נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

Surface האט געשריבן:די געשמאקע שפראך לייגט צו אן עקסטערן אפעטיט צום לעזן... ייש״כ.
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

עיר פרענס און עירבאס קענען מעגליך יא זעהן הארבע קלאגעס אויף 2009 קראך-אינצידענט
אן אפיעלס געריכט אין פראנקרייך האט איבערגעדרייט דעם פריערדיגן אורטייל, נאך אן אפיעל אריינגעגעבן דורך נאענטע צו אומגעקומענע אין דעם קראך.

די רעדע איז פון די Air France Flight 447 וואס האט געקראכט אינעם אטלאנטיק אום June 1 2009, אומברענגענדיג אלע 216 פאסאדזשירן און 12 מאנשאפט מיטגלידער. די קראך פון די עירבאס A330 איז די טויטליכסטע אין היסטאריע סיי פאר די עירליין און סיי פאר די מאדעל פליגער.

ס'האט געדויערט ביז אין 2011 ווען מ'האט מיט א ספעציעלע מאשין ארויסגעשלעפט פון אונטערן וואסער דעם "שווארצן קעסטל" (וואס איז אייגנטליך אראנדזש) וועלכע אנהאלט די פלייט דאטא. דורכגייענדיג די אינפארמאציע איז קלאר געווארן אז די פליגער האט אראפגעקראכט צוליב וואס אייז האט זיך אנגעזאמלט אויף איין ראדאר אינדרויסן פונעם פליגער, אין רעזולטאט האט די ווייזערל אינעם קאקפיט געצייגט פאר די פילאטן די נישט ריכטיגע ספיד, ברענגענדיג די פילאטן צו נעמען שלעכטע שריט צוריקצושטעלן די פליגער אויף די רעלסן פון וועלכע ס'איז קיינמאל נישט אראפ.

ארגינעל זענען עיר פרענס און עירבאס ביידע געצימבלט געווארן אין לאנג-פארצויגענע אינוועסטיגעישנס אלס מעגליכע שולדיגע אין דעם שוידערליכן אינצידענט, אבער אין 2019 האבן פראסעקיוטערס פארקירעוועט די שולד פינגערס נאר קעגן די עירליין זאגנדיג אז ס'איז געווען זייער אחריות צו טרענירן די פילאטן פאר אזעלכע פעלער.
ענדע 2019 זענען די קלאגעס קעגן עיר פרענס אויך צוריקגענומען געווארן מיט די הסבר אז ס'איז נישט דא גענוג גרינדן אויף וואס צו בויען א קעיס קעגן זיי.

די פאמיליעס און באקאנטע פון די אומגעקומענע האבן אבער נישט געוואלט אזוי לייכט אויפגעבן און אפעלירט דעם באשלוס צו א העכערן געריכט וועלכע האט יעצט ענדליך צוגעשטימט אז מ'דארף יא לייגן סיי עירבאס און סיי עיר פרענס אין טרייעל אויף קלאגעס פון Involuntary Manslaughter (רוצח בשוגג).
לאיערס פאר עירבאס האבן שוין געלאזט וויסן אז זיי פלאנען צו אפעלירן קעגן דעם באשלוס.

פערזענליך האף איך אז סיי די עירליין און סיי די קאמפאני ווען ענטגילטיג יא ליידן שווערע קאנסעקווענצן, הגם קיינע פון מיינע באקאנטע זענען נישט געווען אויף יענעם פלייט צווישן בראזיל און פאריז, ווייל גרויסע קאמפאניס טארן בשום אין אופן נישט באקומען א מעסעדזש אז זיי קענען זיך ארויסדרייען פון טראגן די אחריות אויף אינצידענטן וואס ברענגען לעבנס-שאדנס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:סענעטארן פארלאנגן פון עירליינס בעסערע קאסטומער ריפאנדס אויף קאוויד קענסעלעישנס
צוויי סענעטארן האב אפגעשיקט א בריוו צו אלע גרויסע אמעריקאנע עירליינס, פארלאנגענדיג אז זיי זאלן אראפנעמען די צוימונגען פון ריפאנדס פארטיילט אין די לעצטע יאר צייט.

פון ווען טרעוול האט אנגעהויבן ווערן פראבלעמאטיש צוליב קאראנע, האבן זיך עירליינס געדארפט ספראווענען מיט א רעקארד צאל קענסעלעישנס אויף רייזעס, טייל זענען געקומען מצד די עירליינס וועלכע האבן אפגערופן אסאך פלייטס, און טייל זענען געקומען פון קאסטומער וועלכע האבן - צוליב רעסטריקשנס - נישט געקענט פארן צו זייער דעסטינאציע.
די עירליינס האבן זיך מער-ווייניגער צוגעשטעלט צום מצב מיט בויגזאמע פאליסיס אויף קענסעלעישנס, אבער אין אסאך פעלער האבן זיי גענומען עדווענטעדזש פון די מצב, און אנשטאטס ריפאנדן די טיקעט האבן זיי געגעבן א טרעוול-קרעדיט פאר א קומענדיגע רייזע, אזוי ארום נישט דארפנדיג אויסגעבן קיין קעש.

אבער - דא קומט די "אבער" - פאר אסאך איז די קרעדיט-וואוטשער מיטגעקומען מיט א עקספיירעישן דאטום, און כאטש וואס בשעת מעשה האבן זיי עס נישט רעאליזירט, טרעפן זיך טויזנטער מיט ווערטלאזע צעטלעך וואס לויפן אפ יעצט אדער שפעטער און די געלט איז נישט דא!
אין רעאקציע, האבן צוויי דעמאקראטישע סענעטארן, Edward Markey פון מעססעטשוסעטס און Richard Blumenthal פון קאנעטיקוט אפגעשיקט א בריוו צו די צעהן גרויסע אמעריקאנע עירליינס וואו זיי פארלאנגען קלארערע ענטפערס בנוגע די עירליינס' פאליסיס בנוגע קענסעלעישנס, ריפאנדס און טרעוול וואוטשערס.

דער בריוו

די סענעטארן פארלאנגען אז די עירליינס זאלן געבן פולע קעש ריפאנדס אויף די אלע געקענסעלטע רייזעס, און לפחות אראפנעמען די עקספייערעישן דאטום פון די קרעדיט וואוטשערס.
די סענעטארן זאגן אז זיי פארלאנגען א רעאקציע ביז דעם קומענדיגן מאי 28.

איך פארשפאר אייך דאס אראפסקראולן די PDF, פאלגנד איז א ליסטע פון די עירליינס וואס האבן ערהאלטן דעם בריוו (לפי סדר קבלת החתימות, ואין מוקדם ומאוחר):
Alaska Airlines
Allegiant Air
American Airlines
Delta
Frontier
Hawaiian Airlines
JetBlue
Southwest
Spirit
United


ישר כוח גדול!

בין איך גאר נייגעריג וואס גייט בלייבען, איך האב 2 געקענסעלטע טיקעטס פין די קאראנע סיזען, מיינע טיקעטס קרעדיטס גייען לויט זיי עקספייערען בקרוב
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

עירבאס איז מודה אז נייע כינעזע פליגער וועט זיין א שטארקע קאמפעטישן
די כינעזע עראפלאן-פראדוצירער Comac גרייט זיך ארויסקומען מיט א פראדוקט וואס קען שטארק אויסנעמען אין די מארקעט.

די מאדעל פליגער איז גערופן די C919 עס איז א קורץ שטרעקיגע single-aisle, מאכנדיג עס די קאנקורענט פאר די 737 פון באואינג און די 320 פון עירבאס.
עס איז שוין געוווען געפלאנט צו ווערן פארקויפט ענדע 2020, אבער אין א יאר-וואס-איז-נישט-קיין-יאר געשעען נישט אזעלכע זאכן. געפלאנטע טעסט פלייטס האבן געדארפט אפגערופן ווערן און די סערטיפיקאציע פראצעדור האט זיך פארשלעפט.

אין א בעל כרחו יענה אמן'דיגע סטעיטמענט האט די CEO פון עירבאס געלאזט הערן אז זיי ערווארטן אז די C919 וועט זיין א קאמפעטישן פאר סעילס אויף די 320. עירבאס שאצט פאר אז שוין ענדע 2021 וועט עס שוין זיין אין באנוץ ביי כינעזע עירליינס און צוביסלעך וועט זיך עס אריבערכאפן איבעראל.

באואינג האט נישט געזאגט וואס זיי האלטן וועגן זייער פאטענציאלע קאנקורענט, אבער ס'איז קלאר אז פאר באואינג איז די פראבלעם סך גרעסער, ווייל כהיום איז די MAX די מערסט-אויפגעכאפטע וועריענט אין די 737 פאמיליע, און דערווייל האבן כינעזע רעגולירער נאכנישט אפראווד צוריק אויפצוהייבן די MAX פון די ערד (באריכטעט דא). אסאך ערלויבן זיך צו זאגן אז טשיינע טוט עס דירעקט כדי אז ווען די 919 וועט זיין פאר סעיל זאל די 737 MAX איר נישט שטיין אין וועג. כלומר, טשיינע מיינט דא מער צו מאניפולירן ביזנעס ווי פארזיכערן סעיפטי (דו קענסט עס גלייבן אויף טשיינע?).

די A320neo - די פאפולערסטער וועריענט פון די 320 פאמיליע - איז יא אין ביזנעס ביי עטליכע כינעזע עירליינס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הענדימען האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:די געשמאקע שפראך לייגט צו אן עקסטערן אפעטיט צום לעזן... ייש״כ.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

:roll: :roll:
אטעטשמענטס
Screenshot_20210519-001053_WhatsApp.jpg
Screenshot_20210519-001053_WhatsApp.jpg (304.05 KiB) געזען 2205 מאל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נוא יארק – "דזשעט-בלו עירוועיס" לופטליניע האט געמאלדן אז זי וועט אנהייבן טראנס-אטלאנטיק סערוויס שפּעטער היי יאר זומער, גייענדיג אין קאנקורענץ מיט גרעסערע לופטליניעס מיט'ן צושטעלן פלי רייזעס אין די שטארק באנוצטע רוט צווישן ניו יארק און לאנדאן, ענגלאנד. די פירמע האט געזאגט אז זי וועט אנהייבן טעגליכע פלי רייזעס צווישן קענעדי לופטפעלד אין ניו יארק סיטי און היטראו לופטפעלד אין לאנדאן קומענדיגן אוגוסט 11, און וועט צולייגן טעגליכע רייזעס פון קענעדי לופטפעלד צו לאנדאן'ס צווייט-גרעסטע לופטפעלד, געטוויק, אום סעפּטעמבער 29.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

איך ווייס נישט וואס ס'איז געשעהן, אבער "עפעס" גייט פאר אין סאו פאולאו עירפארט.
אפאר פליגערס זענען ארויסגעפלויגן פון דארט אבער קיינער לאנדעט נישט.
פיר קארגאו פליגער וואס דארפן אהינצוגיין צירקלען אין די הימלען אפאר מייל אוועק שאפנדיג א שיינע ארטס און קרעפטס. (די רויטע רינג איז די עירפארט)
GRU.JPG
GRU.JPG (53.25 KiB) געזען 1992 מאל

צוויי פאסאדזשיר פליגער וואס האבן פריער געדארפט לאנדן דארט האבן אויך געמאכט אזעלכע סירקלס נעבן די עירפארט און נאכדעם זיך פארקירעוועט צו Rio de Janeiro
COPE.JPG
COPE.JPG (55.53 KiB) געזען 1992 מאל

ס'קען זיין אז ס'איז סתם אפגעשפארט וועגן ס'איז דא דארט VIP מאוומענט (פרעזידענט וכדו').
וועט מען דארפן ווארטן אויף די נייעס אריינצוקומען.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פראהביטש האט געשריבן::roll: :roll:

אין אויב איינער איז צי פעש העט מען עם קאנסעלן די פלייט?
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

פרישע שטראפן ארויפגעלייגט אויף צולאזטע פאסאדזשירן
די FAA לייגט צו נאך 5 פאסאדזשירן צו די ליסטע פון באשטראפטע.

אונטער די שטרענגע קרעקדאון קעגן ווייאלענס אויף פליגערס, האט די אווייאציע אדמיניסטראציע ארויפגעלייגט שטראפן אויף רייזנדע וועלכע האבן אנגעזייעט איבערקערענישן אין די ערשטע פאר חדשים פון דעם יאר.

דריי זענען באשטראפט געווארן מיט 15 טויזנט דאללערדיגע טיקעטס. אריינגערעכנט א פרוי וואס איז געזעצן אין די עקאנאמי קלאס אויף א דזשעט בלו פליגער אבער האט גענומען פון די טשאטשקעלעך וואס געהערט פאר טרעוולערס אין די טייערערע "מינט" קלאס, און האט געמאכט א גאנצן געראטשקע ווען די מאנשאפט האט עס צוגענומען.
א צווייטער אין די גאטונג איז איינע וואס האט באזידלט אן אטענדענט וועלכער האט זיך געאיילט צו באהאנדלן א צווייטן פאסאדזשיר וואס האט זיך אפגעזאגט פון באקליידן מיט א מאסקע.
די דריטער צו ערהאלטן די 15 אלפים'דיגע פארלאנג איז א מאן וואס האט זיך באזאפן מיט אלקאהאלישע געטראנקען וואס ער האט אליינס מיטגעברענגט, א זאך וואס איז שטרענג פארבאטן ביי אלע עירליינס.

די קלענערע 10 טויזנט און 9 אהאלב טויזנט דאללערדיגע שטראפן זענען געגעבן געווארן פאר אזעלכע וואס האבן זיך אנטזאגט אויסצופאלגן די מאסק-מאנדאנט און עס געברענגט ביז צו "ווייאלענס".

פארפאלן חברה, עטס העטס ענק מוזן בארואיגן...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

גדל האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן::roll: :roll:

אין אויב איינער איז צי פעש העט מען עם קאנסעלן די פלייט?

עקסטערע טזשארזש און ליגן מיט די פעקעלעך
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

אינדיאנע "אנבאורד" חתונה צערעמאניע ציהט קריטיק קעגן עירליין
א צערעמאניע אויף א טשארטער פליגער אין אינדיע האט אריינגעלייגט דעם עירליין אין פראבלעמען.

א מאן אין אינדיע האט גענומען דעם זינגערס געשריי "הייבט אייך" צו די נעקסט לעוועל, ווען ער האט פאקטיש אפגעהאלטן זיין פארהייראטונגס צערעמאניע אויף א געדונגענע פליגער פון די אינדיאנע SpiceJet קאמפאני. (יחדיו האט נאכנישט דערגרייכט אינדיע)
די פייערונג איז געווען זייער פרייליך און אייגנארטיג ווען דער גאנצער עולם איז "געטאנצן אין די לופטן", אבער ווען בילדער האבן אנגעהויבן צירקולירן אויף סאציאלע מידיא האבן זיך פארדאמונגען גענומען פליען פון אלע זייטן.

אינדיע שטייט יעצט ווידער ביי א קריזיס פון די קאוויד פאנדעמיק, און די שטעט צווישן וועלכע די פליגער איז געפלויגן זענען ביידע אונטער שטרענגע לאקדאונס. אבער די פארטי איז דורכגעפירט געווארן מיט צענדליגע באטייליגטע איגנארירנדיג סאשעל דיסטענסינג, מאסקעס און אנדערע מאסנאמען.

געזונטהייט באאמטע אין אינדיע האבן פארשריגן די עירליין פארן צולאזן אזאנס, און סוספענדירט די פלי מאנשאפט וואס האט זיך בשעת מעשה געפונען אין די "חתונה זאל", ווייל - ווי זיי זאגן - איז עס געווען זייער פליכט צו אינפארסירן.

מיט אזא חתונה פארשטיי איך שוין בעסער די אויסדרוק וואס מ'זאגט אויף דעם פרישן יונגערמאנטשיק "ער האט נאכנישט געלאנדערט"...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח קאקפיקט פאר דיינע געשמאקע מונטערע נייעסלעך. קיפיט אפ!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

יונייטעד וועט אויסראפלען אומזיסטע טיקעטס פאר וואקסינירטע
מיילעדזש פלאס מעמבערס קענען אריינגיין אין א גורל פאר א יאר פרייע פלייטס און קלענערע געווינסן.

אין א פרואוו צו שטופן מער מענטשן זיך צו וואקסינירן קעגן קאוויד טוט יונייטעד עירליינס פראקלאמירן א גראנדיעזע ראפפעל וואו פינף געשטאכענע וועלן געווינען א יאר פון אומזיסטע פלי רייזעס מיט יונייטעד. נאר איין פרט נאך (גענומען פון די terms and conditions). די אומזינסטע יאר פאר די ערשטע פרייז איז "limited to 26 roundtrip flights", ס'איז ארום איין רייזע יעדע צוויי וואכן. נישט שלעכט.

נאך דרייסיג געווינער וועלן באקומען איין אומזינסטע ראונד טריפ טיקעט מיט יונייטעד.

די געווינער פון ביידע קאטעגאריעס וועלן קענען מיטנעמען נאך איינעם אויף זייערע טריפס פריי פון אפצאל, און די עירליין שטעלט נישט קיין שום צוימונגען צו די דעסטינאציעס צו וועלכע מען קען פליען. די טיקעטס קען מען נוצן פארסיי וועלכע קלאס (פוירסט\ביזנעס א.א.וו.) אויף סיי וועלכע רוט.
צו קענען אריינגיין אין גורל דארף מען זיין אנגעשלאסן אין די עירליינס'ס לאיעלטי פראגראם, און אפלאודן באווייזן אז מ'האט זיך וואקסינירט (אין די קליינע אותיות ליינט זיך אבער אויך א שאנס פאר אזעלכע וואס קענען נישט נעמען דעם וואקסין צוליב געזונטהייט אדער רעליגיעזע צוועקן).
אנדערש ווי די גורלות וואס מיין מנהל אין חדר פלגעט מאכן, וועט די געווינער ארויסגעצויגן ווערן "רענדאמלי", אן קיין נגיעות און קאטעגאריזאציעס.

אין צוגאב צו די אומזינסטע בילעטן לייגט די עירליין אויך צו א בינטל פון $275,000 פאר די 5 גרעסערע געווינער און $7,700 פאר די 30 קלענערע געווינער. אזוי וועלן שוין די באגליקטע געווינער האבן פון וואו צו צאלן אנדערע הוצאות אויף די טריפ, א שטייגער ווי האטעלן, קאר רענטלס, ציגארעטלעך פון דוטי פרי און פאטענציאלע שטראפן ארויפגעלייגט אין פאל זיי קריגן זיך מיט פלי מאנשאפט…

די עירליין שאצט אז די גורלות וועלן אפקאסטן פאר די קאמפאני העכער 4.7 מיליאן דאללער.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אוקיי, סאונדס גרעיט!
ווי אזוי ווייזעך אויף אזעך וואקסעניר זעך נישט אלץ רעליגיזע סיבה,?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

Kollel האט געשריבן:אוקיי, סאונדס גרעיט!
ווי אזוי ווייזעך אויף אזעך וואקסעניר זעך נישט אלץ רעליגיזע סיבה,?

גוטע קאשע...
ווייל איך ווייס נישט, פארדעם האב איך עס געשריבן אין פארענטעסיס (איינגעריגלט בלע"ז)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

אמעריקען עירליינס נייעסטע סערוויס: באגלייטער אין די עירפארט
סערוויס שוין אוועילעבל אין 3 אמעריקאנע לופט-פעלדער און וועט פארברייטערט ווערן אויב סוקסעספול.

אויב ווילט איר שפירן\שפילן ווי א ספעציעלע פערזענליכקייט ביים זיין אין עירפארט קענט איר יעצט געניסן פון א נייע סערוויס פון AA וואו עס וועט אייך צוגעשטעלט ווערן א באגלייטער פון ווען איר קומט אן אין עירפארט ביז איר זעהט זיך בשלום ביים געיט.

די סערוויס - גערופן Five Star Essentials - קען מען באשטעלן ביז 72 שעה פאר די פלייט פאר $150 אדער פאר 15,000 AA מייל. די פרייז איז פאר א גרופע פון 2 ערוואקסענע און ביז 3 קינדער. יעדע צוגעקומענע פערזאן קאסט נאך $25 אדער 2,500 מייל.

ביים אנקומען אין עירפארט וועט די באגלייטער אפווארטן און העלפן דורכגיין שנעלערע טשעק-אין, און ארויסהעלפן אויב מ'וויל טוישן זיצן אדער צולייגן פעקלעך. פון דארט וועט ער פירן צו די פריאריטיזירטע סעקיורטי סקרינינג, אזוי ווייטער ביזן געיט.

מ'דארף נישט האבן קיין טייערע טיקעט צו קענען דינגען אזא באגלייטער, אפילו עקאנעמי רייזנדע קענען צוצאלן די 150 טאללער און געניסן פון דעם לוקסוס.

די סערוויס איז דערווייל אוועילעבל נאר אין די גרויסע עירפארטס אין מיאמי, דאללאס (DFW), און שארלעט (נארט קעראליינע). אויב וועט זיך עס דארט אויסארבעטן (ליין: ברענגען פראפיט פאר די עירליין) וועט מען עס פארברייטערן צו מער עירפארטס.
ס'איז אויך אוועילעבל פאר דאמעסטיק פלייטס וואס קאנעקטן דורך איינע פון די עירפארטס (Charlotte האט זייער אסאך קאנעקשנס, בפרט פון אמעריקען), וואו דער משרת וועט אפווארטן ביים אראפקומען פון די פלייט און צואווייזן די וועג צום נעקסטן געיט א.א.וו.

דער געהילף וועט צולייגן א האנט מיטן טראגן די באגאזשן, און האלטן אן אויג אז די פעקלעך זאלן נישט פארלוירן ווערן. אויך וועט ער שטיין גרייט צו האלטן דעם טלית בייטל אין פאל מ'דארף צוגיין אין הכנות שטיבל אויפן וועג צום געיט...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ש'כח! גייט אן!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

קאנאדישע געריכט באצייכנט UIA752 אראפשיס אלס "טעראריסטישע אקט"
די פסק וועט עפענען די וועג פאר פאמיליעס פון די גע'הרג'טע צו נעמען קאמפענסאציע פון איראנע געפרוירענע געלטער.

מיר געדענקען נאך די אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט פאר עטוואס מער ווי א יאר צוריק וואו א 737 מיט 176 נפשות אויפן וועג קיין אוקריינע איז אראפגעשאסן געווארן דורך די איראנע רעוועלוציאנערע גווארדיע וועלכע האבן עס בטעות אידענטיפיצירט אלס א מיסיל שטייענדיג דאן אין א קריגס-צושטאנד נאך די אטענטאט אויף קאסאם סולימאני.

איראן האט - נאכן לאנג ארומשלעפן מיטן מודה זיין אין זייער שולד - געאפפערט א קאמפענסאציע פון 150 טויזנט דאללער פאר איטליכע משפחה פון די גע'הרג'טע, אבער די באטראפענע האבן עס צוריקגעוויזן פארלאנגענדיג פיל מער.

א גרויס טייל פון די געפאלענע אין דעם אינצידענט זענען געווען פון קאנאדע, ברענגענדיג אז די טעמע זאל אריינגעטראגן ווערן אין קאנאדישע געריכטן וואו די משפחות האבן געקלאגט די איראנע רעגירונג און מיליטער פירער פאראלאנגענדיג מיליאנען פאר דעם אקט.
באגרינדעט אויף דעם פאקט אז איראן האט בכוונה אראפגעשאסן דעם מאשין (מיינענדיג אז ס'איז א מיסיל) האט דער שופט געאורטיילט אז ס'איז געווען אן אקט פון טעראר, עפענענדיג דעם וועג אין וועלכע די משפחות וועלן אונטער קאנאדישע געזעצן קענען נעמען קאמפענסאציע פון איראנע געלטער וואס ליגן געפרוירן אין קאנאדא'ס הענט און ביי נאך אונטערנאציאנאלע אליאירטע.

עס איז נאך דא א לאנגע פראסעס ביז די געלט וועט אריינקומען אין די הענט פון די באטראפענע, און עס זעהט נישט אויס אז זיי וועלן נאך היי יאר קענען פון דעם צאלן די קעמפ ביללס פאר זייערע קינדער, אבער אלנפאלס איז דאס די ערשטע שריט וואס עפנט דעם טיר צו דעם ריכטונג.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שכח קאקפיט,
דיין שפראך איז געוואלדיג.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

דזשעט בלו שוין ארויסגעשטעלט זייער סקעדזשועל קיין לאנדאן
נאך חדשים פון שפעקולאציעס מאכן זיי באקאנט אז זיי וועלן פליען סיי קיין Heathrow און אויך קיין Gatwick.

די מאמענטום וואס ציהט זיך שוין א לאנגע צייט האט זיך שוין געזעצט! זינט דזשעט בלו האט געמאלדן אז זיי זוכן צו פארברייטערן זייערע סערוויסעס ארויס פון די דאמעסטישע גרעניצן, איז יעדעס ביסל פארשריט נאכגעפאלגט געווארן מיט גרויס נייגער. צוביסלעך זענען ארויסקומען מער און מער דעטאלן איבער די געפלאנטע רוטס, סקעדזשועל אא"וו. צווישן אנדערס האט די עירליין דערציילט אז זיי וועלן ארויספליען סיי פון ניו יארק און אויך פון באסטאן.

יעצט האט די עירליין ענטגילטיג ארויסגעלייגט זייער סקעדזשועל און טיקעטס זענען שוין אוועילעבל געבוקט צו ווערן.
ארויס פון ניו יארק וועלן די עראפלאנען זיך הייבן צום ערשטן מאל אינעם קומענדיגן אוגוסט 11 אויף זייער ערשטע רייזע קיין Heathrow, די אטלאנטיק, וועלכע האט ביז היינט העכער זיך נאר געזעהן דזשעט בלו פליגער וועלכע זענען געשקיט געווארן אין דעליוועריס פון די עירבאס הויפקוואטירן אין פראנקרייך, וועט יעצט צום ערשטן מאל באגריסן אן עירבאס A321LR וועלכע פירט פאקטיש דזשעט בלו פאסאדזשירן צו א דעסטינאציע.
פון דארט און ווייטער וועט לויפן א טעגליכע רוט צווישן JFK און LHR. און אום ענדע סעפטעמבער וועט די רוט צווישן JFK און געטוויק אויך איינגעשוואוירן ווערן. אבער די רוט צווישן באסטאן און לאנדאן וועט הערשט אנגעהויבן סערווירט ווערן אין די 2022 זומער חדשים.

די קאמפאני זאגט אז זייערע סלאטס אין Heathrow זענען נאר צייטווייליגע און האבן געקענט געבוקט ווערן נאר צוליב די שוואכערע טרעוול וואס איז יעצט דא דארט, אבער זיי זענען אין געשפרעכן מיט סלאט מענעדזשערס צו ערלעדיגן פערמענאנטע סלאטס אריין און ארויס פון די עירפארט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3222
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

שכוח קאקפיט גאר געשמאק אייערע באריכטן

רעדענדיג פון דזשעט בלוי איז דאס אמת וואס זיי פארקויפן אז זיי האבן די מערסטע לעג-רום מער ווי עני עירליין?
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

שלמה מולכו האט געשריבן:שכח קאקפיט,
דיין שפראך איז געוואלדיג.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

א FAA פליגער האט באזוכט די ניו יארקע הימלען איבערלאזנדיג א שיינע פערפעקט סירקל און באזוכנדיג אינצווישן 6 עירפארטס אין די געגנט.
ס'איז א אפטע זאך צו זעהן ווי א פליגער פון די רעגירונג דרייט זיך ארום און טשעקט אויס פראצעדורן א.א.וו.
#נישט_קיין_גרויסע_נייעס
FAA.JPG
FAA.JPG (67.69 KiB) געזען 1529 מאל
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

ספיריט האלט אפ זיג קעגן FAA איבער ניוארק געראנגל
געריכטליכע פסק עפנט א מעגליכקייט פאר מער קאנקורענץ ארויס פון EWR.

די געשיכטע:
צוריק אין ענדע פון 2019 האט סאוטוועסט עירליין געמאלדן אז זי טראגט זיך אפ פון ניוארק עירפארט און וועט אנשטאט סערווירן די NYC געגנט ארויס נאר פון לא גווארדיע. די שריט פון סאוטוועסט האט טעכניש געגעבן די מעגליכקייט פאר א צווייטע עירליין אריינצוקומען אויף איר פלאץ און אנפירן מיט רייזעס אריין און ארויס פון ניוארק.
(ניוארק איז נישט קיין עירפארט וואס ארבעט אויף א סיסטעם פון גענצליך פאראויס-באשטימטע "סלאטס", אזויווי JFK און LHR. אבער דאך ווערט געהאלטן א חשבון פון וויפיל עירליינס קענען דארט זיצן אין איין צייט, און וויפיל פלייטס מ'קען סקעדזשועלן דארט טעגליך)
ספיריט עירליינס האט זיך ארויפגעכאפט אויף די געלעגנהייט, און אפלייט ביי די אוויאציע אדמיניסטראציע צו קענען אריינקומען און אנפילן דעם געשאפענעם חלל, אממערסטנס האט ספיריט געלייגט אן אויג צו כאפן די פלאץ אין די "פיעק" שעות (צופרי און אווענט) וואו סאוטוועסט האט ליידיג געלאזט עטליכע סלאטס.
אבער די אדמיניסטראציע האט צוריקגעוויזן די פארלאנג פון ספיריט, זאגנדיג אז זיי ווילן נוצן די ליידיגע צייט צו אביסל גרינגער מאכן אויף די קאנטראלערס וואס ארבעטן אויף זייער אן אנגעשטרענגטע סקעדזשועל דארט, און זיי פלאנען צו אויסשפרייטן אביסל די עקזעסטירנדע פלייטס איבער די געווינענע צייט אראפצונעמען אביסל פון די פרעשור.

די קלאגע:
ספיריט האט זיך נישט געלאזט און אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט פארלאנגענדיג אז זיי זאלן יא אריינגעלאזט ווערן אויף די ניוארק'ע באדנס.
די עיקר טענה אין די קלאגע איז, ווייל צוריק אין 2010 האט יונייטעד געמערדזשד מיט קאנטינענטל עירליינס, די גאווערמענט האט אבער נאר באשטעטיגט די Merger נאך וואס סאוטוועסט האט באקומען די רעכט צו אפערירן אין ניוארק, און אזוי ארום מאכן א שטיקל balance of power קעגן די נייע גרויס-געווארענע יונייטעד. יעצט אז סאוטוועסט ציהט זיך ארויס פון די עירפארט - זאגט ספיריט - מוז א צווייטער אריינקומען אויף זייער פלאץ כדי צו אנהאלטן די ארגינעלע פארלאנגען פון די 2010 אפמאך.
דורכאויס די פראסעס האבן קאמפאני לאיערס אויפגעוויזן אז גאר א מינימאלע צייט פון בלויז עטליכע סעקונדעס וועט מען פארדינען מיטן ליידיג לאזן די סלאטס, מאכנדיג די אויסרייד וואס די אגענטור געט לעכערליך נישט גענוג שטארק אויף צו צוברעכן די פארשריפטן פון די 2010 דיעל.

די אורטייל:
די דזשאדזש האט ענטגילטיג גע'פסק'נט לטובת ספיריט, און פארלאנגט אז די FAA קען נישט מאכן אזא החלטה אויף אזעלכע הינערישע פיס, נאר מוז טיפער אריינקוקן אין דעם, און אויב ווילן זיי אפווארפן ספיריטס אריינקום דארף עס זיין געבויעט אויף שטערקערע ריסוירטש און פאקטן.
סאו ספיריט איז נאכנישט קיין זיכערע געווינער דא, אבער די פאקט אז די FAA האט נישט רעפרעזענטירט אין קאורט גענוג שטארקע באווייזן צו בארעכטיגן זיי באשלוס, ווייזט מעגליך אז זיי האבן נישט קיין קאנקרעטע זאכן, און ספיריט וועט זיך יא קענען אריינגליטשן דארט.
די גרעסטע דערלייגער דא קען זיין יונייטעד וואס וועט זיך נישט אזוי פרייען צו באקומען ספיריט אלס א שכן אינעם זעלבן עירפארט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”