרון האט דער לעצטער רעאגירט: געוויס


*

אום 5:30 וועט די סענאט שטימען צו באשטעטיגן די נאמינאציע פון קאטאנזשי בראון דזשעקסאן צום די סי סירקוט קאורט צו ערזעצן אטוירני דזשענעראל מעריק גארלענד


*

די פריש ערוויילטע קאנגרעספרוי מאלאניא סטענסבארי ווערט היינט איינגעשוואוירן צו רעפרעזענטירן ניו מעקסיקא'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט העכערנדיג די דעמאקראטישע אויבערהאנט צו 9


*

דאן מקגהען האט באקומען א מעלדונג פון עפל אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט געזוכט צו באקומען אקאונט רעקארדס פון אים און זיי פרוי צוריק אין 2018 למספרם ווען ער איז נאך געווען ווייסע הויז לעגאלע קאונסיל


*

סענאטארן וויידען און מארקי ווארענען אז זיי וועלן שטימען אקעגן אן אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל וועלכע פארפעלט צו אדרעסירן קלימאטן טויש


*

פלארידא רעפובליקאנע קאנגרעסמאן בייראן דאנאלדס זוכט זיך אנצושליסן אין די קאנגרעסיאנאלע אפריקאנע אמעריקאנע קאקוס אין קאנגרעס אבער פילע קאקוס מיטגלידער טוען עס דערווייל בלאקירן צוליב זיין שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ און קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע


*

די מאנאטן לאנגע דיסקוסיעס צווישן סענאטארן מורפי און קארנין איבער גאן קאנטראל לעגיסלאציע זענען געקומען צו אן ענדע נאך וואס די צוויי זייטן האבן זיך נישט באווייזן צו פאראייניגן
מורפי האט זיך באדאנק פאר קארנין זאגנדיג אז ער האט פארהאנדלט אויפריכטיג


*

סענאט מאיאריטעט שומער איך בין פארבעטן געווארן דורך דשערעמי פיטערס (ניו יארק טיימס פאליטישע דזשורנאליסט) , אנטשולדיגט, דורך (סענאטאר) גערי פיטערס...


*


סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל זאגט איצט אז די סאמע מערסט קאנסעקווענציאלע זאך ער האט געטוהן זייענדיג מאיאריטעט פירער איז געווען דאס האלטן ליידיג די סופרים קאורט זיץ פון ריכטער סקאליא ביז גארסוטש האט געקנט ווערן איינגעשוואוירן


*

מעקאנעל גיבט איצט א 50-50 שאנס פאר די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל אריבערצוגיין


*


אין פלארידא האט די אפריקאנע אמעריקאנע סטעיט לעגיסלאטאר מישעל רעינער געמאלדן אז זי וועט לויפן פאר קאנגרעס פאר די זיץ וועלכע ווערט ליידיג דורך טשארלי קריסט וועלכע לויפט צום סענאט


*

וויצע פרעזידענט קאמאלא העריס איז באקאנט מיט איר אייגנארטיגע וועג פון אויסשיסן אין געלעכטער און מענטשן האבן פארשידענע אבזערוואציעס איבער איר סטיל פון לאכן איבערהויפט ווען זי באנוצט זיך דערמיט ווען זי ווערט געשטעלט אין אן אומבאקוועמע פאזיציע, א שטייגער ווי א שווערע פראגע
מען הערט פון אירע ארומיגע אז זייענדיג עימיצער וועלכע פאלגט נאך פון די נאנט די דעקונט וועלכע זי באקומט אין די מידיא און די איינדרוק וואס זי שטעלט פאר, איז זי באוואוסטזיניג איבער דעם און פרעגט נאכאנאנד פון אירע פריינט ווי אזוי עס צו באהאנדלען און פרעגט אפט אויב זי זאל מער קיינמאל נישט לאכן

*

אין די צייט וואס דעמאקראטן קייען שטרוי מיט סענאטאר מענשין וועלכע האלט א רייע לעגיסלאציעס ביים קארג ווערט אויפגעברענגט אן היסטאריש געשיכטעלע וועלכע איז זיך פארלאפן מיט צענדליגע יארן צוריק ווען א מאן מיטן נאמען דזשאן מענשין, א פירער פון א קליינע טאון אין מערב ווירדזשיניע האט באשלאסן צו שטיצן די קאנדידאטור פון א דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאט פאר קאנגרעס אין זיין דיסטריקט אבער יענער האט פארלוירן צום רעפובליקאנע ארטש מור
נאך די וואלן האט מענשין איינגעגעבן אן אפליקאציע פאר א פעדעראלע הלואה צו קענען האלטן זיין מעבל געשעפט ביים לעבן און דאן האט ער ערהאלטן א רוף פון דעם נארוואס איינגעשוואוירענעם קאנגרעסמאן מור וועלכע האט אים אנגעבאטן הילף
מענשין האט אן אומבאקוועמער אויפריכטיג דערמאנט פארן קאנגרעסמאן אז אין די וואלן האט ער געשטיצט זיין קעגנער און אויסגעדרוקט וואונדער אויף מור'ס אנבאט אבער דער קאנגרעסמאן האט אים ערקלערט אז ביים ווערן איינגעשוואוירן האט ער פארשפראכן צו רעפרעזענטירן אלע איינוואוינער פון זיין דיסטריקט צוגלייך
דער מעבל געשפעט אייגנטומער איז -ווי איר האט מעגליך צוגעטראפן- טאקע געווען דער פאטער פונעם היינטיגן סענאטאר דזשאו מענשין און קאנגרעסמאן ארטש מור איז געווען דער פאטער פונעם צווייטן סענאטאר פון די סטעיט שעלי מור קעפיטא
א צייט שפעטער איז קאנגרעסמאן מור געווארן דער גאווערנאר פון די סטעיט און דאן געגעבן א הויכע פאזיציע אין די סטעיט רעגירונג פאר דזשעימס מענשין וועכלע איז געווען א פעטער פונעם היינטיגן סענאטאר מענשין
(דער פעטער איז שפעטער געווארן אימפיטשד דורך די לעגיסלאטאר און גאווערנאר מור איז האט סערווירט א טורמע טערמין פאר אומפארבונדעטע קארופציע קלאגעס)
די אנעקדאט העלפט אביסל ערקלערן די נאנטע באצואינגען און פארשטענדעניש וועלכע האבן זיך אנטוויקלט אין לויף פון די יארן צווישן די צוויי סענאטארן און איז ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך אין די פארלאפענע טעג ווען סענאטארשע קעפיטא האט פארהאנדלט מיט די ווייסע הויז איבער אן אינפראסטרוקטור ביל און סענאטאר מענשין האט נאכאנאד געשטיצט די פארזוכן אויסדרוקנדיג צוטרוי אז עס זענען נאך פארהאן גענוג רעפובליקאנער מיט א גוטן ווילן פאר אומפארטייאישע צוזאמענארבעט

*


קאנגרעספרוי קארטעז האט ארויסגעשטעלט א בילד פון איר באבע'ס היים אין פארטא ריקא וואו די דאך איז נאך ביזן היינטיגן טאג שווער געשעדיגט פון די שרעקליכע האריקעין חורבנות וועלכע איז אנגעפאלן די סטעיט מיט עטליכע יאר צוריק
טראץ וואס זי אנערקענט די ראלע פון די לאקאלע פירערשאפט אלץ טייל פון די פראבלעם טאדעלט זי די אומקאמפאטענטע האנדלונג פון די טראמפ אדמיניסטראציע פארן פארפעלן צו שיקן גענוג הילף פאר די פינאנציעל געפלאגטע און שווער באטראפענע סטעיט
א קאנסערוואטיווע גרופע האט זיך צוגעכאפט דערצו און געעפנט א גאו פאנד מי קאמפיין ארויסצוהעלפן די אומבאהאלעפנע באבע און געבעטן פון זייערע שטיצער ארויסצוהעלפן די עלטערע פרוי צוריקצובאקומען א געהעריגע דאך איבערן קאפ
נאך עטליכע שטונדן איז אריינגעקומען צענדליגער טויזנטער דאלער אבער דאן איז די קאמפיין געווארן אפגעשטעלט נאך א ביטע פון די קארטעז פאמיליע וועלכע וויל נישט נוצן די געלט אויפגעטריבן
קאנסערוואטיוון האבן אראפגעריסן די קאנגרעספרוי פארן נישט ארויסהעלפן איר באבע אין איר שווערע צושטאנד און אנגעוויזן אז לויט אירע ליבעראלע ווירדן וואלן געווען ערווארטעט פון עמיצער מיט א קאנגרעס געהאלט וואס האט זיך נארוואס איינגעהאנדלט א טעסלא אויטאמאביל צו צוטיילן די פארדינסטן צו אנדערע ארימע געפלאגטע איבערהויפט ווען עס האנדלט זיך פון איר אייגענע בלוט און פלייש און אן עלטערע פרוי
קארטעז פון איר זייט האט ארויסגעברענגט אז איר באבע געזונט זיך אין א גוטן צושטאנד און געווארן פלאצירט ערגעץ אנדערש וואו זי באקומט די נויטיגע באהאנדלונג נאר זי האט פובליצירט די בילד ארויסצוברענגן די ליידן וואס אנדערע אין די סטעיט וואס זענען ווייניגער מזל'דיג גייען איבער
טראץ וואס די קאנגרעספרוי האט צוגעשריבן איר קריטיק צו פרעזידענט טראמפ זאגט איצט אירס א מומע אז די שולד איז בלויז אויף די לאקאלע רעגירונג וועלכע האט פארפעלט אויסצוטיילן גענוג שנעל און אפעקטיוו די הילף וואס וואשינגטאן האט געשיקט


*

די סופרים קאורט איז נישט פארבליבן מיט צופיל טעג ביזן ענדיגן די איצטיגע טערמין און מיט 21 קעיסעס אויף וואס זיי דארפן נאך אורטיילן און אפילו אויב זאלן זיי צולייגן נאך טעג אויסער מאנטאג און דאנערשטאג קוקט עס אויס ווי אריינטרעטנדיג שפעטער אינעם למספרם מאנאט וועלן זיי זוכן ארויסצושטעלן מער אורטיילן פער טאג זינט אין די לעצטע פאר אורטיילן טעג האבן בלויז ארויסגעלייגט איין אורטייל פער טאג טראץ די פילע קעיסעס וועלכע זיי האבן נאך צו גיין
דאנערשטאג איז ארויס אן אורטייל אין א קעיס אויסגעהערט אין נאועמבער למספרם געשריבן דורך ריכטערין קעיגען און פון יענע למספרם מאנאט איז בלויז פארבליבן צוויי קעיסעס איבער וועלכע מען האט נאכנישט געאורטיילט און דריי ריכטער וועלכע האבן נאכנישט געשריבן קיין אורטייל אויף א נאוועמבער למספרם קעיס
ברייער איז איינע פון די דריי אבער ער האט געשריבן צוויי אורטיילן אויף סעפטעמבער למספרם קעיסעס בלייבן איבער ריכטער ראבערטס און אליטא וועלכע האבן נאכנישט געשריבן קיין נאוועמבער למספרם אורטייל
און וועלכע צוויי קעיסעס זענען נאך אומאנטשידן? יא, עס איז אבאמאקעיר און די רעכט פון א יתומים היים אין פילאדעלפיע צו אקצעפטירן קינדער בלויז פון געהעריגע שטובער און נישט אדאפטירטע צו געמיינע זעלבסט באצייכנטע עלטערן
פארוואס שרייבן מיר דא דאס אלעס? גארנישט איז נישט גאראנטירט אבער די סיגנאלן צייגן אין ריכטונג פון אן אליטא אורטייל איבער די פילאדעלפיע קעיס און א ראבערטס אורטייל איבער די אבאמאקעיר קעיס
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יוני 14, 2021 11:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ישר כח הבל פאר די באריכט, און פאר די אינטערסאנטע קרישקע איבער דזשאו מענשין.

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג חקת

אין פלארידא האט די אפריקאנע אמעריקאנע סטעיט לעגיסלאטאר מישעל רעינער געמאלדן אז זי וועט לויפן פאר קאנגרעס צום סענאט


פאר קאנגעס אדער סענאט?
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

הכל הבל האט געשריבן:
די סופרים קאורט איז נישט פארבליבן מיט צופיל טעג ביזן ענדיגן די איצטיגע טערמין און מיט 21 קעיסעס אויף וואס זיי דארפן נאך אורטיילן און אפילו אויב זאלן זיי צולייגן נאך טעג אויסער מאנטאג און דאנערשטאג קוקט עס אויס ווי אריינטרעטנדיג שפעטער אינעם למספרם מאנאט וועלן זיי זוכן ארויסצושטעלן מער אורטיילן פער טאג זינט אין די לעצטע פאר אורטיילן טעג האבן בלויז ארויסגעלייגט איין אורטייל פער טאג טראץ די פילע קעיסעס וועלכע זיי האבן נאך צו גיין
דאנערשטאג איז ארויס אן אורטייל אין א קעיס אויסגעהערט אין נאועמבער למספרם געשריבן דורך ריכטערין קעיגען און פון יענע למספרם מאנאט איז בלויז פארבליבן צוויי קעיסעס איבער וועלכע מען האט נאכנישט געאורטיילט און דריי ריכטער וועלכע האבן נאכנישט געשריבן קיין אורטייל אויף א נאוועמבער למספרם קעיס
ברייער איז איינע פון די דריי אבער ער האט געשריבן צוויי אורטיילן אויף סעפטעמבער למספרם קעיסעס בלייבן איבער ריכטער ראבערטס און אליטא וועלכע האבן נאכנישט געשריבן קיין נאוועמבער למספרם אורטייל
און וועלכע צוויי קעיסעס זענען נאך אומאנטשידן? יא, עס איז אבאמאקעיר און די רעכט פון א יתומים היים אין פילאדעלפיע צו אקצעפטירן קינדער בלויז פון געהעריגע שטובער און נישט אדאפטירטע צו געמיינע זעלבסט באצייכנטע עלטערן
פארוואס שרייבן מיר דא דאס אלעס? גארנישט איז נישט גאראנטירט אבער די סיגנאלן צייגן אין ריכטונג פון אן אליטא אורטייל איבער די פילאדעלפיע קעיס און א ראבערטס אורטייל איבער די אבאמאקעיר קעיס


די סופרים קאורט האט יעצט אינדערפרי ארויסגעגעבן עטליכע אורטיילן, פארבלייבענדיג מיט 18 קעסעס צו אורטיילן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
די סופרים קאורט איז נישט פארבליבן מיט צופיל טעג ביזן ענדיגן די איצטיגע טערמין און מיט 21 קעיסעס אויף וואס זיי דארפן נאך אורטיילן און אפילו אויב זאלן זיי צולייגן נאך טעג אויסער מאנטאג און דאנערשטאג קוקט עס אויס ווי אריינטרעטנדיג שפעטער אינעם למספרם מאנאט וועלן זיי זוכן ארויסצושטעלן מער אורטיילן פער טאג זינט אין די לעצטע פאר אורטיילן טעג האבן בלויז ארויסגעלייגט איין אורטייל פער טאג טראץ די פילע קעיסעס וועלכע זיי האבן נאך צו גיין
דאנערשטאג איז ארויס אן אורטייל אין א קעיס אויסגעהערט אין נאועמבער למספרם געשריבן דורך ריכטערין קעיגען און פון יענע למספרם מאנאט איז בלויז פארבליבן צוויי קעיסעס איבער וועלכע מען האט נאכנישט געאורטיילט און דריי ריכטער וועלכע האבן נאכנישט געשריבן קיין אורטייל אויף א נאוועמבער למספרם קעיס
ברייער איז איינע פון די דריי אבער ער האט געשריבן צוויי אורטיילן אויף סעפטעמבער למספרם קעיסעס בלייבן איבער ריכטער ראבערטס און אליטא וועלכע האבן נאכנישט געשריבן קיין נאוועמבער למספרם אורטייל
און וועלכע צוויי קעיסעס זענען נאך אומאנטשידן? יא, עס איז אבאמאקעיר און די רעכט פון א יתומים היים אין פילאדעלפיע צו אקצעפטירן קינדער בלויז פון געהעריגע שטובער און נישט אדאפטירטע צו געמיינע זעלבסט באצייכנטע עלטערן


די סופרים קאורט האט יעצט אינדערפרי ארויסגעגעבן עטליכע אורטיילן, פארבלייבענדיג מיט 18 קעסעס צו אורטיילן.

זיי האבן ארויסגעגעבן 2 אורטיילן און ערשט צוויי מינוט נאך וואס די באריכט איז ארויף
פארט איז ריכטיג אז בלויז 18 קעיסעס זענען פארבליבן צוליב וואס איינע פון די אורטיילן דעקט צוויי ענליכע קעיסעס וועלכע זענען געווארן צוזאמגעשטעלט
האפנטליך וועט מען עפעס קענען מארגן דעקן אי"ה
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:41 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כח הבל פאר די באריכט, און פאר די אינטערסאנטע קרישקע איבער דזשאו מענשין.

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג חקת

אין פלארידא האט די אפריקאנע אמעריקאנע סטעיט לעגיסלאטאר מישעל רעינער געמאלדן אז זי וועט לויפן פאר קאנגרעס צום סענאט


פאר קאנגעס אדער סענאט?

עטליכע ווערטער זענען בטעות ארויסגעפאלן און עס איז שוין איצט פארראכטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

און אז מען רעדט שוין וויל איך זיך באדאנקן פאר די פידבעק
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

א ליכטיגע איד האט געשריבן:שכוח @הכל פארדי הערליכע באריכט (נישט יעדע מאל זאג איך נישט צו אנפירקלען די אשכול, אבער פון צייט צו צייט דארף מען לאזן הערן עפרישיעשן)
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מאנטאג חקת


קאנגרעס ספיקער פעלאוסי זאגט אז די באריכטן אז די יוסטיץ דעפארטמענט -אונטער דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ- האָט געפארשט דעמאקראטישע געזעצגעבער איז שוין "נעקסט לעוועל", א שטאפל ווייער ווי דאס וואס געוועזענע פרעזידענט ריטשארד ניקסאן האט געטאן.

* * * *
סענאטאר קאלינס זאגט אז זי שטיצט א "פולשטענדיגע אויספארשונג" איבער די באריכטן אז די זשוסטיס דעפארטמענט האט געזוכט צו באקומען צוטריט צו עלעקטראנישע רעקארדס פון עטליכע קאנגרעס דעמאקראטן.

* * * *
זשאן דערמער -דער הויפט נאציאנאלער זיכערהייט באאמטער ביי די זשוסטיס דעפארטמענט- האט אריינגעגעבן זיין רעזיגנאציע, נאך מערערע באריכטן אז דער דעפארטמענט האט סובפינעד רעקארדס פון דעמאקראטישע געזעצגעבער און עטליכע רעפארטער.

* * * *
געוועזענע אטוירני זשענעראל וויליאם בארר זאגט אז אין די צייט וואס ער איז געווען אטוירני זשענעראל, איז ער "נישט געווען אינפארמירט אז סיי וועלכע רעקארדס פון געזעצגעבער ווערן געזוכט אין א ליעק אויספארשונג".
ער זאגט נאכמער, אז טראמפ האט אים קיינמאל נישט געבעטן ער זאל זיך נעמען צו די ביינער פון געוויסע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, וואס זענען לויט באריכטן פון די באטראפענע.

* * * *
קאנאדישער פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודאו זאגט אז ער און פרעזידענט ביידען האבן נישט דערגרייכט קיין אפמאך וועגן אויפהייבן קאראנאווירוס גרענעץ באגרעניצונגען נאכן דיסקוסירן דעם ענין.

* * * *
Kayleigh McEnany -א געוועזענע ווארטזאגער פאר די טראמפ ווייסע הויז- זאגט אז זי האט "קיינמאל נישט ליגנט געזאגט" אין די ציט וואס זי האט סערווירט אלס ווייסע הויז פרעס סעקרעטאר פארן געוועזענעם פרעזידענט טראמפ.

* * * *
סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז אויב זאלן רעפובליקאנער צוריק כאפן קאנטראל פון די סענאט -דורכאויס די מידטורם וואלן- וועלן זיי נישט פאראויסגיין מיט א נאמינאציע צום סופרים קאורט אין פאל א זיץ ווערט ליידיג אין 2024, דורכאויס דער פרעזידענטליכע וואל סעזאן.

* * * *
די אמעריקאנע רעגירונג האט פאריגע וואך אפגעשאצט א באריכט איבער א ליעק אין א כינעזער נוקלעארער פלענט, נאכדעם וואס א פראנצויזישער פירמע -וואס העלפט ארויס מיט די אפעראציעס ביי די פלענט- האט געווארנט פון א "באלדיגע נוקלעארע געפאר", לויט אמעריקאנער באאמטע.
די ווארענונג האט אריינגענומען א באשולדיגונג אז די כינעזער זיכערהייט באאמטע האבן געהעכערט די ראדיאציע שטאפלען ביי וועלכע מען דארף פארשליסן די פלענט, כדי צו פארמיידן דאָס צו דארפן פארשליסן.

* * * *
מעדיציניש חובות באטרעפן 58% פון אַלע חובות אין די פאראייניגטע שטאטן, און האט שוין געפירט הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער צו פיילן באנקראט.

* * * *
עקזעקיוטיווס פון סי.ען.ען, די ניו יארק טיימס, און די וואשינגטאן פאוסט האבן זיך היינט געטראפן מיט אטוירני דזשענעראל מעריק גארלאנד צו דיסקוסירן די טראמפ אדמיניסטראציע'ס קאנטראווערסיאלע ליעקס אויספארשונג, נאך וואס די אינוועסטיגעישאן האט אריינגענומען דאס נאכזוכן רעקארדס פון רעפארטער ביי די דריי מידיע נעצן.
די זיצונג האט געדויערט ארום ניינציג מינוט.

* * * *
מאט פוטארטי אונטערגענומען אן א קאמפיין קעגן קאנגרעספרוי סטעפאניק (R-N.Y.), מיטן ציל ארויסצואווארפן איינע פון די ניי אויפקומענדע שטערן פון דער רעפובליקאנער פארטיי.

* * * *
נעוואדע גאווערנאר סטיוו סיסעלאק האט פארלאפענע פרייטאג אונטערגעשריבן א געזעץ וואס פארלאנגט אז די סטעיט זאל זיין דער ערשטע צו אפהאלטן די פרעזידענטליכע פריימערי, פריער ווי אייאווע און ניו העמפשייער.

* * * *
געבן א "וועג צו בירגערשאפט" פאר אלע אומלעגאלע אימיגראנטן וואס געפינען זיך אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן וואלט געהעכערט די נאציאנאלע עקאנאמיע מיט 1.7 טריליאן דאלער דורכאויס די קומענדיגע צען יאהר, און צוגעלייגט 438,800 פרישע ארבעטס פאזיציעס, לויט א שטודיע פון די "צענטער פאר אמעריקאנער פראגרעס" (CAP).

* * * *
געוועזענע טעקסאס סופרים קאורט ריכטער פרוי גוזמאן האט אונטערגענומען א קאמפיין פאר סטעיט אטוירני דזשענעראל.
גוזמאן איז נאמינירט געווארן צום געריכט דורך דער דעמאלט'דיגע גאווערנאר ריק פעררי אין 2009, זייענדיג די ערשטע היספאנישע אפשטאמיגע פרוי צו דינען אויפן טעקסאס סופרים קאורט.

* * * *
א קאנסטיטוציאנאלע אמענדמענט אין דעלוועיר וועלכע וואלט ערלויבט עבסענטי בעלאט'ס -אויך אן סיי וועלכע סיבה- איז פאריגע וואך אדורכגעפאלן ביי אן אפשטימונג אין די ארטיגע לעגיסלאטור .
דער פארשלאג איז אריבער מיט בייפארטיזאן שטיצע אין 2019, אבער רעפובליקאנער שטיצע איז אויסגעלאפן אין רעזולטאט פון די 2020 וואלן.

* * * *
די סטעיט רעגירונג אין מעין האט ארויסגעשטעלט אן אנבאט פון 1,500 דאללער פאר ארבעטער וואס גייען צוריק צו די ארבעט.
צו זיין בארעכטיגט פאר די געלטער ברויך מען האבן גענומען אנעמפלוימענט בענעפיטן אין די לעצטע וואך פון מאי, טרעפן א זשאב וואס צאלט ווייניגער ווי $25 א שטונד, און אנהאלטן די פאסטן פאר אכט וואכן.

* * * *
אמווייניגסטענס איינער אומגעקומען -און נאך 13 פארוואונדעט- נאל א שיסעריי אין אוסטין, טעקסאס.
פאליציי האבן געמאלדן די ארעסט פון איין פארדעכדיגטע, א צווייטע ווערט נאך ארומגעזוכט.

* * * *
אמווייניגסטענס דריי אומגעקומען -און נאך פיר פארוואונדעט- ביי א שיסעריי דורכאויס די וויקענד אין קליוולאנד, אהייאו.

* * * *
א פרישע אנאליז פון די "Everytown for Gun Safety" גרופע צייגט אז דורכאויס די יעצטיגע למספרם יאהר, איז יעדע 18 שטונדן דא א פרישע אומגעקומענע אדער פארוואונדעטע אין רעזולטאט פון גאן פארברעכנס.

* * * *
א פעדעראלע ריכטער אין סאוט דאקאוטע האט ארויסגעשטעלט "קאנטעמפ אוו קאורט" און "קאנספיראציע או אבסטראקט זשוסטיס" קלאגעס קעגן דריי פעדעראלע מארשאלס אגענטן, נאך וואס די יעניגע האבן נישט געוואלט זאגן אויב זיי זענען שוין וואקסינירט קעגן דעם וויירוס.
די אינצידענט איז זיך פארלאפן פאריגע מאנאט, ווען ריכטער קארנמאן האט געפרעגט איינע פון די אנוועזענדע מארשאלס אויב זי איז שוין וואקסינירט. נאכ'ן זיך אנטזאגן צו ענטפערן אויף די פראגע, האט דער ריכטער איר פארארדענט זי זאל פארלאסן די געריכט זאל. אנדערע אנוועזענדע אפיצירן האבן דאן א כאפ געטאן דריי אנוועזענדע וואס האבן געווארט אויף זייער געריכטליכע פארהערן וואס האבן געזאלט פארקומען אין יענעם טאג - אן אינצידענט וואס דער ריכטער האט באצייכענט אלס "קידנעפינג".

* * * *
סופרים קאורט האט איינשטימיג געאורטיילט אז די ברייט באקאנטע "פוירסט סטעפ עקט" 2018 געזעץ וואס צילט צו רעדוצירן טורמע טערמינען פאר דראג פארלעצער איז נישט גילטיג אין פעלער וואו ריכטער האבן געהאט געהאט די רעכט צו געבן קלענערע אורטיילן אבער האבן דאך אויסגעוועלט א לענגערע טערמין
וועלן מיר מוזן צו ווארטן אז @הבל זאל אריינקומען מיט א קלארע באריכט איבער די קעיס און די נאכפאלגן.

* * * *
דער סופרים קאורט האט מאנטאג געבעטן די ביידען אדמיניסטראציע זאל ארויסשטעלן איר מיינונג אין א קעיס איבער די עדמישאנס פראצעדור ביי די הארווארד יוניווערסיטעט, צו עס טוט נישט דיסקרימינירן קעגן אזיאנער אמעריקאנער.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג קרח





מיט 206-216 האט קאנגרעס באשטעטיגט צוריקצודרייען די ברייטע קריגס מאכטן וואס זיי האבן געשאנקן פארן פרעזידענט ווען אמעריקא איז אריין קיין איראק אין 2022 למספרם
דעמאקראטן שראדער פון ארעגאן און ספענבערגער פון ווירדזשיניע האבן געשטימט מיט אלע רעפובליקאנער דערקעגן און די סענאט וועט עס דעבאטירן איבערמארגן דאנערשטאג
נעכטן מאנטאג איז די ווייסע הויס ארויסגעקומען פארמאל אין שטיצע פון די ביל


*

די סענאט האט נעכטן באשטעטיגט די אפריקאנע אמעריקאנע קאטאנזשי דזשעקסאן בראון אנצופילן די זיץ פון מעריק גארלענד אויפן די סי קרייז געריכט
בראון ווערט באטראכט אלץ מעגליכע פראנט ראנער פאר א סופרים קאורט קאנדידאט אויב זאל פרעזידענט ביידען באקומען א שאנס ארויפצושטעלן עימיצן אהין
די אפשטימונג איז אריבער מיט 44-53 וועלן אלע דעמאקראטן אין צוגאב צו סענאטארן קאלינס, מורקאוסקי און גרעהעם האבן געשטימט אין איר שטיצע

*

סענאט מאיאריטעט פירער שומער פיילט קלאוטשער פאר די נאמינאציע פון לידיא גריגסבי צום דיסטריקט געריכט אין מערילענד


*

די סענאט באנקינג קאמיטע האלט היינט אפ א פארהער איבער אינפראסטרוקטור

*

בערני סאנדערס איז ארויסגעקומען אקעגן די פארזוכן פאר אן אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל און ארבעט אז מען זאל זיך פאראויסרוקן מי א רעקאנסיליאציע אפשטימונג

*

סענאטאר בלומענטאהל זאגט אז די אומפארטייאישע ביל איז זייער זייער קליין און אנטוישנד אבער אויב מען קען באקומען אן אומצוריקדרייבארע פארזיכערונג פאר גענוג שטיצע פאר א ווייטע פעקל קען ער פארשטאפן זיין נאז און שטימען פאר די ערשטע טייל


*

די אומפארטייאישע גרופע אויף אינפראסטרוקטור האט זיך נעכטן נאכט ווידער געטראפן פאר ווייטערדיגע געשפרעכן


*


ווי נעכטן באריכטעט ארבעטן דעמאקראטן אויף א סטראטעגיע צו האלן צו מעסיגע קליקע ביים קארג און קלארשטעלן אז בלויז אויב זיי פארפליכטן זיך צו שטיצן די צווייטע טייל פון אינפראסטרוקטור/קלימאטן ביל אויף פארטייאישע ליניעס וועט די פארטיי זיך צושטעלן צו א מעגליכע אומפארטייאישע טייל
וואס זאגט סענאטאר מענשין דערצו?
עס דארף געטוהן ווערן אסאך מער און מיר דארפן דעריבער ארבעטן אויפן זעלבן וועג (ביים צווייטן טייל) ווי מיר ארבעטן אויף דעם (דעם ערשטן טייל)
הייסט עס אז דו ביזט אקעי מיט א בלויז דעמאקראטישע ביל?
מענשין: דו לייגסט אריין ווערטער אין דיין אייגענע מויל
איך האב דאס נישט געזאגט

*

סענאטאר טעסטער זאגט אז א גאז שטייער העכערונג איז ארויס פון די אומפארטייאישע ביל
און אז ער האפט אז ער קען דאס זאגן

*

סענאטארשע סינעמא זעצט פאר צו פארהאנדלען גייענדיג אויף קראטשעס נאךוואס זי האט זיך צובראכן א פוס אלץ טייל פון די אומפארטייאישע גרופע און האט לאנג דיסקוסירט נעכטן די פארשלאג מיט סענאטאר פארטמאן

*

פון ווייסן הויז הערט מען אז זיי גיבן פון א וואך ביז 10 טאג פאר די אומפארטייישע פארהאנדלונגען איידער זיי ווענדן זיך אין ריכטונג פון רעקאנסיליאציע


*

איבער פאליציי רעפארם האט מען געהערט פון סענאטאר דורבין אז עס קוקט נישט אויס ווי עס וועט נאך פאסירן די וואך און אצינד הערט מען פון סענאטאר סקאט אז ער האט צוגעשיקט א רעאקציע צו די דעמאקראטישע פארשלאג און אז ער איז נאך אלץ אקעגן טוישונגען צו סעקשאן 242 איבער אימיוניטי פאר פאליציי
ער זאגט אז די בעסטע אויסגאנג אויפן מאמענט וואלט געווען ווען די צוויי זייטן קענען זיך אראפבונדן צו די הויפט פרינציפן איבער וועלכע מען איז זיך דורכגעקומען און איבערלאזן דאס שרייבן די ביל מיט אירע דעטאלן אויף ווען די סענאט גייט אויף אורלויב

*

טראץ וואס סענאטאר מעקאנעל האט אוועקגעמאכט די נויט פאר קאנגרעסיאנאלע אויספארשונגען איבער די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענטאויף געזעצגעבער זאגט סענאטאר טון אז מען דארף יא אריינקוקן אין טייל פון די באשולדיגונגען

*

הערש וואלקער האנט נאכנישט געמאלדן אויב ער שפרונגט אריין אין די דזשארדזשיא סענאט פארמעסט אבער נעכטן האט ער פארברענגט מיט פרעזידענט טראמפ און טראמפ דזשוניאר ביי טראמפ'ס געבורטסטאג פייערונג אין זיין גאלף קלאב אין ניו דזשערסי

*


מייק פאמפעיא וועט גרונדן א פעק אים ארויסצוהעלפן מיט זיין אגרעסיווע סקעדזשועל פון אויפטרעטן און שטיצן מידטוירם קאנדידאטן איבערן לאנד

*

מען הערט אז טראמפ איז זייער וואכזאם אקעגן פארזוכן פון א רייע קאנדידאטן וועלכע פרובירן צו שאפן אן איינדרוק ווי כאליו זיי האבן זיין שטיצע און איז גאר סענסיטיוו דערקעגן
לינדא בלענטשערד איז געווען אן אמבאסאדאר אין זיין אדמיניסטראציע און האט געמוצט טראמפ'ס נאמען אויף א וועג זיך אהערצושטעלן ווי עימיצער וואס געניסט פון זיין שטיצע
ווען א בילד ווי זי שטייט נעבן טראמפ האט אנגעהויבן צירקולירן איז עס געווען די מאמענט וואס טראמפ האט באשלאסן קלארצושטעלן וועם ער שטיצט און האט באשלאסן מער נישט צו ווארטן און אינדארסירט מא ברקוס


*

צוויי ארגאנאזאציעס האבן אריינגעטראגן א ציווילע אנקלאגע אקעגן אינדיאנא צוריקצוהאלטן גאווערנאר עריק האלאקאמב פון אפשטעלן די אויסגעהרייטערטע ארבעטסלאזע בענעפיטן פראגראם
די גרופעס ארגומענטירן אז אונטער די סטעיט געזעץ מוז די סטעיט אקצעפטירן די פעדעראלע אינשורענס בענפיטן פאר די בירגער


*
מען געדענקט די קאמף וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געפרט אקעגן דעמאקראטישע געפירטע סטעיטס וועלכע האבן זיך אנטזאגט צו אינפארסירן פעדעראלע אימיגראציע געזעצן
אצינד האבן רעפובליקאנער געפונען א וועג צו שפילן דעם זעלבן שפיל זייענדיג אויפן צווייטן זייט פונעם שאך ברעטל מיט א דעמאקראט אין ווייסן הויז
מיזורי גאווערנאר מייק פארסאן ווערט אצינד געקלאגט צוליב א געזעץ וועלכע די סטעיט זוכט איינצושטעלן וועלכע וועט פארבאטן פאר אויטאריטעטן צו אינפארסירן פעדעראלע אנטי גאן געזעצן

*


הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בהר בחוקותי

*

די פוירסט סטעפ אקט איז א גאר באקאנטע ביל פאר מיינסטנס ליינער דא טראץ איר פארהעלטנמעסיג יונגע עלטער און איז באקאנט אלץ די אומפארטייאישע קרימינאל יוסטיץ רעפארם ביל אונטערגעשריבן דורך פרעזידענט טראמפ

היינט דינסטאג וועט די סופרים קאורט אריינקוקן אין א פראוויזיע פון די ביל וועלכע קען אפעקטירן טויזנטער ארעסטאנטן וועלכע זיצן פאר דראג פארברעכנס

זייענדיג אין זיינע פריע צוואנציגער איז טאראריק טערי ארעסטירט געווארן צוריק אין 2008 למספרם פאר האבן אין באזיץ ווינציגער פון 4 גראם קאקעין וועלכע ער האט געפלאנט צו פארקויפן

וויפיל איז פיר גראם?
אה, דאס קומט אויס בערך די וואג פאר 4 פאפיר קליפס

צוליב זיין פארברעכן רעקארד אין די פארגאנגנהייט האט אים דער ריכטער פארשיקט אין טורמע אויף א טערמין פון צוועלף ביז פופצן יאר און ער איז געסקעדזשועלט ארויסצוקומען קומענדיגן סעפטעמבער למספרם

די אורטייל איז געקומען אין רעזולטאט פון גיידליינס אין די 1986 למספרם אנטי דראג געזעץ וועלכע שרייבט צו אייניגע אורטיילן פאר באזיצער פון אזא קליינע קוואנטום צו עימיצער וועלכע באזיצט 100 גראם פון די ווארע

יענע גיידליינס האבן געשטעלט די מינימום יארן וואס א ריכטער דארף צוטיילן פאר אזא איינעם ווי טערי צו פינף


אין 2010 למספרם האט קאנגרעס באשטעטיגט די יושר'דיגע פאראורטיילונג אקט וועלכע האט אדרעסירט די לאנגע סענטענסינג גיידליינס וועלכע די געזעץ האט פארלאנגט פאר דראג פארברעכנס

די געזעץ ביז דאן האט איינגעטיילט די קוואנטומען וועלכע די באשולדיגטע האב געהאט אין באזיץ אין דריי שטאפלען
A פאר אזעלכע מיט 50 גראם ביז 100 מיט גאר הויכע שטראפן
B פאר אזעלכע מיט 5 גראם ביז 50 גראם מיט מעסיגערע שטראפן
C פאר אזעלכע מיט העכער 0 ביז 5 גראם מיט שוואכערע (לויט די אמאליגע באגריפן)

טערי צום ביישפיל, וועלכע מען האט געפאקט מיט 4 גראם איז געפאלן אונטער קאטעגאריע C

די יושר'דיגע פאראורטיילונג אקט האט מאדיפיצירט אלע קאטעגאריעס און געטוישט קאטעגאריע
A פאר אזעלכע מיט 50 ביז 280 גראם און העכער מיט גאר הויכע שטראפן
B פאר אזעלכע מיט 28 גראם ביז 50 גראם מיט מעסיגערע שטראפן
C... אפפס, דא איז די פאנטשער, קאטעגאריע C האט מען איינפאך נישט געטוישט

לאמיר זעהן צו די קענסט צוטרעפן פארוואס, איך וועל דיר גיבן צוויי מינוט...

אקעי האסט עס נישט אדער נישט צוגעטראפן אבער די אורזאך איז צוליב דעם וואס איינמאלעס איז קלאר אז פון 50 און העכער איז מען אין A און פון 28 און העכער איז מען אין B קומט דאך אויטאמאטיש אויס אז פון 28 און אראפ איז מען אין C

למעשה קומט אויס אז אלע דריי קאטעגאריעס זענען אין טעכנישן זין געווארן מאדיפיצירט צו אקאמאדירן א גרעסערע מאהל מענטשן אבער אנדערש ווי A און B וואו קאנגרעס האט באמת געטוישט די שפראך און קלארגעשטעלט צום ביישפיל אז A הויבט זיך אן ביי 50 און B ביי 28 איז די טויש אין קאטעגאריע C נישט געווארן דורכגעפירט דורך א פאקטישע טיש אין שפראך נאר קאנגרעס האט עס געלאזט פארשטאנען ווערן פון דעם וואס מען האט געטוישט B אז עס הויבט זיך ערשט אן ביי 28 אויטאמאטיש פאלן אלע פון 5 ביז 28 גראם אריין אין C צוזאמען מיט די פון 0 ביז 5 גראם


למאי נפקא מינה?


די טעקסט פונעם געזעץ איז טאקע נישט געווען קיין פראבלעם ביז 2018 למספרם אבער דאן האט זיך עס ארויסגעשיילט אלץ ערנסטע אישו פאר טערי און נאך טויזנטער אין זיין מצב ווען קאנגרעס האט באשטעטיגט די פוירסט סטעפ אקט וועלכע האט געשריבן אז אלע אנגעקלאגטע פון בעפאר די 2010 למספרם אקט זאלן קענען געניסן אויף למפרע און אצינד פארלאנגען א פרישע סענטענסינג באזירט אויף די נייע גיידליינס

די געזעץ האט אבער געשריבן אז דאס איז גילטיג פאר אלע סארט פארברעכן וועלכע די 2010 למספרם געזעץ האט געדעקט און מאדיפיצירט און אין דעם איז געווען אריינגערעכנט דראג פארברעכן אין קאטעגאריע A און B אבער דייקא די וועלכע זענען געכאפט געווארן מיט קלענערע קוואנטומען ווי 5 גראם האבן זיך געטראפן שטעקן אין אן אומקלארקייט צו זיי קענען אויך געניסן דערפון

נאך וואס די פוירסט סטעפ אקט איז אריבער האט טערי זיך איינגעגעבן פאר א פרישע סענטענס אבער פארלוירן די קעיס צו ערשט אינעם דיסטריקט געריכט און שפעטער אין די עלפטע סירקוט וועלכע האט געשריבן אז צוליב וואס טעכניש האט די 2010 למספרם נישט געטוישט גארנישט פון אזעלכע וועלכע וואס באזיצן אונטער 5 גראם ווייל ווי געשריבן האט מען נישט בפועל מאדיפיצירט קאטעגאריע C נאר א פרישע קלאס מענטשן זענען אויטאמאטיש אהין אריינגעפאלן איז עס נישט געדעקט אונטער די 2018 למספרם וועלכע דעקט בלויז פארברעכנס וואס די ערשטע געזעץ האט "געטוישט"

טערי האט גע'טענה'ט אז וויבאלד די גאנצע קלאסיפיקאציע פון קאטעגאריע C איז געווארן אויסגעברייטערט באדייט עס אז אלעס אונטער C איז געווארן איבערגעארבעט און געדעקט אונטער די 2010 למספרם געזעץ און אז די ציהל פון יענע געזעץ איז קלאר געווען איבערצוארבעטן אלע דראג פארברעכן שטאפלען

אפילו טעכניש איז די גיידליינס פון אונטע גראם נישט רעדוצירט געווארן האט אויך פאר זיי אויסגעמאכט דאס אז א גרעסערע קלאס פון דראג פארברעכן קומט זיך אנשליסן אין זייער קאטעגאריע ווייל אפילו אינערהאלב איטליכע קאטעגאריע באזונדער קענען ריכטער נעמען אין באטראכט אויב די אנגעקלאגטע זיצן אונטן פון די קאטעגאריע אדער זענען אויפן אויבנאן

צום ביישפיל אויב ביזטו געפאקט געווארן מיט 4 גראם ביזטו געווען פון די הארבסטע אונטער קאטעגאריע C בי 2010 למספרם אבער איינמאל די געזעץ איז אריין אין קראפט איז 4 גראם געווען א שוואכע פארברעכן אינערהאלב קאטעגאריע C וועלכע גייט שוין היינט אזוי הויך ווי 28 גראם
די אלע טענות האט נישט באוואויגן די ריכטער אויפן עלפטן סירקוט וועלכע האט געשריבן אז זיי גייען מיט די רעגירונג שטעלונג

די עלפטע סירקוט איז נישט געווען די איינציגסטע צו באהאנדלען אזא קעיס און די דריטע, זעקסטע, און צעהנטע קרייז גערכיטן האבן אלע ארויסגעגעבן ענליכע אורטיילן

פון די אנדערע זייט האבן די ערשטע, פערטע און זיבעטע סירקוטס אויך אנגענומען קעיסעס מיט די זעלבע פראגע און יא געגעבן רעכט פאר די באשולדיגטע צו קריגן נייע סענטענסינג פארהערן

באוואפנט מיט א ברייט צושפאלטענע סירקוט פליגל האט טערי אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט און דעפיוטי אטוירני דזשענעראל דזשעפרי וואל האט אין פארלאפענע דעצעמבער למספרם געשריבן צום געריכט אז זיי זאלן נישט אקצעפטירן די קעיס אבער די ריכטער האבן באשלאסן אנדערש און געמאלדן אז זיי נעמען עס אן

אום מערץ 12 למספרם האט די געריכט באשטימט אז זיי וועלן אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אום אפריל 20 למספרם אבער אין די זעלבע צייט האבן קרימינאלע יוסטיץ רעפארם אקטיוויסטן וועלכע ווייסן וויפיל ארעסטאנטן קענען ווערן אפעקטירט פון די אויסגאנג אין אזא קעיס לאביאירט די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט צו טוישן זייטן אין די קעיס

די לאביאינג קאמפיין האט נישט באוויזן אזוי שנעל צו רירן די באאמטע און ערשט מערץ 15 וועלכע איז געווען די דעדליין ווען די רעגירונג האט געמוזט פיילן איר רעאקציע האט זי ענדליך געמאלדן אז די נייע אדמינסטראציע האט איבערגעקוקט די קעיס און זיי שטימען איין מיט די טערי פאזיציע און רעקאמענדירט פארן געריכט צו שטעלן א דרויסנדיגע פראקוראר וועלכע זאל איבערנעמען און ארגומענטירן די פאזיציע געהאלטן דורך די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט און אורטייל פון די עלפטע סירקוט

אונטער געווענליכע אומשטענדן וואלט אזא טויש גענומען צייט צו טרעפן א פאסיגע קאנדידאט און פאר יענעם צו דורכטוהן די קעיס געהעריג און די געריכט וואלט רעסקעדזשועלט די מונדליכע ארגומענטן אויף קומענדיגע אקטאבר למספרם ביי די נייע געריכט סעסיע

דא איז אבער אריינגעקומען די פאקט אז די אלץ איז בלויז צוליב די שלאבערישע לעצט מינוטיגע טויש מצד די רעגירונג און נאכמער וואלט עס געשטעלט אונטער פראגע צייכן די גאנצע קעיס זינט טערי איז געסקעדזשועלט סייווי באפרייט צו ווערן קומענדיגן סעפטעמבער למספרם און די קעיס קען נאך צוליב דעם ווערן מוט טראץ וואס טויזנטער ארעסטאנטן טיילן מיט די זעלבע פראגע און זייער טערמין איז נאכנישט געענדיגט

צוליב דעם האט די געריכט גענומען שנעלע שריט און ריכטערין בערעט האט געשטעלט עדעם מארטארא וועלכע איז א געוועזענע קלוירק פון ריכטער טאמאס צו פארטרעטן די עלפטע סירקוט און באשטימט מונדליכע ארגומענטן אויף מארגן דינסטאג מאי 4 למספרם

צו באשטימען ארגומענטן אויף מאי למספרם איז גאר א זעלטענע ערשיינונג זינט די ריכטער ווערן מער פארנומען צו שרייבן אורטיילן אויף א גרעסערע צאהל קעיסעס גרייכדיג יוני למספרם וועלכע ענדיגט די איצטיגע געריכט סעסיע אבער ווי געזאגט האט די געריכט איינגעזעהן גענוג א שטארקע נויט דערין

פיר סענאטארן וועלכע האבן געשריבן די דרעפט פון די 2018 למספרם געזעץ און פארזעהן צו טוישן די שפראך אין קאטעגאריע 3 האבן געשריבן צום געריכט אין שטיצע פון טערי אנצייגנדיג אז די פוירסט סטעפ אקט דרייט נישט צוריק די סענטענסינג פון פארברעכנס "אמענדירט" דורך 2010 למספרם געזעץ נאר פאר פארברעכנס "מאדיפיצירט" דורך דעם
זיי טיילן אפ די אפטייטש פון די צוויי אז אמענדירט וואלט באדייט דירעקט טוישן די שפראך אבער מאדיפיצירט איז א שוואכערע מדריגה און נעמט אריין אפילו א פאראגראף וועלכע ווערט נישט געטוישט מיט טינט אבער ווערט קלאר אפעקטירט דורך א בושטעבליכע טויש אין די אנדערע צוויי קאטגאריעס

סענאטארן גרעסלי, דורבין, לי און בוקער האבן געשריבן אקעגן די שטעלונג פון די עלפטע סירקוט און ווי געזאגט וועט די געריכט היינט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן

ריכטער ברייער קוקט אויס גרייט צו אורטיילן לטובת די רעגירונג
גארסוטש שטעלט קיינע פראגן


נעכטן מאנטאג האט אן איינשטימיגע געריכט געאורטיילט אקעגן טערי און אין שטיצע פון די רעגירונג
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”