אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע; בד"ה

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך שמחהלע »

דער איד איז שרעקליך נישט געזונט און די דעמאקרעטס און רעפובליקענס ווילן אים זעהן שטארבן אין תפיסה ל״ע!

מ׳דארף אסאך רחמי שמים!
ביטע נעמטס אפאר מינוט און זייטס מתפלל פאר שמעון בן פרומא שרה זאל זיין געזונט און שטארק און בלייבן אינדערויסן פון תפיסה געזונטערהייט לאורך ימים ושנים טובים אכי״ר
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פאלעסיידס »

אקעי איך זע טאקע כהאב צי סאך ציזאם געווארפען אין איין תגובה עלמיר אפשר אויסמעקען א גרויס חלק ווי איך האב געוואלט אריינברענגען אביסעל לעבעדיגקייט אין עס מאכען מאכען קאלערפיל

צי סאך אינפא פאר איין תגובה
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך Masmid »

פאלעסיידס האט געשריבן:אקעי איך זע טאקע כהאב צי סאך ציזאם געווארפען אין איין תגובה עלמיר אפשר אויסמעקען א גרויס חלק ווי איך האב געוואלט אריינברענגען אביסעל לעבעדיגקייט אין עס מאכען מאכען קאלערפיל

צי סאך אינפא פאר איין תגובה

מעק נישט ביטע.. מ'דארף נישט ווערן אזוי פארלוירן ווען אפאר חברה זענען ממש אנשי אמת אז יעדע זאך וואס איז נישט אויף זייער פאליטישע זייט ווערט א קאנספארציע
המאור שבה יחזירנו למוטב!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פאלעסיידס »

אקעי רב מתמיד, איך וועל נישט מעקען אין איך וועל עס נאר איבערגיין שטייטער,
און איך וועל עס מאכען אין עקסטערע תגובות ווייל סזאל נישט ווערען איין קוגעל

איז אזוי מהאט גערעדט פון שעלי סילווער אין ניו יארק פאליטיקס האב איך ציזאם געווארפען אביסעל ארום און ארום פון יענע תקופה, סא לאמיך מאכען סדר אביסעל

ווי איינער פרעגט אויב סאיז קאנספירעסי לאמיך אביסעל דורך גיין שטיקעל ביי שטיקעל אין פרעג מיך אויף וואס די האלסט סאיז נישט אמת,




שעלי האט זיך געשלאגען מיט אסאך געזעצגעבער סאיז נישט מער ווי נארמאל פונקט ווי מעקאנעל אדער שומער, אזוי ארבעט עס,

ער האט זיך געטראפען שלאגען מיט מייקעל בלומבערג אויף זייער אסאך אישוס ער מצד די סטעיט אין בלומבערג מצד די סיטי,
איינע פון די מערסט באקאנסטע זאכען איז געווען די טאלל אויף די איסט ריווער
די חילוק איז צווישען דיבלאזיא אין קאמאו און בלומבערג אין שעלי איז בלומבערג געווען ציגעוואוינט אז אלעס פארט אין זיין דירעקציע פון סאדעס אין העכערען פארקינג טיקעטס ביז טוישען די סיטי טורם לימיטס צי זיין מעיאר ווי לאנג ער וויל,

אין ווען שעלי האט אים אפגעשטעלט אויף זייער א שטארקע אויפן האבען אלע צייטונגען געזאגט אז ער -בלומבערג - גייט אים באגראבען
סא דע אויבענדערמאנטע פייט צווישען די צוויי איז א פאקט אין דעס אז די צייטונגען האבען אזוי געשריבען איז אויך א פאקט,
איך האב געהאלטען אז סאיז אינטערסאנט אראפציברענגען די שטיקעל היסטאריע אויפן שפיץ גאפעל ווען מווינדערט זיך ווער סשטערט דעם קראנקען ר' ראובן פון ארויסקומען פון אטאסוויל צי האוז ארעסט, צי ער האט שונאים צי וואס?

נאכדעם האב איך געזאגט -כדי מען זאל פארשטיין פון ווען מרעדט דא- אז די מענטש איז געווען משוגע פאערפול אין ער האט געהאלפען צענדליגע קאמיונעטיס אריינגערעכנט היימישע אידען ווי ער האט געהאט אן אוזן קשבת בייטאג אין ביינאכט פאר יעדען יחיד אין פאר די כלל מיט אומצאליגע מעשיות, אזא חינוך משוגעת פון אפאר יחידים -וואס רודפן א גאנצע ציבור - וואלט -אין איז- ארויסגעפלויגען פון זיין אלבעני
און דע פוינט איז אויך א פאקט

כהאב נאר ציגעלייגט אז ער האט עקטשעלי געהאלפען אלע קאמיונעטיס מיט זייערע בילס אין טאקע דערפאר איז ער געווען אזא געלונגענע מאכטפולע פאלאטישען,



פארוואס האב איך עס ציגעלייגט?
ווייל מאנכיגע האבען געטרייט אראפצילייגען אז ער איז מאכטפול ווייל ער איז געווען קאראפטירט ביזען קאפ והא ראיה אז יעדער האט מורא פון אים,
און זיי האבען פאר דוקא איגנארירט די פאקט אז ער איז געווען א אויסטערליש געלונגענע פאלעטישען,
די נעקסטע נקודהס וועט זיין אין אן עקסטערע תגובה אי"ה
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום פרייטאג מאי 07, 2021 12:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך maybeeynot »

יישר כח @פאליעסיידס
ביי די לאנגע תגובה האט מען געקענט פליען ווי אויף די פאלייסעדס אין יעצט ביי די קורצע פילט זיך עס ווי די וועסט סייט הייוועי מיט די רויט לייטס....
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פאלעסיידס »

Wow wow די עולם קומט אריין שטארק אין אישי
אקעי אקעי

סאיז מיך ווען גרינגער ווען אויסצימעקען אין איבער שרייבען קלארער, איך האב טאקע אביסעל גערעדט שנעל אין מיך אפשר נישט גוט אויסגעדריקט אז זאכען קענען אביסעל אויסקוקען אביסעל אנדערש ווי וואס כהאב געוואלט זאגען אבער, נו שוין איך וועל נישט אויסמעקען
איך וועל עס טרייען אביסעל צי ציטיילען


#סאיז נישט געווען קיין געיט
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום פרייטאג מאי 07, 2021 1:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך צל עובר »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:דעי אלע קאנספיראציעס איז אייגענס אדער די נעמסט עס פין ערגעץ?

פאר א מיליאן דאלער קען עס שטיין אין די ניו יארק טיימס. וועסטו זיין צופרידן?

אינטערעסאנט נאר, פארוואס פונקט אויף די דעמאקראטן זענען אייביג דא "קאנספיראציעס"?
איר קענט די מעשה פון איינער פון די איירופעישע גאווערנמענט באאמטע וואס האט אויסגעלויבט איינע פון די גדולים -דוכט זיך די חפץ חיים- אלס אן ערליכע מענטש. ווייל ער האט געהערט פארציילן אויף אים אז אמאל האט ער געשיקט א פעקל מיט איינעם, האט ער דערנאך צוריסן א פאסט מארק נישט שאדן צו מאכן פאר די גאווערנמענט. און אן אנדערע באאמטע האט אים געפרעגט צו ער גלייבט די מעשה. האט יענער געענטפערט: ניין, איך גלייב עס נישט. אבער אויף מיר און דיר פארציילט מען עס נישט. והנמשל מובן.

עס איז דא ארכי נארישע קאנספיראציע טעאריעס אויף די לינקע זייט, א שטייגער אז מעקאנעל'ס וואלן אין קענטאקי מוז זיין איז געפעלטשט.

אבער די דעמאקראטישע ניקס זענען קלוגער ווי עס ברענגן דא, ווייסטו נישט דערפון...

-------

@פאליסעידס, פעלט נישט אויס שרייבעריש, מען פארשטייט גוט.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג מאי 07, 2021 1:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פאלעסיידס »

איך טראכט באמת ווי אזוי ארויסציברענגען די ווערטער (איך בין נאך אונטער די איינדריק פון פאריגע לג בעומר)

פריט בארארא האט גערודפט די היימישע גאס עפעס איום ונורא אונטער א קורצע צייט זענען געווען 600 היימישע אידען פון בארא פארק וומס מאנסי מאנהעטען קווינס מאנרא געווען אונטער העווי אינוועסטיגעשענס
טאקע נישט אלע זענען געקומען צי א אינדייטמענט אבער די עולם האט געצויגען אפענע אויגען ברעמען וואס דעס מיינט
ווייל צווישען אסאך חטאים איז געווען זאכען וואס די פעדעראלע גאווערמענט די עף בי איי האט נישט קיין צייט צי דעם אין ווען איינער איז אריינגעפאלען למשל אין אזא אפרעזעל שטיקעל איז עס געווען ווייל די פעדעראלע באאמטע זענען נאכגעגאנגען ארגענעזירטע קרימענאלען מאפיאנערען אזוינע פעטע פישלעך אין דא האט מען אריינגעבאמפט אין אן אפרעזער צי וואס, האבען זיי יענעם מיטגעכאפט
בקיצור די נישט ריכטיגע מענטש אין די נישט ריכטיגע צייט זאגט מען אזא צייט,
ביז דעמאלטס ווען מהאט געהערט א פארטאגס אזא שרעקעדיגע בשורה איינמאל אין צען יאר, האט מען גראד וויאזוי אין מיט וועם אזא יעניגער איז אריינגעפאלען

אבער נאך פריט בארארס צייטען האט מען זיך אויפגעוועקט יעדע צווייטען טאג האסט געהערט אז?.... אין ווי שאקירט איז מען געווארען אז יענער איז געווען א קליינע טוטער, אין סאיז נישט אריין אין קאפ אז די גאווערמענט געט אויס אזויפיל געלט פאר אינוועסטיגעשען ווי למשל 150 טויזענט דאלער צי כאפען א קריים פאר 60 טויזענט דאלער,

ביז די עולם האט אנגעפאנגען צי פילען אז סגייט מיט א פעטטען (סיסטעמאטיש) מהאט נישט פארשטאנען פינקטליך פארוואס אבער יעדער האט פארשטאנען אז אויב די גייסט אין איסט ניו יארק ביי די שווארצע אין די קוקסט דורך יעדע מענטשען פון קאפ ביז פיס וועסטו טרעפען 400 מענטשען דארט אליינס מיט זאכען אויף וואס מקען זיך שטעלען אין יעדען טאג וועט זיין אין די נייעס אז מפיקט אויף שווארצע פאר מארגעזש פראוד וועלפעיר פראוד אין אזוי ווייטער
אין עקסטער זענען געווען צענדליגע צענדליגע מוסדות מיט ארגענעזאציעס וואס זענען געווען אונטער שווערע לאנגע אינוועסטיגעשענס אין ווען אנפאנג האט מען געמיינט אז סאיז פארבינדען האט מען שפעטער געזען אז ניין
זיי זענען כסדר צירוק געקומען צי געוויסע מוסדות איין מאל אין נאכמאל , ווען מהאט געענדיגט מיט איין זאך זענען זיי געקומען מיט שפאגעל נייע זאכען,

אין דעס האט אויך גענומען אויסקוקען ווי א פעטטען
ווייל יעדער פארשטייט אז אויב די גייסט אריינקוקען אין א אלטע קאראפטירטע סקול דיסטריקט אין אפסטעיט ניו יארק אזא פלאץ ווי די מיליאנען אין פראפעטי טעקס קומט אן אין די הענט פון געציילטע קאראפטירטע פארשוינען דורך אלע מינע קיקבעקס, קען מען דען נישט עפעס טרעפען?


אין אט די תקופה האט פריט בארארא אויפגעפיקט ראובן שעלדאן סילווער,

אין דעס איז געווען נאכדעם וואס פון אלע זייטען האט געליקט פאר א לאנגע צייט אז מהאלט אים אט אט ביים כאפען אין אז מקוקט אים נאך
בקיצור סאיז נישט געווען קיין סוד, אז די פראסיקיוטערס אפיס האט זיך גענומען בריש גלי איבער זיינע ביינער קודם איין זאך אין נאכדעם נאך א זאך ביז מהאט נאכגעגאנגען מעט קאנסול פשוט ווייל זיי האבען געוויסט אז מוועט דארט זוכען וועט מען אפשר עפעס טרעפען אין אזוי וועט מען אפשר צירוק אנקומען צי שעלדאן

אין ווי האט נאר איינער געשריבען דעמאלטס? פריט וועט אזוי לאנג משוגע מאכען שעלי מיטען האפענונג אז שעלי וועט עפעס טון צי שטערען זיין אינוועסטיגעשען אין נאכדעם וועט ער אים ארעסטירען פאר דעם אליינס
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re:

תגובה דורך פאלעסיידס »

מי חכם האט געשריבן:זיי (שמעון ראלניצקי) זאגן דאך אז די רעדע איז איבער א סך הכל פון זיבן טויזנט דאלער במשך צען אדער צוואנציג יאר.. בקיצור, א זשאוק.

Malicious prosecution איז נישט קיין עכטע זאך? נישטא אזא מושג? פראסעקיוטערס זענען אייביג אימיונט?

פישל האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:

זעה בייגעלייגטן בילד געכאפט מיט עטליכע יאר צוריק אין בעסערע צייטן. (זעלבסט פארשטענדליך אז ער גייט נישט אלעמאל אנגעטון מיט א הוט, אבער ווי דערמאנט איז ער א שומתומ"צ)
מיין ידיד א עסקן האט מיר דערציילט מיט א צייט צוריק אז ער האט זיך געפונען אין אלבאני פאר א שתדלנות, און ער האט געדאווענט מנחה מיט שעלדאן סילווער וועלכער איז געווען דער בעל תפלה אין יענעם מנין.
יענער עסקן זאגט מיר היינט אז זיין ארעסט איז א געוואלדיגע קלאפ פאר די היימישע עסקנים וועלכע האבן געהאט אן אפענעם טויער ביי אים

מען זעט דא קוואויטס פון דעמאלטס ווי דער עולם ווינדערט זיך וואס דא גייט פאר?
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re:

תגובה דורך פאלעסיידס »

farshlufen האט געשריבן:איך ליין די קאמפלעינט, ס'פעלט היבש רינגעלעך פון זייער סטארי, ועוד.

---

סילווער איז אן איסט סייד אויפגעוואקסענער, די משפחה זיינע האבן זיך שטארק געהאלטן ביי אידישקייט און האלטן אן עד היום.

צדיקל האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:שוין דאס צווייטע מאל, ניין?


ניין, די ערשטע מאל וואס מ'גייט אים ארעסטירן, און ער גייט ווערן אנגעקלאגט.
ביז היינט האט ער זיך אייביג ארויסגעדרייט פון אלע אינוועסטיגעשאן אין אלבאני.לאמיר האפן אז דאס מאל וועט ער זיך אויך ארויסדרייען, אפי' נאכן ווערן אנגעקאלגט.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re:

תגובה דורך פאלעסיידס »

געלעגער האט געשריבן:יעדער ציטערט אין די הויזן. די דיסטריק אטורני זאגט אז ער איז נאכנישט פארטיג און נאך ארעסטן גייען נאכפאלגן.. קיינער ווייסט נישט וועם ער מיינט און מ'שפעקאלירט פון קאומאו ביז דוב הייקינד

SPUSMN האט געשריבן:
קענטעלאופ האט געשריבן:נאך א מזל אז מהאט דעם 70 יעריגען געקייטעלט די הענט אין בעק
אויב אין פראנט וואלט ער נאך געקענט ח"ו געבען א זעץ פארען FBI אגענט

דע רציחה מעג זיך שוין אויפהערען אין אזא פארגעשריטענע לאנד ווי אמעריקע, סאיז דא א כלל אז מאיז אינעסענט ביז פראווען גילטי, טא פארוואס פירט מען עם ווי א פארברעכער?

דער קשיא שרייט עד לב השמים; איך פרעג שוין דער קשיא יארען.

דער תירוץ איז אז אמעריקע איז א מלכות של חסד, אבער דער חסד ענדיגט זיך ווען מען וויל זיך נעמען צו איינעם. דער פראסיקיוטער האט היינט געזאגט אז "the investigation is open and on going"; דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז פון ווען מען זעצט זיך אראפ אלץ א פאליטישען, עפענט מען אויף א דאזיער אויף דעם פערשוין אין מען הייבט אן פארשען. מען ענדיגט פארשען ווען יענער איז שוין נישט דא. דער חסד איז אז מען טוהט גארנישט מיט די פארשעריי "ביז" איינער האט א אינטערעסע יענעם צו צופיקסען.

ער האט א סאך שונאים, pick your choice

דרך אגב קוקענדיג אויף די אלטע תגובות פון 15' זע איך דא ווי מרעדט פון די מארעלענד קאמישען.. יוש מיר דערמאנט פון צייטען יאפ דער זעלבער קאומאו
guar
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2008 6:58 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך guar »

למעשה איז ער צוריק אדער נישט
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך כל טוב »

guar האט געשריבן:למעשה איז ער צוריק אדער נישט

אזוי זעהט ליידער אויס.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210509-031916_Chrome.jpg
Screenshot_20210509-031916_Chrome.jpg (436.13 KiB) געזען 3405 מאל
לעצט פארראכטן דורך כל טוב אום זונטאג מאי 09, 2021 3:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך כל טוב »

קען ער למשל גיין אין קארט יעצט טענה'ן היתכן וואס דא גייט פאר אז די פריזן ביורא טוהט זאכן לויט פרעשער פון פאליטיקאנטן און צייטונגען אויף אזוי ווייט אים צוריקרופן דינען א טערמין נאכן באפרייען?
אפי' א בלינדער זעהט דא קאראפשן נישט ווייניגער ווי זיינע פאר דאלער וואס ער האט נהנה געווען משולחן איזבל.
guar
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2008 6:58 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך guar »

עס שטייט ער איז געווארן "ריקאלד" אבער עס שטייט נישט און ערגעץ אז ער איז שוין פאקטיש צוריק געגאנגען, איינע ווייסט?
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פארצייטיש »

guar האט געשריבן:עס שטייט ער איז געווארן "ריקאלד" אבער עס שטייט נישט און ערגעץ אז ער איז שוין פאקטיש צוריק געגאנגען, איינע ווייסט?

ער איז דערווייל נאך נישט צוריק אין טורמע.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך כל טוב »

דארפן מען יעצט מתפלל זיין ווייל פון דארט ארויס צו נעמען דארף מען מער זכותים ווי צוריקהאלטן פון אריין גיין
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך מסתמא »

@פאלעסיידס, צו אזאנע אנאליזן האבן מיר זיך געבענקט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6526
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך גיי פארשטיי »

פאלעסיידס האט געשריבן:


זייער א געשמאקע ארטיקל.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6526
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ווי האלט די מצב למעשה?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פאסט טרעגער »

גיי פארשטיי האט געשריבן:ווי האלט די מצב למעשה?


איך מיין מען קען טויב ווערן פון די שטילקייט

ליידער ליידער
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

פאסט טרעגער האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:ווי האלט די מצב למעשה?


איך מיין מען קען טויב ווערן פון די שטילקייט

ליידער ליידער

שױן צוריק?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פאסט טרעגער »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:ווי האלט די מצב למעשה?


איך מיין מען קען טויב ווערן פון די שטילקייט

ליידער ליידער

שױן צוריק?

ליידער יא....

וואס אזא משפחה גייט דורך יעצט איז נישט מעגליך צו פארשטיין, שוין געווען די ישועה און יעצט.......
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

אױ ווײ!! לה׳ הישועה,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך כל טוב »

איז עס א געזעצליכע זאך צוריקשטעלן א מענטש נאכן ווערן באפרייט?
אפשר קען ער גיין אין קארט פארדעם?
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”