אידישקייט אין זיד און אין צענטראל אמעריקא

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

אידישקייט אין זיד און אין צענטראל אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ווער ס'האט נאר אמאל ווען אריין געקוקט אין א אידישער יזכור בוך צום געדענקעניש פון אן אמאליגער אידישער שטאט קען באמערקן אז רובא דרובא האבן געהאט איר הויפט אדער כאטש א גרויסער טייל פון די לאנדסמאנשאפט אין זיד אמעריקא צב"ש וועט מען עפ"י רוב טרעפן בוענעס איירעס-ארגענטינא אלס א צענטער, אזוי אויך פילע אנדערע יידישע ווערק זענען פון דארט ארויס געקומען.

האט זיך מיר שוין פונלאנג געשטעלט די פראגע, וואס האט אהין געבראכט אזויפיל אידן, און ווי זענען זיי אהין געקומען, ווארום מ'הערט דאך קוים פון עפעס קנאפע אידישקייט דארט.

הרב בד"ץ שליט"א האט מיר עפעס אמאל געזאגט איבער אידישע קאלאניעס וועלכע באראן הירש האט אויף געשטעלט אין זיד אמעריקא און דאס האט אהין געברענגט די אימיגראציע פון אידן, אבער די אידן -אזוי ווי מ'קען טאקע באמערקן- זענען געווען וויסטע יידישיסטן און זיי האבן נישט געהאלטן קיין יידישקייט בכלל דעריבער איז פון זיי גארנישט געבליבן.

דאך איז אינטערעסאנט צו דערגיין וואס און וואו זענען געווען די קאלאניעס און וואס איז געווען דער אריגינעלער באדייט פון זיי אויף שטעלן. (אויך דאהי אין אמעריקא זענען געווען פילע אידישע קאלאניעס צב"ש שרייבט ר' יונה לאנדא אין זיין בוך אז נוא ארליענס איז געווען א שיינע אידישע קאלאניע).

לדוגמא ברענג איך א פאטאסטאט פון דער זשעליכאווער יזכור בוך וועלכע רעכנט אויס איר לאנדסמאנשאפט וועלכע האבן בייגעשטייערט פאר איר ארויס געבן, רוב אויפן ליסטע זענען פון זיד אמעריקא.
אטעטשמענטס
zelichov.jpg
zelichov.jpg (44.16 KiB) געזען 7430 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כ"ק מרן רמש"י מסאדיגורא באטייליגט זיך ביי אן הכנסת ספר תורה וועלכע איז אריין געגעבן געווארן אין די קאלאניע פאלאנקע אין מעקסיקו, בשנת תשט"ז. דער מאמר האט אויך אנדערע מערקווירדיגע פרטים.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

סמוכים לדברי הרב בד"ץ.
אטעטשמענטס
vendrovsky.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מוסאליאנסקי אין זיינע זכרונות פארציילט אביסל איבער דער באוועגונג אויס צו וואנדערן קיין ארגענטינא,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

באראן הירש האט אויך אויף געבויעט 50 שקאלעס איבער גאליציע, לייענט וואס דער באבאווער רב מהר"ש הראשון האט אויף איהם געזאגט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק אייך מזה בן בוזי פאר די אינפארמאטיווע ווינקל, מיר האבן נישט קיין זאך וואס מוסיף צו זיין, אבער פטור בלא כלום זאגט דאך דער רבי אי אפשר, וועלן מיר אריינווארפן צוויי צענט אינעם נושא ופרוטה פרוטה יצטרפו.

1. דער פודהייצער רב הרה"ג ר' זיידא אייכנשטיין ז"ל (פאטער פון האדמורי"ם מגאלאנטא ובורשטין שליט"א) איז פאר א צייט געווען רב אין האוואנא, קובא ווי ער איז געווען אן זיין משפחה ביז ער איז ארויסגעקומען קיין נארט אמעריקא, זיין ערשטע פרוי און קינדער זענען געהר'געט געווארן דורך די נאציס ימ"ש הי"ד, דאהי האט ער נאכאמאל חתונה געהאט ווי ער האט אויפגעשטעלט א נייע שטוב לתפארת בית אבותיו הק' מבורשטין וזידיטשוב.

ער איז געווען גאר אקטיוו אינעם וועד הצלה און אין אגודת ישראל, זיינע פילע פעולות לרומם קרן התורה והיהדות הלא הם כתובים בספר 'צדיק מה פעל' לתולדותיו.

2. נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען דאס אריינקומען קיין ארה"ב איז געווען שווער האבן אסאך אידען זיך באזעצט און סאוט און צענטראל אמעריקא ווי; ארגענטינא, בראזיל, ווענעזועלא, אורוגוואי, פערו און טשילע, אבער צוביסלעך זענען מיינסטענס פון די פלעצער געווארן אויסגעשפילט פון אידישקייט ווען רוב אידען זענען געקומען קיין ארצות הברית וקאנאדא אדער אויף ארץ ישראל.

צווישען די באקאנטע חסידישע רבנים אין יענע צייטן; הרה"ג מהר"א לייטנער ממאנטיווידעאו, הרב עקשטיין מבוענאוס-איירוס, הרב קנאפפלער פון טשילע, הרב ראזענבוים מקאראקאס ועוד.

3. מיר האבן שוין אמאל דערמאנט אז ר' יעקב אביגדור ז"ל בעמח"ס חבל יעקב ושא"ס וועלכער איז געווען א ראפשיצער אייניקל און געדינט אלס רב אין דראהביטש, ער איז געווען רב אין מעקסיקא נאך די קריג פאר א שטיק צייט.

4. בשנת תרפ"ה איז דער מעקסיקאנער פרעזידענט קאראס געקומען קיין אמעריקא, וואו א גאנצער משלחת הרבנים זענען אים געגאגנגען מקבל פנים זיין, לייענט דא אין אפריון וואו ער באשרייבט אז עס זעהט אויס אז מעקסיקא וועט זיין א מקום מפלט פאר אידן.

בשנת תרפ"ו באריכטעט אפריון אביסל מער איבער אידישקייט אין יענע געגנט מיט א חשבון פון; 2,000 אידען אין אורוגוואי, און 10,000 אין מעקסיקא-סיטי.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:2. נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען דאס אריינקומען קיין ארה"ב איז געווען שווער האבן אסאך אידען זיך באזעצט און סאוט און צענטראל אמעריקא ווי; ארגענטינא, בראזיל, ווענעזועלא, אורוגוואי, פערו און טשילע, אבער צוביסלעך זענען מיינסטענס פון די פלעצער געווארן אויסגעשפילט פון אידישקייט ווען רוב אידען זענען געקומען קיין ארצות הברית וקאנאדא אדער אויף ארץ ישראל.

צווישען די באקאנטע חסידישע רבנים אין יענע צייטן; הרה"ג מהר"א לייטנער ממאנטיווידעאו, הרב עקשטיין מבוענאוס-איירוס, הרב קנאפפלער פון טשילע, הרב ראזענבוים מקאראקאס ועוד.
חוץ הרב קנאפפלער זענען די אלע אנדערע אויס גערעכענטע רבנים נישט אן געקומען אהין תיכף נאך די קריג,
מיר וועלען צו לייגן נאך איטליכע וועלכע האבן אויס געוואנדערט אהין גלייך פון אייראפא,
הגה"צ ר' אליעזר פלטיאל רויטבלאט מ'שעדליץ-שעניצא וועלכער האט געוואוינט אין באגאטא-קאלאמביע,
הרה"צ ר' אשר אנשיל קרויז מ'ראצפערט מ"מ דודו הרה"ג ר' יצחק גאטליעב אין "קהל אנשי אונגארן" בואנעס איירעס-ארגענטינא.



מאחינו יוצאי אר"ץ איז עד היום דא בליענדע קהלות אין זיד און צענטראל אמעריקא.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:2. נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען דאס אריינקומען קיין ארה"ב איז געווען שווער האבן אסאך אידען זיך באזעצט און סאוט און צענטראל אמעריקא ווי; ארגענטינא, בראזיל, ווענעזועלא, אורוגוואי, פערו און טשילע,

איך בין געבוירען און פראנקרייך. מיינע עלטערען ע"ה האבען שטארק געארבעט צו קריגען פאפירען אריין קומען קיין אמעריקא. עס איז זיי נישט געלונגען, סא ווען איך בין געווען א האלב יאהר אלט זענען מיר געפארען קיין קיטא, עקוואדאר.
אינז האמער דארט געוואוינט א יאהר און א האלב.

איך האב געהערט פון מיין טאטע ע"ה אז רוב יודען דארט זענען נישט געווען קיין שומר שבת. עס איז געווען דארט א שוהל וויא שבת אינדערפרי האבען דארט געדאווענט א בערך 800 יודען. 95% פון די מתפללים זענען נאכען דאווענען געגאנגען ארבעטען.
די פליטים וואס זענען געקומען פון אייראפע נאך די צווייטע וועלט קרוג זענען אלע געווען שומר שבת יודען.

און תש"י איז געווען א שטארקע ערד ציטערניש און זיד אמעריקא. דער עיקר שטח וויא עס האט געטראפען איז געווען און עקוואדאר. גאנצענע שטעט זענען איינגעזונקען.
נאך יענע ערד ציטערניש האבען זיך די ארטעדאקסישע יודען גענומען צוביסלעך ארויסוואנדערען פון דארט (פון עקוואדאר). רוב זענען געקומען קיין אמעריקא.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער אינטערעסאנט ר' שמחה, איך האב נישט געוואוסט אז דארט איז אויך געווען ערליכע אידען, איר ווייסט אפשר איבער א רב אדער מרא דאתרא וכדו'?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער,
אלעס וואס איך ווייס פון דארט איז נאר מפי השמועה פון מיינע עלטערען. מיר זענען אהנגעקומען און נו יארק, 5 טעג איידער איך בין געווארען צוויי יאהר אלט.
איך האב קיינמאל נישט געהערט קיין נעמען פון א רב אדער מרא דאתרא.

אלטץ בחור נאך, האב איך געקענט א יוד ווער עס האט געדאווענט און אויווארער בית מדרש. ער האט געוואוינט א קעגען איבער אויף 45 גאס. ער האט געהייסען פאסטערנאק. זיין ערשטע נאמען געדענק איך נישט.
דער יוד איז אויך דארט געווען און עקוואדאר און יענע תקופה.
מיין טאטע האט מיר פארציילט אז דער יוד האט געוואוינט מיט זיינס א שוועסטער און א דערפעל לעבען קיטא.
די ערד ציטערניש איז געשעהן שפעט פרייטאג נאכט.
שבת אונדערפרי און מיטען דאווענען האט זיך אהנגעריקט א פערד און וואגען, און דעם וואגען זענען געווען עטליכע מענטשען נאך אהנגעטוהן און זייערע נאכט קליידער. דער יוד מיט זיין שוועסטער זענען אויך געווען אויף דעם וואגען. די מעשה איז געווען אז דאס גאנצע דערפעל וויא זיי האבעו געוואוינט איז איינגעזינקען און דער ערד און די עטליכע האבען זיך דורך א נס געקענט ראטעווען און אזוי זענען זיי געפארען א צוויי דריי שעה קיין קיטא צי א מער מיושבדיגע פלאטץ וויא עס זענען געווען מער יודען און זיי זענען אהנגעקומען בערום ובחוסר כל, נאר מיט די נאכט קליידער אויף זייער רוקען.
---------------------
נאך א יוד ווער עס איז געווען דארט און קיטא.
איינער א יעקב בערקאוויטש ע"ה. דער איז געפארען קיין קענעדע נאך קיטא. ער האט געוואוינט און טאראנטא.
פון דערהיים איז ער געווען א קאסאניער, א הערליכער בעל תפילה מיטען קאסאניער-זידיטשובער נוסח.
------------------
א פעטער מיינער, (מיין טאטעס ברידער) איז אויך געווען דארט. דער פעטער איז אויך געפארען פון קיטא קיין טאראנטא, אבער מיט יאהרען שפעטער האט ער זיך אריבער געצויגען קיין וויליאמסבורג.
דער פעטער האט געוואוינט אונעם הויז לעבען רבי'ן זי"ע און איך דערמאן אום און דעם אשכול פון מיינע זכרונות פונעם רבין.
the SCY is the limit
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

רעדענדיג פון באראן הירש, עס איז דא א גרויסער אלטער בית-החיים אין סטעטן איילענד מיטן נאמען "באראן הירש סעמעטערי".
לחיים ולברכה!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א בוך " א רייזע איבער סענטראל און זיד אמעריקא" געדרוקט אין תש"ב, דער יידישיסטישער שרייבער אן אנטלאפענער פון רוסלאנד נאך די ערשטע קריג דערציילט זיינע נסיעות אין די לענדער און קאלאניעס איבער זיד אמעריקא פון סאנטא דאמינגא ביז ארגענטינע, פון צווישן זיינע שורות ווערן מיר געוואויר גאר אינטערעסאנטע פאקטן איבער די קאלאניעס און איבער די אידישע געגנטן, ער שרייבט למשל אז אין בוענעס איירעס אליין וואוינען איבער 200,000 אידן,זיי פארמאגן אן ארגענאזירטע געזעלשאפט פון שולן שקאלעס און טעאטערס, פון צווישן די שורות זעהט מען ווי נידריג זייער מצב אין אידישקייט איז געוועזן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

בן בוזי בקרוב (קען גאר זיין מארגען) קומט ארויס א ספר אדער צוויי איבער די היסטאריע פון בוענאס איירעס רב הרב עקשטיין זצ"ל
זיין יארצייט איז מארגען י"א חשון
קען זיין דארט וועסטו געוואויער ווערן אסאך זאכען וואס די זיכסט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער ערשטער שול באגאטא קאלאמביע
אטעטשמענטס
שול.JPG
שול.JPG (41.94 KiB) געזען 7116 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די אשכנז'ישע שול אין באגאטא
אטעטשמענטס
'ער שול אין באגאטא קאלאמביע.JPG
'ער שול אין באגאטא קאלאמביע.JPG (30.99 KiB) געזען 7113 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאך א שול אין באגאטא
אטעטשמענטס
שול #3.JPG
שול #3.JPG (28.76 KiB) געזען 7110 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער 'אידישע טעאטער קולטור' פון ארגענטינא ברויזט אויף די 'אידישע פרעסע'.
אטעטשמענטס
index.jpg
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א מודעה אין המליץ ווי הרב ווידרעוויץ פון מאסקווא און שפעטער פון די בארימטע רבנים דאהי, טוט פראמאוטען באראן הירש'ס פלאן פון איבער זידלען די פארפלאגטע אידן פון רוסלאנד קיין זיד אמעריקא.
אטעטשמענטס
getimage.dll.png
getimage.dll.png (14.59 KiB) געזען 6971 מאל
getimage.dll2.png
getimage.dll3.png
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער יארבוך פון די אשכנז'ישע קהילה אין בוענעס אירעס בשנת תשי"ד, אנטהאלט אסאך היסטארישע אינפארמאציע איבער די פארשידענע קהילות און ערציאונג אינסטיטוציעס, לדאבוני אדורכבלעטערנדיג דעם בוך זע איך נישט צווישן די אלע וואוילעטעטיגע אנמשטאלטן קיין דערמאנונג פון א מקוה טהרה.

יארבוך פון די אשכנזי'שע קהילה אין בוענעס איירעס:

דא: ווערט אויסגערעכנט די ועד הרבנים פון די קהילה:

הרב זאב צבי קליין
הרב עמרם בלום
הרב שמואל יצחק גליקסבערג
הרב נחמן ציגמאן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בן בוזי האט געשריבן:
הרב בד"ץ שליט"א האט מיר עפעס אמאל געזאגט איבער אידישע קאלאניעס וועלכע באראן הירש האט אויף געשטעלט אין זיד אמעריקא און דאס האט אהין געברענגט די אימיגראציע פון אידן, אבער די אידן -אזוי ווי מ'קען טאקע באמערקן- זענען געווען וויסטע יידישיסטן און זיי האבן נישט געהאלטן קיין יידישקייט בכלל דעריבער איז פון זיי גארנישט געבליבן.

דאך איז אינטערעסאנט צו דערגיין וואס און וואו זענען געווען די קאלאניעס און וואס איז געווען דער אריגינעלער באדייט פון זיי אויף שטעלן. (אויך דאהי אין אמעריקא זענען געווען פילע אידישע קאלאניעס צב"ש שרייבט ר' יונה לאנדא אין זיין בוך אז נוא ארליענס איז געווען א שיינע אידישע קאלאניע).

יידישע קאלאניעס אין ארגענטינע

ווען 99 פראצענט אידן אין די קאלאניעס האבן געהיטן כשרות
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב פארשלאפען
גאר גאר אינטערעסאנט
געראדע מיין מאמע ע"ה מיט די עלטערען זענען ארויס פון אייראפא קיין ארגענטינא
פון תש"ט ביז תשי"ט
מיין זיידע ר' שלמה יהודה גרינהוט ע"ה האט געוואוינט אויף באלאניא סור מעהר אין בוענאס איירעס
איך געדענק נעמער אזוי ווי ר' איסר מאזעל ועוד
מיין מאמע ע"ה איז געגאנגען אין די היכל התורה שוהלע....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' איסר מאזעל ווערט דערמאנט אינעם ספר איבער ר' קלמן אליעזר עקשטיין דער ארטיגער רב פאר די קהילת החרדים, ער איז געווען א באקאנטער פיגור אין בוענוס איירוס.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יא יא
איך מיין אז ער האט מייסד געווען היכל התורה אין בוענאס איירעס
פריערט איז ער אויך געווען אין אנטווערפען און מייסד געווען די ישיבה אין היידע "עץ חיים"
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דרוק-סארט פון 'די אידישע קהלה אין האוואנא קובא' דאטירט מארץ דעם 17טען 1954 למס' ד.ה. בשנת תשי"ד.


וועלכער 'מאיר ראזענבוים' איז דאן געווען דארט דער 'גראן ראבינא'?
(מאוסף בלוך)
אטעטשמענטס
chaimbloch00reel06_0039.jpg
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נישט דער קאראקאסער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”