נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך האב געזען דעם שבת אין שול א צעטל באשריבן די גאנצע נושא פון ספרינג וואלי מיט די טראסטיס וכו' וכו',
שרייבט ער דארטן וועגן די צוקראכטע גאסן אז אסאך מאל ווארט די טאון\וויליזש מען זאל ענדיגן בויען די נייע הייזער און פאר דעם וועלן זיי נישט איבערמאכן די גאס,
מיין שאלה איז, פארוואס קענען נישט די דעוועלאופערס (אדער הו-עווער איז רעספאנסעבל) זיכער מאכן אז נאכן אויסגראסן און צוריק פארמאכן דעם גאס זאל דאס זיין געמאכט שיין גלאט ווי א מענטש? פארוואס איז יעדע מאל מען ענדיגט בויען א נייע דעוועלאפמענט און מען אקערט ארום אין דער ערד מיט די עלעקטריק אדער סוער ליינס און מען לייגט צוריק אביסל אספאלט ווערט דער נייער שטיקל אדער א גראבע באמפ אדער א היפשע טיפע לאך וואס שאקלט אויף יעדע דרייווער????

פארוואס קענען נישט די דעוועלאופערס זיכער מאכן אז נאכן אויסגראסן און צוריק פארמאכן דעם גאס זאל דאס זיין געמאכט שיין גלאט ווי א מענטש איז נישט די סעלאושן, נישטא קיין פעירמיט נאר אויב די ראוד איז צוריק פארמאכט ווי געווען אפריער אז נישט איז דא פיינס- יעדן טאג א פרישע פיין.

עניוועי, קען מען האבן דעם עולם זיך פארפליכטן פאר א רייט-אין? מיר מיט מיין שטוב האלט מען שוין ביי צוויי. ווער נאך? געענדיגט מיט די רעדן יעצט הייבן מיר אן למעשה
לעצט פארראכטן דורך נישטאמת אום מאנטאג יוני 07, 2021 2:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נישטאמת האט געשריבן:נישטא קיין פעירמיט נאר אויב די ראוד איז צוריק פארמאכט ווי געווען אפריער אז נישט איז דא פיינס- יעדן טאג א פרישע פיין.

וואט דע העק רעדסטו דא?
דו ווייסט אז דיין תגובה האט נישט די מינדעסטע שייכות מיטן מציאות?????????

# נישט אמת
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:ביי די פארק און רייד פלאנען זיי צו בויען א אפיס בילדונג נישט קיין דעוועלאפמענט וואס דאס ברענגט נישט געווענדליך א טרעפיק אנשטויסעניש

הא????
גיב א קוק וואס טוצעך ביים אריינגאנג צו קרית יואל מיט די ביזנעס סענטער.....א אנזעץ!!


אין די ביזנעס סענטער איז דאך דא א גראסערי אויכעט וואס דאס פאר זיך פאראורזאכט א שווערע טרעפיק, ס'איז קיין פארגלייך צו א רואיגע אפיס בילדונג
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פעטער שמואל האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:ופשוט הוא, איינמאל ער האט א באקוועמע הויז זאל קיינער מער נישט בויען


נאך וואס מען קומט אהן פון ברוקלין און מען קויפט א הויז פון א דעוועלפער קען מען שוין אנפאנגען האקן אויף די שלעכטע דעוועלעפער וואס פאר'חרוב'ען מאנסי.

יעדער וויל א אייגן דירה, אז סאיז נישטא קיין ברירה קויפט מען וואס ס׳איז דא.

וואלט איינער געמיינט ביזנעס, אבער דאך געטראכט אביסל פונעם צווייטן, וואלט יעדער געווען צופרידן.
למעשה זענען זיי דא ״נאר״ צו מאכן געלט
מ׳קען נישט האבן טענות אויף זיי, א מענטש מעג און דארף מאכן געלט, אבער ווען זיי קומען וויינען אז מדארף גיין וואוטן מעג מען וויסן אז זיי מיינען נאר זיך נישט קיין גזירות און נישט קיין גארנישט, האקן זאל זיי א צווייטן אין קאפ


ס׳איז נישט נאר די וואוטס, ווילסט מאכן געלט? כל הכבוד, אבער טראכט א רגע פון א צווייטער פאר די טוהסט עפעס. איך וועל געבן צוויי משלים, בעיטס, ווען מען מאכט די גאס 5-10 פיס ברייטער, וואלט דאס אזויפיל פראבלעמען פארמיטן, מיט דעם אלעם, איז דאס נישט געטוהן געווארן, פארוואס? ווייל די דעוולעפער האט געטראכט בלויז פון איין זאך, ווי אזוי מאך איך די מערסטע געלט? אה, דארך מאכן די גאס די שמעלסטע וואס מעגליך, איי דאס גייט פאראורזאכן פראבלעמען? האו קעירס? איך גיי מאכן געלט, און שפעטער גייט דאס נישט זיין מיין פראבלעם.

די צווייטע משל, איז די פארק און רייד בילדינג, מען גייט בויען דארט ווייס איך נישט וואס, וויל איך וויסן טאמער די דעוועלפערס פלאנען עפעס צו טוהן בנוגע די טרעפיק וואס דאס גייט פאראורזאכן ביי ראבאט פיט און 59, יענער אינטערסעקשין איז שוין גענוג אנגעשטויסן יעצט, אלזא, די פלאנסט צו בויען גלייך לעבן דעם א גרויסע פראדזשעקט? כל הכבוד, ביסט בארעכטיגיט צו מאכן דיין געלט, אבער קודם, פאר די בויעסט, מאך א פלאן וויאזוי דיין בנין זאל נישט אנשטויסן ראבעט פיט און 59. קען זיין ס׳איז דא א פלאן, און אויב איז דא א פלאן, אשריך, מאך דיין געלט געזונטערהייט, און נוץ דאס געלט געזונטערהייט אבער אויב דער פלאן איז צו בויען, און דערנאך לאזן די פראבלעמען פאר די בני העיר, מיט׳ן טענה ״איך בין בארעכטיגט צו מאכן געלט״, ביזטו א אוממענטש שאין כדוגמתו, צוליב דיינע פאר דאללער, לייגסטו זיך אן אויף א גאנצע שטאט.

אוי ווי גערעכט.
עס גייט אבער נאך טיפער פון דעם. די פליכט אויף אינפארסירן טרעפיק שטודיעס איז אויף די טאון. ווי זענען זיי???
#כי השוחד יעוור


גערעכט, אבער נישט דארט דוקא איז דער פראבלעם, די דאזיגע דעוועלאופמענט פאר זיך גייט נישט שאפן א צוגעלייגטע טרעפיק. עס גייט זיך נישט טוהן א פארקער אריין און ארויס א גאנצע טאג. די טרעפיק אויף 59 ביי ראבערט פיט ווערט געשאפן פון די דעוועלאופמענט ביז פון די ווייטסטע קארנערס פון מאנסי. ווייל אלע דארפן אנקומען קיין ראבערט פיט קארנער 59 צו במישרין אדער בעקיפין. ממילא ווען מען מאכט א דעוועלאופמענט סיי ווי אין מאנסי האט דאס א דירעקטע אימפעקט אויף די טרעפיק אין גאנץ מאנסי און ספעציעל ביי די דאזיגע אינטערסעקשאן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נישטא קיין פעירמיט נאר אויב די ראוד איז צוריק פארמאכט ווי געווען אפריער אז נישט איז דא פיינס- יעדן טאג א פרישע פיין.

וואט דע העק רעדסטו דא?
דו ווייסט אז דיין תגובה האט נישט די מינדעסטע שייכות מיטן מציאות?????????

# נישט אמת


ער זאגט וואס וואלט געדארפט זיין, נישט וואס ס׳איז יעצט.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א שרייבערל האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:(דאס איז חוץ פון די פארמאכטע שארטקאט פון עדווין צו מאנסי בלווד.)


באלד דערנאך וואס מ'האט פארמאכט די שארטקאט האט מען געפענט א פרישע שארטקאט ביי די דערנעבענדע הויז אונטערן באס סטאפ

אמת, ס׳האט אבער פארלוירן דעם נאמען שארט קאט,
ס׳איז מיר שנעלער צו גיין דורך וואלטער.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

בבקשה האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:נישטא קיין פעירמיט נאר אויב די ראוד איז צוריק פארמאכט ווי געווען אפריער אז נישט איז דא פיינס- יעדן טאג א פרישע פיין.

וואט דע העק רעדסטו דא?
דו ווייסט אז דיין תגובה האט נישט די מינדעסטע שייכות מיטן מציאות?????????

# נישט אמת


ער זאגט וואס וואלט געדארפט זיין, נישט וואס ס׳איז יעצט.

אה, סארי!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

איר זענט אלע גערעכט, די דעוועלאפערס (רוב) טראכטן מער פון מאכן געלט ווי פון די לאנג טערם איינוואוינער, און ס'איז א געפערליכע עוולה.

ס'איז אבער דא א צווייטע גאנג.

נישט צו גיין וואוטן איז ווי צו זאגן "איך וויל בלייבן מיט די סטאטוס קווא און אלעס זאל בלייבן אזוי ווי ס'איז יעצט", און דאס שרייבט איר דאך אליינס אז ס'איז נישט גוט. איז וואס איז די עצה?

די עצה איז נישט א יא/ניין ענטפער, מ'דארף גיין וואוטן צו ווייזן אז אונז זעמיר דא אויפן האריזאנט און אונז זעמיר א נומבער, אויסער דעם דארף מען אריינרופן כסדר די טאון און די ווילעדזש און וועם מ'קען נאר, און זיך לאזן הערן פון צייט צו צייט.

די ווילעדזש און ספרינג וואלי האט דאכט זיך א שטיק צייט צוריק געמאכט א גזירה אז יעדע נייע הויז מוז האבן סיידוואלק פארנט פון די לאט כדי צו באקומען א סי אוו או. ס'איז ווייט נישט גענוג, אבער שטעלטס ענק פאר אויב דאס וואלט אויך נישט געווען, וואלטן נאך 5 גאסן אויסגעקוקט ווי דיקעטאר. דאס הייסט, זיי קענען טון צו פארבעסערן די לעבנסשטייגער, זיי דארפן נאר האבן פרעשור, אז נישט פון די דעוועלאפערס דאן פון די וואוטערס.

זעסט א לעקטער פאול וואס ארבעט נישט? רוף אריין O&R און לאז זיי וויסן (פאר א נייע פאול רוף די ווילעדזש)

זעסט א ראוד וואס האט לעכער? רוף אריין די טאון

זעסט א פלאץ וואס דארף סיידוואלק? רוף אריין די טאון לויער און זאג אז ס'דרייען זיך אסאך פעדעסטריענס און אויב געשעט דא אן עקסידענט גייט מען זיי מעגליך סוען (ס'קען דערשרעקן, דו גיבסט זיי יעצט נאָטיס)

דיין טעקס ביל איז הויעך? כאטשיג איינמאל א יאר קאל אריין די ווילעדזש און לאז זיי וויסן

די גארבידזש טראק מאכט א טראפיק 9 אזייגער אינדערפרי? רוף אריין בעטן אויב מ'קען טוישן די סקעדשול

ס'שאדט אויך נישט זיך צו באווייזן אמאל ביי א באורד מיטינג, זע די סקעדשול דא https://villagespringvalley.org/calendar/

ווי מער זיי הערן פון אונז איינוואוינער אלץ מער טוען זיי, אפילו זיי רעספאנדן נאר צו 15% קאלס, לאמיר כאטש באקומען 15% פון טויזענט קאלס ווי איידער 15% פון הונדערט קאלס.

איך אליינס ווייס פון אפאר פון די אויבן דערמאנטע קאלס וואס האבן אויפגעטון דאס זייעריגע.

ווען איר לייגט אראפ דעם טעלעפאון קומט ארויף זיך אפרעדן דא, אדערווייז טוט איר גארנישט אויף מיטן שרייבן דא (אויסער אז איך זאל שרייבן די תגובה...)

טאון אוו ראמאפא
8453575100

טאון הייוועי דעפט. (סיידוואלק/ראודס)
8453570903

O&R
18774344100

ווילעדזש און ספרינג וואלי
18453521100
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ממה נפשך האט געשריבן:איר זענט אלע גערעכט, די דעוועלאפערס (רוב) טראכטן מער פון מאכן געלט ווי פון די לאנג טערם איינוואוינער, און ס'איז א געפערליכע עוולה.

ס'איז אבער דא א צווייטע גאנג.

נישט צו גיין וואוטן איז ווי צו זאגן "איך וויל בלייבן מיט די סטאטוס קווא און אלעס זאל בלייבן אזוי ווי ס'איז יעצט", און דאס שרייבט איר דאך אליינס אז ס'איז נישט גוט. איז וואס איז די עצה?

די עצה איז נישט א יא/ניין ענטפער, מ'דארף גיין וואוטן צו ווייזן אז אונז זעמיר דא אויפן האריזאנט און אונז זעמיר א נומבער, אויסער דעם דארף מען אריינרופן כסדר די טאון און די ווילעדזש און וועם מ'קען נאר, און זיך לאזן הערן פון צייט צו צייט.


פארוואס?
וואס גייט מיר אן ווער זיצט דארט ביים שיסל?

דיין טעקס ביל איז הויעך? כאטשיג איינמאל א יאר קאל אריין די ווילעדזש און לאז זיי וויסן

חי חי חי חי חי חי האט זיך דער פריץ צולאכט

שוין לאנג נישט אזוי געשאסן פאר געלעכטער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דיוועלאפערס, ווען הייבט זיך אן די "צד שכנגד אנטיסעמיט" מארקעטינג?
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

דממה דקה האט געשריבן:דיוועלאפערס, ווען הייבט זיך אן די "צד שכנגד אנטיסעמיט" מארקעטינג?


ווען איז עס געווען עפעס אנדערש?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

איינס האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:איר זענט אלע גערעכט, די דעוועלאפערס (רוב) טראכטן מער פון מאכן געלט ווי פון די לאנג טערם איינוואוינער, און ס'איז א געפערליכע עוולה.

ס'איז אבער דא א צווייטע גאנג.

נישט צו גיין וואוטן איז ווי צו זאגן "איך וויל בלייבן מיט די סטאטוס קווא און אלעס זאל בלייבן אזוי ווי ס'איז יעצט", און דאס שרייבט איר דאך אליינס אז ס'איז נישט גוט. איז וואס איז די עצה?

די עצה איז נישט א יא/ניין ענטפער, מ'דארף גיין וואוטן צו ווייזן אז אונז זעמיר דא אויפן האריזאנט און אונז זעמיר א נומבער, אויסער דעם דארף מען אריינרופן כסדר די טאון און די ווילעדזש און וועם מ'קען נאר, און זיך לאזן הערן פון צייט צו צייט.


פארוואס?
וואס גייט מיר אן ווער זיצט דארט ביים שיסל?


וואוט פאר וועם דו ווילסט, אבער וואוט. די אריינגעוועלטע גייען זיך נישט רעכענען קיין כי הוא זה מיט א קאמיוניטי וואס וואוט ניטאמאל.

זיי רעכענען זיך יעצט אויך נישט? אקעי. אבער אויב גיי מיר אונז זיך לאזן מער הערן, וועלן זיי זיך אפשר יא וואוסענדיג מאכן.

אז דו זיצט דא און לאכסט פאר ביטערקייט ווארטסטו אז מ'זאל דיר דעליווערן אויף א גאלדענעם טאץ, נו ווארט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אה, דאס יא
נישט פארשטאנען וואס דו מיינסט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

ס׳װערט דא הײסער, זעט אױס אז די היץ פון ברוקלין באחדות האט געמופט קײן מאנסי.........
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

נישטאמת האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:און דעריבער, גייט טאקע אזא קליין פראצענט צו וואלן אין מאנסי

לאמיר מאכן א רייט-אין קאמפיין, אז מיר וועלן האבן א 250 וואוטס וועט עס זיין א שטארקע מעסיטש.


איך וואוין נישט אין מאנסי, אבער די איידיע וואס בלומינג גראוו האט געטון דארף ווען געשען אין אנדערע געגענטער אויך, אפילו אויב גייט ניט טוישן די אויסגאנג, בלויז צו געבן א שאקל די וואס מעגן ווערן צושאקלט.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

אנטשולדיגט פארן זיך מישן אין א פרעמד מקום, אבער מיין רבי זאגט כסדר אז כלל גדול: ווען מען שרייט ״אחדות״ מיינט אז יחידים רייטן אויפן ציבור.

מחלוקת איז געזונט פארן קהל און דאס רבים, דאן דארף דער יחיד צופרידן שטעלן דעם עולם, אז נישט איז בלויז גענוג אז ער שטעלט צופרידן זיין ״קעגנער״ ובזה סיים חובתו.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

א שרייבערל האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:ביי די פארק און רייד פלאנען זיי צו בויען א אפיס בילדונג נישט קיין דעוועלאפמענט וואס דאס ברענגט נישט געווענדליך א טרעפיק אנשטויסעניש

הא????
גיב א קוק וואס טוצעך ביים אריינגאנג צו קרית יואל מיט די ביזנעס סענטער.....א אנזעץ!!


אין די ביזנעס סענטער איז דאך דא א גראסערי אויכעט וואס דאס פאר זיך פאראורזאכט א שווערע טרעפיק, ס'איז קיין פארגלייך צו א רואיגע אפיס בילדונג

איך בין אריינגעפאלן דא באזוכן מיינע ברידער אין מאנסי
די אנזעץ ביים ביזנעס סענטער איז ווייל יענע האלבע גאס האט 3 סטאפ סיינס, לשבר את האוזן, שטעל דיך פאר פונעם קארנער אויפן 59 ביי סעדל ריווער ביז די אנדערע קארנער ווי מ'דרייט זיך אריין צו המספיק זאל אינמיטן זיין 3 סטאפ סיינס, בערך אזא שטח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מינסק
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינסק »

פנים חדשות באו למאנסי.
ניין. דזשארדזש וואשינגטאן איז דארט נישט איינגעשטאנען. אבער דאס הויז איז פארט געווען א לענדמארק, ס'געבויעט געווארן אין 1807 למספרם.
איך מיין אוודאי די הויז פון ביללער ביי קארנער בלאוועלט און וועסט מעיפל.

ס'איז אראפ! א פארגאנגענהייט!
"democracy is the worst form of government – except for all the others that have been tried" (ווינסטאן טשורטשיל).
טראמפ איז געפערליך. פינטל. אבער האסט איינעם וואס איז בעסער פארן ווייסן הויז?
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

מינסק האט געשריבן:פנים חדשות באו למאנסי.
ניין. דזשארדזש וואשינגטאן איז דארט נישט איינגעשטאנען. אבער דאס הויז איז פארט געווען א לענדמארק, ס'געבויעט געווארן אין 1807 למספרם.
איך מיין אוודאי די הויז פון ביללער ביי קארנער בלאוועלט און וועסט מעיפל.

ס'איז אראפ! א פארגאנגענהייט!

וואס האט פאסירט?
מינסק
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינסק »

פארמיטאג האב איך דארט געזען א טראקטאר און א דאמפסטער.
יעצט איז נאר געבליבן ברוכווארג.
"democracy is the worst form of government – except for all the others that have been tried" (ווינסטאן טשורטשיל).
טראמפ איז געפערליך. פינטל. אבער האסט איינעם וואס איז בעסער פארן ווייסן הויז?
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

מינסק האט געשריבן:פנים חדשות באו למאנסי.
ניין. דזשארדזש וואשינגטאן איז דארט נישט איינגעשטאנען. אבער דאס הויז איז פארט געווען א לענדמארק, ס'געבויעט געווארן אין 1807 למספרם.
איך מיין אוודאי די הויז פון ביללער ביי קארנער בלאוועלט און וועסט מעיפל.

ס'איז אראפ! א פארגאנגענהייט!

ווי איז ער איינגעשטאנען?
מינסק
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינסק »

קינדער און רינדער ווייסן צו דערציילן אז דזש. וואשינגטאן איז דארט איינגעשטאנען, ווען ער איז געווען אינעם ראיאן ביים אינדעפענדענס קריג.
ס'איז סתם א נארישע שמועה, אבער יעדער ווייסט דערפון.
וואו ער איז יא איינגעשטאנען? מסתמא אין א געצעלט א היבשע פאר מייל אוועק.

די אראפגעווארפענע הויז - איז דאס:

fh.png
fh.png (492.08 KiB) געזען 3044 מאל
"democracy is the worst form of government – except for all the others that have been tried" (ווינסטאן טשורטשיל).
טראמפ איז געפערליך. פינטל. אבער האסט איינעם וואס איז בעסער פארן ווייסן הויז?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מינסק האט געשריבן:קינדער און רינדער ווייסן צו דערציילן אז דזש. וואשינגטאן איז דארט איינגעשטאנען, ווען ער איז געווען אינעם ראיאן ביים אינדעפענדענס קריג.
ס'איז סתם א נארישע שמועה, אבער יעדער ווייסט דערפון.
וואו ער איז יא איינגעשטאנען? מסתמא אין א געצעלט א היבשע פאר מייל אוועק.

די אראפגעווארפענע הויז - איז דאס:

fh.png

מען האט געשמיסט אז עס איז א היסטארישע landmark און מען קען עס נישט אראפ ווארפען
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

ריכטיג וואלט געוועהן אז מען זאל דארט ברייטער מאכן די גאס, צו לייגן א טורנינג לעין אויף מעיפל אז די קארס וואס דרייען זיך רעכטס אראפ צו בלאוועלט זאלן נישט פארשטאטערן די טרעפיק פון מעיפל, אבער וואס פארלאנגען מיר פון א שטאט וואס קימערט זיך נישט מיט די געברויכן פון די איינוואוינער
בילד
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

פומפדותא האט געשריבן:ריכטיג וואלט געוועהן אז מען זאל דארט ברייטער מאכן די גאס, צו לייגן א טורנינג לעין אויף מעיפל אז די קארס וואס דרייען זיך רעכטס אראפ צו בלאוועלט זאלן נישט פארשטאטערן די טרעפיק פון מעיפל, אבער וואס פארלאנגען מיר פון א שטאט וואס קימערט זיך נישט מיט די געברויכן פון די איינוואוינער

איך האב געהערט אז זיי פלאנען עס צו טוהן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”