פאטאש האט געשריבן:ווי איז די בעסטע/ביליגסטע פלאץ פאר א אויל טזשעינדזש אין מאנסי?
איך בין אמאל געווען אין מאנסי אויפן וועגט ארויף אפסטעיט און דערזען אז כ'דארף מאכן אן אויל טשעינדזש בינעך פונקט געווען נעבן מידאס וואס איז קעגן טאיאטע בינעך אריין אהין. די פרייז איז געווען נארמאל אבער נאכן אויפהייבן די קאר האט ער מיר אנגעוויזן שרעקעדיגע זאכן וואס כ'מוז "שוין" פיקסן ווייל טאמער נישט וועל איך זיך טרעפן מיט א צופליקטן עקסל אויפ'ן הייוועי און האפענטליך וועלעך קענען געהעריג סטאפן און זיך נישט איבערדרייען
ער האט זיכער געמאכט צו נוצן שרעקעדיגע ווערטער ווי סטאק אויפן הייוועי, שלעפער טראק, איבערדרייען, סעיפטי. בקיצור ס'האט געשטינקען
האבעך גערופן מיין געווענליכע מעקעניק (אשר אויף 16 ביי 39) און ער האט געוואוסט פונקטליך פון וואס איך רעד און קלאר געמאכט אז ס'איז נישטא קיין שום סיבה עס צו פיקסן ווייל ס'קאסט נאר אסאך געלט (גאר טייערע פארטס) און די איינציגסטע זאך איז אז אמאל ווען מ'בעקט קעמען הערן א קליק
בקיצור. ער האט מיך געוואלט מאכן טוהן א טייערע ריפעיר פאר קיין שום סיבה
ווי ווייט איך ווייס איז ער נישט משלנו