דממה דקה האט געשריבן:יוסף פריעדמאן האט געשריבן:בשם כל ישראל האט געשריבן:יוסף פריעדמאן האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
ד"ר אליהו יוסף שוסהיים ז"ל פון ירושלים. 80 יאהר.
יו"ר אגודת 'אפרת', מייסד פון 'נווה שמחה' פאר אלטע יודן, און דאקטער פון גדולי ישראל.
די לווי' וועט זיין 9:00 ביינאכט, פון בית הלוויות אין סנהדריה.
ער פלעגט באקומען הגבה יום כיפור ביי מנחה ביי כ"ק בעלזער רב שליט"א
ער פלעגט גיין מיט א קיטל יום כיפור ביים דאווענען הגם אין בעלזא ביים רב גייט קיינער נישט מיט א קיטל משום מעשה שהיה ביי די ערשטע בעלזא רב זצ"ל
אזויווי אנדערע פרעמדע וואס גייען נישט דער בעלזער לבוש.
אגב, די מעשה איז געווען ביים מיטעלע רב זי"ע.
גראדע א חידוש פלא אז מען זאל מבטל זיין א מנהג קדמונים וועגן עפעס א מעשה
ס’איז נישט סתם ’עפעס א מעשה’,
כ’געדענק נישט פונקטליך, אבער עפעס ליגט מיר אין זיכרון א מעשה, אז ס’איז געווען א גרויסע געדרענג יום הקדוש ביים דאווענען, ממש מ’האט זיך נישט געקאנט רירן, אויף אן אופן וואס ס’האט נישט געמאכט ’קאנסענס’.
און לויטן חשבון איז געווען היבש אסאך מער פון וואס מ’האט געוואסט אז ס’זענען געקומען צו פארן אויף יו”ט...
איז מען אריין צום רבי’ן. און דער רבי האט געזאגט אז ס’איז ווייל די נשמות הנפטרים כאפן זיך מיט מיט’ן ציבור’ס תפילה אין די הייליגע טאג.... (כלומר; ס’איז שווער צו דערקענען פון קיטל ביז’ן תכריכין...)
און צוליב דעם האט ער געהייסן מ’זאל אויסטוען די קיטל’ך....