נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
20210602_202500.jpg

שלא כדרכי וועל איך ארויסרעדן א ווארט קעגן דעם מענטש, אז ס'זאל נישט משמע זיין אז ער פארטרעט אונז.

לאמיר שרייען אין זיין ריכטונג (נישט אין גאס ח"ו) "עד מתי יהיה לנו למוקש"???!!!

ווען חוה"מ סוכות איז געווען צדדים לכאן ולכאן איבער זיינע געהיצטע מעשים, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין יעדעס באריכט וועגן קאוויד וכדו' אין די היימישע קאמיוניטו ווערט פון פריש דערמאנט אז אידן האבן פראטעסטירט אין די גאסן אקעגן די ממשלה אינמיטען א צווייטע וועי"וו. די חילול ה' וואס איז ארויסגעקומען דערפון ווערט גענוצט עד היום הזה אויף א גאר נעגעטיווע אופן אין אונזער ריכטונג. עס האט געברענגט מער שאדן ווי איינער האט זיך געקענט פארשטעלן.

ווען צוויי טונקעלע פארשוינען באפאלן אים צוליב שנאה, פארוואס זיך גלייך לאזן הערן אז דאס איז 'בלעק לייווס מעטער'??
האט ער אריינגעטראכט וויפיל הונדערטער טויזענטער פון אונזער שכנים ער האט יעצט פארשמירט און אויפגעהעצט?
האט ער אריינגעטראכט אז מארגן ווען ס'וועט זיין נאך אזא מעשה ווי די תולעת יעקב לוי' און עסקנים וועלן ברויזן פארוואס מען האט געלייגט א נאסע ליילעך אויף די גאנצע געמיינדע, וועלן זיי צוריק ענטפערן 'העשי טישלער איבערפאל יוכיח' ווען ער האט געלייגט א ליילעך אויף אן עם עצום ורב צוליב צוויי יחידים??

און היינט אינדערפרי, ווען ס'איז אים נישט געפאלן פונקלעך ווי אזוי ער ווערט באהאנדעלט אין מאימאנידיס שפיטאל, האט ער זיך גענומען מאכן לייו ווידיאס כדרכו וואס האט פארשטייט זיך גאר שטארק אויפגערעגט די חברה און מען האט אים פארשיקט.
האט ער געטראכט וויפיל הונדרעטער חולים ל"ע און יולדת'ן זענען אין יענע שפיטאל טאג טעגליך און דארפן גוטע פארבינדונגען להחיות נפשות?

וואס נאך וויל ער?
וואס נאך גייט ער טון?
וויפיל נאך וועט ער קאליע מאכן אין אונזער נאמען??

"עד מתי יהיה לנו למוקש"???!!!

(אנטשילדיגט נאכאמאל פאר'ן רעדן אזוי, ס'ליגט מיר פשוט גאר שווער אויפן הארץ, דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים.)
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

באנאנא האט געשריבן:

זייער גוט געשריבן. דברים פשוטים מאוד. ;l;p- ;l;p- ;l;p-

די פרייז און שאדן וואס דער קאסט אפ דעים אידענטום, איז ער אפשר נישט אזוי שולדיג דיתכן דער איז א פשוטער נער׳יש אינגעל, וואס לעכצעט נאך אטענשען, די ווייטאג איז פארוואס די המון עם ווערט נאכגעשלעפט אזוי גרינג פון יעדן משוגענעם.

ווי פלעגט מיין מגי״ש אלס זאגן, בחורים עטס האטס נישט געניצט די שכל… איך בעט ענק, לערנטס ענק כאטש יעצט אויף די שווערע וועג… בבחינת ״אם חכמה -שכל- אין כאן, -זאל כאטש זיין- זקנה יש כאן״…
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

בארא פארקע עסקנים זענען נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען קעגן אים אין א באצאלטע עדיטאריעל. כ'מיין מ'דארף עס נאכאמאל טון.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:בארא פארקע עסקנים זענען נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען קעגן אים אין א באצאלטע עדיטאריעל. כ'מיין מ'דארף עס נאכאמאל טון.

איך געדענק נישט

אבער די פראבלעם איז אז אויב עסקנים זענען קעגן אים האסטו אטאמאטיש א גאנצע קופה של שרצים וואס שטיצן אים
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די מעשה איז אז אין געוויסע טערמינען האט ער שוין געטאהן עפעס וואס עסקנים האבן נישט געקענט /געוואלט טאהן.. עס האט אויסגעפעלט אזא קלאון ווי העשי עס אויסציפירן. יענע ארטיקל אקעגן אים האט אויסגעקוקט ווי יענע טאטע וואס האט געליארמעט אז מ'זאל נישט אריינזינגן ביים פשעטיל אבער געוויזן מיט די הענט אז מ'זאל זינגן העכער.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

פליגל האט געשריבן:די מעשה איז אז אין געוויסע טערמינען האט ער שוין געטאהן עפעס וואס עסקנים האבן נישט געקענט /געוואלט טאהן.. עס האט אויסגעפעלט אזא קלאון ווי העשי עס אויסציפירן. יענע ארטיקל אקעגן אים האט אויסגעקוקט ווי יענע טאטע וואס האט געליארמעט אז מ'זאל נישט אריינזינגן ביים פשעטיל אבער געוויזן מיט די הענט אז מ'זאל זינגן העכער.

כ'ווייס נישט פון וועלכע 'יענע ארטיקל' וואס די רעדסט פון, אבער איך רעד פון צענדליגער ווי דאס איז שוין דערמאנט געווארן.
גאר בולט איז טאקע געווען ביים חתונה בבית באבוב פונעם רב'ס אינגעסטע קינד וואס איז געדעקט געווארן איבעראל אז די רבנים מאכן אומלעגאלע חתונות בשעת קאוויד, גאר אסאך מידיע האבן דעמאלסט דערמאנט העשי'ס פראטעסטן, הגם ס'קיין שייכות, אבער ס'נאך פיינע סחורה פאר זיי.
דאס איז נאר א משל, יעדעס חצי נעגעטיווע נייעס'ל פון אונז זינט חוה"מ סוכות עד היום הזה ווערט צוגעצייכנט צום סוף וועגן די פראטעסטן
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

דער ה. ט. האט שוין בפומבי חוזק געמאכט פון די ערליכע ציבור און בארא פארק און זיך צוזאמגעשטעלט מיט די יאפעד עוקי הדת צו שרייען קעגן אונזער חינוך, ער איז א חורבן פאר בארא פארק. פינטל.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

טישלער לויפט יעצט פאר א פאליטישע אפיס אין ב״פ געגנט?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

באקסער בוים האט געשריבן:טישלער לויפט יעצט פאר א פאליטישע אפיס אין ב״פ געגנט?

ער האלט שוין נאכן זיך אויסגליטשן.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ער קען שוין נישט לויפן יאאארן...
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ער האט פרובירט צו לויפן אויף יעגער'ס זיץ, למעשה פרובירט ער היצט חיים דייטש'ס געוועזענע זיץ.

דער'ז סתם אזוי א חורבן.. ער'ז א פשוט'ע קלאון, אן אומבאזעסענער פארשוין.. ער טוט וואס ער טוט, און אסאך מאל גוט, אבער ווען ער נעמט אטענשאן איז עס אויף א קינדערישע אופן.. ער קען גוט געזעץ און ווייסט וויזוי זיך אומצוגיין דערמיט.. מ'האט'ם שוין געניצט דא/דארט פאר זאכן, ער האט היבש געטאהן גראדע שטילערהייט.. און אפילו ווען ער האט געמאכט זיינע מאדנע נויזעס האט מען געהאלטן אז דאס'ז פארט דאס בעסטע זינט קיין נארמאלע פאליטישאן האט נישט געוואלט גיין אויף אזא מהלך.

אבער דאס'ז נאר גוט אלס איינער וואס'ז נישט קיין אפיציעלער מחותן.. דאס'ז טאקע נאר גוט פאר א קלאון..
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

חמרא טבא האט געשריבן:ער קען שוין נישט לויפן יאאארן...

די פראבלעם איז אז ער לויפט נאכאלץ אפי' ער קען נישט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7882
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

20210604_162716.jpg
20210604_162716.jpg (486.67 KiB) געזען 1209 מאל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פאר אייער אינפארמאציע, פלאדינגס ווארפן נישט אראפ קיין ביימער...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אויף דעם ניעם בנין אויף 55 נעבען 13 הענגט א פלאקאט
עס זעט אויס ווי הכנות צו א סיום כתיבת ס"ת
ווער ? ווי אהין?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

קיקיון האט געשריבן:אויף דעם ניעם בנין אויף 55 נעבען 13 הענגט א פלאקאט
עס זעט אויס ווי הכנות צו א סיום כתיבת ס"ת
ווער ? ווי אהין?

58e2188ef6dc2643a66f83b006889bff-20-152620362 (1).png
58e2188ef6dc2643a66f83b006889bff-20-152620362 (1).png (222.87 KiB) געזען 863 מאל
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
גרויסע ביזנעס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 06, 2020 10:41 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע ביזנעס »

דיזעסטער אין רשעות!!!!

בארא פארק אינטער גרידלאק פאר אפאר בייק'ס וואס מע גייט רעגעסטרירן הערשט נאך 3, שומרים סטאפ'ס מיט די נאנסענ'ס, געשעפטן אין שכינים האבן איבריגע עגמת נפש, פארוואס?

#שמירה ווס שומרים.

מיך גייט באמת נישט אן, זערו נגיעות אבער קאמענד סענ'ס יא
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

גרויסע ביזנעס האט געשריבן:דיזעסטער אין רשעות!!!!

בארא פארק אינטער גרידלאק פאר אפאר בייק'ס וואס מע גייט רעגעסטרירן הערשט נאך 3, שומרים סטאפ'ס מיט די נאנסענ'ס, געשעפטן אין שכינים האבן איבריגע עגמת נפש, פארוואס?

#שמירה ווס שומרים.

מיך גייט באמת נישט אן, זערו נגיעות אבער קאמענד סענ'ס יא

אגב ס'האט גארנישט מיט שמירה ווס. שומרים

אלעמאל דאס געווען, א נערישע פראפיגאנדע מיט די ציל צו כאפן בילדער מיט כל ערליי פאליטישאנס וואס קומען אויך מיט די זעלבע ציל, און בלאקירן א חתיכה הראי להתכבד פון ב.פ. גאסן אקעגן רוב'ס אינטערעסן.
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

מיין שאלה איז, פארוואס מאכט מען עס נישט אין א פלאץ וואס גייט קיינעם נישט באדערן ווי למשל אזויווי חברים אין מאנסי וואס מאכן עס אין א גרויסע פארק אין די געגענט?

בלאקירן א גרויסע עוויניו ווי שכינים קענען נישט פארן אין ערגעץ איז א גרויסע חוצפה.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

גראמער האט געשריבן:מיין שאלה איז, פארוואס מאכט מען עס נישט אין א פלאץ וואס גייט קיינעם נישט באדערן ווי למשל אזויווי חברים אין מאנסי וואס מאכן עס אין א גרויסע פארק אין די געגענט?

בלאקירן א גרויסע עוויניו ווי שכינים קענען נישט פארן אין ערגעץ איז א גרויסע חוצפה.

גוט געזאגט.
ס'זיי נישט איינגעפאלן אריינצוגיין אין די 18 עוו פארק??? מוז זיין אויפ ברייטן גאס?
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

אין בארא פארק וואוינען הונדערטער טויזענטער קינדער, און איין מאל א יאר מעג מען פארמאכן אפאר גאסן לטובתם.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

בעריש'ל האט געשריבן:אין בארא פארק וואוינען הונדערטער טויזענטער קינדער, און איין מאל א יאר מעג מען פארמאכן אפאר גאסן לטובתם.

אויב ס'פעלט בכלל נישט אויס, פארוואס????
גרויסע ביזנעס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 06, 2020 10:41 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע ביזנעס »

בעריש'ל האט געשריבן:אין בארא פארק וואוינען הונדערטער טויזענטער קינדער, און איין מאל א יאר מעג מען פארמאכן אפאר גאסן לטובתם.

וויפל בייק'ס גנבעט מען א יאר, אין וויפל פארצענט טרעקט מען אראפ,???

מע' מאכט לצנות פון דאס מענטשהייט
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

באנאנא האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:אין בארא פארק וואוינען הונדערטער טויזענטער קינדער, און איין מאל א יאר מעג מען פארמאכן אפאר גאסן לטובתם.

אויב ס'פעלט בכלל נישט אויס, פארוואס????

איך זעה ווי מען שפארט גאסן צו גראבן א פייפ פאר א יחיד, פאר א הכנסת ס"ת פון 30 אידן, פאר א קבלת פנים פון א רבי, אפשר זאל מען יענת טוען אין מאנסי מיט אפאר חברים.
דא רעדט מען פון די גאנצע שטאט, און עס דארף געטוען ווערן מיט פארזיכטיגקייט און סעיפטי.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

בעריש'ל האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:אין בארא פארק וואוינען הונדערטער טויזענטער קינדער, און איין מאל א יאר מעג מען פארמאכן אפאר גאסן לטובתם.

אויב ס'פעלט בכלל נישט אויס, פארוואס????

איך זעה ווי מען שפארט גאסן צו גראבן א פייפ פאר א יחיד, פאר א הכנסת ס"ת פון 30 אידן, פאר א קבלת פנים פון א רבי.
דא רעדט מען פון די גאנצע שטאט, און עס דארף געטוען ווערן מיט פארזיכטיגקייט און סעיפטי.

די פייפ קען נישט געטון ווערן אין די פארק, די זעלבע מיטן הכנס"ת וכדו', משא"כ די גאר וויכטיגע בייק רעגיסטראציע...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”