סטיטשינער האט געשריבן:איך מאך א ווערטל גאר?
איך רעד פון זייערע ריזיגע בעיסעס, דארט ווי זיי האלטן די געווער מיט וואס זיי אטאקירן חאמאס. וואס פאר א תירוץ איז דעס אז דו האסט געטראפן צוויי סאלדאטן שטיין ביי א באס סטאפ און דערפאר מיזטו הארגענען ציווילער. אז דו וועסט ענדיגען מיט די ריזידע מיליטערישע גאנצעטע שטעט וואס זיי האבן, און נאר די צווי סאלדאטן בייים באס סטאפ זענען דיין געפאר, דאן קען מען שמועסן.
ברענגסט מיר עפעס א בילד פון א הויז ווי עס שטיין איין נחל חרדי ארבעטער? סיריעסלי?
מדינת ישראל מיליטער אטאקירט נישט נאר מיסיל שיס באזעס, זיי אטאקירן אויך אפיסעס פון חמאס ווי מען פלאנירט די אטאקעס.
איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן אז איך האלט נישט אזוי, זיי זענען רוצחים וואס ווילן סתם זוכן תירוצים, איך בין נאר מסביר זייער טענה.