תנא-קמא האט געשריבן:די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:אנטשולדיגט אויף די עמעראצע’ס...
אבער ווער איז עס? וואס איז דעם רב’ס נאמען?
עכטע רב? / קהילה? / בית מדרש? / יחוס?
אדער א בחינה פון יארמע / פעסט / חאצאצק / נייעק.....
ער הייסט רבי ישראל מענדל שווארץ. זיין בית המדרש איז אויף 7 פרענקלין וואו ס'דא מנינים אלע אינטערעסאנטע זמנים. ער איז א חשוב'ער איד וואס איז משמח אלקים ואנשים כפשוטו. איינע פון זיינע ווערטלעך (געטראפן דא אויפן וועלטל): "די וועלט שטייט אויף ניעדערמאן, צימערמאן, ביעדערמאן"
קורצע אינציקלאפידיע:
הרב הגאון ר' ישראל מענדל שווארץ שליט"א, אב"ד ואדמו"ר לאשאנץ, איז א איד א תלמיד חכם, בקי וידען נפלא בכל התנ"ך, וואס איז מסתם דא גאר ווייניג אזוי, ווי אויך אין אנדערע מכמני התורה.
דער רב לערנט פאר א שיעור חומש רש"י יעדן ליל ששי, גמרא רש"י יעדע נאכט, און אויך א שיעור אין נ"ך.
ער פירט דאס בית המדרש מיט א מנין שחרית יעדן טאג פאר חצות (מקפיד צו זאגן אויך קדיש תתקבל פאר חצות), ווי אויך מניני מנחה ומעריב.
שב"ק איז דא מנין מנחה ביים זמן און א שעה נאכן זמן, צופרי א פריע מנין און א חצות מנין.
דער רב איז מחדש שיינע חידושים ביי של"ס, טייל דערפון ווערן געדרוקט לרגל שמחות בחצר הקודש.
דער רב איז עוסק אין מעשי צדקה וחסד אויף א שטורעמישע פארנעם ואכמ"ל, ווי אויך האלט ער אן זיין פאך אלס גראמער און בדחן צו משמח זיין חתן וכלה, וואס איז יעצט מפורסם געווארן חוץ לגבולות ניו יארק מיט די ארומפארנדע בילדער ביים חתונה פון החתן הגר צדק ר' יחזקאל דוב בענדער ני"ו.
מיר וואונטשן פארן רב שליט"א אורך ימים ושנות חיים בטוב ובנעימים, יאריך ימיו על ממלכתו בקרב ישרא"ל עד ביגו"צ בב"א.